חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:20 am

ווער עס וויל דעם מהלך קען מופן קיין גואנטומאלא
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1405
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:30 am

איסר האסט שוין געהאט א קאווע היינט? ביסט עפעס זייער שארף היינט...
זוכט איר דוי?

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 11:00 am

אין ארץ ישראל האט זיך פאר לערך 20 יאר צוריק, זיך אפגעטיילט א קהלה פון איר אלטע קהלה, און דעמאלט'ס האט מען געמוזט גלייך עפענען אויך א ת"ת, איז דאס געווען אויף דעם וועג, מ'האט געהאט אפאר מלמדים, פאר אלע עידזש'עס, יעדער מלמד אויף אפאר עידזש'עס, ביז די זאך האט זיך בס"ד אוועק געשטעלט

ס'קען ארבייטן דא אויך, אז מענטשן וועלן זעהן אז ס'איז דא עפעס א סארט ת"ת אויפן פלאץ, וועלן זיי ענדערשער קומען, און איינמאל ס'איז אזוי, קען מען גאנץ שנעל מסדר זיין א נארמאלע ת"ת.
כשמ"ו כן הוא

דריידל
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 11:26 am

עפל קאמפאוט האט געשריבן:דער אמת איז אז איינער פון די עיקר סטראגלס איז א תלמיד תורה, אבער ווער זאגט אז מען קען נישט אויפנעמען איין צו צוויי מלמדים, איין מלמד פאר די גאר אינגע קינדער, און איין מלמד פאר די עלטערע קינדער, אזוי ווי עס איז געווען אינדערהיים אין שטעטל, אז קינדער פון עטליכע יארגענג האבן געלערנט צוזאמען.

איך טראכט נאר הויך

דארף מען האבן איינער זאל דאס מסדר זיין און זיך אפגעבן דערמיט. ס'איז זייער שווער צו דעקן א מוסד פון אזוי ווייניג קינדער.
פאר די געלט קען מען שוין טראגן די קינדער קיין ז. ס. - א 25 מינוט דרייוו

און אגב, וויפול קינדער לערנען אין נייטרא מט קיסקא חדר?

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 11:28 am

למעשה הייב איך אהן צו מאכן געלט חשבונות זעה איך נישט די גרויסע מציאה [חוץ פאר אינער וואס גייט ממילא קויפן און ער האט א ספק צווישען ב"פ און לינדען].

מארטגעדזש [& חובות פון הלוואות] = בערך $2,000 א חודש
פראפערטי טעקס = בערך $7-800 א חודש
א קאר [וכל המסתעף עמו] = נאך $250 א חודש - איינער וואס וואוינט און ארבעט אין שטאט האט געווענליך נישט קיין סיבה צו האבן א קאר חוץ אויב ער זוכט צו שטיצען די שטאט-ראט.
מער הייצאונג אין לעקטער פאר אזא גרויסע הויז = מינימום נאך $250 א חודש
חוץ פון דעם קומט נאך צו אסאך זייטיגע הוצאות פון פארן אהין אין צוריק כל זמן ס'איז נישט קיין מוסדות געהעריג וכו' וכו'

אז מ'קען שוין צאם קראצן אזא סכום חודש'לעך קען מען פאר די פרייז דינגען א באקוועמע 3-4 צומערדיגע דירה.

דריידל
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 12:14 pm

דיינע חשבונות זענען אביסול איבערגעטריבן אבער אפילו לאמיר זאגן אז ס'קאסט 3,500 א חודש אין לינדען און די אנדערע אפשען איז צו וואינען פאר 3,500 רענט אין ב"פ אין א שיינע דירה. דארפסטי אבער טראכטן וויאזוי דער בארא פארק'ער רענטער און די לינדענ'ער קונה וועלן אויסקוקן אין 20 יאר ארום (אין די יארן וואס מ'מאכט חתונה קינדער). דער לינדענ'ער וועט האבן אן אויסגעצאלטע מארטגעזש און ס'וועט אים קאסטן בלויז 1,500 א חודש בעת דער בארא פארק'ער וועט צאלן 5-6,000 א חודש רענט. אין צוגאב, וועט דער לינדענ'ער האבן עקוועדי אין זיין הויז און קענען בארגן געלט אויף חתונה מאכן אדער אנדערע אינוועסטמענטס.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 12:32 pm

איך בין נישט געקומען אוועקמאכן דאס אהין מופן, פארקערט איך טראכט ערנסט פון גיין און טאקע וועגן דעם וויל איך מברר זיין אלע מעלות וחסרונות אויף וויפיל ס'איז שייך פון פריער.

ייש"כ פאר דיין הערה

ברוינע באנאנע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 12:37 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:ווער עס וויל דעם מהלך קען מופן קיין גואנטומאלא

איך מיין אז לינדען איז אביסל נענטער

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 12:37 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:איך בין נישט געקומען אוועקמאכן דאס אהין מופן, פארקערט איך טראכט ערנסט פון גיין און טאקע וועגן דעם וויל איך מברר זיין אלע מעלות וחסרונות אויף וויפיל ס'איז שייך פון פריער.

ייש"כ פאר דיין הערה

פרעג די וואס וואוינען שוין דארט, ווייל דאכט זיך מיר אז מ'קען אויסקומען דעם חודש מיט ביליגער פון וואס דו האסט אויסגערעכנט, און טראגן די קינדער אין די מוסדות, מיין איך אז דערווייל קאסט דאס נישט מער ווי א געהעריגע טראנספערטעישן וואס מ'צאלט אין ברוקלין

און בעז"ה מיט די צייט וועט מען האבן אייגענע מוסדות אין לינדן.

אזוי אויך וואוינען דארט א שיינע פאר אידן אן קיין קאר'ס (און צווישן די אלע וואס פלאנען זיך אהין צו ציהן, האבן דערווייל האלב מין הסתם נישט קיין קאר'ס, און פלאנען נישט צו האבן, און מ'געבט זיך א עצה אנדעם אויך).
כשמ"ו כן הוא

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2137
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 12:37 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:ווער עס וויל דעם מהלך קען מופן קיין גואנטומאלא

איך מיין אז לינדען איז אביסל נענטער

און אביסל מענטשליכער :grin:
כשמ"ו כן הוא

העניך
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 12:40 pm

אפשער לייגט איינער בילדער פון הייזער צו זעהן וואסרא סטייל

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 12:45 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:למעשה הייב איך אהן צו מאכן געלט חשבונות זעה איך נישט די גרויסע מציאה [חוץ פאר אינער וואס גייט ממילא קויפן און ער האט א ספק צווישען ב"פ און לינדען].

מארטגעדזש [& חובות פון הלוואות] = בערך $2,000 א חודש
פראפערטי טעקס = בערך $7-800 א חודש
א קאר [וכל המסתעף עמו] = נאך $250 א חודש - איינער וואס וואוינט און ארבעט אין שטאט האט געווענליך נישט קיין סיבה צו האבן א קאר חוץ אויב ער זוכט צו שטיצען די שטאט-ראט.
מער הייצאונג אין לעקטער פאר אזא גרויסע הויז = מינימום נאך $250 א חודש
חוץ פון דעם קומט נאך צו אסאך זייטיגע הוצאות פון פארן אהין אין צוריק כל זמן ס'איז נישט קיין מוסדות געהעריג וכו' וכו'

אז מ'קען שוין צאם קראצן אזא סכום חודש'לעך קען מען פאר די פרייז דינגען א באקוועמע 3-4 צומערדיגע דירה.


100% גערעכט, אבער געב א קוק אויף לעיקוואד ווי די מארגעדש מיט טעקסעס זענען נאך העכער... און דרעולם שרייט אז עס איז א לעזונג צום דירות קריזיס..
לינדען איז כאטש אביסל בעסער..
אבער די אמתע לעזונג וועט זיין ווען מען וועט גיין 2 שעה אוועק קיין פענסילוועניע ווי טעקסעס איז 2000 א יאר און די גאנצע הויז קאסט 150k...
אבער... עה... מקען נישט...
דרעין דע סוואמפ!!!

עפל קאמפאוט
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 1:14 pm

אה דאס איז א געדאנק, אפשר גיימיר קיין פענסילוועניע?

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 1:14 pm

איך האב גערעדט פון די געלט פערספעקטיוו.

אוודאי באקומט מען מער די געלט און ממילא איז די מער הרחבת הדעת

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 1:14 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:אה דאס איז א געדאנק, אפשר גיימיר קיין פענסילוועניע?

שוין געווען אמאל אזא חלום, אדער אפשר פארמיש איך מיט קאנעדיקוט

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2386
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

מען דרייט זיך ווי א ראד מיט די נושא ביי יעדע ישוב

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 1:23 pm

די זעלבע אישו גייט מען אדורך מיט יעדע נייע פאטענציאלע ישוב, שפאט ביליג וועסטו בדרך הטבע נישט האבן (פארן גאנצן ציבור פארן לענגערן טערמין) גאר נאנט 70/100 מייל פון ניו יארק. פשוט ווייל א שטיקל ערד אין א שטח וואס איז מעגליך אריין צו פארן ארבעטן יעדן טאג קיין נ.י. סיטי וואס איז פון די טייערסטע ריעל עסטעיט שטיקלעך אין די וועלט (יא, פון אלע אכט ביליאן מענטשן אויף די וועלט) איז דא א מינימום קאסט און א מינימום טעקס, אלזא, קען מען נאר נעמען איין פון די צוויי אפציעס, אדער נאנט און אביסל טייער אדער ווייט און ביליג, דער ציבור איז דערווייל נאך נישט גרייט צו גיין ווייט.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2386
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

ווען מען גייט ווייט, איז אלץ די שאלה ווי ווייט?

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 1:25 pm

און ווען מען וועט זיין גרייט צו גיין הונדערט מייל אוועק פון די שטאט, וועט אלץ זיין די שאלה ווי ווייט זאל מען גיין? דאס וועט זיין א קעטש 22
דער ענטפער דערווייל איז מ'גייט אזוי אז מ'קען עס עפארדן, אפילו ס'איז אביסל טייער, אבער נאך אלץ היפש ביליגער און מ'וואוינט אסאך נארמאלער ווי אין ברוקלין.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ברוינע באנאנע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 3:35 pm

יונה האט געשריבן:לעקטער'ס פאר די גראז.. 12 שטיק פאר 10 טאלער
http://amzn.to/2Dwfjcf

קאופן קאוד PZDEALH6

פאר די לינדענע תושבים

sharp
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

תגובהדורך sharp » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 4:16 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:למעשה הייב איך אהן צו מאכן געלט חשבונות זעה איך נישט די גרויסע מציאה [חוץ פאר אינער וואס גייט ממילא קויפן און ער האט א ספק צווישען ב"פ און לינדען].

מארטגעדזש [& חובות פון הלוואות] = בערך $2,000 א חודש
פראפערטי טעקס = בערך $7-800 א חודש
א קאר [וכל המסתעף עמו] = נאך $250 א חודש - איינער וואס וואוינט און ארבעט אין שטאט האט געווענליך נישט קיין סיבה צו האבן א קאר חוץ אויב ער זוכט צו שטיצען די שטאט-ראט.
מער הייצאונג אין לעקטער פאר אזא גרויסע הויז = מינימום נאך $250 א חודש
חוץ פון דעם קומט נאך צו אסאך זייטיגע הוצאות פון פארן אהין אין צוריק כל זמן ס'איז נישט קיין מוסדות געהעריג וכו' וכו'

אז מ'קען שוין צאם קראצן אזא סכום חודש'לעך קען מען פאר די פרייז דינגען א באקוועמע 3-4 צומערדיגע דירה.


װאס איז דײן חשבון פון $2000 ?

דריידל
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 4:57 pm

א מארטגעזש פון 400,000 קאסט בערך 2,000 P&I

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 7:51 pm

דריידל האט געשריבן:דיינע חשבונות זענען אביסול איבערגעטריבן אבער אפילו לאמיר זאגן אז ס'קאסט 3,500 א חודש אין לינדען און די אנדערע אפשען איז צו וואינען פאר 3,500 רענט אין ב"פ אין א שיינע דירה. דארפסטי אבער טראכטן וויאזוי דער בארא פארק'ער רענטער און די לינדענ'ער קונה וועלן אויסקוקן אין 20 יאר ארום (אין די יארן וואס מ'מאכט חתונה קינדער). דער לינדענ'ער וועט האבן אן אויסגעצאלטע מארטגעזש און ס'וועט אים קאסטן בלויז 1,500 א חודש בעת דער בארא פארק'ער וועט צאלן 5-6,000 א חודש רענט. אין צוגאב, וועט דער לינדענ'ער האבן עקוועדי אין זיין הויז און קענען בארגן געלט אויף חתונה מאכן אדער אנדערע אינוועסטמענטס.

זייער גוט ארויסגעברענגט!!

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5257
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 8:04 pm

זע מיינע ענטפערס אין רויט דא אונטען

נחום וואהלינער האט געשריבן:למעשה הייב איך אהן צו מאכן געלט חשבונות זעה איך נישט די גרויסע מציאה [חוץ פאר אינער וואס גייט ממילא קויפן און ער האט א ספק צווישען ב"פ און לינדען].

מארטגעדזש [& חובות פון הלוואות] = בערך $2,000 א חודש. דא ריזיגע הייזער פאר 300K. וואס מיינט א מארטגעזש פון בערך 1100 א חודש אויף 225 טויזענט. (300X75%)
סא דער חשבון איז 1100

פראפערטי טעקס = בערך $7-800 א חודש ריכטיג
א קאר [וכל המסתעף עמו] = נאך $250 א חודש - איינער וואס וואוינט און ארבעט אין שטאט האט געווענליך נישט קיין סיבה צו האבן א קאר חוץ אויב ער זוכט צו שטיצען די שטאט-ראט.
אסך אידן אין בארא פארק האבן יא קארס, און אסך אין ז.ס. נישט, סא נעמטס דאס ארויס ביטע.
מער הייצאונג אין לעקטער פאר אזא גרויסע הויז = מינימום נאך $250 א חודש עיצה: קויפטס א קלענערע הויז וואס זאל נישט זיין גרעסער פון די בארא פארקע הויז, עס וועט אין איינוועגס זיין סך ביליגער
חוץ פון דעם קומט נאך צו אסאך זייטיגע הוצאות פון פארן אהין אין צוריק כל זמן ס'איז נישט קיין מוסדות געהעריג וכו' וכו' נאר נוגע די ערשטע יאר צוויי

אז מ'קען שוין צאם קראצן אזא סכום חודש'לעך קען מען פאר די פרייז דינגען א באקוועמע 3-4 צומערדיגע דירה. און אין צען יאר ארום וועט מען אייך ארויסווארפן ווייל די פרייז וועט שוין זיין 6K א חודש


תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 8:18 pm

רוצה לדעת האט געשריבן:נאכן ליינען דעם מאמענט, בין איך שטארק באנומען געווארן, אבער נאך אלץ געטראכט, אז א געניטער שרייבער האט אפגעשריבן לויט דאס פארלאנג פון קאסאן, וואס וויל מצליח זיין מיט דעם נייעם ישוב

אבער יעצט נאכן הערן אויף קול מבשר נעכטן ב' בשלח א אינטעוויאו מיט א נייער תושב, האב איך גאר א אנדער בליק אויף דעם ישוב, ס'האט מיר געכאפט א רייץ צו וועלן זיין אין לינדן וואס פריער.

איך בין נייגעריג פון וואו די נעמסט אז דער שרייבער ״האט עס געשריבן לויט דאס פארלאנג פון קאסאן״?

איך ווייס נישט ווער דער שרייבער איז, אבער וואס איך ווייס יא איז וואס קאסאן איז. איך קען דאס פלאץ אינסייד אויט. קאסאן האט נישט גענומען א שרייבער צו פאמפן לינדען, ס׳איז נישט במציאות. איך זאג נישט אזוי ווייל איך וויל זיי פאמפן, נאר ווייל דאס איז דער אמת. איינער וואס קען האדמו״ר מ׳קאסאן ווייסט אז נישט נאר וויל ער נישט די באשרייבונג נאר ער האט נישט קיין קורת רוח אז עס איז באשריבן געווארן.

אוודאי וויל קאסאן אז די פלאץ זאל מצליח זיין. און אוודאי קענען זיי באשטיין אז מענטשן זאלן וויסן די פרטים און עווענטועל אליין אהין מופן. אבער די פאמפע ווי למשל צו באשרייבן אדער ארומשיקן בילדער, דאס איז נישט זיי.

דאס איז א זאך וואס ״די היינטיגע חסידישע אינגעלייט״ פארשטייען נישט. קאסאן שטייט ווייט פון אזוי פיל פון די היינטיגע ״חסידישע פאמפאראציע״, זיי האבן אזוי פיל תוכן אין זיך, אזוי פיל חסד, א טובה טוהן א צווייטע איד (וואס זאב איז די סיבה מן הסתם פארוואס קאסאנע רבי איז בכלל געזיצן מיט דעם שרייבער,) זיי זענען די אמת׳ע ממשיכים פון די קערעסטירע הנהגה ווי אריינצולאזן צו זיך אין שטוב כל צרוע וכל זב. איך האב מיטגעהאלטן א שטיק צייט צוריק ווי קאסאנע רבי האט חתונה געמאכט איינעם וואס פלעג זיך דרייען ביים אים און די גאנצע משפחה איז געגאנגען מיט בגדי שבת. ועוד ועוד..... ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.

מיין פוינט איז, זיי נישט דן יענעם אז ער האט גענומען א שרייבער וועגן..... ניין. ס׳איז נאך דא אמת׳ע חסידישע אידן וואס טוהן זאכן למען כבוד שמו יתברך באמת ובתמים נאר ווייל דאס וויל דער אויבערשטער יעצט, אן קיין שום זייטיגע חשבונות.

sharp
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 11:30 pm

תגובהדורך sharp » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 9:44 pm

דריידל האט געשריבן:א מארטגעזש פון 400,000 קאסט בערך 2,000 P&I

א 400,000 מארטגעזש מיינט אז דער דירה האט געקאסט אן ערך פון 500 אלפים, דאס איז נישט די עוורידש דארט, קענסט רואיג אראפ גיין מיט א הונדערטער און די נומבערס וועלן אויסזעהן אסאך שענער.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:21 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:זע מיינע ענטפערס אין רויט דא אונטען

נחום וואהלינער האט געשריבן:למעשה הייב איך אהן צו מאכן געלט חשבונות זעה איך נישט די גרויסע מציאה [חוץ פאר אינער וואס גייט ממילא קויפן און ער האט א ספק צווישען ב"פ און לינדען].

מארטגעדזש [& חובות פון הלוואות] = בערך $2,000 א חודש. דא ריזיגע הייזער פאר 300K. וואס מיינט א מארטגעזש פון בערך 1100 א חודש אויף 225 טויזענט. (300X75%)
סא דער חשבון איז 1100

פראפערטי טעקס = בערך $7-800 א חודש ריכטיג
א קאר [וכל המסתעף עמו] = נאך $250 א חודש - איינער וואס וואוינט און ארבעט אין שטאט האט געווענליך נישט קיין סיבה צו האבן א קאר חוץ אויב ער זוכט צו שטיצען די שטאט-ראט.
אסך אידן אין בארא פארק האבן יא קארס, און אסך אין ז.ס. נישט, סא נעמטס דאס ארויס ביטע.
מער הייצאונג אין לעקטער פאר אזא גרויסע הויז = מינימום נאך $250 א חודש עיצה: קויפטס א קלענערע הויז וואס זאל נישט זיין גרעסער פון די בארא פארקע הויז, עס וועט אין איינוועגס זיין סך ביליגער
חוץ פון דעם קומט נאך צו אסאך זייטיגע הוצאות פון פארן אהין אין צוריק כל זמן ס'איז נישט קיין מוסדות געהעריג וכו' וכו' נאר נוגע די ערשטע יאר צוויי

אז מ'קען שוין צאם קראצן אזא סכום חודש'לעך קען מען פאר די פרייז דינגען א באקוועמע 3-4 צומערדיגע דירה. און אין צען יאר ארום וועט מען אייך ארויסווארפן ווייל די פרייז וועט שוין זיין 6K א חודש


ייש"כ פאר דיינע הארות
איך וועל מגיב זיין אויף די צוויי וואס איך האב גרויס געמאכט:

1. רוב הייזער געהעריגע וואס איך האב געזעהן לויפן צווישען 330K ביז בערך 390K, צו דעם קומט נאך אסאך זייטיגע FEES און הוצאות פון פיקסען וכדומה ממילא קומט אויס די מארטגעדזש מער ווי $1,100, דאס איז א חוץ וואס איך האב דארט אריין גערעכנט [און עס בפירוש געשריבען] חובות והלוואות וואס מ'דארף שוין האבן פון פאר די מארטגעדזש, למשל די דאון פעימענט.

2. איך האב דערמאנט אז איך רעד נישט פון אזא איינער וואס האט א חלום פון קויפן אין ב"פ, און אז ער איז גרייט צו קויפן אין לינדען וויל ער עפעס מער בהרחבה ווי זיין לעכל פון יעצט, ממילא איז נישט קיין עצה צו נעמען א קליינע דירה כדאי צו שפארן יוטיליטוס.

לסיכום: ווי איך האב דערמאנט אויוון האב איך געשריבען לויט וויפיל עס קומט מיר אויס, דהיינו אזא איינער ווי איך וואס דינגט א קליינע דירה אין ב"פ און טראכט פון קויפן אין לינדען בסיעתא דשמיא.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט