חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

New Jersey
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 6:01 pm

תגובהדורך New Jersey » מיטוואך מארטש 13, 2019 8:17 pm

שמדריך האט געשריבן:
לינדענער האט געשריבן:
שמדריך האט געשריבן:כ׳בין יעצט געוועהן אין לינדען (מ׳גיימער בעזרת ה׳ קלויזען דער וואך אדער נעקסטע וואך) איך בין אריין און דער נייער שוהל, ס׳איז באמת הערליך שיין, און די מקוה איז ביואטיפול! לאמיר האפען אלע אינספעקשינס זאלען אדורכגיין בשלום וועט קאסאנער רבי שליט״א אי״ה אהינמאפען תיכף אין שוין זיין דארט פאר פסח!


ב״ה גוט צו הערען, השי״ת זאל העלפען עס זאל גיין גרינג און געשווינד! סיי פאר דעם רבי שליט״א און אויך פאר דיר


טעינק יו פאר די ווארעמע ברכות!

אגב, די טעמפערערי שוהל איז טאקע הערליך שיין, כ׳האב נאר מורא אז אזא גרויסע עולם ציעט זיך ארויס בקרוב אז ס׳וועט זייער שנעל ענג ווערען. כ׳האפ די פלענער פאר׳ן גרויסע שוהל אויף ארטשערד טעראס ריקען זיך שנעל.

?שמדרך you have pictures from the shul

אורך ימים אשביעהו
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm

תגובהדורך אורך ימים אשביעהו » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:01 pm

האב איך געווען און לינדען א שבת איך קען אייך איין זאך זאגן ברודער מופן איז נישט גרינג יעדער וואס מופט וועט ערגעץ דורכגיין שוועריקייטן פארפאלן נישט דא קלוגער פון חז"ל כל התחלות קשות
אבער נישט דא נאך א מקום וואס איז א תשובה צו יעדע סארט לעבנסשטייגער וואס איר גליסט חלומט אדער זוכט ווי לינדען עס איז א סיטי ווי עס איז רואיג.. עס איז אפסטעיט אן בערג... וואונסט גענוג נאנט צו דיין שכן צו אריינשטעקן דיין נאז אבער גענוג ווייט עס זאל דיר זיין באקוועם ועוד ועוד ועוד אי"ה

אורך ימים אשביעהו
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm

תגובהדורך אורך ימים אשביעהו » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:03 pm

צו די רבי וועט פערמענעטלי ארויסמופן בין איך נישט זיכער
א גאסט אויף א ווייל שמעקט א מייל און איך בין כמעט זיכער אז די לינדענע איינוואוינער ווייסן און בעק אף די מיינד אויך אזוי

שמדריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

תגובהדורך שמדריך » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:12 pm

אורך ימים אשביעהו האט געשריבן:צו די רבי וועט פערמענעטלי ארויסמופן בין איך נישט זיכער
א גאסט אויף א ווייל שמעקט א מייל און איך בין כמעט זיכער אז די לינדענע איינוואוינער ווייסן און בעק אף די מיינד אויך אזוי


מדבריך ניכר אז די קענסט נישט דעם רבי׳ן....און לינדענער איינוואונער אויך נישט...

אורך ימים אשביעהו
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 11, 2019 9:39 pm

תגובהדורך אורך ימים אשביעהו » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:28 pm

איך גיי זיך נישט דינגען איך בין שוין געעוען עטליכע שבתים און מהאלט אינאיינרעדן גאנץ שבת וועגן די רבי'ס קומען איך רעד פון וואס איך האב געלערנט צווישן די שורות
הגם איך האלט די רבי וועט קומען אבער נישט אויף די רגע
אבער האב נישט קיין טעות איך בין באמת א אויסטערלישע חסיד פון די מקום איך קען באמת נישט קיין חסרון פאר די מקום נישט דא קיין קריים.. וועט בלייבן לכאו' פאר גענוג לאנג ביליג.. קאלירפול מסלתה ומשמנה.. ועוד ועוד

לינדענער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:01 pm

תגובהדורך לינדענער » מיטוואך מארטש 13, 2019 10:44 pm

מען דארף זיך נישט דינגען, כ׳ווייס אז א חלק עולם האט געמיינט אזוי טאקע ווייל ס׳האט זיך געשלעפט, אבער ב״ה יעצט זעהט מען אז ס׳גייט שוין יא געשעהן. דער וואך זענען אסאך איינוואונער געוועהן זעהן מיט די אייגענע אויגען ווי די פלאץ ווערט גרייט. לאמיר האפען אז אלע אינפעקשענס זאלען אדורך בשלום וועט די רבי ענדליך דא זיין !

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:08 am

די רבי האט שוין א רעדי דירה ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
פון ר"ח אדר אן דארף מען שוין נישט לייגן קיין סמייליס צי שמייכלן מ'מעג שוין אליינס לאכן אין שמייכלן ווען מ'וויל

לינדענער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:01 pm

תגובהדורך לינדענער » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:29 am

maybeeynot האט געשריבן:די רבי האט שוין א רעדי דירה ?


נישט א דירה, א הערליכע גרויסע שיינע הויז!

לינדענער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:01 pm

תגובהדורך לינדענער » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:30 am

די רבי גייט וואונען אויפען צווייטער שטאק און די בית מדרש און מקוה וועלען זיין אויפען ״גרוינד לעבעל״

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 922
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 12:34 am

ס'הייבט שוין אן רעדן צו מיר עפעס פארשלעפט זיך עס
אלץ מיט א שמייכל נאר מיט קאך לא תשקאך . ,

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2090
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 9:56 am

וויי-פיי האט געשריבן:ס'הייבט שוין אן רעדן צו מיר עפעס פארשלעפט זיך עס

דארף וויסן ווי צי כאפן די ווי-פיי. :lol:
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
פון ר"ח אדר אן דארף מען שוין נישט לייגן קיין סמייליס צי שמייכלן מ'מעג שוין אליינס לאכן אין שמייכלן ווען מ'וויל

מצא
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 09, 2017 6:53 pm

תגובהדורך מצא » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 6:16 pm

אין א שכינות'דיגן אשכול דערמאנט איינער אזוי מסיח-לפי-תומו'דיג בתוך הדברים אז אין לינדען איז פארהאן סקול וואוטשער'ס, וויסט איינער צו זאגן אויב ס'יש דברים בגו?

לינדענער
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 21, 2019 9:01 pm

תגובהדורך לינדענער » דאנארשטאג מארטש 14, 2019 7:21 pm

יא, אין ניו דזשערזי קען מען באקומען וואוטשערס פינקט ווי אין ניו יארק אבער לויט ווי איך הער דא פון דעם עולם, איז עס נאר צו שיקען די קינדער דא אין ניו דזשערזי אין חדר/סקול. איך פארשטיי אז עס וועט נישט ארבעטען אויב מען שיקט די קינד קיין ברוקלין.

New Jersey
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 6:01 pm

תגובהדורך New Jersey » פרייטאג מארטש 15, 2019 12:26 pm

We had the great honor that the Pupa Rebbe Shlit”a came from Williamsburg yesterday to a visit in our Shtetl! He was stunned when he saw the area! Was looking around saying “I
heard but didn’t believe the beauty in which Yingerleit can live in”. The Rebbe was deeply impressed when he was told that everybody works as a team cooperating to keep a
fair market. He said 'its the way to ensure that evrybody can buy a house and a healthy way of growth'. Y’hei Boiyoi L’Brocho!

New Jersey
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 6:01 pm

תגובהדורך New Jersey » פרייטאג מארטש 15, 2019 12:28 pm

798BBB43-5352-4052-9F00-D3208CC12EF4.jpeg
798BBB43-5352-4052-9F00-D3208CC12EF4.jpeg (140.85 KiB) געזעהן 457 מאל
79C5964E-5F16-43F0-A944-FFB56C359AD9.jpeg
79C5964E-5F16-43F0-A944-FFB56C359AD9.jpeg (128.02 KiB) געזעהן 457 מאל
5BD67838-95BA-4A52-AFA9-BE5FA3A64FD3.jpeg
5BD67838-95BA-4A52-AFA9-BE5FA3A64FD3.jpeg (118.77 KiB) געזעהן 457 מאל
New Jersey האט געשריבן:We had the great honor that the Pupa Rebbe Shlit”a came from Williamsburg yesterday to a visit in our Shtetl! He was stunned when he saw the area! Was looking around saying “I
heard but didn’t believe the beauty in which Yingerleit can live in”. The Rebbe was deeply impressed when he was told that everybody works as a team cooperating to keep a
fair market. He said 'its the way to ensure that evrybody can buy a house and a healthy way of growth'. Y’hei Boiyoi L’Brocho!

New Jersey
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 6:01 pm

תגובהדורך New Jersey » פרייטאג מארטש 15, 2019 12:29 pm

[attachment=2]B4C242A0-4807-4623-8678-D58DC62869BF.jpeg[/attachment][attachment=1]F18D0C01-93B0-4D32-8BDF-4B896B16032E.jpeg[/attachment][attachment=0]6FC73BB7-E3B7-470E-AB2A-BB8C3D65581C.jpeg[/attachment]
צוגעלייגטע
6FC73BB7-E3B7-470E-AB2A-BB8C3D65581C.jpeg
6FC73BB7-E3B7-470E-AB2A-BB8C3D65581C.jpeg (123.65 KiB) געזעהן 456 מאל
F18D0C01-93B0-4D32-8BDF-4B896B16032E.jpeg
F18D0C01-93B0-4D32-8BDF-4B896B16032E.jpeg (232.88 KiB) געזעהן 456 מאל
B4C242A0-4807-4623-8678-D58DC62869BF.jpeg
B4C242A0-4807-4623-8678-D58DC62869BF.jpeg (200.54 KiB) געזעהן 456 מאל

שמדריך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 15, 2014 12:59 am

תגובהדורך שמדריך » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:07 pm

זייער שיין!!

מאן דאמר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 30, 2015 10:35 pm

תגובהדורך מאן דאמר » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:27 pm

איינע פון די מעלות פון לינדן איז, אז דער בן האדמו״ר מקאסאן איז געווארן א לייסענסד בראוקער, און טאמער וויל מען ווערן א חלק פון די קהלה, איז נאר אז מ׳קויפט א הויז מיטן בנש״ק אלץ בראוקער, אז נישט ביזטו אויסגעשלאסן פון אלע קהלישע סערוויסעס

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:33 pm

מאן דאמר האט געשריבן:איינע פון די מעלות פון לינדן איז, אז דער בן האדמו״ר מקאסאן איז געווארן א לייסענסד בראוקער, און טאמער וויל מען ווערן א חלק פון די קהלה, איז נאר אז מ׳קויפט א הויז מיטן בנש״ק אלץ בראוקער, אז נישט ביזטו אויסגעשלאסן פון אלע קהלישע סערוויסעס


גראדע א גוטע זאך

אזוי פאלט נישט צו עול די קאסטען פון אויסהאלטען בנש"ק'ליך אויף די פרישע איינוואינער וואס זענען געקומען שפארן געלט און מען וועט דארפן ווייניגער שנארן

עס איז פשוט זה נהנה וזה נהנה , די אידן קענען קויפן פאר ביליג הייזער און נישט סתם בראקערס ארויפצוציען די פרייזן , און א ליסטעד הויז גייט דורך אים דערלייגסטו נישט גארנישט, סך הכל אז דיין רב'ס זין מאכט פרנסה בדרך כבוד , געווינטשען אז אנדערע רבנים זאלן עס נאכטין.

איך גלייב אז די פוינט איז פשוט צו האלטען א האנט אויף די בראוקערס , עס איז א אייזערנע איידיע וויזוי צו האלטען די פרייזן נידריג , איך האב נישט געקענט פארשטיין וויזוי מען קען אויסקראסען היימישע בראוקערס ארויפצוציען די פרייזן אזוי ווי אין אנדערע געגענטער.
לעצט פאראכטן דורך רעסטאראנט אום פרייטאג מארטש 15, 2019 2:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

מאן דאמר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 30, 2015 10:35 pm

תגובהדורך מאן דאמר » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:34 pm

איך האב געזאגט אז ס׳איז א מעלה

מאן דאמר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 30, 2015 10:35 pm

תגובהדורך מאן דאמר » פרייטאג מארטש 15, 2019 2:37 pm

איין קליינע חסרון איז נאר, אז טאמער וויל עמיצער אליין׳ס קויפן א הויז, שטעלט ער אונטער פיסעלעך.
ווייטער נישט קיין פראבלעים, מ׳ברויך נאר זיין מער אפן מיטן עולם אין וועמענס פריוואטע הענט מ׳גליטשט זיך דא אריין

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1058
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג מארטש 15, 2019 3:05 pm

מאן דאמר האט געשריבן:איין קליינע חסרון איז נאר, אז טאמער וויל עמיצער אליין׳ס קויפן א הויז, שטעלט ער אונטער פיסעלעך, שמעקט אביסל וואו סקווער אד״ג
ווייטער נישט קיין פראבלעים, מ׳ברויך נאר זיין מער אפן מיטן עולם אין וועמענס פריוואטע הענט מ׳גליטשט זיך דא אריין


מען גליטשט נישט אריין און מען צווינגט נישט קיינעם , איך גלייב ווער עס וויל מופן מאכט ריסערטש און מען האט קיינעם נישט צו געבינדען די הענט אין פיס און געשלעפט קיין לינדען

מאן דאמר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 30, 2015 10:35 pm

תגובהדורך מאן דאמר » פרייטאג מארטש 15, 2019 3:19 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:איין קליינע חסרון איז נאר, אז טאמער וויל עמיצער אליין׳ס קויפן א הויז, שטעלט ער אונטער פיסעלעך, שמעקט אביסל וואו סקווער אד״ג
ווייטער נישט קיין פראבלעים, מ׳ברויך נאר זיין מער אפן מיטן עולם אין וועמענס פריוואטע הענט מ׳גליטשט זיך דא אריין


מען גליטשט נישט אריין און מען צווינגט נישט קיינעם , איך גלייב ווער עס וויל מופן מאכט ריסערטש און מען האט קיינעם נישט צו געבינדען די הענט אין פיס און געשלעפט קיין לינדען


זייער גוט, אז דער עולם פארשטייט דא די גאנצע ביזנעס איז גוט, עפעס א מעשה האב איך געהערט פון א קרוב וואס האט געזוכט מיטן בן רבינו א שטיק צייט און נישט געטראפן וואס ער גלייכט, נאכער האט ער אליינס געטראפן א הייזקע וואס ער מיטן בני בית גלייכן, האט דער בנש״ק נישט געלאזט קויפן,

ביי די וועי, די מעשה מיט די פרייזן איז אויך א תירוץ מיט א געשעפט, אין עליזאבעט און אין הילסייד קויפט דער עולם מיט מער וואו איין בראוקער און די פרייזן גייען נישט מער וואו אין א נישט אידישע געגנט, די פרייזן גייען ארויף ווען די סעלערס זעהן אז די בייערס וועלן צאלן מער, און דאס איז אן אריכות מיט סאפליי אין דימענד, דער בראוקער ריקט נישט ארויף און נישט אראפ נאר אריין, אין טאש אריין, ער איז א פארמיטלער סך הכל

ואידך זיל גמור

פארווייטאגט
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » פרייטאג מארטש 15, 2019 3:53 pm

מאן דאמר האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
מאן דאמר האט געשריבן:איין קליינע חסרון איז נאר, אז טאמער וויל עמיצער אליין׳ס קויפן א הויז, שטעלט ער אונטער פיסעלעך, שמעקט אביסל וואו סקווער אד״ג
ווייטער נישט קיין פראבלעים, מ׳ברויך נאר זיין מער אפן מיטן עולם אין וועמענס פריוואטע הענט מ׳גליטשט זיך דא אריין


מען גליטשט נישט אריין און מען צווינגט נישט קיינעם , איך גלייב ווער עס וויל מופן מאכט ריסערטש און מען האט קיינעם נישט צו געבינדען די הענט אין פיס און געשלעפט קיין לינדען


זייער גוט, אז דער עולם פארשטייט דא די גאנצע ביזנעס איז גוט, עפעס א מעשה האב איך געהערט פון א קרוב וואס האט געזוכט מיטן בן רבינו א שטיק צייט און נישט געטראפן וואס ער גלייכט, נאכער האט ער אליינס געטראפן א הייזקע וואס ער מיטן בני בית גלייכן, האט דער בנש״ק נישט געלאזט קויפן,

ביי די וועי, די מעשה מיט די פרייזן איז אויך א תירוץ מיט א געשעפט, אין עליזאבעט און אין הילסייד קויפט דער עולם מיט מער וואו איין בראוקער און די פרייזן גייען נישט מער וואו אין א נישט אידישע געגנט, די פרייזן גייען ארויף ווען די סעלערס זעהן אז די בייערס וועלן צאלן מער, און דאס איז אן אריכות מיט סאפליי אין דימענד, דער בראוקער ריקט נישט ארויף און נישט אראפ נאר אריין, אין טאש אריין, ער איז א פארמיטלער סך הכל

ואידך זיל גמור


א שיינע מעשה.

אבער דעם ואידך זיל גמור איז דאך פשוט.
אז לטובת כלל ישראל זאלן נאך צען רבי'שער אייניקליך זוכן ווי אזוי מ'קען זיך ארויפווארפען אויף כלל ישראל. פאר זיך פרנסה און פאר'ן טאטע'ן א שטעטל.
און אונז וועלען מיר פארדינען אז זיי וועלן בויען נאך צען שטעטלאך. לפחות אכט וועלן זיך אויסארבייטן לטובתינו ולטובת בנינו.

און אויב דער מעשה איז סתם א מעשה'לע, קען איך אויך באשטיין אז נאך זאלן באמת מיינען זיך, אבער כלל ישראל זאת פארדינען אין גרויסען.

נ. ב. רוב נייער מעדעצינען וואס האט געראטעוועט מיליאנען מענטשען, איז ערפינדען געווארן א דאנק איינער האט געוואלט פארדינן. אזוי אויך אלע טעכנעלאגישער ערפינדונגען.
ווען קיינער וויל ווען נישט פארדינען, קען איך ניטאמאל קיין ברויט קויפן.
ווער וועט שטיין אין געשעפט? און ווער וועט אפבאקען די ברויט? וכו' וכו'.
עכ"פ ווילאנג ער וויל עס זאת זיך צווואקסען, וועט ער דאך אכטונג געבן עס זאל אויך זיין ביליג.

מאן דאמר
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 30, 2015 10:35 pm

תגובהדורך מאן דאמר » פרייטאג מארטש 15, 2019 4:17 pm

ער האט א רעכט צו פארדינען, און ער זאל פארדינען, מ׳ברויך נאר זיין טרענספערענט, האנדלען ערליך, און קיינעם נישט פראבירן צו קאנטראלירן, אונז קום מיר שוין פון דארט, והעיקר, מ׳קען נישט מאכן קיין שמוציקע שטיק, יענער וויל קויפן א הויז? סטראשע נישט, לאז אים טוהן וואס ער וויל, ס׳וועט זיין נאך קליענטן מארגן, פראבירן צו קאנטראלירן מיטן שלייער פון סיי וועלכע סארט, איז הוילע פאפעריי, אומענטשליך און אומלעגאל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט