דעת הקהל #6 וועלעכע פון די נייע 6 שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ועלעכע פון די נייע 6 שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן?

בלומינגבורג
35
21%
סטעטען איילענד
5
3%
זשערזי סיטי
35
21%
לעיקוואד
15
9%
לינדען
13
8%
טשעסטער
7
4%
אלע 6
45
27%
קיין איינס נישט
10
6%
 
סך הכול שטימען: 165

יונה
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » זונטאג ינואר 28, 2018 7:19 pm

yoy האט געשריבן:זאג נאר, ווי האלט עס אין בלומינגבערג די נייע ציגעלייגטע 00.$4000 טעקסעס?
דער דיוולעפער שווערט ער גייט עס פייטען.....

דער דיוועלאפער פייט עס טאַקע. עס האלט אינמיטן די געריכטליכע פראצעדור, עס קען געדויערן זייער לאנג, ס'איז נישטא קיין וועג עס צו מאכן שנעלער.

למשל די קלאגע אין געריכט האט מען שוין אריינגעגעבן איבער א יאר צוריק, דאך איז די קומענדיגע דאטום פאר די פרי-טרייעל איז געווארן באשטימט אויף סוף מארטש - מער פון צוויי חדשים ארום, און דאס איז נאר די 'פרי' טרייעל, נאָכדעם וועט מען מסתם דארפן ווארטן נאך פאר די טרייעל וכו'.

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » פרייטאג פאברואר 02, 2018 4:02 pm

וויפיל נייע דירות דארפן צוקימען יעדע יאר אין די ניי ישובים אז אין ווילאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, זאלן פאלן די פרייזן מיט %30/40 פון די רענטעלס
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג פאברואר 05, 2018 2:33 pm

שטייגען האט געשריבן:וויפיל נייע דירות דארפן צוקימען יעדע יאר אין די ניי ישובים אז אין ווילאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, זאלן פאלן די פרייזן מיט %30/40 פון די רענטעלס

אין ברוקלין איז כלל נישטא אזא אויסזיכט בדרך הטבע, ווייל אידן וועלן נישט בויען נייע דעוועלאפמענטס פאר אידן אויב מ'קען נישט באקומען גענוג רענט וואס זאל צאלן די ריזיגע לאט פרייזן וואס דאס האט דאך כלל נישט צוטון מיט די אידישע מארקעט.
אין אפסטעיט בין איך מסופק וויפיל נידריגער ס'קען גיין, ווייל די געגנטער ארום קרית יואל און מאנסי זענען אזוי אנטי וואוקס (אידן) אז ס'איז אזוי שווער צו בויען און די אייגענע פארלאנג האלט אן די רענט, אבער טאמער ס'וועט צוקומען אפאר טויזענט דירות אין די קומענדיגע יארן אין די נייע ישובים פאר א ביליגע פרייז קען זיין א צען צוואנציג פראצענט רעדוקציע אין קר"י מאנסי.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 11:36 am

א געוואלדיגע בשורה
מען זעהט אז דאס איז זיכער אלע שטעטלעך ארבעטן זיך געוואלדיג אויס
ליינט וואס בארא פארקער איד האלט יעצט מיט

21.jpg
21.jpg (524.03 KiB) געזעהן 1964 מאל

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2652
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 5:04 pm

איך ווייס נישט אין וועלכע אפארטמענט הויז דער איד רעדט (אויב ס'איז בכלל אמת) אין די בארא פארק ווי איך וואוין זוכט מען דירות מיט ליכט, נאר פאר קאפעלס אליין, און משפחות וואקסן בליעה"ר, אמת מען זעט א ריזיגע אויסוואנדערונג, און מען קען נישט רייסן ווי פאר דריי פיר יאר צוריק, אבער מ'קען רייסן כמעט ביז יציאת נשמה.
אגב, אויב איז עס מער ביי די עקן פון בארא פארק דהיינו, נאך 59 סט. אדער 39 סט. אדער פון ניינטע עוו. און אראפ און פון ניינצן און ארויף קען מען טרעפן גויים וואס זענען נאך גרייט צו צאלן מער ווי אידן זענען היינט צוטאג גרייט צו צאלן אין ב.פ. טאקע ווייל דער עולם מופט אין די מאסן קיין לעיקוואוד מאנסי סטעטן איילענד
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

תגובהדורך חוקר » זונטאג פאברואר 11, 2018 2:54 am

lebediger berel האט געשריבן:איך ווייס נישט אין וועלכע אפארטמענט הויז דער איד רעדט (אויב ס'איז בכלל אמת) אין די בארא פארק ווי איך וואוין זוכט מען דירות מיט ליכט, נאר פאר קאפעלס אליין, און משפחות וואקסן בליעה"ר, אמת מען זעט א ריזיגע אויסוואנדערונג, און מען קען נישט רייסן ווי פאר דריי פיר יאר צוריק, אבער מ'קען רייסן כמעט ביז יציאת נשמה.
אגב, אויב איז עס מער ביי די עקן פון בארא פארק דהיינו, נאך 59 סט. אדער 39 סט. אדער פון ניינטע עוו. און אראפ און פון ניינצן און ארויף קען מען טרעפן גויים וואס זענען נאך גרייט צו צאלן מער ווי אידן זענען היינט צוטאג גרייט צו צאלן אין ב.פ. טאקע ווייל דער עולם מופט אין די מאסן קיין לעיקוואוד מאנסי סטעטן איילענד


איך האב צוויי חברים וואס זאגן מיר ענדלעך ,איך ווייס נישט אויב גאנצע זעקס אבער עס איז ליידיג פאר מער ווי א יאר וכו' (אינמיטן געגנט פון צוויי און פיפציג ביז אכט און פערציג און פון פופצין ביז צוועלף, דאס הייסט געגנט???)

אויב די זיכסט קאנטעקט מיר און אישי און איך וועל דיר זאגן וועלכע בנינים די רעדער איז דא (איך וועל זיי דארפן פרעגן א פונקטלכע אדערס)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » זונטאג פאברואר 11, 2018 3:19 am

יאפ איך האב אויך געהערט פון חבירים פון בארא פארק אז סאיז דא אסאך אפארטמענט בילדונגס מיט ליידיגע דירות

און די לענדלארדס ווילן נישט מאכן שלום מיטן מצב און עס שטייט שוין ליידיג חדשים לאנג

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » זונטאג פאברואר 11, 2018 3:23 am

שטייגען האט געשריבן:וויפיל נייע דירות דארפן צוקימען יעדע יאר אין די ניי ישובים אז אין ווילאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל, זאלן פאלן די פרייזן מיט %30/40 פון די רענטעלס


איך ווייס נישטאויב אין אנדערע געגענטער אבער אין וויליאמסבורג גייט נישט פאלן קיין פרייזן פון די גרעסערע דירות נאר עס וועט גיין ענדערשער פאר גוים
,

אנדערע געגענטער קען זיין אנדערש

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג אפריל 12, 2018 5:06 pm

מסברא וואלטן קלענערע דירות ענדערש געדארפט גיין פאר גוים ווי קלענערע, און אין פאקט זענען קלענערע דירות [1-2 בעדרום'ס] שוין היבש געפאלן די לעצטע יאר אנדערהאלבן, און גראדע זעהט זיך עס שוין אויך אן אויף די 3 בעדרום מארקעט.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג אפריל 13, 2018 12:05 am

@וואוילע זאגט א שטארקע פוינט.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג אפריל 13, 2018 12:13 am

נישטא וואס צו רעדן, די פרייזן פון דירות אין אלע געגענטער, וויליאמסבורג, ב.פ., מאנרא, מאנסי, האבן זיך סטאבילעזירט.
פרייזן צו קויפן זענען נישט ארויף די לעצטע יאר, רענטעלס געוויסע קאטעגאריעס זענען געפאלן.

אויסער פארשידענע אנדערע פאקטארן, איז קלאר אז די נייע שטעטעטלעך (בלומינגבורג-לעיקוואד-ז.ס. פאר וויליאמסבורג, סטעטן איילענד פאר ב.פ, עירמאנט טשעיסטנאט ריזש פאר מאנסי, בלומינג גראוו-קאנטרי האלאו) צוזאמען מיט דעם פאקט אז עס גייט קומען נאך און נאך שטעטלעך כפי הצורך האט געהאט א דעצידענדע ראלע אין די סטאבילעזאציע. צום ערשטען מאל אין גאר אסך יארן פילן מוכרים אז דער קונה האט נאך אויסוואלן אויסער וואס ער שטעלט צו.

זאל דער בוכ"ע העלפן ווייטער.

רעסטאראנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 444
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג אפריל 13, 2018 12:21 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:נישטא וואס צו רעדן, די פרייזן פון דירות אין אלע געגענטער, וויליאמסבורג, ב.פ., מאנרא, מאנסי, האבן זיך סטאבילעזירט.
פרייזן צו קויפן זענען נישט ארויף די לעצטע יאר, רענטעלס געוויסע קאטעגאריעס זענען געפאלן.

אויסער פארשידענע אנדערע פאקטארן, איז קלאר אז די נייע שטעטעטלעך (בלומינגבורג-לעיקוואד-ז.ס. פאר וויליאמסבורג, סטעטן איילענד פאר ב.פ, עירמאנט טשעיסטנאט ריזש פאר מאנסי, בלומינג גראוו-קאנטרי האלאו) צוזאמען מיט דעם פאקט אז עס גייט קומען נאך און נאך שטעטלעך כפי הצורך האט געהאט א דעצידענדע ראלע אין די סטאבילעזאציע. צום ערשטען מאל אין גאר אסך יארן פילן מוכרים אז דער קונה האט נאך אויסוואלן אויסער וואס ער שטעלט צו.

זאל דער בוכ"ע העלפן ווייטער.


פאקט איז אז דעס אלעס זענען די לעכער פון דירות , נארמאלע דירות ווערט ערגער אין אךע געגענטער , אבער שילדיג איז די סעקשאן 8 וואס איז דא בהרחבה און איך דענק 20 יאר צוריק האט מען שוין באוויינט אז די אכטער שיסט ארויף די רענט

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1673
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג מאי 22, 2018 7:21 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:נישטא וואס צו רעדן, די פרייזן פון דירות אין אלע געגענטער, וויליאמסבורג, ב.פ., מאנרא, מאנסי, האבן זיך סטאבילעזירט.
פרייזן צו קויפן זענען נישט ארויף די לעצטע יאר, רענטעלס געוויסע קאטעגאריעס זענען געפאלן.

אויסער פארשידענע אנדערע פאקטארן, איז קלאר אז די נייע שטעטעטלעך (בלומינגבורג-לעיקוואד-ז.ס. פאר וויליאמסבורג, סטעטן איילענד פאר ב.פ, עירמאנט טשעיסטנאט ריזש פאר מאנסי, בלומינג גראוו-קאנטרי האלאו) צוזאמען מיט דעם פאקט אז עס גייט קומען נאך און נאך שטעטלעך כפי הצורך האט געהאט א דעצידענדע ראלע אין די סטאבילעזאציע. צום ערשטען מאל אין גאר אסך יארן פילן מוכרים אז דער קונה האט נאך אויסוואלן אויסער וואס ער שטעלט צו.

זאל דער בוכ"ע העלפן ווייטער.


ווי לאנג גייט דעיס אן האלטן.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג מאי 24, 2018 3:54 pm

יבואו הנביאים וינבאו
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט