אידישע ישובים Out of town communities

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

יענקעלע: אויב איז ריכטיג וואס איהר זאגט, דאן I stand corrected.

חב"ד האט לעצטענס איבערגענומען. די מצב האט זיך אפשר געטוישט די לעצטע פאר יאהר. ווען איך בין לעצט דארט געוועהן, איז נאך געוועהן א קהלה נאה. טאקע אסאך עלטערע אידן. עס איז שוין געווען ארום 12 יאהר צירוק.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bookkeeper »

אפשר קען מען אויפלעבן דעם אשכול?
עס ציט מיר אביסל די ענינים..
איך מיין עס וואלט כדאי געווען אנצוהייבן מיט איינס אויפאמאל (מיר ציט מער די קהילות וואס האבן עט ליעסט א מנין שומרי שבת וואס קומען נישט מיט די קאר אפילו מיט א צוגעשפארטע פארקינג לאט,[מיין מיינונג איז אז אנדערש איז עס אפילו נישט בגדר "אידישע" ישוב], הגם עס איז דא נאך זאכן וואס תורה,דיק קען עס זיין אן ערענסטער פראבלעם צום ביישפיל: מענער און פרויען צוזאם וכדומה , דאך מיין איך אז שמירת שבת איז מער די סימבאל "איך בין א איד" [דאכט זיך, עס ווערט געברענגט ערגעץ די פשט אויף: כי "אות" היא ביני וביניכם]).

און פאר איך פארגעס יישר כח "כשר טרעוועל" פאר דיזע שנירל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מיך צוהט אויך. איך בין נאר זייער פארנומען די טעג. אי"ה און א צוויי וואכן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3978
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

Bookmarked
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איך וועל אראפשרייבן ווי ווייט איך האב מיטגעהאלטן א שבת אין

דענווער ,קאלאראדא

אבער כאב נישט געגראבן מיט אלע דעטאלען מיט נומבערס ,סא טאמער עפעס איז נישט ווי די מציאות ביטע מיר פארעכטען אויב איר ווייסט אנדערש

עס איז מיר אויסגעקומען פערצופאל ,נאכדעם האט זיך ארויסגעשטעלט אז סאיז נישט געווען פערצופאל

אבער מעשה שהיה אז אפאר יאר צוריק ביים גרויסן בליזערד אין ניו יארק ,בין איך סטאק געבליבן ביי א סטאפאווער אין דענווער קאלאראדא א דאנערשטאג נאכמיטאג, אבער למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז סאיז געווען פון די מערסטע ספריטשאלע (געהויבענע) שבתים אין מיין לעבן

געווען אז אונז האב מיר זיך געטראפן א דאנערשטאג נאכמיטאג פלוצלינג אין עירפארט אין דענווער געשטראנדעד

למעשה מיין חבר האט זיך געקענט מיט איינעם וואס קען א רב פון דענווער ,געמאכט איין טעלעפאן קאל און פלוצלינג האט מען אונז אנגעהויבן קאלן פון אלע זייטן מיט הילף ,אונז האב מיר באקומען גראד אפפערס פון מענטשן אז זיי קומען אונז אויפפיקען פון עירפארט און יענער וואס איז געווען דארט פון די ליטווישע געגענט האט אונז גלייך געזאגט אז סאיז דא דריי געגעענטער ווי אונז קען מיר וויילען אויף שבת

סאיז דא דארט א ליטווישע געגענט וואס דארט איז דא די באקאנטע דענווער ישיבה און כולל וואס גייט שוין אן פאר יארן

די ראש ישיבה איז א בן שמונים ,מען קומט צופארן צו לערנען דארט פון די גאנצע וועלט ,און סאיז מער א ליטווישע געגענט פון איבער הונדערט משפחות מיין איך אדער מער ,ער זאגט אונז אויפן טעלעפאן אז זיי האבן דאנערשטאג נאכט א ליל שישי שיעור מיט ווארעמע טשולענט יעדע וואך ווי איך וועל קענען פארברענגען

אבער ער האט אונז געזאגט אז סאיז דא אויך די מעין סטרים געגענט וואס איז מער אין צענטראל דענווער שטאט וואס איז די ארגינעלע פרומע ארטאדאקסישע געגענט ווי עס וואינען אויך בערך איבער הונדערט משפחות אדער מער און דארט איז דא מוסדות פאר יונגלעך און מיידלעך, און איינער האט אונז גלייך אריינגעקאלט אז אונז קען מיר גיין צו אים אויף שבת אין יענע געגנט

נאכדעם זאגט ער מיר אז סאיז דא א דריטע געגענט וואס איז בעל תשובה קאאמיוניטי

סאיז איינע פון די מערסטע סוקסעספול געגענטער פון די באקאנטע אש ארגענאזעציע אין די גאנצע וועלט , און אויך דארט האב מיר גלייך באקומען קאנטאקטס ווי צו איינשטיין אויף שבת ,

למעשה זענען מיר געווען אויף א דילעמא, האב מיר געהאט דריי אפשענס ווי צו גיין אויף שבת ,און די מענטשן האבן מיר אונז געזאגט אז ביזט שוין דא אין שטאט לוינט זיך שוין מיטצוהאלטען א שבת אין די אש קאאמיוניטי, און קיין חסיד פון א ליטווישע שבת האט מיר אויך נישט געשמעקט ,דאס קען מען זען אין לעיקוואד אלס ,

למעשה האבן מיר באשלאסן טאקע צו זען וואס די שבת דארט וועט זיין , איך בין געווען קודם דערשראקן וואס בעלי תשובות ,למעשה איז עס געווען דערהויבן עד אין שער

זענען מיר אנגעקומען צו אונזער מכניס אורח א ווארעמע יוד וואס צום סוף האב איך אליינס פארשטאנען און דערנאך האט ער אונז געזאגט אז טאקע זיינע עלטער זיידער פאר די קריג זענען געווען חסידים ,ער האט געהאט א אינערליכע ברען פאר שבת וואס מען זעט נישט ביי אונז קיין סאך

די אש קאאמיוניטי דארט איז פון די גרעסטע ,באיכות זיכער אדער ממש פון די איינציגסטע פון די סארט אין די וועלט

א נייע קאאמיוניטי אפשר 10 יאר אלט וואס א ליטווישער פון די ישיבה'שע קאאמיוניטי האט עס געפענט

ער האט דארט אויפגעשטעלט א ריזן בילדונג אינטער אש ארגענאזעציע, וואס פארמאגט א ריזן שול מיט שטיבלעך ,א פרויען שול , מקוה טהרה , א עקסטערע מענער מקוה , א זאל אין אויך קלאסן פאר די מיידעל סקול פון די יונגערע קלאסן וואס וואקסט שטארק

זייער אסאך בעל תשובות קומען אהין וואינען צו יענע קאאמיוניטי וועגן סאיז נישט דא קיין סאך אזא געגענט ספיציעל בקוועם און אזוי שטארק ווי דארט

סאיז אויך א געגענט פון איבער הונדערט איינוואינער

סאיז מער אביסעל סובארב ,אביסעל העכער און הערליכע איין פאמיליע הייזער פאר אונטער צוויי הונדערט טויזענט א הייזקע

שבת איז געווען דארט א השכמה מנין און דערנאך די גרויסע מנין
דערנאך איז דא א גרויסע קידוש יעדע וואך אזוי ווי עס איז די מנהג און די געגענטער און יענע וואך איז געווען א באווארפען פון איינע פון די משפחות דארט ,די קידוש דארט פארברענגט מען בשבת אחים ווי איין גרויסע משפחה ,בכלל די גאנצע קאאמיניטי איז ווי איין גרויסע ברודערליכע משפחה ווי איינער העלפט דעם צווייטען , די רב זאגט א שיינע שמועס דארט גראדע ביים קידוש

גראדע די ליטווישע ראש ישיבה איז געווען צו גאסט דארט אויף שבת ,וואס ער קומט אהין דארט מחזק זיין די געגענט פון צייט צו צייט און גערעדט דארט א ווארעמע שלש סעודת שמועס א לענגערע צייט

א לכה דודי דארט איז צוגאנגען זייער דערהויבן מיט געגועים און הארציג

סאיז זייער שווער צו שילדערן אויף פאפיר וואס מיינט א שבת ביי זיי יודן וואס פילן באמת פרייליך אז זיי זענען דערנענטערט געווארן צו יודישקייט ,א גאנצע בית המדרש נאר פון אזאנע יודן

סאיז אלעס מענטשן מיט משפחות מיט קינדער ,,א עכטע שטארקע געגענט

למעשה איז מיר מוראדיג נאכדעם מיל פארוואונדערט פארוואס אונז קען מיר נישט טין די זעלבע אפשר איז צייט דארט צו עפענען א פערטע חסידישע געגענט

דארט איז דא אפאר מקוה טהרה'ס ,שולן

די ערשטע זאך פון עירפארט בין איך אריינגעפאלען אין די ריזיגע סופערמארקעט ,בעסער געזאגט כשר מארקעט , עס הייסט וואן סטאפ קאושער ,אבער כשמו כן הוא אלעס כשר אינטער איין דאך , די ערשטע זאך וואס מיינע אויגן האבן באמערקט ביים טיר איז געווען די פעקעזשינג פון די גרויסע גאנצע טשיקען פעקעל פון קעי זשעי פאולטערי אין פריזשעדער ,זיי האבן די גאנצע ליין פון קעי זשעי מיעל נארט און נאך

דער גראסערי פארמאגט יעדן פראדוקט וואס די וועסט טרעפען כשר אין וויליאמסבורג פון פלייש ביז כשרע דעזשערטענס ביז פעיפער גודס,סאיז נישדא גראדע א געשעפט אין וויליאמסבורג וואס האט אלע כשרע פראדוקטען ווי דארט , די בעל הבית האט מיר געזגאט אז יעדע שטיק צייט ווען ער איז אין ניו יארק טשעקט ער אויס אלע גרויסע כשרע געשעפטן און יעדע נייע יודישע פראדוקט ,מאכט ער זיכער אריינצוברענגן ער ברענגט אליינס אראפ טרעילאר לאודס פון ניו יארק מיט סחורה

אויך פארמאגט עס א גוטן פליישיגען רעסטאראנט אין די בעק פון די סטאר, מיט וואס די דעמאלטסטיגער בעל הבית ,איך הער אז ער האט עס לעצטענס פארקויפט , די בעל הבית א ווארעמע חסידישע יוד מיט זיין בני בית האט אונז דארט שיין אויפגענומען און אויך איינגעלאדענט אויף שבת , ער איז פון די איינציגסטע שטריימלעך אדער גאר די איינציגסטע שטריימעל דארט ,
סאיז ממש נישדא קיין סיבה נישט דארט צו וואינען הייזער זענען ביליג , אלעס וואס א חסידישע יוד דארף איז דא דארט , זשאבס זענען אויך פיין

עס האט מיר באמת איבערגעלאזט מיט א מורהדיגע רושם

וואס די יודן האבן אונז געבעטן אונז זאל מיר צוריקקומען אויף א שבת און אויך אנדערע זאלן קומען , איך האף נאך איין טאג צו פארן פאר נאך א שבת אהין

לעצטערע פאר יאר גראדע פארן אסאך יונגעלייט זומער פאר דאטשע אויף די בערג דארט וואס הייסט אמעריקאנע שווייצע בערג , ווינטער איז א גרויס צוזאמפארעכטס פאר סקיאינג און זומער זענען די האטעלען און טיקעטס צופליען אהין זייער ביליג ,איז עס א היפש ביליגע אויסגעהאלטענע כשר'ע וואקאציע ארט

סאיז כדאי צו זען מיט די אייגענע אויגן אזאנע געגענטער אין סטעיטס ווי יודישקייט גייט אן פונקט ווי אין ניו יארק
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

זייער אינטערסאנט, שכח.
.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

מאכסט מיר אן אפעטיט אנצוקומען אהין
זוכט איר דוי?
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

דונש האט געשריבן:מאכסט מיר אן אפעטיט אנצוקומען אהין


עס איז זייער גרינג דארט אנצוקומען מיט א ביליג טיקעט אהין
Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bookkeeper »

Wowe געוואלדיג א ריזיגן יישר כח , זיך באלעקט די פינגערס
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

איך זע דער עולם האט הנאה דערפון , כאב געמיינט אז דער עולם וועט נישט פארשטיין דערצו , יישר די אלע וואס האבן זיך באדאנקט אויך די אין אישי

וועל איך שרייבן נאך אביסעל פון דעם שבת דערנאך אפשר נאך

איז צופרי סעודה האט מיר מיין מכניס אורח נישט געקענט נעמען וועגן ער איז שוין געווען איינגעלאדענט ביפאר וויסן פון מיין קומען צו גיין עסן ביי א צווייטען יוד

בכלל איז געווען 10 יודן וואס האבן אונז געוואלט אריינעמען זיי גלייכן זייער געסט און געזאכט עניטיים קען מען זיי קאלן און גערן אריינעמען געסט

האט ער מיר געזאגט אז איך בין עניוועי דא אויף שבת און ער קען מיר נישט נעמען פאר די צופרי סעודה דעמאלס לוינט זיך שוין מיטצוהאלטען נאך א אינטערסאנטער עפיזאד דארט אין זייער געגענט ,אייינער וואס האט געסט און נאך משפחות וואס קומען ביי אים עסן מיט א גרויס געפירעכטס

שוין למעשה זענען מיר געגאנגען נאכן קידוש פון שול ,אהיימשפאצירט מיט יענעם יוד ,גראדע זיך געהאט אראפגעלאזט א שיינעם שניי בשעתן דאווענען ,קום מיר אן צו א שיין גרויסן הויז ,לאמיר זאגן ווי א שיינער ווארעמער יוד פון פלעטבוש מיט א שיינעם מלכותדיגען יודישען הויז , זענען געווען דארט בערך צוויי מנין יודן מיט זיין משפחה מיט פינעף קינדער , זיינע 2 זין בחורים האבן ארומגערעדט אין דברי תורה פון די פרשה פון די וואך און געמאכט מיט די פינגער ווי ריכטיגע בני תורה... סאיז געווען א תורהדיגע סעודה , זיי לערנען דארט אינעם ליטווישען ישיבה אין ישיבה אפ דענווער און זעען אויס ווי איידעלע בחורים מציונים
,די טשולענט איז געווען א היימישען ראפוגאש טשולענט וואס ער זאגט דעס האבן אים די קינדער אויסגעלערנט ,וואס ביי זיי אין ישיבה האבן זיי זיך דערלערענט צו מאכן א היימישען טשולענט , למעשה אזוי שמועסענדיג מיטן בעל הבית נאכן סעודה אוןער האט אונז ארומגעפירט אין זיין הויז אנווייזינדיג זיין שיינעם גרויסן ספרים שטוב מיט א גרויסע ענגלישע לעדערנע סעט ארטסקרול ש"ס ,זאגט מיר אזוי מיט א שמייכעל אויפן פנים אז נעקסטע יאר מאכט ער א סיום הש"ס און ער לאדענט מיך שוין אן פארן סיום , טאמער עס שטומט דאכט זיך מיר אז ער האט געזאגט ער לערענט דף היומי , די בני בית האט אויסגעזען ווי א פרומע בית יעקב אדער באלד א בית רחל יודענע.. זי האט זיך אפגעגעבן מיט די נשים געסט וואס זענען געקומען עסן דארט , בקיצור עפעס האט מיר געקלינגען אז איינער אין שול האט עפעס געזאגט אז איך גיי עסן ביי די גר צדק, למעשה נישט מער אין נישט ווייניגער דערציילט ער מיר זיין לייף היסטארי אזוי אז ער מיט זיין בני בית זענען גירים,איך האב געמיינט איך חליש... ער זאגט מיר ער האט כסדר אז מענטשן קענען נישט גלייבן און פאלען אוועק

אביסעל מסביר צו זיין פון וועם מען רעדט ,א ווייסער אמעריקאנער יוד ,איז ער געווען א עיר פארס פילאט פון ספיציעלע פליגערס איך קען מיר נישט דערמאנען וועלכע, ער האט דארט אויפן טיש אין ספרים שטוב אפאר קליינטשיגע מינעטשארס פונעם פליגער וואס ער פלעגט דרייווען

דארט אין דענווער איז דא די באקאנטע מיליטערישע באזע פארט דיקס ,דאכט זיך מיר הייסט עס ,דאס איז א געהעריגע מיליטערישע שטאט ,דאס הייסט ער האט געוואינט דארט מיט זיין גאנצע משפחה אינעם מיליטערישן באזע פאר יארן

ער זאגט דארט גייט מען אין קלויסטער יעדע וואך אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין די גויעשע וועלט און דער קריסטישע גלח רעדט ארום איבער די קריסליכע גלויבן ,און ער האט אנגעפרעגן קשיות יעדע וואך מיט סתירות מיט זאכן וואס שטימען נישט און אזוי האט ער אנגעהויבן טראכטן פון יודישקייט אז אזוי ווייט דער גלח האט אים מיט זיין ווייב ארויסגעווארפן פונעם קלויסטער און זיי מער נישט אריינגעלאזט און מער נישט געלאזט קומען , איך געדענק נישט צו ער האט געזאגט אז ער האט ארויסגעמופט פונעם באזע וועגן יודישקייט צו וואינען אין די יודישע געגענט אדער וועגן וואס כאב געוואלט צוקומען אז נישט מער און נישט ווייניגער זענען ביידע ער און זיין ווייב געווען קראנק מיט יענע מחלה און זיי זענען בה ביידע געזונט און פריש גארנישט צו דערקענען ,צו אפשר וועגן דעם האבן זיי ארויסגעמופט..
, זיין ווייב האט ארויסגעגעבן א בוק פון זייער לעבן באזירט אויף אמונה און בטחון אין יודישקייט וואס ער האט אונז געגעבן נאך שבת אהיימצונעמען , זי איז א גרויסע רעדנערן פאר אש ארגענאזעציע אין זי פארט ארום אין די גאנצע וועלט רעדן, איך מיין דעמאלס האט זי געדארפט אויפטרעטן אלס מעין רעדנערין ביי די ריזיגע יערליכע אש קאנפרענס וואס קומט פאר יערליך פאר די פרויען

ווען איך קלער יעצט צוריק שרייבענדיג די שורות גלייבט מיר עס נאך אלס נישט ,איך וואלט אין מיין לעבן נישט געחלומט אז ער איז א גר ,ער איז גראדע די איינציגסטע גירים קאפעל אין די קאאמיוניטי, היינט צוטאגס האט ער א גרויסע קינדער דאקטער אפיס דארט אין די געגענט וואס ער אליינס איז א פידיעטריק דאקטער און א שטיקעל נגידישע יוד און שיינע יוד אין די קהלה

ער האט אונז גראדע געזאגט ער קען אונז ווען נעמען אז אונז בלייב מיר אויף זונטאג אריין אין די ארמי באזע וואס ער קען גיין וויזיטען ,און האט נאך אסאך פריווילעזשעס פון די ארמי ,למעשה אלס געזעץ אין די ארמיי קען ער מער נישט דרייווען יענעם פליגער אויף מישאנס נאכן האבן מוח קענסער ל"ע, אבער ער קען פארן מיטן ספיציעלן פליגער וואס פילט אן געז און די לופטען פאר אנדערע פליגערס ,וואס פאר די פאן אפ איט טוט ער עס נאך אסאך מאל

ער פארט אהין דארט אסאך צו קויפן בראנפען וואס איז טעקס פרי דארט אין די באזע

איך דארף אפיר זיכן דעם ביך פאר מער פונקטליכע דיטעילס אדער מאכן א גוגעל סערטש

בקיצור דאס איז איינע פון די געשיכטטס פונעם שבת.

אפשר וועל איך שפעטער שרייבן נאך
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דונש »

זייער אינטערעסאנטע געשיכטע
זוכט איר דוי?
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9224
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

זייער אינטערעסאנט.

מה' מצעדי גבר כוננו.
---
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

הערליך שיין. ייש"כ
די ראש ישיבה דארט הייסט פונקט ווי די חפץ חיים - הג"ר ישראל מאיר הכהן קאגאן שליט"א
Bookkeeper
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 12:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Bookkeeper »

געוואלדיגת ביסט כאטש געגאנגען כאפן א רייד מיטן ערעפלאן?
דו רייצט מיך זייער אן
איך מיין איך פלאן מיין נעקסטע וואקאציע אהין..

העיקר שכחתי. האסט דיך אויך ארומגעדרייט אין געגנט און באטראכט די בתי מדרשים - מוסדות וכו' אדער אפשר ביסטו גראד אהיימגעקומען מוצ"ש?
איפה פייביש
שר האלף
תגובות: 1607
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איפה פייביש »

Wow זייער אינטערעסאנט! ישר כח גדול!
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

איך ליין מיט דארשט, אויף דעם ווארטן מיר שוין זינט די אשכול איז געעפענט געווארן, שכח.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
גליקליכער
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליקליכער »

יישכ כוח, גאר אינטרעסאנט!
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

Bookkeeper האט געשריבן:געוואלדיגת ביסט כאטש געגאנגען כאפן א רייד מיטן ערעפלאן?
דו רייצט מיך זייער אן
איך מיין איך פלאן מיין נעקסטע וואקאציע אהין..

העיקר שכחתי. האסט דיך אויך ארומגעדרייט אין געגנט און באטראכט די בתי מדרשים - מוסדות וכו' אדער אפשר ביסטו גראד אהיימגעקומען מוצ"ש?


איך בין צוריקגעפארן זונטאג פארטאגס

ניין איך האב נישט געהעריג באטראכט די אנדערע געגענטער נאר בעיקר די סופערמארקעט אין די אנדערע געגענט

און גיין זען די בערג אביסעל

סאיז געווען פון די קלענסטע פרייטאגס פון יאר אינמיטן ווינטער

כאב מיר פשוט דערמאנט פון דעם שבת פון דעם אשכול
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

רעסטאראנט:
ישר כח פארן אויפלעבן די אשכול. זייער אינטערסאנט און שיין אראפגעשריבן.

איך האב אסאך צו שרייבן פון מיינע נסיעות, סיי אין אמעריקא און סיי אין די וועלט. איך בין פשוט זייער פארנומען די טעג, ואתכם הסליחה.

איך האב מיהר נאר דערמאנט א קליינע מעשה... איך בין אמאהל אנטלאפן פאר א טאג צוויי מיט די רביצן קיין Ocean Place Hotel אויף די Jersey Shore. בין איך געגאנגן דאווענען און א ספרדישע סירישע שוהל, Ohel Simha Synagogue.

איך מוז זאגן אז איך בין געוועהן זייער איבערגענומען פון צוויי זאכן: כבוד בית המדרש און כבוד צו זייער חכמים. עס זענען ארייגעקומען סירישע אידן אהן קאפלעך, גענומען א קאפל ביים טיהר. אבער די פשטות אינעם ענין פון קדושת בית המדרש איז נישט צום גלייבן. האט זיך צוקלינגן איינעמס סעל פאון אינמיטן דאווענען. ער איז ארויסגעלאפן מיט אזא פחד אז ער האט פארגעסן אויסלעשטן דעהם טעלאפאון פארן דאווענען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעסטאראנט »

Kosher Travel האט געשריבן:רעסטאראנט:
ישר כח פארן אויפלעבן די אשכול. זייער אינטערסאנט און שיין אראפגעשריבן.

איך האב אסאך צו שרייבן פון מיינע נסיעות, סיי אין אמעריקא און סיי אין די וועלט. איך בין פשוט זייער פארנומען די טעג, ואתכם הסליחה.

איך האב מיהר נאר דערמאנט א קליינע מעשה... איך בין אמאהל אנטלאפן פאר א טאג צוויי מיט די רביצן קיין Ocean Place Hotel אויף די Jersey Shore. בין איך געגאנגן דאווענען און א ספרדישע סירישע שוהל, Ohel Simha Synagogue.

איך מוז זאגן אז איך בין געוועהן זייער איבערגענומען פון צוויי זאכן: כבוד בית המדרש און כבוד צו זייער חכמים. עס זענען ארייגעקומען סירישע אידן אהן קאפלעך, גענומען א קאפל ביים טיהר. אבער די פשטות אינעם ענין פון קדושת בית המדרש איז נישט צום גלייבן. האט זיך צוקלינגן איינעמס סעל פאון אינמיטן דאווענען. ער איז ארויסגעלאפן מיט אזא פחד אז ער האט פארגעסן אויסלעשטן דעהם טעלאפאון פארן דאווענען.


איר רעדט פון א גרויסן שול מיט שטיבלעך און די דערנעבענדיגע לאנג ברענטש ניו זשערסי ? איך געדענק נישט דעם נאמען פונעם שול אבער די געגענט לאנג ברענטש הארט לעבן דיעל איז ווערט צו באשריבן ווערן זייער א איידעלע פרומע געגענט ,דאכט זיך אז דארט איז דא א ישיבה'שע עולם לעצטענס אויסער ספרדישע , גראדע געטראפן דארט באלד א מנין היימישע יודן פון וויליאמסבורג ...אריינגערעכנט פאנדרעיזארס פון איינע פון די גרויסע מוסדות גיין נאך געלט דארט ביי שחרית .

כאב גראדע דעמאלס אויסגעטשעקט דעם האטעל דעמאלס אין א גרינעם דינסטאג אינמיטן ווינטער אריינשפאצירענדיג אין לאבי אבער כאב געמיינט אז איך בין אויף לי עוועניא 2 אזייגער אינמיטן טאג אזויפיל יודענעס געווען אז איך לויף נאך יעצט...
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

אין האטעל האב איך נישט געטראפן קיין איין איד. אחוץ... איך האב א קרוב, גאר אן איידעלער... בעמת א דערהויבערנער איד. זיין אידענע שלעפט איהם דא און דארט... זענען מיהר געגאנגן אין spa, איך צו א מאן פערזאן, די רביצין צו א פרוי פערזאן. נו... ווער קומט ארויס... זיי האבן אונז נישט באמערקט. וויל איך אריינגיין פאר זיי זעהן אונז. אבער מיין רביצין האט נישט געוואלט, זי איז צירוקגעלאפן צום עלעוועיטער זיי באגריסן! זי קומט צירוק און זאגט "איך האב נישט פארגונט די מומע זאל מיינען אז קיינער האט איהר נישט געזעהן"! אבער אחוץ דעהם, נישט געוואהן קיין איין היימישע איד פאר די אויגן. בנוגע דהעם שוהל, עס איז א ספרדישע סירישע עולם. איין בלאק פונעם Jersey Shore. די הייזער ארום, פאלאצן מיט מזוזות.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
שטייגען
שר האלף
תגובות: 1737
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייגען »

הרב רעסטראנט שכוח פאר די באשרייבונג
האמיר שוין געקוקט טיקעטס אהין צו פארן
..
אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1769
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זזה »

שטייגען האט געשריבן:הרב רעסטראנט שכוח פאר די באשרייבונג
האמיר שוין געקוקט טיקעטס אהין צו פארן

געוואלדיג א ריזיגן יישר כח
קליקט דא צו זען Today's Deals

https://amzn.to/3RBAKiD

For the deals go to check out
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

רעסטאראנט האט געשריבן:איך וועל אראפשרייבן ווי ווייט איך האב מיטגעהאלטן א שבת אין

דענווער ,קאלאראדא


איינער האט א ווייסט וואס זיי טוען פאר פרנסה דארט, און א ביסל וואכענדיגע באשרייבאנג. . .

שכח ר' רעסטאראנט. .
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

וויי-פיי האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:איך וועל אראפשרייבן ווי ווייט איך האב מיטגעהאלטן א שבת אין

דענווער ,קאלאראדא


איינער האט א ווייסט וואס זיי טוען פאר פרנסה דארט, און א ביסל וואכענדיגע באשרייבאנג. . .

שכח ר' רעסטאראנט. .

Denver, CO האט גראדע גאנץ אמער היימישע (נישט חסידישע) קהלה. עס איז דא דארט א US Air Force Base וואס אפאר אידן ארבייט דארט. עס איז דא א פילע קהלה קדושה נאה וחסידה מיט א פאר Orthodox שולען, גענוג און נאך Kosher Food & Kosher Restaurants ווי אויך א מקוה Mikvah טהרה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”