קויפן א דירה אין ק"י

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:22 pm

אי-רעלעווענט האט געשריבן:סאיז דא וועגן ווי די קענסט באקומען ביז 150k קרעדיט קארד הלוואה פאר 12 חדשים, כווייס פון עטליכע וואס האבן דאס געטוען

איך האב יעצט געזעהן אן עד פון דעם
וויאזוי ארבעט עס ?

ווי מאכט יענער די געלט ?
אויב די ווייסט עפעס מער שרייב פליז

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 1:33 pm

סיז מסודר האט געשריבן:
אי-רעלעווענט האט געשריבן:50k איז א שיינע סכום.מיט א הלוואה פון נאך 80k וועסטו קענען קויפן. שפרינג אריין וועסט מצליח זיין! שפעטער וועט זיין שווערער! יעצט איז די צייט !

פופציג טויזענט איז טאקע ווייט פון גענוג, אבער פון וויינען אזוי ווי די אלע דא וועסטו קיין דירה נישט האבן!

איך האב ב"ה געקויפט אפאר יאר צוריק ווען די פרייזן זענען נאך געווען היבש ביליגער ווי יעצט, און די זעלבע האבן שוין דעמאלטס געוויינט אויף די הויכע פרייזן, היינט האבן זיי חרטה פארן נישט קויפן דעמאלטס

זיי נישט קיין צועק לשעבר, גרייט דיך אן מיט שטארקייט און בארג צו די איבריגע (פארשטייט זיך נאר אויב דו ווייסט וויאזוי דו גייסט עס באצאלן) און קויף!!

מקען מיינען מטיילט דירות פאר אומזיסט...

יעצט איז נישט קיין צייט צו שפרינגען אין קויפן א דירה אויב סאיז נישט קיין אמערזשענסי ווארט צו אביסל קוק וואס סוקאכט זיך אויס מיטן ווארטן קען מען גארנישט דערלייגן יעצט

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 558
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 2:37 pm

האסט נייעס האט געשריבן:
אי-רעלעווענט האט געשריבן:סאיז דא וועגן ווי די קענסט באקומען ביז 150k קרעדיט קארד הלוואה פאר 12 חדשים, כווייס פון עטליכע וואס האבן דאס געטוען

איך האב יעצט געזעהן אן עד פון דעם
וויאזוי ארבעט עס ?

ווי מאכט יענער די געלט ?
אויב די ווייסט עפעס מער שרייב פליז

יענער נעמט א % קאמישען פון וויפל ער פארשפט דיר, סדא וואס בעטן %4 ביז אזוי סאך ווי %10,

סאיז אבער א גרויסע סכנה, ווייל נאך 12 צי מאקסומים 24 חדשים יעדע קארטל אנדערש (אסאך מאל קען דער אגענט העלפן פארלענגרען צי 24) דארף עס זיין באצאלט אז נישט פאנגסטו אן צי צאלן אינטרעס, אין אסאך מאל האסטו בכלל נישט קיין פרי אינטרעס אויף געוויסע קארדס, אין דעמאלסט קענסטו צאלן אזוי הויעך ווי %24,

אין דעס איז נאך נישט פארטיג, וויאזוי נעמט מען ארויס די געלד פון די קארטלעך? מען דארפ מאכן א בעלענס טרענספער וואס קאסט נאך פון %3 ביז %5 ביי רוב קארטלעך,
סאיז דא וואס לאזן צי דיין באנק אקונט אדער קען די קרעדיד קארד קאמפעני אויסשטעלן א טשעק צי וועם די ווילסטס, סדא וואס געבן א טשעק וואס איז אזוי א בעלענס טרענספער

סאיז דא וואס געבן פראמאשנס פון %0 בעלענס טרענספער פאר די ערשטע 30 צי 60 טעג פון ווען מען עפענט אויף די קארטל, אבער רוב נישט,

אבער סדא וואס לאזן נאר צי א צווייטע קרעדיד קארד למשל טשעיס, וואס דעמאלס דארף מען שוין מאכן א קאפ א שופר ארומריקן פון איין קארטל מי די צווייטע.

סדא נאך מעריך צי זיין סאיז ערב שבת

בראשית ברא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 3:43 pm

אויב וויל ער יעצט קויפן, איז די מערסטע מסתבר צו נעמען א 90 פראצענט מארטגעדזש, ס'קאסט נאר אביסל מער

אברך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 481
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 5:48 pm

מיינע פאר צענט.

קיינער ווייסט נישט אויף זיכער צי פרייזן גייען ארויף אדער אראפ, וואס מען ווייסט יא זיכער איז אז יעדע יאר פריער מיינט א יאר פריער אויסגעצאלט דעם מארטגעדש(סעיווינגס פון 20k), אויך ווייסן מיר אז אינטערעסט ראטעס זענען אויפן וועג ארויף, סא איך וואלט געזאגט קויף ביי די ערשטע געלעגענהייט.

וועגן די איבעריגע 40-50k קענסטו קאנסידערן א פערסאנעל לאון, אויב האסטו א גוטע קרעדיט דארף דאס נישט זיין קיין שווערע זאך.

אוועטאר
סיז מסודר
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm

תגובהדורך סיז מסודר » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 7:02 pm

אויב גייסטו ווארטן ביז די גייסט האבן געסעיפט 100K האב איד דיר נייעס אז דעמאלטס וועט מען שוין דארפן האבן 200K אראפצולייגן

נאכאמאל זייער קלאר אויב פארדינסטו א נארמאלע וועיזש און די קענסט דיך זעהן באצאלן הלוואות אדער קרעדיט קארד צוביסלעך, לוינט זיך זיכער נישט צו ווארטן
זארגט אייך נישט, סיז מסודר!

זיס ווי האניג
שר מאה
תגובות: 210
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:28 am

תגובהדורך זיס ווי האניג » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 7:12 pm

לוינט זיך יעצט צו פארקויפן מיין קליינע דירה צו קענען קויפן א גרעסערע?

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » פרייטאג אוגוסט 11, 2017 7:20 pm

בראשית ברא האט געשריבן:אויב וויל ער יעצט קויפן, איז די מערסטע מסתבר צו נעמען א 90 פראצענט מארטגעדזש, ס'קאסט נאר אביסל מער

און מיט א FHA LOAN איז דאס לכתחילה אזויפיל ווי ביז 97%, און מ'דארף נישט האבן קיין מורא'דיג גוטע קרעדיט סקאר.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 11:10 pm

אי-רעלעווענט האט געשריבן:
סיז מסודר האט געשריבן:
אי-רעלעווענט האט געשריבן:50k איז א שיינע סכום.מיט א הלוואה פון נאך 80k וועסטו קענען קויפן. שפרינג אריין וועסט מצליח זיין! שפעטער וועט זיין שווערער! יעצט איז די צייט !

פופציג טויזענט איז טאקע ווייט פון גענוג, אבער פון וויינען אזוי ווי די אלע דא וועסטו קיין דירה נישט האבן!

איך האב ב"ה געקויפט אפאר יאר צוריק ווען די פרייזן זענען נאך געווען היבש ביליגער ווי יעצט, און די זעלבע האבן שוין דעמאלטס געוויינט אויף די הויכע פרייזן, היינט האבן זיי חרטה פארן נישט קויפן דעמאלטס

זיי נישט קיין צועק לשעבר, גרייט דיך אן מיט שטארקייט און בארג צו די איבריגע (פארשטייט זיך נאר אויב דו ווייסט וויאזוי דו גייסט עס באצאלן) און קויף!!

סאיז דא וועגן ווי די קענסט באקומען ביז 150k קרעדיט קארד הלוואה פאר 12 חדשים, כווייס פון עטליכע וואס האבן דאס געטוען צו קויפן א הויז. סאיז זייער שווער צו גיין שנארן הלוואות פון רעכל מעכל, דער עולם בארגט שווער געלט היינט צוואגס. אויב דו האסט א גוטע חשבון פון וואו צו באצאלן די קרעדיט קארדס טאנץ אריין און קויף! יעצט איז די צייט! הצלחה!

עפענען א פעקל קרעדיט קארדס און ארויסנעמען 150k פאר א מארטגעדזש?

אוועטאר
סיז מסודר
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm

תגובהדורך סיז מסודר » מוצ"ש אוגוסט 12, 2017 11:23 pm

ווער רעדט פון 150K? ער האט 50 ער דארף נאך בערך 75K
זארגט אייך נישט, סיז מסודר!

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג אוגוסט 13, 2017 12:04 am

סיז מסודר האט געשריבן:ווער רעדט פון 150K? ער האט 50 ער דארף נאך בערך 75K

עפענען אפי' איין קרעדיט קארד פאר'ן ארויסנעמען א מארטגעדזש איז א רעד פלעג, שוין אפגערעדט פון ארויסנעמען 75,000.

בראשית ברא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג אוגוסט 13, 2017 12:10 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:אויב וויל ער יעצט קויפן, איז די מערסטע מסתבר צו נעמען א 90 פראצענט מארטגעדזש, ס'קאסט נאר אביסל מער

און מיט א FHA LOAN איז דאס לכתחילה אזויפיל ווי ביז 97%, און מ'דארף נישט האבן קיין מורא'דיג גוטע קרעדיט סקאר.

ס' איז נישט גרינג צו באקומען, איך האב אמאל פרובירט האבן זיי געזאגט אז נאר אין רורעל געגנטער, אונטער א געוויסע נומער פאפולאציע, וואס קרית יואל איז נישט אין איינקלאנג.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג אוגוסט 13, 2017 1:24 am

בראשית ברא האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:אויב וויל ער יעצט קויפן, איז די מערסטע מסתבר צו נעמען א 90 פראצענט מארטגעדזש, ס'קאסט נאר אביסל מער

און מיט א FHA LOAN איז דאס לכתחילה אזויפיל ווי ביז 97%, און מ'דארף נישט האבן קיין מורא'דיג גוטע קרעדיט סקאר.

ס' איז נישט גרינג צו באקומען, איך האב אמאל פרובירט האבן זיי געזאגט אז נאר אין רורעל געגנטער, אונטער א געוויסע נומער פאפולאציע, וואס קרית יואל איז נישט אין איינקלאנג.

ווער איז זיי?
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

בראשית ברא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » זונטאג אוגוסט 13, 2017 2:58 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:אויב וויל ער יעצט קויפן, איז די מערסטע מסתבר צו נעמען א 90 פראצענט מארטגעדזש, ס'קאסט נאר אביסל מער

און מיט א FHA LOAN איז דאס לכתחילה אזויפיל ווי ביז 97%, און מ'דארף נישט האבן קיין מורא'דיג גוטע קרעדיט סקאר.

ס' איז נישט גרינג צו באקומען, איך האב אמאל פרובירט האבן זיי געזאגט אז נאר אין רורעל געגנטער, אונטער א געוויסע נומער פאפולאציע, וואס קרית יואל איז נישט אין איינקלאנג.

ווער איז זיי?

Pathstone

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג אוגוסט 13, 2017 3:38 am

דברים אלו האט געשריבן:לדעתי זאלסטו ווארטן אביסל מער און אוועקלייגן מער פון די גרינע די תקנות איז נאך נישט קיין פארגאנגענהייט אנעקסעישן איז אט אט דא גלילות קרית יואל בויעט זיך שטארק יעצט יעצט איז נישט קיין צייט צו שפרינגען

די בעסטע עצה

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:24 am

green sunday האט געשריבן:
האסט נייעס האט געשריבן:
אי-רעלעווענט האט געשריבן:סאיז דא וועגן ווי די קענסט באקומען ביז 150k קרעדיט קארד הלוואה פאר 12 חדשים, כווייס פון עטליכע וואס האבן דאס געטוען

איך האב יעצט געזעהן אן עד פון דעם
וויאזוי ארבעט עס ?

ווי מאכט יענער די געלט ?
אויב די ווייסט עפעס מער שרייב פליז

יענער נעמט א % קאמישען פון וויפל ער פארשפט דיר, סדא וואס בעטן %4 ביז אזוי סאך ווי %10,

סאיז אבער א גרויסע סכנה, ווייל נאך 12 צי מאקסומים 24 חדשים יעדע קארטל אנדערש (אסאך מאל קען דער אגענט העלפן פארלענגרען צי 24) דארף עס זיין באצאלט אז נישט פאנגסטו אן צי צאלן אינטרעס, אין אסאך מאל האסטו בכלל נישט קיין פרי אינטרעס אויף געוויסע קארדס, אין דעמאלסט קענסטו צאלן אזוי הויעך ווי %24,

אין דעס איז נאך נישט פארטיג, וויאזוי נעמט מען ארויס די געלד פון די קארטלעך? מען דארפ מאכן א בעלענס טרענספער וואס קאסט נאך פון %3 ביז %5 ביי רוב קארטלעך,
סאיז דא וואס לאזן צי דיין באנק אקונט אדער קען די קרעדיד קארד קאמפעני אויסשטעלן א טשעק צי וועם די ווילסטס, סדא וואס געבן א טשעק וואס איז אזוי א בעלענס טרענספער

סאיז דא וואס געבן פראמאשנס פון %0 בעלענס טרענספער פאר די ערשטע 30 צי 60 טעג פון ווען מען עפענט אויף די קארטל, אבער רוב נישט,

אבער סדא וואס לאזן נאר צי א צווייטע קרעדיד קארד למשל טשעיס, וואס דעמאלס דארף מען שוין מאכן א קאפ א שופר ארומריקן פון איין קארטל מי די צווייטע.

סדא נאך מעריך צי זיין סאיז ערב שבת

שכח

א גולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:09 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:לדעתי זאלסטו ווארטן אביסל מער און אוועקלייגן מער פון די גרינע די תקנות איז נאך נישט קיין פארגאנגענהייט אנעקסעישן איז אט אט דא גלילות קרית יואל בויעט זיך שטארק יעצט יעצט איז נישט קיין צייט צו שפרינגען

די בעסטע עצה


RT

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלף
תגובות: 1715
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:25 pm

בראשית ברא האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:אויב וויל ער יעצט קויפן, איז די מערסטע מסתבר צו נעמען א 90 פראצענט מארטגעדזש, ס'קאסט נאר אביסל מער

און מיט א FHA LOAN איז דאס לכתחילה אזויפיל ווי ביז 97%, און מ'דארף נישט האבן קיין מורא'דיג גוטע קרעדיט סקאר.

ס' איז נישט גרינג צו באקומען, איך האב אמאל פרובירט האבן זיי געזאגט אז נאר אין רורעל געגנטער, אונטער א געוויסע נומער פאפולאציע, וואס קרית יואל איז נישט אין איינקלאנג.

ווער איז זיי?

Pathstone

ווער איז פעטסטאון צו זאגן? זיי פארטרעטן נישט די FHA?! זיי זענען אן זעלבסטשטענדיגע ארגאניאציע מיט זייערע אייגענע פארשריפטן און גיידליינס, פילייכט האט איר זיך נישט פארשטאנען.

די FHA האט גראדע יא 'געוויסע' לימיטעישענ'ס און בפרט טאקע ביי קאנדא'ס, (זע דא און דא די בעיסיק רולס און גיידס), אבער די אויבנדערמאנטע איז גראדע נישט צווישן זיי, און ס'איז עכ"פ ווערט א בליק צו טון און מאכן א טעלעפאון קאלל געוואויר צו ווערן ווער/וויאזוי מ'קען קריגן די סארט לאונ'ס אין אייער געגנט.

אלנפאלס, די מארטגעדזש און ריעל עסטעיט בראוקער'ס רעדן נישט דערפין (איטליכער וועגן זייערע סיבות), אבער FHA LOANS קען זיין א ישועה פאר אסאך היימישע אידן וואס וואלטן אנדערש זיך נישט געקענט דערשלאגן צו קויפן א הויז.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 11, 2015 5:22 pm

תגובהדורך אפשר דאך? » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:54 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:לדעתי זאלסטו ווארטן אביסל מער און אוועקלייגן מער פון די גרינע די תקנות איז נאך נישט קיין פארגאנגענהייט אנעקסעישן איז אט אט דא גלילות קרית יואל בויעט זיך שטארק יעצט יעצט איז נישט קיין צייט צו שפרינגען

די בעסטע עצה

SORRY, most bad advice ever! so called takunes is long time over... go listen to prices today..... and glilos kiryas yoel now gives you some opportunity the longer you wait you are missing the cheaper glilos prices, prices are going up in the glilos every month some more and some less but everything goes up.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10409
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 5:52 pm

ווען ער האט ווען 150 מילא
אבער מיט נאר 50K איז יעצט נישט די צייט צו שפרינגן, ענדערש פרובירן אוועקלייגן מער געלט
צופיל זאכן שטייען יעצט צו ווערן דעצידירנד

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:37 pm

נאכאמאל יעצט איז נישט געאייגנט צו קויפן א דירה אין קרית יואל אפילו די האסט מער געלט אוועקגעלייגט די פרייזן קען נישט ארויפגיין על פי דרך הטבע מיט די 6000 דירות אין די פייפליין בקרוב און דאס איז חוץ די גלילות איך ווייס פון אסאך מענטשן וואס זענען אין די סטעידזש פון קויפן א דירה אין דער עולם ווארט וואס סגייט זיך אויסקאכן דא

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm

תגובהדורך א מחי' » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:40 pm

דברים אלו האט געשריבן:נאכאמאל יעצט איז נישט געאייגנט צו קויפן א דירה אין קרית יואל אפילו די האסט מער געלט אוועקגעלייגט די פרייזן קען נישט ארויפגיין על פי דרך הטבע מיט די 6000 דירות אין די פייפליין בקרוב און דאס איז חוץ די גלילות איך ווייס פון אסאך מענטשן וואס זענען אין די סטעידזש פון קויפן א דירה אין דער עולם ווארט וואס סגייט זיך אויסקאכן דא

אטאמאטיש גייען זיך די פרייזען נישט הייבן
לעצט פאראכטן דורך א מחי' אום מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:46 pm

6000 דירות

אוועטאר
סיז מסודר
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm

תגובהדורך סיז מסודר » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 6:57 pm

דברים אלו האט געשריבן:נאכאמאל יעצט איז נישט געאייגנט צו קויפן א דירה אין קרית יואל אפילו די האסט מער געלט אוועקגעלייגט די פרייזן קען נישט ארויפגיין על פי דרך הטבע מיט די 6000 דירות אין די פייפליין בקרוב און דאס איז חוץ די גלילות איך ווייס פון אסאך מענטשן וואס זענען אין די סטעידזש פון קויפן א דירה אין דער עולם ווארט וואס סגייט זיך אויסקאכן דא

ר' דברים איר האט שוין א דירה?

אויב יא, איר האלט אז אייער דירה גייט איין טאג זיין ווייניגער ווערד ווי יעצט אדער בלייבן די זעלבע?

אויב נישט, ווען פלאנט איר צו קויפן? איר טוט יעצט אין די נושא? אדער איר האט נאר א מיינונג פאר א צווייטן?

אויב פלאנט איר אויך צו קויפן אפאר יאר ארום אזויווי איר עצה'ט, העמיר ווארטן מיט שפאנונג צו זען ווען (אויב) איר וועט קויפן און פאר וויפיל
זארגט אייך נישט, סיז מסודר!

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 288
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 8:02 pm

איך פלאן צו קויפן א דירה בקרוב אין איך וויל ווארטן ביז בערך א יאר ארום אולי וועט זיין אפשענס וואס איז נישט דא יעצט


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט