קויפן א דירה אין ק"י

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:20 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:און מיט א FHA LOAN איז דאס לכתחילה אזויפיל ווי ביז 97%, און מ'דארף נישט האבן קיין מורא'דיג גוטע קרעדיט סקאר.

ס' איז נישט גרינג צו באקומען, איך האב אמאל פרובירט האבן זיי געזאגט אז נאר אין רורעל געגנטער, אונטער א געוויסע נומער פאפולאציע, וואס קרית יואל איז נישט אין איינקלאנג.

ווער איז זיי?

Pathstone

ווער איז פעטסטאון צו זאגן? זיי פארטרעטן נישט די FHA?! זיי זענען אן זעלבסטשטענדיגע ארגאניאציע מיט זייערע אייגענע פארשריפטן און גיידליינס, פילייכט האט איר זיך נישט פארשטאנען.

די FHA האט גראדע יא 'געוויסע' לימיטעישענ'ס און בפרט טאקע ביי קאנדא'ס, (זע דא און דא די בעיסיק רולס און גיידס), אבער די אויבנדערמאנטע איז גראדע נישט צווישן זיי, און ס'איז עכ"פ ווערט א בליק צו טון און מאכן א טעלעפאון קאלל געוואויר צו ווערן ווער/וויאזוי מ'קען קריגן די סארט לאונ'ס אין אייער געגנט.

אלנפאלס, די מארטגעדזש און ריעל עסטעיט בראוקער'ס רעדן נישט דערפין (איטליכער וועגן זייערע סיבות), אבער FHA LOANS קען זיין א ישועה פאר אסאך היימישע אידן וואס וואלטן אנדערש זיך נישט געקענט דערשלאגן צו קויפן א הויז.

קען זיין ער רעדט פון usda

די לאונס איז די בעסטע זאך וואס שייך, פארוואס מאכט מען עס טאקע נישט, וואס פונקטליך זענען די גדרים, אויפן פארדינער.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:12 pm

ס'האט נישט צוטון מיט וויפיל מ'פארדינט.

1. מ'דארף פארדינען גענוג צו קענען באצאלן דעם חודש'ליכן פעימענט (אינקלודעד אינשורענס + טעקס) מיט א 30-40% DTI (אבער מיינעך האט בעיקר מיט'ן באנק, ס'דא בענק וואס לאזן מער).
2. מ'דארף האבן א קרעדיט סקאר העכער 580.
3. מ'דארף צוצאלן עפעס א פרימיום אויפן מארטגעדזש (אבער מ'קען עס צולייגן צום עצם לאון).
4. מ'דארף האבן PMI.
5. ס'קומט אויס באטטאם ליין עטוואס א העכערע אינטערעסט רעיט ווי א קאנווענשינעל מארטגעדזש.
6. ס'האט א לימיט ווי גרויס די לאון אמאונט קען זיין (ערגעץ צווישן 400,000 און 750,000) ווענצעך אין די געגנט/שטאאט וכדו'.
7. מ'דארף האבן געארבעט ערגעץ לכה"פ פאר די לעצטע צוויי יאר.
8. ס'איז נאר פאר א פריימערי רעזידענס, כאטש ס'מעג אויך זיין א מאלטי פעמילי הויז, וואו די איבעריגע יוניט'ס זענען פארשטייט זיך אן אינוועסטמענט.

אויסערדעם איז דא פארשידענע רעסטריקשענס אויף די קאנדישען פין די הויז וואס מ'קויפט, און ס'איז בעיקר נוגע אויב ס'איז א קאנדא. אידער וועי איז עס געווענליך זאכן וואס איז נישט שווער ס'זאל שטומען.

בקיצור, ס'האט געוויסע חסרונות, אבער פאר עמיצען וואס קען נישט אויפקומען מיט א דאון פעימענט (תרתי משמע), איז דאס בכלל נישט קיין דיעבד. איינמאל ס'איז דורך איז עס פונקט ווי א סיי וועלכע אנדערע מארטגעדזש (די מארטגעדזש אליינס קומט פין א געהעריגע באנק, פונקט ווי א קאנווענשינעל, ס'איז נאר גאווערנמענט אינשורד), מיט'ן אויסנאם פין ממש קלייניקייטן, וואס איז ע"פ רוב נישט נוגע.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

mini van
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 06, 2014 10:26 am

תגובהדורך mini van » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:47 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:[]
ווער איז פעטסטאון צו זאגן? זיי פארטרעטן נישט די FHA?! זיי זענען אן זעלבסטשטענדיגע ארגאניאציע מיט זייערע אייגענע פארשריפטן און גיידליינס, פילייכט האט איר זיך נישט פארשטאנען.

די FHA האט גראדע יא 'געוויסע' לימיטעישענ'ס און בפרט טאקע ביי קאנדא'ס, (זע דא און דא די בעיסיק רולס און גיידס), אבער די אויבנדערמאנטע איז גראדע נישט צווישן זיי, און ס'איז עכ"פ ווערט א בליק צו טון און מאכן א טעלעפאון קאלל געוואויר צו ווערן ווער/וויאזוי מ'קען קריגן די סארט לאונ'ס אין אייער געגנט.

אלנפאלס, די מארטגעדזש און ריעל עסטעיט בראוקער'ס רעדן נישט דערפין (איטליכער וועגן זייערע סיבות), אבער FHA LOANS קען זיין א ישועה פאר אסאך היימישע אידן וואס וואלטן אנדערש זיך נישט געקענט דערשלאגן צו קויפן א הויז.


פארוואס האבען די מארטגעדזש און ריעל עסטעיט בראוקער'ס א פראבלעם עס צי אפערען?

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:50 pm

ס'איז אויך דא וואן פראצענט לאונס, וואס איז דאס ?

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 12:39 am

יישר כח "אבערוואס" פארן אריינקומען מיט נוצבארע אינפארמאציע.

אויב האט מען א PMI וואס פעלט אויס די FHA?

אויב א מארטגעדש בראוקער סערווירט נישט קיין FHA דאן וועלכע פראפעשאנעל קען ארויסהעלפן דערמיט?

רעסטאראנט
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 1:02 am

איך ווייס פון א יונגערמאן וואס האט יעצט געקלאוזט אויף א הויז פאר בערך 300 טויזענט אין גלילות קרית יואל און ער האט נאר געדארפט 25 טויזענט ביז נאכן קלאוזען , ער קען פאר 30 טויזענט שוין זיין נאכן מופן און אויסרישן די דירה וועגן די דירה דארף ממש גארנישט

און נאכאמאל זיכער טאמער האסטו א חשבון און קענסטו זיך ערלויבן טאנץ יעצט אריין וואס נאר מעגליך ,צייט ווארטען גייט גארנישט זיין בעסער , און סאיז נישט דא קיין שום מהלך פון בעסער ווערן על פי דרך הטבע און נאר ערגער

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 2:21 am

אברך האט געשריבן:יישר כח "אבערוואס" פארן אריינקומען מיט נוצבארע אינפארמאציע.

אויב האט מען א PMI וואס פעלט אויס די FHA?

אויב א מארטגעדש בראוקער סערווירט נישט קיין FHA דאן וועלכע פראפעשאנעל קען ארויסהעלפן דערמיט?

Pmi איז נישט גענוג פאר 96.5 מארטגעדזש. וועלכע באנק גייט דאס געבן?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 6:16 am

בלעטל האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:יישר כח "אבערוואס" פארן אריינקומען מיט נוצבארע אינפארמאציע.

אויב האט מען א PMI וואס פעלט אויס די FHA?

אויב א מארטגעדש בראוקער סערווירט נישט קיין FHA דאן וועלכע פראפעשאנעל קען ארויסהעלפן דערמיט?

Pmi איז נישט גענוג פאר 96.5 מארטגעדזש. וועלכע באנק גייט דאס געבן?

ריכטיג. PMI וועט סייווי זיין אויף יעדע לאון פין מער ווי 80%, אבער א באנק וועט נישט געבן סתם אזוי מער ווי 90% משא"כ דא קענסטו באקומען ביז 97%, והשנית די רעלאטיוו נידעריגע מינימום קרעדיט סקאר רעקווייערמענט פין 580 איז עפעס וואס קיין שום באנק וועט נישט עפראווען אליינס נארמאל.

כ'ווייס נישט אויב די מארטגעדזש בראקער'ס סערווירן עס באמת נישט (פאקטיש אפערן עס כמעט אלע בענק סייווי, גיב א זוך אנליין), ס'איז מער אז זיי "אפפערן" עס נישט, זעט אויס אז קיינער זוכט נישט היינט צו ארבעטן שווער, און לכאו' איז דא עטוואס מער ארבעט/רולס ביי די סארט לאונ'ס. אבער דאס מיינט נישט אז זיי קענען עס נישט דעליווערן פונקט ווי א געהעריגע לאון.

זאת ועוד, אז ריעל עסטעיט בראוקער'ס האבן אויך די זעלבע אישו, ווייל די סארט לאון האט געוויסע רעקווייערמענטס אויף די דירה, אווי יעדעס מאל ווען די גאווערנמענט שטעקט אריין די נאז, סאו כאטש ס'איז געווענליך נישט עפעס ווייסעך וואס (עכ"פ ס'איז געווענליך ווערט זיך צוצושטעלן), איז דאס אבער גענוג אז לכתחילה וועט מען נישט רעדן דערפין (און ביי קאנדא'ס, וואס זייער אסאך היימישע הייזער גייען אין דעם כלל, זענען די רעקווייעמענטס יא אמאל שווערער, זע מיינע לינקס פריער).

גראדע אין ביזנעס איז אויך דא דער סארט געדאנק (SBA LOAN) און דארט איז עס יא מער באנוצט, ווייל די אפציעס/שאנסן צו קריגן מער ווי א 75% ביי א קאנווענשינעל לאון אין ביזנעס, זענען פיל קלענער, אויב בכלל מעגליך.

נאך א מעלה וואס איז דא ביי די FHA לאונ'ס, אז מ'קען ארויסנעמען (א 203K) ביז 35 טויזנט דאלער מער ווי די יעצטיגע וועליו פין די הויז, בעיסד אויף די פראדזשעקטעד וועליו נאך די ארבעט ואס מ'גייט אריינלייגן גלייך נאכ'ן קויפן, למשל טוישן בוילער, קיטשען, פעינטען/סקרעיפען, וכדו'.

און צו אברך'ס שאלה, אדרבה, זאלן מענטשן פרעגן זייערע בראוקער'ס דערוועגן, און מיטיילן מיט'ן עולם די רעספאנס, אויבנאויף זע איך נישט פ"וו מ'זאל דאס נישט נוצן פאר אונזער עולם לכתחילה, אבער אויב די בראוקער'ס קענען/ווילן נישט ארבעטן מיט די סארט לאונ'ס, גייט מען אריין אין באנק אליינס (טשעיס וכדו'), אווי אמאליגע צייטן, די גאנצע גליק פין נוצן א בראוקער איז ווייל 1. ער קען אמאל דעליווערן א לאון (אדער עכ"פ א אינטערעסט רעיט) וואס דיין לאקאלע באנק וועט דיר נישט געבן, 2. ער קען דעם סיסטעם, און העלפט דיך אפפלייען אז דו זאלסט טאקע עפראווד ווערן, נכלל סטראקטשער'ן דעם דיעל מיט יעדן דיטעיל. ביידע פונקטן זענען נישט אזוי ווייט נוגע דא, עכ"פ זיכער נישט אין פאל ער קען נישט דעליווערן דעם לאון בכלל.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:21 am

ייש"כ אבערוואס פאר די ווערטפולע קלארע אינפארמאציע.

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7126
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:02 pm

אַבּערוואַס האט געשריבן:ס'האט נישט צוטון מיט וויפיל מ'פארדינט.

1. מ'דארף פארדינען גענוג צו קענען באצאלן דעם חודש'ליכן פעימענט (אינקלודעד אינשורענס + טעקס) מיט א 30-40% DTI (אבער מיינעך האט בעיקר מיט'ן באנק, ס'דא בענק וואס לאזן מער).
2. מ'דארף האבן א קרעדיט סקאר העכער 580.
3. מ'דארף צוצאלן עפעס א פרימיום אויפן מארטגעדזש (אבער מ'קען עס צולייגן צום עצם לאון).
4. מ'דארף האבן PMI.
5. ס'קומט אויס באטטאם ליין עטוואס א העכערע אינטערעסט רעיט ווי א קאנווענשינעל מארטגעדזש.
6. ס'האט א לימיט ווי גרויס די לאון אמאונט קען זיין (ערגעץ צווישן 400,000 און 750,000) ווענצעך אין די געגנט/שטאאט וכדו'.
7. מ'דארף האבן געארבעט ערגעץ לכה"פ פאר די לעצטע צוויי יאר.
8. ס'איז נאר פאר א פריימערי רעזידענס, כאטש ס'מעג אויך זיין א מאלטי פעמילי הויז, וואו די איבעריגע יוניט'ס זענען פארשטייט זיך אן אינוועסטמענט.

אויסערדעם איז דא פארשידענע רעסטריקשענס אויף די קאנדישען פין די הויז וואס מ'קויפט, און ס'איז בעיקר נוגע אויב ס'איז א קאנדא. אידער וועי איז עס געווענליך זאכן וואס איז נישט שווער ס'זאל שטומען.

בקיצור, ס'האט געוויסע חסרונות, אבער פאר עמיצען וואס קען נישט אויפקומען מיט א דאון פעימענט (תרתי משמע), איז דאס בכלל נישט קיין דיעבד. איינמאל ס'איז דורך איז עס פונקט ווי א סיי וועלכע אנדערע מארטגעדזש (די מארטגעדזש אליינס קומט פין א געהעריגע באנק, פונקט ווי א קאנווענשינעל, ס'איז נאר גאווערנמענט אינשורד), מיט'ן אויסנאם פין ממש קלייניקייטן, וואס איז ע"פ רוב נישט נוגע.

דאכצעך אז עס קען נאר זיין די ערשטע הויז וואס מ'קויפט. כ'בין אבער נישט זיכער
Fine Tuned Machine

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1840
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מיטוואך אוגוסט 16, 2017 12:16 am

כאפצעם האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:ס'האט נישט צוטון מיט וויפיל מ'פארדינט.

1. מ'דארף פארדינען גענוג צו קענען באצאלן דעם חודש'ליכן פעימענט (אינקלודעד אינשורענס + טעקס) מיט א 30-40% DTI (אבער מיינעך האט בעיקר מיט'ן באנק, ס'דא בענק וואס לאזן מער).
2. מ'דארף האבן א קרעדיט סקאר העכער 580.
3. מ'דארף צוצאלן עפעס א פרימיום אויפן מארטגעדזש (אבער מ'קען עס צולייגן צום עצם לאון).
4. מ'דארף האבן PMI.
5. ס'קומט אויס באטטאם ליין עטוואס א העכערע אינטערעסט רעיט ווי א קאנווענשינעל מארטגעדזש.
6. ס'האט א לימיט ווי גרויס די לאון אמאונט קען זיין (ערגעץ צווישן 400,000 און 750,000) ווענצעך אין די געגנט/שטאאט וכדו'.
7. מ'דארף האבן געארבעט ערגעץ לכה"פ פאר די לעצטע צוויי יאר.
8. ס'איז נאר פאר א פריימערי רעזידענס, כאטש ס'מעג אויך זיין א מאלטי פעמילי הויז, וואו די איבעריגע יוניט'ס זענען פארשטייט זיך אן אינוועסטמענט.

אויסערדעם איז דא פארשידענע רעסטריקשענס אויף די קאנדישען פין די הויז וואס מ'קויפט, און ס'איז בעיקר נוגע אויב ס'איז א קאנדא. אידער וועי איז עס געווענליך זאכן וואס איז נישט שווער ס'זאל שטומען.

בקיצור, ס'האט געוויסע חסרונות, אבער פאר עמיצען וואס קען נישט אויפקומען מיט א דאון פעימענט (תרתי משמע), איז דאס בכלל נישט קיין דיעבד. איינמאל ס'איז דורך איז עס פונקט ווי א סיי וועלכע אנדערע מארטגעדזש (די מארטגעדזש אליינס קומט פין א געהעריגע באנק, פונקט ווי א קאנווענשינעל, ס'איז נאר גאווערנמענט אינשורד), מיט'ן אויסנאם פין ממש קלייניקייטן, וואס איז ע"פ רוב נישט נוגע.

דאכצעך אז עס קען נאר זיין די ערשטע הויז וואס מ'קויפט. כ'בין אבער נישט זיכער

כ'מיין אז נישט, אפשר עפעס אז מ'טאר נישט האבן געקויפט א הויז אין די לעצטע צוויי יאר?! עמיר דארפן נאכקוקן ווען כ'האב א מינוט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

kollel yingerman
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 8:48 pm

תגובהדורך kollel yingerman » פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:47 pm

בין איך צוריק געקומען פון א וואך וואקאציע, טרעף איך מיך מיט אן אשכול פון אריבער זעכציג תגובות קע"ה....

וויפיל סקווער פיס זענען די גרעסערע דירות אויף שכונת ויואל משה (7-8 רומס)?

און וויפיל איז א סקווער פיס דארט לעת עתה,

און לויט דעם וויפיל בעטן זיי פאר די דאון פעימענט?

kollel yingerman
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 8:48 pm

תגובהדורך kollel yingerman » פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:50 pm

נאך א זאך פארשטיי איך נישט, איך לייען יעצט דא איבער די תגובות, זאגן טייל אירע אז פופציג איז א דזשויק, מען קען מיט דעם קויפן א באנגעלאו אא"וו

בעט מען דען נישט אין שכונת ויואל משה קודם נאר 50?

הרב_שלום
שר האלף
תגובות: 1954
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » פרייטאג אוגוסט 18, 2017 1:38 pm

מיין דירה האב איך געקויפט מיט א FHA LOAN
https://arkmortgage.com/ האט מיר ערלעדיגט די מארטגעדז ב"ה געווען זייער צופרידען

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג אוגוסט 18, 2017 1:55 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:ייש"כ אבערוואס פאר די ווערטפולע קלארע אינפארמאציע.
Things aren't always #00000 and #FFFFF

קיסריה
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

תגובהדורך קיסריה » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:39 pm

שמעתי ממקור מוסמך אז הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א האט אונטערגעשריבן די תקנות.

מ'האפט אז אלע דעוועלאופער און אלע בילדער וועלן אויספאלגן די תקנות כפי רצון רוב התושבים.

אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 2:22 pm

וואס איז געבליבן מיט די פלאן צו עפענען א גמ"ח צו בארגן פאר יוגעלייט 30,000 ?
יענקל לעדערמאן

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1500
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 7:46 pm

הרב_שלום האט געשריבן:מיין דירה האב איך געקויפט מיט א FHA LOAN
https://arkmortgage.com/ האט מיר ערלעדיגט די מארטגעדז ב"ה געווען זייער צופרידען

אויב מ'מעג פרעגן אין קרית יואל אדער גלילות, אויך וויפיל פראצענט מארטגעדזש איז עס, און דריטנס וויפיל איז די רעיט
יישר כח

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 462
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 10:53 pm

קיסריה האט געשריבן:שמעתי ממקור מוסמך אז הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א האט אונטערגעשריבן די תקנות.

מ'האפט אז אלע דעוועלאופער און אלע בילדער וועלן אויספאלגן די תקנות כפי רצון רוב התושבים.

איז דא עפעס א אפדעיט דערוועגען צו סאיז וואר?

kollel yingerman
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 8:48 pm

תגובהדורך kollel yingerman » זונטאג נובעמבער 05, 2017 6:02 pm

למעשה בין איך דא צוריק

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, האב איך געטראפן ב"ה א דירה אין ק"י ב"ה באמת פאר א צוגענגליכע פרייז, אין איך האב נאר געדארפט אראפלייגן האלב דאון פעינמענט (די איבריגע דארף איך צוריקצאלן פאר איינער וואס האט דאס אויסגעלייגט פאר מיר אין די קומענדיגע צוויי יאר)

למעשה קאלט מען מיר אז איך דארף שוין בקרוב קלאוזן אין די קומענדיגע חודש צוויי, און איך האב נישט קיין שום קרעדיט!! קיינמאל קיין קרעדיט קארד נישט געהאט, וואס טוט מען? רבותי עני עדווייס?!

(אויב ס'איז איטרעסאנט, איך בין שוין אויף איינעמס קאנטע א אדישענאל פאר די לעצטע 3-4 חדשים בערך, אויב דאס מאכט אויס)

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 435
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג נובעמבער 05, 2017 6:22 pm

אין ווייניארד האסטו געקויפט?

סאבסיטוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 16, 2014 5:36 pm

תגובהדורך סאבסיטוט » זונטאג נובעמבער 05, 2017 8:25 pm

כ'מיין נישט צו מוסר'ן פשוט נייגעריג, וואס איז געווען דיין פלאן?..

אוועטאר
סיז מסודר
שר מאה
תגובות: 219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm

תגובהדורך סיז מסודר » זונטאג נובעמבער 05, 2017 8:51 pm

א פראפעשענאל קען אויפבויען די קרעדיט אין 2 חדשים. קום אין אישי אויב דו דארפסט א נאמען
זארגט אייך נישט, סיז מסודר!

moneyMINDED
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » זונטאג נובעמבער 05, 2017 11:45 pm

kollel yingerman האט געשריבן:למעשה בין איך דא צוריק

הודו לה' כי טוב כי לעולם חסדו, האב איך געטראפן ב"ה א דירה אין ק"י ב"ה באמת פאר א צוגענגליכע פרייז, אין איך האב נאר געדארפט אראפלייגן האלב דאון פעינמענט (די איבריגע דארף איך צוריקצאלן פאר איינער וואס האט דאס אויסגעלייגט פאר מיר אין די קומענדיגע צוויי יאר)

למעשה קאלט מען מיר אז איך דארף שוין בקרוב קלאוזן אין די קומענדיגע חודש צוויי, און איך האב נישט קיין שום קרעדיט!! קיינמאל קיין קרעדיט קארד נישט געהאט, וואס טוט מען? רבותי עני עדווייס?!

(אויב ס'איז איטרעסאנט, איך בין שוין אויף איינעמס קאנטע א אדישענאל פאר די לעצטע 3-4 חדשים בערך, אויב דאס מאכט אויס)


די ערשטע זאך רוף א מארטגעזש בראקער מארגן די ערשטע זאך פאר ווי וואס ווען

טאמער האסטו שטאטישע געברויכן ,דארפסטו טרעפן א נאמען קודם און דארפסט האבן 2 יאר גוטע טעקס ריטערן

קרעדיט איז די לעצטע זאך און די גרינגסטע

kollel yingerman
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 8:48 pm

תגובהדורך kollel yingerman » מאנטאג נובעמבער 06, 2017 1:08 pm

איך וויל קלאר מאכן אז געלט איז ב"ה קיין אפהאלט,

איך וויל פשוט וויסן וואס איך דארף יעצט טוהן צו גיין ווייטער,

איז נאך מעגליך צו בויען מיין נאמען פון גארנישט ביזן קלאוזן אין צוויי חדשים?

און אויב נישט, וואס דארף איך טוהן צו טרעפן א נאמען?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט