מאנסי - פשוט און פראסט - ווי אזוי זיך אויפירן נארמאל - מנהג המקום

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

מאנסי - פשוט און פראסט - ווי אזוי זיך אויפירן נארמאל - מנהג המקום

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 9:06 pm

איהר האט זיך אריבערגעצויגען קיין מאנסי (כולל ספרינג וואלי, עירמאנט, וועסלי הילס, טשעסנאט רידזש, סאוט מאנסי, פאמאנע, וכו', ועוד, עד מאונט אייווי, גארנערוויל וגם בקרוב ממש העווערסטראו), ברוכים הבאים.
We welcome you.
מיהר ווילען פשוט אייך אויסלערנען די מנהג(ים) המקום. דאס איז אויך וויכטיג פאר אלט געזעצענע מאנסי חברה וואס געדענקען ווען מעין סטריט ענד פיפטי ניין האט געהאט א stop סיין.

1) ביטע פייפט נישט. אויב ליידט איהר, pop your pills, אבער פארוואס אויפוועקען די גאנצע שטאט? זיי שטיהל און פארפיהר נישט.
2) פארק נישט אויף די wrong side against traffic מיט דיין שטארקע headlights און אוואדי נישט high beams מיט דיין פון ווילי אימפארטעט Yukon, Chevy Sub וכו', עס מאכט בלינד די דרייווערס.
3) ביסט א פיס גייער? טון אהן א רעפלעקטער! עס איז בכלל נישט קיין פאני זאך צו גיין מיט א רעפלעקטער. פאני איז ווען מען כאפט א זעץ פון א קאר און ער ווייסט מיטאמאהל. געדענקט! איהר זענט א פיס גייער. איהר האט נישט קיין אנונג וואס דרייווער זעהן, אדער זעהן "נישט". נאך דערצו ווען עס רעגענט אדער א קאר וואס קומט אנטקעגן שיינט אריין אין פנים.
4) קומסט קיין ראקלענד קאושער (אדער עווערגרין, מאנסי גלאט, אבער אבי ווי), פארק ווי א מענטש! נעם נישט אויף דריי ספאטס. דאנק השי"ת אז דא אין מאנסי קען מען פארן איבעראל מיט די קאר און האבן פארקינג.
5) פאהר נארמאל! רוב מאנסי איז א 30 מ.פ.ש. זאנע. פלי נישט ווי א חי' רעה.
6) Give the right of way! ביי א קארנער, די קאר וואס פארט גראד אדער רעכטס האט די ערשטע רעכט. געב זיך נישט א שנעלע דריי לינקס ווען עס ווערט גרין בעפאר די קאר וואס פארט גראד קען פארן גראד! דאס איז נישט די ספיריט אוף מאנסי!
7) געדענקט אז pedestrians have the right of way! אין crosswalks. עס איז דריי פוינטס! מען טאר נישט אריבערפארן "ביידע" directions אויב א pedestrian איז אין א crosswalk. עס איז דא נייער (שוין א פאר יאהר) crosswalks מיט blinking lights אויף Maple Avenue. קארס מוזען קומען צו א full stop ווען א מענטש גייט אדורעך. למשל נעבן ווי די מאנסי באסעס הייבען אהן זייער route ביי Metropolitan Home! איך ווער ממש קראנק צו זעהן איעדן טאג קארס פליען דורעך און פייפען נאך פאר די מענטשן וואס האבן די "חוצפה" פון אריבערגיין. עס קומט פון איגנארענס און פשוט נישט קענען די געזעצן פון דרייווען. האט איהר נישט גענומען די Five Hour Class???
8) ווען א איד גריסט אייך א שיינעם הויכן "גוט שבת" איז עס נישט ווייל איהר טראגט מיטן עירוב. דאס איז די מנהג אין מאנסי און אין אלע אידיש שטעט - א חוץ וויל-יעמס-בורג, שנארער פארק און פלעט-בוש. איהר דארפט פשוט שיין ענטפערען "א גוט שבת צו אייך". ניין, עס איז נישט קיין מאדערענע זאך.
9) לערן אויס דיינע קינדער to respect other peoples property! ווילסט ניצן א short cut? מאך זיכער אז עס איז מיט רשות! נאר ווייל "יעדער" גייט, מיינט נישט אז מען מעג. טרעט נישט אויף יענעמס גראס! ער האט געצאלט אסאך געלט פאר די landscaping.
10) געדענק אז מאנסי איז א בעטעמ'ט פלאץ צו אויפציען ערליכע אידישע קינדער. חן מיט פשטות. יא, עס קומט צוביסלעך אריין די שטותים פון שטאט (למשל בנוגע ללבוש, גלעזער, peer pressure ועוד), אבער מאך עס נישט ערגער. so far איז מאנסי נאך נישט אזוי ווי בארא פארק ועוד
where you have to Keeping up with the Joneses. געדענק! Live and let live. מאנסי איז א שטאט פון חסד און חן.
Let's keep it like this!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 9:39 pm

טענק יו, א פיינע מוסר פארציע שאט קיינמאל נישט.

גוטע נקודות פאר אנדערע געגנטער אויך.

אגב, ביי אונז אין קר"י גריסט מען זיך שוין אויך ליידער נישט.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 9:54 pm

גוט געשריבן.
פארוואס אין פארברענגן?
באלאנגט אין דירות אין ישובים אפטיילונג. נישט אזוי?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר חמש מאות
תגובות: 976
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דאנארשטאג נובעמבער 16, 2017 11:03 pm

Thank you for the article,

Live and let live it is...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 12:08 am

שוין לאנג נישט געזעהן איינער זאל שרייבן אזוי שיין און קורץ וואס מאנסי איז (געווען?).

ייש"כ.

הלוואי זאל דאס בלייבן אזוי.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 8:21 am

אנטשולדיגט אבער ביי אונז אין בארא פארק גריסט מען זיך יעדער איינער דעם צווייטן א גוט שבת!

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2561
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 10:30 am

איינפאכער איד האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער ביי אונז אין בארא פארק גריסט מען זיך יעדער איינער דעם צווייטן א גוט שבת!

בארא פארק פארלאנגט א עפענליכע מחילה.
א גרויסע טייל וויליאמסבורג'ע אויך.

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 11:16 am

גוט גוט.
הנאה געהאט פון אלע תגובות בינעזאם.
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 11:43 am

אגוטן הרב מאנסי'ער, הערט א מעשה.

אמאל פאר איך רואיג אויף פארעסט רד. ביי אונז אין מאנרא, ווען א קאר אונטער מיר פייפט שיינט מיט די היי-ביעמס און פעסט מיך ראנג וועי. צוערשט האב איך זיך גערעגט אויף דעם חי', טראכטנדיג אז אדער איז דאס א שנה ראשונה טעקסי דרייווער, אדער א טיפיקל וויליאמסבורגער. אנקומענדיג צום רויט לייט אונטער אים, באמערק איך אז דער איז גאר מיינס א קרוב, א מיטליעריגער שיינער איד וואס וואוינט נישט ווייט פון מיר.
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 2:37 pm

איינפאכער איד האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער ביי אונז אין בארא פארק גריסט מען זיך יעדער איינער דעם צווייטן א גוט שבת!

די מיינסט אוואדאי יעדער איינער פון דיינע פרענדס וואס קען דיר...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 2:39 pm

בענקעל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער ביי אונז אין בארא פארק גריסט מען זיך יעדער איינער דעם צווייטן א גוט שבת!

בארא פארק פארלאנגט א עפענליכע מחילה.
א גרויסע טייל וויליאמסבורג'ע אויך.

Request denied.
Sorry.
We need to see improvement first.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » פרייטאג נובעמבער 17, 2017 2:46 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער ביי אונז אין בארא פארק גריסט מען זיך יעדער איינער דעם צווייטן א גוט שבת!

בארא פארק פארלאנגט א עפענליכע מחילה.
א גרויסע טייל וויליאמסבורג'ע אויך.

Request denied.
Sorry.
We need to see improvement first.

;l;p- :lol:
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 8:05 pm

נודה לך האט געשריבן:גוט געשריבן.
פארוואס אין פארברענגן?
באלאנגט אין דירות אין ישובים אפטיילונג. נישט אזוי?

גערעכט. טעות. אפשר קען איינער פון די חשובע מנהלים עס ריקען?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11765
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 8:07 pm

נהנתי וריקטי אותו

פון יעצט
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 08, 2016 8:10 am
לאקאציע: כ'ווייס נישט וואו כ'בין כ'ווייס אבער וואו כ'וויל אנקומען

תגובהדורך פון יעצט » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 8:25 pm

נודה לך האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער ביי אונז אין בארא פארק גריסט מען זיך יעדער איינער דעם צווייטן א גוט שבת!

בארא פארק פארלאנגט א עפענליכע מחילה.
א גרויסע טייל וויליאמסבורג'ע אויך.

Request denied.
Sorry.
We need to see improvement first.

;l;p- :lol:


מיין עקספיריענס:
ביידע פלעצער גריסט מען נישט עכט אבער אין בארא פארק גריסט כמעט יעדער שיין צוריק. אין וויליאמסבורג וועלן אסאך מענטשן אנקוקן דעם גריסער ווי ער קומט פון די לבנה (פארוואס גריסטע מיר? איך טראג מיט'ן עירוב? )

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 8:34 pm

יש"כ
מיר געדענקן און גלייכן די אמאליגע צייטן
און מיר ווילן עס נישט בייטן

לגביי ב"פ ווייס איך נישט היינט וויאזוי ס'איז אבער פאר 30 יאר צוריק האט נאך יעדער אן אויסנאם פון חסידיש'סטע ביז מאדערנסטע געגריסט גוט שבת

נאכמער איך געדענק גייענדיג און שול מיט מיין טאטן, אויב האט אריבערגעוואקט א ארגינעלעם מאדערענע
פארפאלק מאן און ווייב האט מיין טאטע געגריסט (אפילו ער פלעגט דאס נישט טון ביי א גאר חסידישע פארפאלק, ווייל ביי זיי איז עס שוין נישט געווען די נארמע אז א חסידישע יונגערמאן זאל גריסן א פרעמדע מאן ווען ער גייט מיט די ווייב) ס'פלעגט זיך אמאל מאכן אז א מיטליעריגע אדער אלטע אמעריקאנע מאדערענע פרוי האט געגריסט, פלעגט מיין טאטע שיין צוריק גריסן
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » מוצ"ש נובעמבער 18, 2017 10:12 pm

געווען אין בארא פארק אפאר יאר צוריק אויף שבת און פון געוואוינהייט געגריסט פרעמדע דורכגייער.
פון די ערשטע פאר אידן וואס כ'האב געגריסט, האבן 2 מיר באטראכט און געפרעגט "פון וואו קענסטו מיר? ווער ביסטו?"
האט מיר מיין בארא פארקער באגלייטער אויפגעקלערט: "האלא, דא איז נישט מאנסי. דא איז די מענטעליטי: אויב קענסטו מיר נישט פרייטאג - ווער נישט מיין פרענד שבת!"

אגב, מאנסי-כשר-טרעוול: שיין געשריבן. גוט ארויסגעברענגט די נקודות.

אויך מיר
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 17, 2013 3:48 pm
לאקאציע: נישט

תגובהדורך אויך מיר » זונטאג נובעמבער 19, 2017 11:00 am

געהערט אמאל:
אין מאנסי גריסט מען יעדעם
אין ווילי גריסט מען נאר וועם מ'קען
אין ק"י גריסט מען דיר נישט ווייל מ'קען דיר...

מיר בענקן זיך נאך די אלטע מאנסי.
איי א וועלט!

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2561
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג נובעמבער 19, 2017 11:44 am

Kosher Travel האט געשריבן:
בענקעל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער ביי אונז אין בארא פארק גריסט מען זיך יעדער איינער דעם צווייטן א גוט שבת!

בארא פארק פארלאנגט א עפענליכע מחילה.
א גרויסע טייל וויליאמסבורג'ע אויך.

Request denied.
Sorry.
We need to see improvement first.

נישט שיין אזוי אומאיידל צו 'לעבלן' טויזנטער אידן, ווייל עפעס געקוועטשט דיר אין מאנסי. מאנסי'ער אידן קומען פונעם זעלבן פאלק און אדורך געגאנגען דעם זעלבן שווערן גלות מיט אלע רדיפות און צרות ביז יעצט און עס וועט זיך נישט טוישן.

מיין מיינונג, זאלן אלע וויליאמסבורג'ע וואס האבן זיך געצויגן קיין בארא פארק אינעם לעצטן גירוש, גיין קיין מאנסי און לאזן בארא פארק ארגינעל אין איהר אייגנארטיגן חן און רואיגקייט.

נישט ווייל עס איז ריכטיג אזוי צו רעדן, נאר שפיר אביסל וואס דאס מיינט. מ'רייסט נישט אראפ טויזנטער אידן פון דיין אייגן פאלק ווייל דו האלסטוך פון אן אנדערע סארט מענטשהייט. דאס האט היטלער געטוהן ער האט געוואלט די וועלט זאל שטיין נאר פון זיין ראסע. אן קיין פארקריפלטע, מאנגאוליענס שווארצע און להבדיל אידן.

ווילסט, מאך א אויפקלערונג'ס קאמפיין מיט א מער צוגעלאזענע איידעלע שפראך. פארגעס נישט צו וועם דו רעדסט. פון איין קאריאוזע שרייבעריי וועט זיך גארנישט טוישן.
. . . !

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2612
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » זונטאג נובעמבער 19, 2017 11:48 am

אויך מיר האט געשריבן:געהערט אמאל:
אין מאנסי גריסט מען יעדעם
אין ווילי גריסט מען נאר וועם מ'קען
אין ק"י גריסט מען דיר נישט ווייל מ'קען דיר...

מיר בענקן זיך נאך די אלטע מאנסי.


גוט געזאגט
אפילו נישט געטראכט ביז יעצט.. עס ליגט שוין אונטערן באוואוסטזיין!!
אינדערוואכן אפילו מקען זיך האלבוועגס וועט מען נישט אזוי שנעל גריסן משא"כ שבת אויב מקען זיך אביסל קען מען זיך שוין "ערלויבן" צו גריסן...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

לייבעלע הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

תגובהדורך לייבעלע הירש » זונטאג נובעמבער 19, 2017 12:15 pm

בארא פארקע געבוירענע אין אויפגעוואקסענע ווייסן אז מ'גריסט "יעדעם"....
אין אויב האט ער חתונה געהאט אויף וומ"ס, אין קומט אויף שבתים ווייסט ער אז דא גריסט מען. פינטל
משא"כ די געווארענע בארא פארקע.... שוין, וואס דארף מען רעדן.
ב"פ בכלל האט שוין פין לאנג פארלוירן איר אמאליגן חן...
נאר א בארא פארקער העט מיך פארשטיין
מ'טאר נישט אויספאפן א חבר, אבער לפנים משורת הדין זאל מען זיך זעלבסט אויך נישט פאפן. קרעדיט: רבי רבי בונם פין פרשיסחא

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5614
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג נובעמבער 19, 2017 1:25 pm

בענקעל האט געשריבן:
איינפאכער איד האט געשריבן:אנטשולדיגט אבער ביי אונז אין בארא פארק גריסט מען זיך יעדער איינער דעם צווייטן א גוט שבת!


א גרויסע טייל וויליאמסבורג'ע אויך.



:roll:
ער [פרעזידענט טראמפ] קומט אריין ביי מיר אלס א פערזאן פון מער ווי עוורידזש אינטעליגענט ~ געוועזענער עף בי איי דירעקטאר דזשעימס קאומי

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2236
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג נובעמבער 19, 2017 1:35 pm

Kosher Travel האט געשריבן: און פלעט-בוש.

אבי געהאקט.
גארנישט אנדרעש פון עני אנדרע אוט אוף טאון שטאט לגבי דעם פרט.

אני כשלעצמי פיל איך די חילוק ווען איך גיי צוריק קיין ב"פ פון א שמחה אין פלעטבוש, ביז נאך ocean parkway גריסט זיך יעדער, פון דארט און ווייטער ווערט עס אביסעל שטילער, און ווען מ'איז שוין ביי 18th ave איז שוין שא שטיל...
-----
איך האב א קרובה א עלטערע פרוי וואס וואוינט ערגעץ אין א ווייטע שטעטל און יעדעס מאל וואס זי איז אין ב"פ אויף שבת עסט זי זיך די הארץ פון דעם, זי וועט להכעיס ווינטשען פאר יעדעם - אנשים נשים וטף - ביז יענער וועט ענטפערן... מיר האבן געפויעלט ביי איר אז כאטש די מענער זאל זי צורוה לאזן...

אוועטאר
געשיקטער
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג נובעמבער 19, 2017 1:46 pm

מאנסי - פשוט און פראסט - ווי אזוי זיך אויפירן נארמאל - מנהג המקום

די ווילסט אז מען זאל ווערען פראסטע אינגען ?
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר מאה ??

דגל יהודה
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 12:42 am

תגובהדורך דגל יהודה » זונטאג נובעמבער 19, 2017 5:00 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן: און פלעט-בוש.

אבי געהאקט.
גארנישט אנדרעש פון עני אנדרע אוט אוף טאון שטאט לגבי דעם פרט.

אני כשלעצמי פיל איך די חילוק ווען איך גיי צוריק קיין ב"פ פון א שמחה אין פלעטבוש, ביז נאך ocean parkway גריסט זיך יעדער, פון דארט און ווייטער ווערט עס אביסעל שטילער, און ווען מ'איז שוין ביי 18th ave איז שוין שא שטיל...
-----
איך האב א קרובה א עלטערע פרוי וואס וואוינט ערגעץ אין א ווייטע שטעטל און יעדעס מאל וואס זי איז אין ב"פ אויף שבת עסט זי זיך די הארץ פון דעם, זי וועט להכעיס ווינטשען פאר יעדעם - אנשים נשים וטף - ביז יענער וועט ענטפערן... מיר האבן געפויעלט ביי איר אז כאטש די מענער זאל זי צורוה לאזן...


איך הנאה פין אין מהלך.
סייג לחכמה שתיקה- אין חכמה אליין איז ווען מרעדט אין מווייסט וואס מרעדט


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט