נייע חסידישע געגנט אין "היילענד מילס" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

נייע חסידישע געגנט אין "היילענד מילס" נ.י.

תגובהדורך צהלה ושמחה » זונטאג יולי 09, 2017 1:38 pm

היילענד מילס איז די נייע געגענט פאר שיינע בילגער "הייזער" פאר אחב"י.

פאר 5 יאר צירוק וואלט קיינער נישט געגענט פאראויסזאגען די יעצטיגע הצלחה פון די בלומינג-גראוו געגענט, אבער למעשה איז בלומינג-גראוו א הצלחה אסאך גרעסער ווי פאראויס געשאצט, און במציאות ווער קומט יעצט אהין צאלט שוין מיט בערך הונדערט אלפים טייערער ווי צוויי יאר צירוק וויבאלד עס איז שוין א אידישע געגנט און עס איז שוין היבש אויס פארקויפט, אזוי אויך איז שוין שווער צו טרעפן דארט א גרויסע דירה מיט א גרויסע לאט ארום, עס אזי שוין אנגעפיקעוועט מיט אינוועסטירער און שפוקעלאנטען און טייל הייזער גייען שוין אדורוך די גלגול השני פון פליפערס.

דערפאר האט זיך דער עולם אנגעהויבן ריקען ווייטער אראפ צו היילענד מילס, דארט קען מען נאך טרעפן מציאות ממש, העליכע גרויסע הייזער מיט לאטס ארום פאר די אמאליגע ביליגע בלומינג-גראוו פרייזען, היבש אפאר אידן האבן זיך שוין דארט אריינגעצויגען, און דער עולם גייט דארט ארום זיכען מציאות.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 979
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג יולי 09, 2017 1:51 pm

בלומינג-גראוו איז אבער נאכאלס נומער איינס, צוליב דעם גוטן אויסשטעל פון פריוואט אבער גענוג נאנט צום שכן, ווי אויך זענען טעקסעס פארהאלטנמעסיג.

אבער געדענקט, קויפט לויט אייער קעשענע און לאזט אפ אייערע געפילן וואס בארואויגן זיך מיט די צייט.

אוועטאר
צהלה ושמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 11, 2017 5:22 pm

תגובהדורך צהלה ושמחה » זונטאג יולי 09, 2017 1:55 pm

שמואל בארג האט געשריבן:בלומינג-גראוו איז אבער נאכאלס נומער איינס, צוליב דעם גוטן אויסשטעל פון פריוואט אבער גענוג נאנט צום שכן, ווי אויך זענען טעקסעס פארהאלטנמעסיג.

אבער געדענקט, קויפט לויט אייער קעשענע און לאזט אפ אייערע געפילן וואס בארואויגן זיך מיט די צייט.


אויב די פרייז פאר די הויז איז בילגער, טוט עס אויסגלייכען די דיפרענטץ פון די העכערע טעקס אין היילענד מילס קעגן בלומינג גראוו.
א איד דארף פרייליך זיין, נאר פרייליך זיין.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » זונטאג יולי 09, 2017 2:28 pm

זענען נישט די גאסן פון סערפי און מילוואל לעין אין היילענד מילס? אויב יא איז עס נישט קיין נייע זאך, מען וואוינט שוין דארט דאכט זיך אכט יאר אדער מער.
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2667
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג יולי 09, 2017 2:46 pm

די געגענט אין היילענד מיללס וואס ווערט יעצט אויפגעכאפט איז די ארומגערינגעלטע אויפן מעפ, די הייזער זענען היפש ענליך צו בלומינג גראוו און די פרייזן זענען גאנץ מעסיג.
צוגעלייגטע
highland.PNG
highland.PNG (295.37 KiB) געזעהן 4265 מאל

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1140
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג יולי 09, 2017 2:47 pm

צו שכונת ויואל משה, בני יואל, עיס פארעם איז עס נישט אזוי ווייט, דארף מען מברר זיין וועגן תחום שבת

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג יולי 09, 2017 2:58 pm

קוקט אויס טייערער ווי בלומינג גראוו, אבער שענערע נייערע הייזער.
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

ברוך
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2008 4:13 pm
לאקאציע: וואקאציע

תגובהדורך ברוך » זונטאג יולי 09, 2017 5:34 pm

דאכציך אז די גאנצע קאנטרי האללאו אומגעגנט איז אין היילענד מיללס

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1402
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג יולי 09, 2017 5:37 pm

גלאזער האט געשריבן:צו שכונת ויואל משה, בני יואל, עיס פארעם איז עס נישט אזוי ווייט, דארף מען מברר זיין וועגן תחום שבת

כ'האב עס לעצטענס אויסגערעכענט מיט אן אפפ, מ'קען ארויסגיין היפש ווייטער נאכדעם
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

מיין מיינונג און קורצען איבערן היינטיגן דור, "א וועלט פון ראובאטס, אן קוקן אויף ביידע זייטן פינעם בילד", זעה מיין באשרייבונג בקרוב (ווען די צייט וועט ערלויבן).

געשמאקער'ס בלאג

אוועטאר
וועלטניק
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » זונטאג יולי 09, 2017 11:10 pm

וויאזוי לויפן די טעקסעס דארט?

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג יולי 10, 2017 8:19 am

ברוך האט געשריבן:דאכציך אז די גאנצע קאנטרי האללאו אומגעגנט איז אין היילענד מיללס.

גערעכט. אבער קאנטרי האללאו, מילוועל לעין, סערפי לעין זענען אלע אין די אחדות קאנטרי געגנט אין היילענד מילס. פון די מאפע קוקט אויס אז דער עולם ציהט זיך ווייטער מזרח נענטער צום רוט 32, ארויס פון די ביז איצטיגע גרעניצן.
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג יולי 10, 2017 8:36 am

געזעהן פונקט אין היום יום אן עד איבער א דירה דארטן, זעה איך אז זיי רופן עס היילענד לעיק עסטעיטס, העלמיר זעהן צו די נאמען וועט ווערן אויפגעכאפט, אדער רידש ראוד וועט זיך מער איינגעוואוינען.

אגב דארט איז נאך דא א שטיקל אפהילל דורכצוקומען, זינט די גאנצע גאס איז אונטער א HOA און די איצטיגע עומדת בראש, לעבט נאך אין דינייעל און פרובירט ענג צו מאכן די פרישע בום פון סעילס דארטן.
צוגעלייגטע
ExtractPage1.jpg
ExtractPage1.jpg (28.95 KiB) געזעהן 3596 מאל
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 16, 2017 8:36 am

עקבי הצאן האט געשריבן:געזעהן פונקט אין היום יום אן עד איבער א דירה דארטן, זעה איך אז זיי רופן עס היילענד לעיק עסטעיטס, העלמיר זעהן צו די נאמען וועט ווערן אויפגעכאפט, אדער רידש ראוד וועט זיך מער איינגעוואוינען.

דאס איז דער נאמען מיום הוסדה, שוין גערעדט דערפון דא
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

גיי שוין גיי
שר חמש מאות
תגובות: 923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2014 8:49 am
לאקאציע: אינעם עולם התהו

תגובהדורך גיי שוין גיי » זונטאג יולי 16, 2017 8:54 am

עקבי הצאן האט געשריבן:געזעהן פונקט אין היום יום אן עד איבער א דירה דארטן, זעה איך אז זיי רופן עס היילענד לעיק עסטעיטס, העלמיר זעהן צו די נאמען וועט ווערן אויפגעכאפט, אדער רידש ראוד וועט זיך מער איינגעוואוינען.

אגב דארט איז נאך דא א שטיקל אפהילל דורכצוקומען, זינט די גאנצע גאס איז אונטער א HOA און די איצטיגע עומדת בראש, לעבט נאך אין דינייעל און פרובירט ענג צו מאכן די פרישע בום פון סעילס דארטן.

Wow איך האלט שוין לאנג א אויג אויף די גאסן.
א עקסטער געגענטעל א צען צוועלעוו געסעלך. גאר שיינע הייזער. שטארק בערגיג (שוין געשריבן ערגעץ דא פאריאר). די גאנצע געגענטל איז א HOA. מען פארט אריין פון רידזש ראד. (אלע גאסן הייסען עפעס פון די אינווערסעטי אינדעסטרי)

בדוו וואס הייסט א HOA? און וואס קען די עומדת בראש אפהאלטן?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 16, 2017 9:05 am

גיי שוין גיי האט געשריבן:בדוו וואס הייסט א HOA? און וואס קען די עומדת בראש אפהאלטן?

http://highlandlakeestates.com/rules_and_regulations
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

איש האשכולות
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג יולי 16, 2017 3:30 pm

לויט די HOA regulations איז לכאורה אויבנאויף פארבאטען צו בויען א סוכה. ריכטיג?

איש האשכולות
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » זונטאג יולי 16, 2017 3:34 pm

20170716_153202.png
20170716_153202.png (268.89 KiB) געזעהן 2711 מאל

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג יולי 30, 2017 6:52 pm


בדוו וואס הייסט א HOA? און וואס קען די עומדת בראש אפהאלטן?

HOA: Homeowners Association
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

רעאליסטיש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:56 pm

תגובהדורך רעאליסטיש » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 6:01 pm

ווי איך הער פון איינוואוינער האט די "עידזש-או-עי" נישט געמאכט קיין שום פראבלעמען מיט'ן אויפשטעלן דארט סוכות דעם יום טוב העעל"ט. זעט אויס זיי האבן שלום געמאכט מיט'ן מצב אז זייער קאמף איז א פארלוירענע.
The best way to make your dreams come true is to wake up

moneyMINDED
שר חמישים ומאתים
תגובות: 491
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 6:36 pm

וויפעל משפחות וואוינען שוין דארט איך ווייס פון אחים עסטרייכער ,וויפעל נאך?

רעאליסטיש
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:56 pm

תגובהדורך רעאליסטיש » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 7:12 pm

לויט מיין אינפארמאציע איז דא 9 פערמענאנט איינוואוינער און איבער 20 דירות זענען שוין אונטער אידישע בעלות.
The best way to make your dreams come true is to wake up

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 9:02 pm

הפלא ופלא, קרית יואל איז מסתמא די יונגסע שטאט (חוץ די לעצטיגע נייע געגנטער) אין אמעריקא צו ווערן באזעצט מיט אידן, און ס'וואקסט אויף אלע זייטן ווי אויף הייוון, מענטשן ציען זיך אויף רעכטס און אויף לינקס ועוד ידם נטויה, כן ירבה וכן יפרוץ

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 10:27 pm

ווערעצקי האט געשריבן:הפלא ופלא, קרית יואל איז מסתמא די יונגסע שטאט (חוץ די לעצטיגע נייע געגנטער) אין אמעריקא צו ווערן באזעצט מיט אידן, און ס'וואקסט אויף אלע זייטן ווי אויף הייוון, מענטשן ציען זיך אויף רעכטס און אויף לינקס ועוד ידם נטויה, כן ירבה וכן יפרוץ

הפלא ופלא, קרית יואל איז מסתמא די יונגסע שטאט (חוץ די לעצטיגע נייע געגנטער) אין אמעריקא צו ווערן באזעצט מיט אידן, און ס'איז איבערגעשטיגן אלע געגענטער, ס'האלט היינט ביי ארום 30,000 נפשות בליעה"ר, כן ירבה וכן יפרוץ

אוועטאר
יאצמעך
שר האלף
תגובות: 1631
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 11:43 pm

איך האף אז דו מיינסט נישט אז וויליאמסבורג און בארא פארק האבן ווינציגער ווי דרייסיג טויזענט נפשות... חוץ אויב דו מישט נפשות מיט משפחות.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 11:45 pm

יאצמעך האט געשריבן:איך האף אז דו מיינסט נישט אז וויליאמסבורג און בארא פארק האבן ווינציגער ווי דרייסיג טויזענט נפשות... חוץ אויב דו מישט נפשות מיט משפחות.

כ'האף אז דו מיינסט נישט אז וויליאמסבורג און בארא פארק זענען באזעצט געווארן ווינציגער ווי דרייסיג יאר צוריק....
אלנפאלס, נערישע טענה'עריי.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט