קויפן א דירה אין ק"י

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

kollel yingerman
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 8:48 pm

קויפן א דירה אין ק"י

תגובהדורך kollel yingerman » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 5:51 pm

איך האב געזוכט דא אויפן וועלטל וואו איך זאל אנפרעגן די פאלגענדע, און איך האב נישט געפונען און וואו איך האב שוין יא געטראכט אז דא איז די פלאץ צו פרעגן האב איך באמערקט אז די אשכול איז פארשפארט.

וכאן הבן שואל:

איך בין א פארהארעוועטער אינגערמאן און איך וואוין אין ק"י (אין כאן שום חשש גילוי) און איך האב מיר אסאך אפגעשפארט ביז דער רבון כל העולמים האט מיר געהאלפן, אין איך האב א שיין בינטל געלט.

יעצט איז מיר אריין פייגלען אין קאפ, און דאס איז אויך צום פארדאנקן דאס וואס מענטשן האקן אריין אין קאפ, "האסט די געלט? כאפ ווי לאנג עס איז נאך ביליגער ווייל עס גייט נאכמער ארויף גיין..." יא, די רעדע איז איבערן קויפן א דירה.

איז די שאלה אזוי:

איך האב קרוב צו 50 אוועקגעלייגט, וואס קען איך מאכן דערפון, אין ק"י? א 5 רומיגע דירה אדער 6,7,5,8 אא"וו,
מיין גרעסטע שאלה איז צו וועם איך קען מיך ווענדן פאר עדווייס.

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 813
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 6:29 pm

די מארקעט פרייז לדאבונינו איז 275 א סקווער פוס, און די אפעטיט פון די בויערס/בראוקערס שטייגט קאנסטענטלי, מיט 50 אלפים קענסטו היינט טון זייער ווינציג, פאר א 7 רום דירה בעטן זיי היינט 125 דאון פעימענט, און פארגעס נישט קלאוזן און מופן קאסטן, די בעסטע עצה וואלט געווען צו קויפן אין ויואל משה פאר פארהעלטנסמעסיג ביליגער, אדער ווארטן אביסעלע, חוץ אויב ס'איז אן עמערזשענסי צו קויפן יעצט

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 6:33 pm

שכונת ויואל משה איז לכאורה דיין בעסטע אפציע, 50 אלפים פאר א פינף רומיגע דירה. אבער געדענק אז ביים קלאוזן דארפסטו האבן נאך א 50'ער לכאורה.

אפציע 2, בלומינגראוו.

אוועטאר
נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 6:38 pm

היילענד מילס איז אפציע 1, פאר 50 אלפים קענט איר האבן א פארהעטלמעסיגע לייטישע דירה, אן אריינלייגן צופיל, מיט א 95% מארטגידזש זענט איר גוד טו גאו.

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 6:46 pm

נו שוין האט געשריבן:היילענד מילס איז אפציע 1, פאר 50 אלפים קענט איר האבן א פארהעטלמעסיגע לייטישע דירה, אן אריינלייגן צופיל, מיט א 95% מארטגידזש זענט איר גוד טו גאו.


דאכט זיך די טעקס איז הויך.

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 6:48 pm

איך וואלט דיך נישט געראטן אריינצושפרינגען נאר אז דו האסט 100 אלפים.

חוץ אויב די בוזט גרייט צו גיין אין א קלענערע סייז הויז אין בלומינג גראוו.

בראשית ברא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 7:04 pm

שמואל בארג האט געשריבן:שכונת ויואל משה איז לכאורה דיין בעסטע אפציע, 50 אלפים פאר א פינף רומיגע דירה. אבער געדענק אז ביים קלאוזן דארפסטו האבן נאך א 50'ער לכאורה.

אפציע 2, בלומינגראוו.

די 1500 סק' פיס דירות קאסט 300k, מ' דארף אראפלייגן 50. יעצט.

20 פראצענט דאון פעימענט קומט אויס 60 טאטעל. איז עס נאך 10. פארוואס זאגסטו נאך 50.

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 8:18 pm

איך וויל נישט פארקלאפן די אפעטיט אבער 50 אלפים איז א זשאוק קענסט אפשר קויפן א בונגעלא און קאנטרי מיט די געלט

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 8:35 pm

50k איז א שיינע סכום.מיט א הלוואה פון נאך 80k וועסטו קענען קויפן. שפרינג אריין וועסט מצליח זיין! שפעטער וועט זיין שווערער! יעצט איז די צייט !

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 8:37 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:די מארקעט פרייז לדאבונינו איז 275 א סקווער פוס, און די אפעטיט פון די בויערס/בראוקערס שטייגט קאנסטענטלי, מיט 50 אלפים קענסטו היינט טון זייער ווינציג, פאר א 7 רום דירה בעטן זיי היינט 125 דאון פעימענט, און פארגעס נישט קלאוזן און מופן קאסטן, די בעסטע עצה וואלט געווען צו קויפן אין ויואל משה פאר פארהעלטנסמעסיג ביליגער, אדער ווארטן אביסעלע, חוץ אויב ס'איז אן עמערזשענסי צו קויפן יעצט

א קליינע זייטיגע שאלה, איך בין זייער נייגעריג, ווער קען מיר ענטפערן אבער נאר מידיעה נישט מהשערה, א יונגערמאן ביז 5 יאר נאך די חתונה, מאכט היינט מער געלט א וואך/חודש ווי פאר 20 יאר צוריק?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 8:39 pm

לדעתי זאלסטו ווארטן אביסל מער און אוועקלייגן מער פון די גרינע די תקנות איז נאך נישט קיין פארגאנגענהייט אנעקסעישן איז אט אט דא גלילות קרית יואל בויעט זיך שטארק יעצט יעצט איז נישט קיין צייט צו שפרינגען

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 8:41 pm

מי יודע האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:די מארקעט פרייז לדאבונינו איז 275 א סקווער פוס, און די אפעטיט פון די בויערס/בראוקערס שטייגט קאנסטענטלי, מיט 50 אלפים קענסטו היינט טון זייער ווינציג, פאר א 7 רום דירה בעטן זיי היינט 125 דאון פעימענט, און פארגעס נישט קלאוזן און מופן קאסטן, די בעסטע עצה וואלט געווען צו קויפן אין ויואל משה פאר פארהעלטנסמעסיג ביליגער, אדער ווארטן אביסעלע, חוץ אויב ס'איז אן עמערזשענסי צו קויפן יעצט

א קליינע זייטיגע שאלה, איך בין זייער נייגעריג, ווער קען מיר ענטפערן אבער נאר מידיעה נישט מהשערה, א יונגערמאן ביז 5 יאר נאך די חתונה, מאכט היינט מער געלט א וואך/חודש ווי פאר 20 יאר צוריק?

למאי נפקא מינא?

אוועטאר
נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 9:36 pm

דברים אלו האט געשריבן:לדעתי זאלסטו ווארטן אביסל מער און אוועקלייגן מער פון די גרינע די תקנות איז נאך נישט קיין פארגאנגענהייט אנעקסעישן איז אט אט דא גלילות קרית יואל בויעט זיך שטארק יעצט יעצט איז נישט קיין צייט צו שפרינגען

וואלט איר געשארט (short) אויף די חשבון פון די תקנות?

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 9:41 pm

בראשית ברא האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:שכונת ויואל משה איז לכאורה דיין בעסטע אפציע, 50 אלפים פאר א פינף רומיגע דירה. אבער געדענק אז ביים קלאוזן דארפסטו האבן נאך א 50'ער לכאורה.

אפציע 2, בלומינגראוו.

די 1500 סק' פיס דירות קאסט 300k, מ' דארף אראפלייגן 50. יעצט.

20 פראצענט דאון פעימענט קומט אויס 60 טאטעל. איז עס נאך 10. פארוואס זאגסטו נאך 50.


Clousing Fees etc

אוועטאר
סארקאזי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 10:55 pm

מיט פופציג אלפים קענסטו געבן ברייט ראש חודש געלט פאר די מלמדים :lol:
נא סאיז נאר אווערטעל, סאיז א גיטע התחלה אויב האסטו א נאמען קויפ א קלענערע דירה, אין שכונת ויואל משה וואס די קענסט עפארדען, און סעיוו ווייטער ווען די וועסט עס אי''ה אויסוואקסען וועסטו פארקויפן די קליינע דירה און קויפען רואיגערהייט א גרויסע דירה בעזהשי''ת, סאיז אמת אז יעצט איז די שווערסטע צייט צו קויפען אין קרית יואל (חוץ אין בלאמינגראוו אבער מיט פופציג קענסטו גארנישט מאכען) אבער ביליגער ווי שכונת ויואל משה וועט עס נישט זיין לכאורה כנלענ''ד
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

אוועטאר
zibala
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2010 5:19 pm

תגובהדורך zibala » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 11:28 pm

דברים אלו האט געשריבן:לדעתי זאלסטו ווארטן אביסל מער און אוועקלייגן מער פון די גרינע די תקנות איז נאך נישט קיין פארגאנגענהייט אנעקסעישן איז אט אט דא גלילות קרית יואל בויעט זיך שטארק יעצט יעצט איז נישט קיין צייט צו שפרינגען

קלאפ מארגן גאר שטארק ביי יעצנו רע.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » דאנארשטאג אוגוסט 10, 2017 11:49 pm

zibala האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:לדעתי זאלסטו ווארטן אביסל מער און אוועקלייגן מער פון די גרינע די תקנות איז נאך נישט קיין פארגאנגענהייט אנעקסעישן איז אט אט דא גלילות קרית יואל בויעט זיך שטארק יעצט יעצט איז נישט קיין צייט צו שפרינגען

קלאפ מארגן גאר שטארק ביי יעצנו רע.

אדער ביי כזבנו,,,
בד''וו פרייטיג זאגט מען נישט קיין תחנון אין סאטמאר
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

זיס ווי האניג
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:28 am

תגובהדורך זיס ווי האניג » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:35 am

איך האב געקויפט א 5 רומיגע דירה פאר 5 יאר צוריק פאר 270,000 קען אויך פארקויפען צו קענען קויפן א 7 אדער 8 רומיגע דירה?

בראשית ברא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 12:36 am

שמואל בארג האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:שכונת ויואל משה איז לכאורה דיין בעסטע אפציע, 50 אלפים פאר א פינף רומיגע דירה. אבער געדענק אז ביים קלאוזן דארפסטו האבן נאך א 50'ער לכאורה.

אפציע 2, בלומינגראוו.

די 1500 סק' פיס דירות קאסט 300k, מ' דארף אראפלייגן 50. יעצט.

20 פראצענט דאון פעימענט קומט אויס 60 טאטעל. איז עס נאך 10. פארוואס זאגסטו נאך 50.


Clousing Fees etc

קלאוזינג איז טאפס 15-20

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:52 am

מיט פופציג אלפים קענט איר נישט קיין סאך טון, אבער אויב קענט איר באצאלן א חודש'ליכע מארטגעדזש געהעריג, קען איר אפשר גיין פאר א FHA LOAN, ס'איז גאווערנמענט אינשורד, און איר קענט אראפלייגן א דאון פעימענט אזוי ווייניג ווי 3 אדער 5 פראצענט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

ברסלבהארץ
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 06, 2015 2:12 am

תגובהדורך ברסלבהארץ » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 8:53 am

מיט 50000 אין א קרעדיט סקאר העכער 700 אין א גיטע וועידש פין העכער 3500 א חודש פאר דריי יאר קענסטי קויפן א הויז פין 400000 ראוגערהייט

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 9:54 am

בראשית ברא האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:שכונת ויואל משה איז לכאורה דיין בעסטע אפציע, 50 אלפים פאר א פינף רומיגע דירה. אבער געדענק אז ביים קלאוזן דארפסטו האבן נאך א 50'ער לכאורה.

אפציע 2, בלומינגראוו.

די 1500 סק' פיס דירות קאסט 300k, מ' דארף אראפלייגן 50. יעצט.

20 פראצענט דאון פעימענט קומט אויס 60 טאטעל. איז עס נאך 10. פארוואס זאגסטו נאך 50.


Clousing Fees etc

קלאוזינג איז טאפס 15-20


איר האט שוין געקויפט א דירה אמאל אז איר פרעגט?

אוועטאר
סיז מסודר
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm

תגובהדורך סיז מסודר » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 11:59 am

אי-רעלעווענט האט געשריבן:50k איז א שיינע סכום.מיט א הלוואה פון נאך 80k וועסטו קענען קויפן. שפרינג אריין וועסט מצליח זיין! שפעטער וועט זיין שווערער! יעצט איז די צייט !

פופציג טויזענט איז טאקע ווייט פון גענוג, אבער פון וויינען אזוי ווי די אלע דא וועסטו קיין דירה נישט האבן!

איך האב ב"ה געקויפט אפאר יאר צוריק ווען די פרייזן זענען נאך געווען היבש ביליגער ווי יעצט, און די זעלבע האבן שוין דעמאלטס געוויינט אויף די הויכע פרייזן, היינט האבן זיי חרטה פארן נישט קויפן דעמאלטס

זיי נישט קיין צועק לשעבר, גרייט דיך אן מיט שטארקייט און בארג צו די איבריגע (פארשטייט זיך נאר אויב דו ווייסט וויאזוי דו גייסט עס באצאלן) און קויף!!
זארגט אייך נישט, סיז מסודר!

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:00 pm

סיז מסודר האט געשריבן:
אי-רעלעווענט האט געשריבן:50k איז א שיינע סכום.מיט א הלוואה פון נאך 80k וועסטו קענען קויפן. שפרינג אריין וועסט מצליח זיין! שפעטער וועט זיין שווערער! יעצט איז די צייט !

פופציג טויזענט איז טאקע ווייט פון גענוג, אבער פון וויינען אזוי ווי די אלע דא וועסטו קיין דירה נישט האבן!

איך האב ב"ה געקויפט אפאר יאר צוריק ווען די פרייזן זענען נאך געווען היבש ביליגער ווי יעצט, און די זעלבע האבן שוין דעמאלטס געוויינט אויף די הויכע פרייזן, היינט האבן זיי חרטה פארן נישט קויפן דעמאלטס

זיי נישט קיין צועק לשעבר, גרייט דיך אן מיט שטארקייט און בארג צו די איבריגע (פארשטייט זיך נאר אויב דו ווייסט וויאזוי דו גייסט עס באצאלן) און קויף!!

סאיז דא וועגן ווי די קענסט באקומען ביז 150k קרעדיט קארד הלוואה פאר 12 חדשים, כווייס פון עטליכע וואס האבן דאס געטוען צו קויפן א הויז. סאיז זייער שווער צו גיין שנארן הלוואות פון רעכל מעכל, דער עולם בארגט שווער געלט היינט צוואגס. אויב דו האסט א גוטע חשבון פון וואו צו באצאלן די קרעדיט קארדס טאנץ אריין און קויף! יעצט איז די צייט! הצלחה!

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:06 pm

אי-רעלעווענט האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
אי-רעלעווענט האט געשריבן:50k איז א שיינע סכום.מיט א הלוואה פון נאך 80k וועסטו קענען קויפן. שפרינג אריין וועסט מצליח זיין! שפעטער וועט זיין שווערער! יעצט איז די צייט !

פופציג טויזענט איז טאקע ווייט פון גענוג, אבער פון וויינען אזוי ווי די אלע דא וועסטו קיין דירה נישט האבן!

איך האב ב"ה געקויפט אפאר יאר צוריק ווען די פרייזן זענען נאך געווען היבש ביליגער ווי יעצט, און די זעלבע האבן שוין דעמאלטס געוויינט אויף די הויכע פרייזן, היינט האבן זיי חרטה פארן נישט קויפן דעמאלטס

זיי נישט קיין צועק לשעבר, גרייט דיך אן מיט שטארקייט און בארג צו די איבריגע (פארשטייט זיך נאר אויב דו ווייסט וויאזוי דו גייסט עס באצאלן) און קויף!!

סאיז דא וועגן ווי די קענסט באקומען ביז 150k קרעדיט קארד הלוואה פאר 12 חדשים, כווייס פון עטליכע וואס האבן דאס געטוען צו קויפן א הויז. סאיז זייער שווער צו גיין שנארן הלוואות פון רעכל מעכל, דער עולם בארגט שווער געלט היינט צוואגס. אויב דו האסט א גוטע חשבון פון וואו צו באצאלן די קרעדיט קארדס טאנץ אריין און קויף! יעצט איז די צייט! הצלחה!

קרעדיט קארד קען זיין א סכנה!
אוועטער קרעדיט: בן נון. ריסייז: וואוילע שעפעלע


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חלה און 10 געסט