חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובה דורך נודה לך »

רוצה לדעת האט געשריבן:נאכן ליינען דעם מאמענט, בין איך שטארק באנומען געווארן, אבער נאך אלץ געטראכט, אז א געניטער שרייבער האט אפגעשריבן לויט דאס פארלאנג פון קאסאן, וואס וויל מצליח זיין מיט דעם נייעם ישוב

אבער יעצט נאכן הערן אויף קול מבשר נעכטן ב' בשלח א אינטעוויאו מיט א נייער תושב, האב איך גאר א אנדער בליק אויף דעם ישוב, ס'האט מיר געכאפט א רייץ צו וועלן זיין אין לינדן וואס פריער.

נו געגאנגען...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4216
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

לינדען, ווי איך האב שוין געשריבן גאר אסאך מאהל, איז גאר א גיטע פלאץ...

גרויסע הייזער
פראנט אין ריזיגע בעק יארדס
שטילע גאסן, א שטייגער ווי די רייכע געגענט אין פלעטבוש

ווי אויך... ארומגענומען מיט פיהל אידישע ישובים ווי Jersey City און Elizabeth.

Working class neighborhood מיט א געוואלד הייזער ארום פאר גאר ביליג.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובה דורך הצדיק »

וואס איז די עווריזש פרייז פאר א הויז אין לינדען
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

הצדיק האט געשריבן:וואס איז די עווריזש פרייז פאר א הויז אין לינדען

from $250 to $400
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובה דורך הצדיק »

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:וואס איז די עווריזש פרייז פאר א הויז אין לינדען

from $250 to $400

Huh?
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

הצדיק האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:
הצדיק האט געשריבן:וואס איז די עווריזש פרייז פאר א הויז אין לינדען

from $250 to $400

Huh?

קליק דא און קוק

https://www.zillow.com/homes/for_sale/C ... ect/15_zm/
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

אט אזוי האט געשריבן:סאיז א ווייטאג אז יעדער גייט ערגעץ אנדערש אנשטאט זיך צוזאמנעמען און איין פלאץ ווי למשל זשערסי סיטי וואלט עס שוין יעצט געהאלטן ביי אפאר הונדערט משפחות
למעשה יעצט מוטשענען זיך אלע ארום

ס'איז נישט קיין סוד אז די עיקר גורם פאר'ן דירות קריזיס אין היימישע געגענטער, זענען די אינוועסטארס. ווי ס'איז דא א אידישע געגענט איז די ריעל עסטעיט רינגס און ארום פארכאפט דורך אינוועסטארס. בעל בתישע יונגערמאן וואס וויל זיינע קינדער זאלן וואינען נאנט צו אים, וועט קויפן עטליכע הייזער אין די געגענט ווייל ער ווייסט אז אין 10-20 יאר ארום ווען זיינע קינדער וועלן דארפן דירות וועט די פרייז זיין דאפלט אדער מער. נאכדעם זענען דא סתם אינוועסטארס וואס קויפן מיט'ן חשבון אז די אידישע געגענט וועט זיך אויסשפרייטן און אין אפאר יאר וועט ער קענען פארקויפן די אינוועסטמענט פאר א שיינע פראפיט. דאס ברענגט אן אנלויפעניש פון קויפערס און טרייבט ארויף די פרייז. די זעלבע געשענט אין ז. ס., ווי אידעלעך קויפן הייזער רעכטס און לינקס און אלעס ווערט פארכאפט ווי נאר ס'קומט ארויף אויף די מארקעט. איינער וואס זיכט צו קויפן דארט אויף צו וואינען דארף בידן קעגן אנדערע אידן - אינוועסטארס.
די איינציגסטע סאלושען איז אז ס'זאלן זיך גרינדן 10 נייע ישובים. קודם וועט דאס העלפן אז אינוועסטארס וועלן זיך נישט קאנצעטרירן אויף איין געגענט, און די וואס ווילן קויפן פאר די קינדער וועלן זיך בכלל אפהאלטן ווייל זיי ווייסן דאך נישט ווי די קינדער גייען ווילן וואינען (זיי וועלן דאך האבן א גרויסע אויסוואל פון געגענטער). און איינמאל ס'וועט נישט זיין אזויפיל אינוועסטארס וועט שוין די פרייז נישט אזוי ארויפגיין וועט עס שוין נישט זיין אזוי אטרעקטיוו פאר אינוועסטארס וחוזר חלילה
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

דריידל האט געשריבן:

גא"מ. עס איז נישט קיין שום ווייטאג אז מען גייט נישט אלע אין איין פלאץ, אדרבה זאל מען זיך ווי מער פארשפרייטן, ווי מער אויסשפרייטן, פונקט ווי אינדערהיים וואס מען האט געוואוינט אין אלע שטעטלעך, נישט נאר אין עטליכע גרויסע שטעט.
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובה דורך אט אזוי »

במציאות סטראגלען אלע אזוי און ספעלט קלאר נישט אויס יעדע 20 יודן זאלן גיין און אנדערע סטעיטס ספארששווערט די חבלי לידה פי כמה ווי די מציאות ווייזט ליידער
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

אוודאי איז דא חבלי לידה אין "יעדע" נייע פלאץ, דאס איז נערמאל, און מיר אלע אחינו בני ישראל וועלן צושטיין צו די האנט פון די נחשונים פון "אלע" שטעטלעך, זיי ארויסצוהעלפן שטעלן אויף די פיס.

אבער בעצם איז זייער א גיטע זאך ווי מער שטעטלעך צו עפענען, די קאפ דארף זיין אפן צו מאכן אן החלטה לויט די אייגענע מיינונג, נישט זיין געבינדען צו וואוינען דוקא אין 4-5 פלעצער. מיט יעדע נייע פלאץ וואס עס מאכט זיך אויף מאכט דאס ברייטער אין קאפ פאר יעדן, אז איך וועל וואוינען און פירן א ערליכע אידישע חסידישע לעבן און וועלכע פלאץ עס איז גיט פאר "מיר", נישט זייענדיג געצווינגען צו וואוינען דוקא אין בארא פארק אדער וויליאמסבורג
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

נודה לך האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:סאיז א ווייטאג אז יעדער גייט ערגעץ אנדערש אנשטאט זיך צוזאמנעמען און איין פלאץ ווי למשל זשערסי סיטי וואלט עס שוין יעצט געהאלטן ביי אפאר הונדערט משפחות
למעשה יעצט מוטשענען זיך אלע ארום

יא in short term ביסטו אפשר גערעכט,
דע פאקט איז אבער אז דער חרדישע ציבור אין NY איז גענוג גרויס ציא פארמאגן צענדליקער ישובים מען זאל זיך נישט דערזען מארגן נאכאמאל מיטן זעלבן פראבלעם.
יא אמת כל התחלות קשות אבער in long term וועט כלל ישראל געניסן פונעם גרעסערן אויסוואל.
קרית יואל, שיכון סקווער, קרית טאהש, איז ווייט נישט אנגענומען גרינג, היינט געניסט כלל ישראל דערפון.
עס דארף זיין גענוג ישובים to supply the demand נאר אזוי קען מען האלטן דע פרייז סטאביל.
און ציא אלע עסקנים, נחשונים, זאג איך חיזקו ואימצו!! איר ראטעוועט כלל ישראל!! שכרכם הרבה מאוד, ולפום צערא אגרא.

גא"מ שטארקע ווערטער

גא"מ. פון טיפסטן הארצן דריק איך אויך אויס מיין פולסטע חיזוק פאר די אלע עסקנים און תושבים פון די נייע שטעטלעך, חזקו ואמצו, מיר זענען אלע מיט אייך לנו ולדורותינו.
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובה דורך מחנך »

אסאך בעסער און קלוגער יא צו מאכן אסאך שטעטלעך, ספעשעלי אזא געלונגענע שיינע געגנד ווי לינדן, ממש אלע מעלות, גוטע טשענס צו וואקסן זייער שנעל און איבערוואקסן די אנדערע סטראגעלדיגע שטעטלעך
לעצט פארראכטן דורך מחנך אום מיטוואך יאנואר 24, 2018 3:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

אט אזוי האט געשריבן:במציאות סטראגלען אלע אזוי און ספעלט קלאר נישט אויס יעדע 20 יודן זאלן גיין און אנדערע סטעיטס ספארששווערט די חבלי לידה פי כמה ווי די מציאות ווייזט ליידער

די פראבלעם איז אבער אז טאמער פאקוסט מען אויף איין פלאץ, ווערט די פרייז ארויפגעשרויפט. נישטא קיין ברירה.
אין פאקט, די לינדען ישוב איז א הילף פאר ז.ס. ווייל דאס שטעלט אביסול אפ די אנלויפעניש פון אינוועסטארס
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2748
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

תגובה דורך נחום וואהלינער »

איך האב אביסעל ארום געקוקט אויף די ריעל עסטעיט סייטס, עס זענען די הערליכע גרויסע הייזער פאר 340K-400K ממש מציאות.

א שאד עס זענען נישט קיין עסקנים וואס האבן אן אינטרעסע צו ארויס העלפען מיט גיין זעהן, קויפן וכו' וכו' אזוי ווי די אינוועסטארס טוען אין אנדרע פלעצער.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובה דורך איש האשכולות »

נחום וואהלינער האט געשריבן:איך האב אביסעל ארום געקוקט אויף די ריעל עסטעיט סייטס, עס זענען די הערליכע גרויסע הייזער פאר 340K-400K ממש מציאות.

א שאד עס זענען נישט קיין עסקנים וואס האבן אן אינטרעסע צו ארויס העלפען מיט גיין זעהן, קויפן וכו' וכו' אזוי ווי די אינוועסטארס טוען אין אנדרע פלעצער.

די אינוועסטארס זענען יצא שכרו בהפסדו.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1280
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובה דורך אט אזוי »

נחום וואהלינער האט געשריבן:איך האב אביסעל ארום געקוקט אויף די ריעל עסטעיט סייטס, עס זענען די הערליכע גרויסע הייזער פאר 340K-400K ממש מציאות.

א שאד עס זענען נישט קיין עסקנים וואס האבן אן אינטרעסע צו ארויס העלפען מיט גיין זעהן, קויפן וכו' וכו' אזוי ווי די אינוועסטארס טוען אין אנדרע פלעצער.

נייע הייזער ?
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובה דורך יאצמעך »

איש האשכולות האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:איך האב אביסעל ארום געקוקט אויף די ריעל עסטעיט סייטס, עס זענען די הערליכע גרויסע הייזער פאר 340K-400K ממש מציאות.

א שאד עס זענען נישט קיין עסקנים וואס האבן אן אינטרעסע צו ארויס העלפען מיט גיין זעהן, קויפן וכו' וכו' אזוי ווי די אינוועסטארס עסקנים טוען אין אנדרע פלעצער.

די אינוועסטארס זענען יצא שכרו בהפסדו.

אין ז.ס. טוען עס עסקנים
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29173
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

מיינע צוויי פעניס, אפילו יעצט סטראגלען טאקע אלע ישובים פון דעם אז עס איז דא אזויפיל, אבער זיי וועלן אי"ה אלע סוקסידן, און אין די לאנג ראן מוז מען האבן ווי מער שטעטלעך צו סופלייען די כן ירבה.
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5934
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובה דורך פליגל »

די סטראגעל האט גארנישט מיט "צופיל", עס'ז נישטא גענוג אפילו!

נאר וואס דען?
האסט שוין געזען אמאל א קינד שטיין אויבן אויפן לייטער און שפאקולירט צו טאנצן? ער סטראגעלט אויך... ער שטייט דארט און קוקט צוריק, יא, ניין, צו הויעך, עה כ'גיי שוין שפרינגן! איינס צוו.. ניין דרייט זיך צוריק... אה! ענדליך! וואוו! יעי!!!

אט אזוי קוקט אויס די אלע ישובים, דער עולם שטייט און שפאקולירט יא גיין נישט גיין, זאל'ך? מ'אט שוין יא אפגעמאכט אבער ניייין.... אזוי ווייט? מיט נאך טויזענט תירוצים.. ביז דער כאפט זיינע זיבן זאכן און גייט פיינעלי...

אטע דאס'ז די סטראגל פאר די ישובים.
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

דער אמת איז אז איינער פון די עיקר סטראגלס איז א תלמיד תורה, אבער ווער זאגט אז מען קען נישט אויפנעמען איין צו צוויי מלמדים, איין מלמד פאר די גאר אינגע קינדער, און איין מלמד פאר די עלטערע קינדער, אזוי ווי עס איז געווען אינדערהיים אין שטעטל, אז קינדער פון עטליכע יארגענג האבן געלערנט צוזאמען.

איך טראכט נאר הויך
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובה דורך איסר האטלקי »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:דער אמת איז אז איינער פון די עיקר סטראגלס איז א תלמיד תורה, אבער ווער זאגט אז מען קען נישט אויפנעמען איין צו צוויי מלמדים, איין מלמד פאר די גאר אינגע קינדער, און איין מלמד פאר די עלטערע קינדער, אזוי ווי עס איז געווען אינדערהיים אין שטעטל, אז קינדער פון עטליכע יארגענג האבן געלערנט צוזאמען.

איך טראכט נאר הויך

פארוואס טראכסטו נאריש?

דו גייססט אהינמופן פאר אזא חדר?
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:דער אמת איז אז איינער פון די עיקר סטראגלס איז א תלמיד תורה, אבער ווער זאגט אז מען קען נישט אויפנעמען איין צו צוויי מלמדים, איין מלמד פאר די גאר אינגע קינדער, און איין מלמד פאר די עלטערע קינדער, אזוי ווי עס איז געווען אינדערהיים אין שטעטל, אז קינדער פון עטליכע יארגענג האבן געלערנט צוזאמען.

איך טראכט נאר הויך

געטראכט די זעלבע
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

קיינמאל נישט פארשטאנען די צוזאמשטעל פון די משנה "של אשירה ושל עיר הנדחת", ווי קומט אן אשירה צו א שטאט?

יעצט פארשטיי איך אביסל, אשירה טייטש "לינדען" און עס איז אביסל נדחת פון בארא פארק
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1880
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובה דורך דונש »

עפל קאמפאט , פיינע איידיע!

דארף מען נאר זען צו די היינטיגע חברה וועלן זיך צוכאפן צו אזאנס..
זוכט איר דוי?
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובה דורך סידיראם »

איסר האטלקי האט געשריבן:
עפל קאמפאוט האט געשריבן:דער אמת איז אז איינער פון די עיקר סטראגלס איז א תלמיד תורה, אבער ווער זאגט אז מען קען נישט אויפנעמען איין צו צוויי מלמדים, איין מלמד פאר די גאר אינגע קינדער, און איין מלמד פאר די עלטערע קינדער, אזוי ווי עס איז געווען אינדערהיים אין שטעטל, אז קינדער פון עטליכע יארגענג האבן געלערנט צוזאמען.

איך טראכט נאר הויך

פארוואס טראכסטו נאריש?

דו גייססט אהינמופן פאר אזא חדר?

עס איז נישט אזא נארישע געדאנק, עס איז אפשר א ווילדער געדאנק וואס איז נאכנישט איינגעגעסן אין די מוחות פונעם עולם. די עצם געדאנק פון ארויסמופן האט אויך אויסגעקוקט א נארישע געדאנק, ביז, נא ביז ווען? ביז מען האט עס אנגעפאנגען צו טוהן! ביז דעמאלס האט יעדער געהאלטן אז דאס איז צודרייט נאריש און משוגע ווילד וכו' וכו', אזוי האט "יעדער" אמאל געטראכט, ביז מען האט דאס אנגעפאנגען צו טוהן.

די זעלבע זאך מיט דעים, עס איז אפשר א ווילדער געדאנק, אלעס ביז די וועסט הערן אז "מען טוט עס" דעמאלס וועסטו אליינס האלטן אז דאס איז טאקע אפשר א געדאנק....

עפל, איך האלט אבער ענדערש עס זאל זיין צוטיילט אין 3, איין מלמד פאר די גאר אינגערע, איין מלמד פאר די מיטעלע, איין מלמד פאר די עלטערע, דאס איז שוין נישט אזוי ווילד, עס איז געווען פלעצער ווי לכתחילה איז אזוי געווען אז עטליכע עיזשעס זענען געווען צוזאמען.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”