מאנסי - פשוט און פראסט - ווי אזוי זיך אויפירן נארמאל - מנהג המקום

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

בענקעל האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער ביי אונז אין בארא פארק גריסט מען זיך יעדער איינער דעם צווייטן א גוט שבת!

בארא פארק פארלאנגט א עפענליכע מחילה.
א גרויסע טייל וויליאמסבורג'ע אויך.

Request denied.
Sorry.
We need to see improvement first.

נישט שיין אזוי אומאיידל צו 'לעבלן' טויזנטער אידן, ווייל עפעס געקוועטשט דיר אין מאנסי. מאנסי'ער אידן קומען פונעם זעלבן פאלק און אדורך געגאנגען דעם זעלבן שווערן גלות מיט אלע רדיפות און צרות ביז יעצט און עס וועט זיך נישט טוישן.

מיין מיינונג, זאלן אלע וויליאמסבורג'ע וואס האבן זיך געצויגן קיין בארא פארק אינעם לעצטן גירוש, גיין קיין מאנסי און לאזן בארא פארק ארגינעל אין איהר אייגנארטיגן חן און רואיגקייט.

נישט ווייל עס איז ריכטיג אזוי צו רעדן, נאר שפיר אביסל וואס דאס מיינט. מ'רייסט נישט אראפ טויזנטער אידן פון דיין אייגן פאלק ווייל דו האלסטוך פון אן אנדערע סארט מענטשהייט. דאס האט היטלער געטוהן ער האט געוואלט די וועלט זאל שטיין נאר פון זיין ראסע. אן קיין פארקריפלטע, מאנגאוליענס שווארצע און להבדיל אידן.

ווילסט, מאך א אויפקלערונג'ס קאמפיין מיט א מער צוגעלאזענע איידעלע שפראך. פארגעס נישט צו וועם דו רעדסט. פון איין קאריאוזע שרייבעריי וועט זיך גארנישט טוישן.
. . . !

בענקעל,
זעצט אייך אראפ און בארואיגט אייך. איך האב חלילה נישט געמיינט צו טיהן וואס היטלער האט געטוהן. נישט נאר איך האב נישט געמיינט, איך האב נישט געטוהן אויך נישט. ממילא ווייס איך נישט וואס די ווילסט פון מיהר וועגען היטלער ימ"ש.

איך האב נישט טענות אויף ווילאמסבורג און בארא פארק. עס איז אבער א שטאט. און מאנסי איז א שטעטל. מיינע פונקטען איז אז אויב קומט איהר פון ווילאמסבורג אדער בארא פארק קיין מאנסי, ביטע פראבירט נישט עס צו מאכן פון מאנסי א ווילאמסבורג, פון מאנסי א בארא פארק.

יא, עס קוועטס מיהר און מאנסי ווען מען קומט און א נייע שטאט און מען מיינט אז מען מוז עס טוישן. און יא, איך בין אויף דעהם מוחה. ווי האט א מנהל געזאגט לעצטענס? די שטאטישע משוגעתן מיט די גלעזער, לבוש וכו' קומט שוין אהן קיין מאנסי. אבער דאך איז מאנסי מיט פינעף יאהר צירוקגעבליבען. איך האב געמאכט א קאמפיין מען זאל אהנהאלטן די אלטע מאנסי חן.
I stand behind what I wrote.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

געשיקטער האט געשריבן:
מאנסי - פשוט און פראסט - ווי אזוי זיך אויפירן נארמאל - מנהג המקום

די ווילסט אז מען זאל ווערען פראסטע אינגען ?

ח"ו. איך האב געמיינט בלע"ז
Plain and simple.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער ביי אונז אין בארא פארק גריסט מען זיך יעדער איינער דעם צווייטן א גוט שבת!

א גרויסע טייל וויליאמסבורג'ע אויך.

:roll:

איך האט מסתמא געמיינט א "מיעוט" ווילאמסבורג'ע אויך. ושגיאות מי יבין...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5469
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

בנוגע גריסן גיט שבת אין בארא פארק איז אזוי :מען גריסט טאקע נישט אבער מען וועט דיך נישט אנקיקן מאדנע און זיך ווינדערן פון ווי קען ער מיך אז ער גריסט מיך ס'איז נארמאל צו גריסן פינטל!
אוועטאר
אויבער-חכם
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2011 1:02 pm
לאקאציע: בין תנור לכירים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויבער-חכם »

די שבת ביינאכט שפאציר איך אזוי אויף די בארא פארקער געסאלעך, ווען אינמיטן וואקט מיר דורך אזא סעמי אלטע חבר פין די בראשית יארן, כ׳האב מיט אים׳ן נישט פארטוישט א ווארט שוין יארן, אין ער געט מיר א הויכע גריס ׳גוטשאבעעעס׳, איך קוק אים אזוי אן, מה יום מיומים,
ער געט מיר א צינישע שמייכל אין זאגט, קוקט אויס האסט נישט געליינט אייוועלט די וואך, איך האב מיר געמאכט אזוי טעמעוואטע, וואס? אייוועלט? עניוועי גוטשאבעס...:
כ׳האב נישט געטראפן קיין חיזוק/מוסר ווארט דא צו שרייבן
קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמפיוטער עקספערט »

פארוואס האסטו זיך געמאכט טעמעוואטע אויב ביסטו עס געקומען דא שרייבען?...
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4953
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

fiena nieas האט געשריבן:בנוגע גריסן גיט שבת אין בארא פארק איז אזוי :מען גריסט טאקע נישט אבער מען וועט דיך נישט אנקיקן מאדנע און זיך ווינדערן פון ווי קען ער מיך אז ער גריסט מיך ס'איז נארמאל צו גריסן פינטל!

ווען אין בין געווען אמאל אין ב"פ, און כנהוג געגריסט יעדן, פרעגט מיר מיין ב"פ באגלייטער, WOW פון וואו קענסטו אזוי פיל אידן דא אין ב"פ, אפי' איך וואס וואוין שוין דא אזוי פיל יאר'ן, האב נאך נישט אזוי פיל באקאנטע דא.

נו שוין, גיי לערן מיט א באראפארקער ברטנורא.

אגב אין ארץ ישראל, איז יא נארמאל צו גריסן, אלע גריסן אלעמען, אין די אידישע שטעט (ירושלים - בני ברק, בית שמש - ביתר, וכו')
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

האב איך טאקע געהאט מער גריסערס די שבת אין ווילי
טענקס קאשער טרעוועל
איך ווייס נישט אויב וועסט צוריק מאכן מאנסי ווי אמאל אבער סקוקט אויס אז די וועסט שנעל טוישן ווילי
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

קאשער טרעוועל, דו האסט אונז דא אריינגעשלעפט אין א מין בלאטע, ביטע נעם אונז ארויס דערפון. עס איז אזוי אומאיינגענעם צו לייענען ווי אידן רעדן מיט אזא זילזול אויף אנדערע אידן, בלויז ווייל זיי וואוינען אין א אנדערע געגענט.

עס קוקט מיר אויס אז איך בין דא דער איינציגסטער, אבער עס איז נישט קיין פראבלעם צו רעדן און פאררעכטן וואס ווערט דא באשריבן אויף'ן באשעפער'ס קינדער.

ווען איך בין בארא פארק, גרוס איך יעדן און יעדער גרוסט מיר צוריק. עס איז זייער איינגענעם צו גיין אויף די בארא פארק'ע גאסן. עס פילט זיך זייער היימלעך, וואו יעדער גרוסט צוריק מיט א שמייכל. ווידער אין וומסב"ג, וואו מענטשן זענען אביסל מער פארזיך און פארמאכט, ווען איך בין דארט גרוס איך אויך יעדן אומפארבינדן צו מ'גרוסט צוריק אדער נישט. איך ווייס נישט פון וועלכע וומסב"ג דער עולם רעדט דא, אבער פרעמדע מענטשן וואס קענען מיך ניטאמאל אין וומסב"ג גרוסן מיר. עס איז טאקע נישט ווי בארא פארק, אבער נישט ווי מ'לייגט עס דא אראפ.

און צו דיר קאשער טרעוול, אלעס וואס דו שרייבסט איז וואר, דו האסט פול רעכט אויף די אויפברויז, פון דיר און די גאנצע מאנסיער איינוואוינער. איך האב משפחה אין מאנסי, איך געדענק מאנסי אין די אלטע גוטע צייטן. עס איז זייער נישט געשמאק ווען מענטשן מיט א אנדערע סארט לעבנס שטייגער קומען, און ווי אינוואדירן דיין געגענט און טוישן די אטמאספער.

עס איז די שפראך און די וועג וויאזוי דו האסט דאס אראפ געשריבן וואס באדערט. כאילו מאנסי אידן זענען די סמעטענע פונעם עם הנבחר.

און צו די וואס מופן אין נייע אידישע געגנטער צווישן אלט געזעסענע גויים, אז דער גוי אייך אהן מיט א קרום אויג,, רוף איהם נישט אהן אנטיסעמיט, רוף איהם אהן *un-kosher travel*

איך מיין נישט דיר. איך פרוביר ארויס צוברענגען די פוינט.
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

צו גריסן יעדעם אין וויליאמסבורג אדער אין בארא פארק, קען מען באקומען א סטיף נעק.
אפגערעדט ווען מ׳גייט צו א קידוש אין גרינפוינט און פון דארט אהיים קיין בעדסטיי, אן ערך פון 25 גאסן, 20-30 מענטשן פער גאס, איך מיין די אויספיר איז איבריג.

ס׳נישט מאנסי ס׳נישט וויליאמסבורג, ס׳איז וויפיל מענטשן מ׳פעסט פער מינוט. פרייטיג צונאכטס שפאצירענדיג אין די שפעטע שעה׳ן וועלן דיר אסאך מער מענטשן גריסן אין וויליאמסבורג אויך.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

צום עצם טענה פון קאשער טרעוועל:
sorry to inform you, but unfortunately its irrelevant

און איך וועל מסבירן:
די פראבלעם וואס די זעהסט אז עס ווערט אין מאנסי איז א התנהגות וואס קומט פון צוויי פאקרטארען 1. קאלטור - אפענע vs מיינד יור אן ביזנעס מענטשען 2. א גרויסע שטאט.
די נפק"מ וועט זיין אז אין א קלענערע שטעטל ווי די מענטשען זענען פון א קאלטור צו זיין מער פון די שטילע סארט וועט מען זיך ווייניגער גריסן, פייפן, דרייוון ווילד א.ד.ג. ווי אין די זעלבע סייז שטעטל מיט מער א אפענע קאלטור.

ווייטער א גרויסע שטאט ברענגט פון זיך אליין די אלע 'פרבלעמען' אפילו אהן קיין עפעקטען פון א קאלטור, פשוט ווייל ס'איז א סיטי, אזוי גייט עס אין די גאנצע וועלט [אפשר איז איין פלאץ בעסער ווי א צווייטע - עפעס א ראלע קען נאך די קאלטור שפילען, אבער נאר א קליינע].

און יעצט צום נושא: די מציאות איז אז מאנסי ווערט מער און מער א גרויסע שטאט, און ממילא וועלן אסאך שטאטישע אזוי גערופענע חסרונות אנקומען דארטען אהין סייווי, די שאלה איז נאר צו מענטשען פון די שטאט וועלען פארשנעלערן די פראצודאר מחמת זייער געוואוינהייט אדער מחמת די קאלטור פון זיין אזוי [און די לעצטע איז אויך כולל די אלטע מאנסיער וואס טרעפען זיך פלוצלינג אין א שטאט].

i feel your pain, i realy wish that it wouldn't be that way, even in the city too... hopefully you can minimize it, but i dont believe that you can turn the clock back completely

וראיה לדברי: ב"פ פאר יארן צוריק איז אויך געווען אנדרעש, אין נאך פריער איז וומסב"ג אויך געווען.
משגיח תמידי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 12, 2014 2:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משגיח תמידי »

שמו האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:בנוגע גריסן גיט שבת אין בארא פארק איז אזוי :מען גריסט טאקע נישט אבער מען וועט דיך נישט אנקיקן מאדנע און זיך ווינדערן פון ווי קען ער מיך אז ער גריסט מיך ס'איז נארמאל צו גריסן פינטל!

ווען אין בין געווען אמאל אין ב"פ, און כנהוג געגריסט יעדן, פרעגט מיר מיין ב"פ באגלייטער, WOW פון וואו קענסטו אזוי פיל אידן דא אין ב"פ, אפי' איך וואס וואוין שוין דא אזוי פיל יאר'ן, האב נאך נישט אזוי פיל באקאנטע דא.

נו שוין, גיי לערן מיט א באראפארקער ברטנורא.

אגב אין ארץ ישראל, איז יא נארמאל צו גריסן, אלע גריסן אלעמען, אין די אידישע שטעט (ירושלים - בני ברק, בית שמש - ביתר, וכו')

אונטרעסאנט איז אז איך וואוין און ב"פ, איך גרוס יעדעם גוט שבת און כמעט יעדער ענטפערט צוריק

אויב ווילט איהר אז ענקרע קינדער זאלן גריסן, טיטס עס אליינס וועלן זיי עס נאכטוהן
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

בענקעל האט געשריבן:קאשער טרעוועל, דו האסט אונז דא אריינגעשלעפט אין א מין בלאטע, ביטע נעם אונז ארויס דערפון. עס איז אזוי אומאיינגענעם צו לייענען ווי אידן רעדן מיט אזא זילזול אויף אנדערע אידן, בלויז ווייל זיי וואוינען אין א אנדערע געגענט.

עס קוקט מיר אויס אז איך בין דא דער איינציגסטער, אבער עס איז נישט קיין פראבלעם צו רעדן און פאררעכטן וואס ווערט דא באשריבן אויף'ן באשעפער'ס קינדער.

ווען איך בין בארא פארק, גרוס איך יעדן און יעדער גרוסט מיר צוריק. עס איז זייער איינגענעם צו גיין אויף די בארא פארק'ע גאסן. עס פילט זיך זייער היימלעך, וואו יעדער גרוסט צוריק מיט א שמייכל. ווידער אין וומסב"ג, וואו מענטשן זענען אביסל מער פארזיך און פארמאכט, ווען איך בין דארט גרוס איך אויך יעדן אומפארבינדן צו מ'גרוסט צוריק אדער נישט. איך ווייס נישט פון וועלכע וומסב"ג דער עולם רעדט דא, אבער פרעמדע מענטשן וואס קענען מיך ניטאמאל אין וומסב"ג גרוסן מיר. עס איז טאקע נישט ווי בארא פארק, אבער נישט ווי מ'לייגט עס דא אראפ.

און צו דיר קאשער טרעוול, אלעס וואס דו שרייבסט איז וואר, דו האסט פול רעכט אויף די אויפברויז, פון דיר און די גאנצע מאנסיער איינוואוינער. איך האב משפחה אין מאנסי, איך געדענק מאנסי אין די אלטע גוטע צייטן. עס איז זייער נישט געשמאק ווען מענטשן מיט א אנדערע סארט לעבנס שטייגער קומען, און ווי אינוואדירן דיין געגענט און טוישן די אטמאספער.

עס איז די שפראך און די וועג וויאזוי דו האסט דאס אראפ געשריבן וואס באדערט. כאילו מאנסי אידן זענען די סמעטענע פונעם עם הנבחר.

און צו די וואס מופן אין נייע אידישע געגנטער צווישן אלט געזעסענע גויים, אז דער גוי אייך אהן מיט א קרום אויג,, רוף איהם נישט אהן אנטיסעמיט, רוף איהם אהן *un-kosher travel*

איך מיין נישט דיר. איך פרוביר ארויס צוברענגען די פוינט.

בענקעל,
איך האב דיך שוין גענפערט פריער. קען זיין האסט נישט געזעהן. קען זיין האסט נישט ליעב געהאט מיין ענטפער. וויאמסבורג און בארא פארק זענען "שטעט". ישיבת כרכים קשה. עס האט גארנישט צוטוהן מיט אונז וואליע היימישע אידען. קוק אלע מיינע תגובות וועסטו זעהן ווי איך נעם מיך אייביג אהן פאר אידן. מי כעמך ישראל. איך האב נאר ארויסגעברענגט אז מען בעט אלע שטאטישע מענטשען וואס מופן קיין מאנסי (און איך האב אויך געשריבן ברוכים הבאים), זאלן ביטע נישט פראבירן מאכן פון מאנסי א שטאט.

און צו אלע טייערע חברים... גריסן א גוט שבת איז נאר געוועהן איין פונקט. פליז הערטס אויך אויף מיך צו tailgate'טן ווען איך פאהר נאר 5 מער פון די ספיד לימיט.

און בענקעלע... איך בעט דיר איבער פערזנעליך
If I hurt your feelings.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

נחום וואהלינער האט געשריבן:צום עצם טענה פון קאשער טרעוועל:
sorry to inform you, but unfortunately its irrelevant

און איך וועל מסבירן:
די פראבלעם וואס די זעהסט אז עס ווערט אין מאנסי איז א התנהגות וואס קומט פון צוויי פאקרטארען 1. קאלטור - אפענע vs מיינד יור אן ביזנעס מענטשען 2. א גרויסע שטאט.
די נפק"מ וועט זיין אז אין א קלענערע שטעטל ווי די מענטשען זענען פון א קאלטור צו זיין מער פון די שטילע סארט וועט מען זיך ווייניגער גריסן, פייפן, דרייוון ווילד א.ד.ג. ווי אין די זעלבע סייז שטעטל מיט מער א אפענע קאלטור.

ווייטער א גרויסע שטאט ברענגט פון זיך אליין די אלע 'פרבלעמען' אפילו אהן קיין עפעקטען פון א קאלטור, פשוט ווייל ס'איז א סיטי, אזוי גייט עס אין די גאנצע וועלט [אפשר איז איין פלאץ בעסער ווי א צווייטע - עפעס א ראלע קען נאך די קאלטור שפילען, אבער נאר א קליינע].

און יעצט צום נושא: די מציאות איז אז מאנסי ווערט מער און מער א גרויסע שטאט, און ממילא וועלן אסאך שטאטישע אזוי גערופענע חסרונות אנקומען דארטען אהין סייווי, די שאלה איז נאר צו מענטשען פון די שטאט וועלען פארשנעלערן די פראצודאר מחמת זייער געוואוינהייט אדער מחמת די קאלטור פון זיין אזוי [און די לעצטע איז אויך כולל די אלטע מאנסיער וואס טרעפען זיך פלוצלינג אין א שטאט].

i feel your pain, i realy wish that it wouldn't be that way, even in the city too... hopefully you can minimize it, but i dont believe that you can turn the clock back completely

וראיה לדברי: ב"פ פאר יארן צוריק איז אויך געווען אנדרעש, אין נאך פריער איז וומסב"ג אויך געווען.

נחום,
האסט געשריבן צום זאך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9177
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

כשר טרעוול, פיין געשריבען - פליז ווער נישט דיסקאוריזשד!

איך בין שוין געוועהן אין אלע שטעט ברוך השם האסט בכלל נישט געזאגט קיין ליגענט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מטעמים האט געשריבן:כשר טרעוול, פיין געשריבען - פליז ווער נישט דיסקאוריזשד!

איך בין שוין געוועהן אין אלע שטעט ברוך השם האסט בכלל נישט געזאגט קיין ליגענט.

ישר כח מטעמים פאר די דברי חיזוק.

איך וויל קלארשטעלן אז ח"ו איך האב נישט געמיינט אראפצורייסן. די פאקט אבער איז אז אין בארא פארק למשל - ווי אויך אין ווילאמסבורג - איז דא די מוסג פון peer pressure. מען מוז מאכן א בר מצווה מער ווי די אייגענע סטענדערט ווייל "מען" טוט אזוי, די שוואגער ברודער שכן קאזן האט געמאכט אזוי. און ענגליש רופט זיך דאס אהן living up to the Joneses. און מאנסי פלעגט דאס נישט זיין. די שכן האט געמאכט א טייערע איד, ווייל ער איז א נגיד. איך קען מאכן א שמחה און שטוב. אדער אין א ביליגע זאל. דאס איז נאר איין משל. די דרייווען אין מאנסי פלעגט זיין נארמאל. אויב איינער האט געפיפן פאר דיהר, איז עס געוועהן ווייל ער קען דיר. נישט ווייל ער רעגט זיך.
I stand behind what I said. די ארגינאלע אפיעל איז געוועהן אז איהר קומט קיין מאנסי - ברוכים הבאים - יעצט פראביר נישט צו מאכן פון מאנסי א שטאט. פאהר נארמאל, פייף נישט, וכו'.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
metsboy
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 16, 2007 3:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך metsboy »

יעדעס ווארט אמת
מענדי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 15, 2017 12:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענדי »

בענקעל האט געשריבן:און צו די וואס מופן אין נייע אידישע געגנטער צווישן אלט געזעסענע גויים, אז דער גוי אייך אהן מיט א קרום אויג,, רוף איהם נישט אהן אנטיסעמיט, רוף איהם אהן *un-kosher travel*
והבין כי פשוט הוא!
;l;p-

Kosher Travel האט געשריבן:
1) ביטע פייפט נישט. אויב ליידט איהר,pop your pills,
מיט דיין פון ווילי אימפארטעט Yukon, Chevy Sub וכו',

מענטשן וואס האבן די "חוצפה" פון אריבערגיין. עס קומט פון איגנארענס און פשוט נישט קענען די געזעצן פון דרייווען. האט איהר נישט גענומען די Five Hour Class???

א חוץ וויל-יעמס-בורג, שנארער פארק און פלעט-בוש.

כמעט ווי דער זיגרייכער עד דעי.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מענדי האט געשריבן:

So מענדי, די פארגלייכסט מיהר צו עד דעי. ווייל... איך האב געשריבן מען זאל פארן נארמאל און נישט הרגענען מענטשען. מען זאל לאזן חשובע אידישע מאמעס, קליינע קינדער מיט אלטע אידן אריבערגיין אין די crosswalk און נישט פליען צו זיי פייפענדיג ווייל זיי האבן די חוצפה אריבערגיין.

וואס די האסט געטוהן איז די האסט געשניטן חלקים פון מיין תגובה ווי כאילו איך האב פיינט אלע אידן (ח"ו, חס מלהזכיר).
You are taking my words completely out of context.
Again and again. I stand behind what I said.
און וואס קוועטש דיך ווייס איך נישט. וואס קוועטש מיך איז שוין שיין באשריבן.
לעצט פארראכטן דורך Kosher Travel אום דינסטאג נאוועמבער 21, 2017 6:03 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

Kosher Travel האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:בענקעל,
איך האב דיך שוין גענפערט פריער. קען זיין האסט נישט געזעהן. קען זיין האסט נישט ליעב געהאט מיין ענטפער. וויאמסבורג און בארא פארק זענען "שטעט". ישיבת כרכים קשה. עס האט גארנישט צוטוהן מיט אונז וואליע היימישע אידען. קוק אלע מיינע תגובות וועסטו זעהן ווי איך נעם מיך אייביג אהן פאר אידן. מי כעמך ישראל. איך האב נאר ארויסגעברענגט אז מען בעט אלע שטאטישע מענטשען וואס מופן קיין מאנסי (און איך האב אויך געשריבן ברוכים הבאים), זאלן ביטע נישט פראבירן מאכן פון מאנסי א שטאט.

און בענקעלע... איך בעט דיר איבער פערזנעליך
If I hurt your feelings.

איר האט גראדע א פוינט, איך דריי זיך צומאל אין שטילערע גוי'שע געגנטער, (וואו ס'וואוינען נאכנישט קיין אידן...) און זייער פיל (אויב נישט אלע) גריסן מיר העפליך מינימום א קאפ שאקל.

אין א שטאט וועסטו דאס נישט זעהן...

ס'איז א סיטי מענטאלעטי
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:בענקעל,
איך האב דיך שוין גענפערט פריער. קען זיין האסט נישט געזעהן. קען זיין האסט נישט ליעב געהאט מיין ענטפער. וויאמסבורג און בארא פארק זענען "שטעט". ישיבת כרכים קשה. עס האט גארנישט צוטוהן מיט אונז וואליע היימישע אידען. קוק אלע מיינע תגובות וועסטו זעהן ווי איך נעם מיך אייביג אהן פאר אידן. מי כעמך ישראל. איך האב נאר ארויסגעברענגט אז מען בעט אלע שטאטישע מענטשען וואס מופן קיין מאנסי (און איך האב אויך געשריבן ברוכים הבאים), זאלן ביטע נישט פראבירן מאכן פון מאנסי א שטאט.

און בענקעלע... איך בעט דיר איבער פערזנעליך
If I hurt your feelings.

איר האט גראדע א פוינט, איך דריי זיך צומאל אין שטילערע גוי'שע געגנטער, (וואו ס'וואוינען נאכנישט קיין אידן...) און זייער פיל (אויב נישט אלע) גריסן מיר העפליך מינימום א קאפ שאקל.

אין א שטאט וועסטו דאס נישט זעהן...

ס'איז א סיטי מענטאלעטי

ישר כח שעפעלע,

איך דריי זיך צומאל (אסאך מאל) אין שטילע אידישע געגענטער, (וואו ס'וואוינען נישט קיין סך גוים...) און זייער פיל (כמעט אלע) גריסן מיר העפליך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

ריכטיג, איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגען אז ביי גוים להבדיל איז אויך די זעלבע, ס'האט סך הכל מיט סיטי ווס שטעטל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:ריכטיג, איך האב נאר געוואלט ארויס ברענגען אז ביי גוים להבדיל איז אויך די זעלבע, ס'האט סך הכל מיט סיטי ווס שטעטל

איך עגרי מיט דיהר. ברוך שכוונתי.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צל עובר »

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:בענקעל,
איך האב דיך שוין גענפערט פריער. קען זיין האסט נישט געזעהן. קען זיין האסט נישט ליעב געהאט מיין ענטפער. וויאמסבורג און בארא פארק זענען "שטעט". ישיבת כרכים קשה. עס האט גארנישט צוטוהן מיט אונז וואליע היימישע אידען. קוק אלע מיינע תגובות וועסטו זעהן ווי איך נעם מיך אייביג אהן פאר אידן. מי כעמך ישראל. איך האב נאר ארויסגעברענגט אז מען בעט אלע שטאטישע מענטשען וואס מופן קיין מאנסי (און איך האב אויך געשריבן ברוכים הבאים), זאלן ביטע נישט פראבירן מאכן פון מאנסי א שטאט.

און בענקעלע... איך בעט דיר איבער פערזנעליך
If I hurt your feelings.

איר האט גראדע א פוינט, איך דריי זיך צומאל אין שטילערע גוי'שע געגנטער, (וואו ס'וואוינען נאכנישט קיין אידן...) און זייער פיל (אויב נישט אלע) גריסן מיר העפליך מינימום א קאפ שאקל.

אין א שטאט וועסטו דאס נישט זעהן...

ס'איז א סיטי מענטאלעטי

אפי' אין בלומינגבורג גריסן די גוים אויך, אפילו ס'שוין דא אידן און מ'האט זיך שוין געקריגט מיט זיי.

סקען זיין די טעם פון שטאט ווס שטעטל, ווייל אין א שטעטל פריידט מען זוך מיט יעדע נייע פנים.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

לויט ווי איז זעי איז די מאנסיער אביסל באליידיגט אז מען האט אים נישט אויפגעזיכט און געגריסט, אלץ א ווילאמסבורגער איינוויאונער וואס דאווענט בערך 10 גאסען פון מיין הויז איז גיי גערען צו א קידוש נאך 6-7 גאסען וואלט איך געזאגט אז אסאך מענטשן גריסען בתוכם איך. אבער האסטו פראבירט צי גריסען יעדעם איינעם 12:00 שבת צפרי בשעת עס איז געפאקט די גאסען ? איך גריס געווענטליך די מיטל עיטש און עלטערע מענטשן און מענטשן איך קען. אויך די געסט (דאס מיינט ווי למשל איך קען נישט זייער פנים) אין רוב יונגע וואס איך קען זיי אדער זייער זיידע אדער עלטער באבע אדער איך ווייס ווי אזוי זיי הייסען אדער עס קען זיין אז זיי קענען מיך... דאס קומעט אויס בערך 50% יונגע אדער מער
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”