חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1756
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

Re: חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג יולי 03, 2020 1:42 pm

נו.נו. האט געשריבן:
פארגונער האט געשריבן:
נו.נו. האט געשריבן:האב איך גהערט
אז ראחמיסטריווקא פלאנט אויף צו מאכן א שטיבל דארט
דאס קומט נאך דעים וואס עס וואוינט שוין דארט קרוב צו א מנין ראחמיסטריווקא יונגערלייט
אין זיי קומען זוך שוין צוזאם פאר באטעס שבת ביינאכט


רעד איך צו מיינס א ידיד וואס וואינט אין לינדען זאגט ער מיר אז דערווייל וואינען דארט 4-5 חשובע ראחמיסטריווקע יונגעלייט און זיי פארפעלן נישט קיין פרייטאג צונאכטס ביי קאסאניער רביס טיש

איך קען 5 וואס וואוינען שוין דארט
אין נאך איינער וואס מען האלט אינמיטן בויען זיין הויז
אין אפאר רעדן זייער שטארק פון זוך אריבער ציען דארט

רבותי אנטשאלדיגט אבער ס׳איז באמת נישט קיין שיינע נאר יענטע שמיעס דא... למ״נ פינקטליך וויפעל ראחמיסטריווקא ס׳שוין דא? פאר דער וואס אין דעם ווענט זיך עס צו ער וויל קויפען אין לינדען קען מיך פרעגן אין פריוואט און כ׳וועל ענטפערן די ריכטיגע ענטפער.

די זעלבע זאך איז מיט: צו זיי גייען צום די קאסענע רבי׳ס טיש אדער גייען צי זייער אייגענע באטע.. פליז.. זאג א מענשט מעג שוין נישט האבן קיין פרייוועסי ווייל ער וואוינט אין לינדען..? פליז הערט׳ס אויף.. ממילא וועלכע שוהלן עפענען זיך איז א נארמאלע נישט פריוואטע שאלה צו פרעגן אדער רעדן וועגן. אבער דא מיז מען מעקן אביסעל!

#אחראים עלערט
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פראהביטש און 7 געסט