חסידישע ישוב אין לינדען, ניו זשערסי - והגלילות

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

תגובה דורך נחום וואהלינער »

קיבלתי באישי שיניתי מעט מעט כפי הצורך

חיים והשלום אמע"כ ידידינו וידיד נפש כל חי, לא ידעתיו אכנהו לפי כבודו הראוי, המכונה נחום וואהלינער שיחי'

ווי דערמאנט כמ"פ האב איך שוין גענומען דעם שריט פון אוועקמופן, און איך האב שוין א שטיקל שמעק ווען איינער מיינט עס אמת'דיג... און איינס פון די סימנים איז ווען איינער הייבט אן קאמפערן עפל צו עפל, דהיינו מען הייבט אן באמת אריינקוקן און אויסרעכענען די נאמבערס אין מציאות, וויפיל עס וועט עקטשועל קאסטן נאך אלע הוצאות און חובות, און וויפיל קאסט א עכטע הויז וואס "איך" בין גרייט צו נעמען, וכדו' וכדו'.

דיין תגובה ר' נחום האט מיר געמאכט שפרינגען! כ'האב געזעהן אז דו רעדסט דברים של טעם, און דו האסט באמת באטראכט די אפציעס, מעגליכקייטן און פלענער, וויפיל קאסט "עכט" א נארמאלע הויז, וויפיל לייגט מען קודם אויס פון טאש (ליין: מען בארגט זיך אן און מוז באצאלט ווערן ביז א יאר צוויי דריי)וכדו' וכדו'.

קודם, דיינע נומבערס זענען זייער זייער ריכטיג, און ווען צייט וועט ערלויבן וועל איך דיר צוברענגען משלים וואס דו האסט אליינס נישט געקלערט און זענען נאר מחזק דיין פוינט.

עס איז אמאל זיכער אז מיטן רעכענען נאר אויף שארט טערם איז דאס מופן צו א אייגענע הויז נישט קיין מציאה, אבער מען מוז קוקן אויף די ביג פיקטשער און אויף די לאנג ראן, ווייל א הויז אין בארא פארק גייט נישט ווערן ביליגער ריגארדלעס, און דער פרייז פון האבן א אייגענע -אויסגעצאלטע- דירה אויף די עלטער איז עפעס אומשאאצבאר.

נאר איין קלייניגקייט, דער פרייז פון א קאר... א מיני ווען (דאס איז וואס רוב אנ"ש מיט דריי קינדער און ארויף האבן) קאסט נאך ליעס און אינשורענס, מינימום פיר הונדערט טאלער א מאנאט, און טרעוולען אהין און צוריק פון און צו ניו דזשערסי / ניו יארק סיטי, ספעציעל אויב מען נעמט דעם ווערעזאנא, קאסט א קיימא לן פון גאנצע צוואנציג טאלער א ראונד טריפ! אריינגערעכנט טאל און געז, מיטן ווערעזאנא קומט צו נאך א זעקס זיבן דאלער. אויפן חודש איז דאס פאר טרעוול א ס"ה פון מינימום ניין מאות.

און אה, נאך איין קלייניגקייט, טרעוול פאר נשים צדקניות און די קינדער. ווילאנג עס איז נישט דא קיין פול ליין פון א כשר'ע גראסערי / פיש / פלייש / קליידונג / דאקטוירים וכדו', מוזן די פרויען האבן א וועג אריין אין שטאט ווען נויטיג, זיך אויסשטעלן אויף היטשעס איז בכלל נישט שכל'דיג כמובן, זיכער נישט ווען דער מספר התושבים איז זייער קליין, און... דער מציאות איז אז ביים חסיד'ישן עולם איז דרייוון ביי פרויען אן אפגעפרעגטע זאך, און ווי איך פארשטיי וועט דער קאסאנ'ער רבי שליט"א פראבירן צו היטן אויף א חסיד'ישן מצב רוח און דאס וועט ווארשיינליך זיין א פאקטאר. דעט סעיד, אויב א פרוי האט נישט קיין אייגן קאר איז מסודר'דיגע טרעוול א "מאסט".

פארן מיטן באס / טרעין איז נישט קיין אפשען פאר לינדען, ווייל די נאנטסטע באס / טרעין סטעישן איז א האלבע שעה וואק פון געגנט, און עס נעמט א מינימום פון צוויי שעה די נסיעה. דאס [קאר סערוויסעס, שאטעלס וכדומה] קען אפקאסטען שווערע געלטער יעדן חודש וואס מען דעקט נישט אינגאנצן פון די רייזנדע נאר מען קאלעקט צו פון נדיבים בעם. עכ"פ מען מוז זיך רעכענען מיט דעם זייער שטארק.

הצלחה, כ'האף אייך צו קענען ארויסברענגען נאך אסאך מעלות - און אויך זאכן וועלכע מען מוז זיכער מאכן אז עס ווערט נישט קיין חסרונות...

ידידכם ומוקירכם

המכונה .....
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

נחום וואהלינער האט געשריבן:קיבלתי באישי שיניתי מעט מעט כפי הצורך

טאמער איז נישטא קיין פאבליק טראנספארטעישן איז טאקע א גרויסע חסרון.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

נחום וואהלינער האט געשריבן:קיבלתי באישי שיניתי מעט מעט כפי הצורך

חיים והשלום אמע"כ ידידינו וידיד נפש כל חי, לא ידעתיו אכנהו לפי כבודו הראוי, המכונה נחום וואהלינער שיחי'

נאר איין קלייניגקייט, דער פרייז פון א קאר... א מיני ווען (דאס איז וואס רוב אנ"ש מיט דריי קינדער און ארויף האבן) קאסט נאך ליעס און אינשורענס, מינימום פיר הונדערט טאלער א מאנאט, און טרעוולען אהין און צוריק פון און צו ניו דזשערסי / ניו יארק סיטי, ספעציעל אויב מען נעמט דעם ווערעזאנא, קאסט א קיימא לן פון גאנצע צוואנציג טאלער א ראונד טריפ! אריינגערעכנט טאל און געז, מיטן ווערעזאנא קומט צו נאך א זעקס זיבן דאלער. אויפן חודש איז דאס פאר טרעוול א ס"ה פון מינימום ניין מאות.

המכונה .....

די גאטעלס ברידזש אויב מפארט מער ווי דריי מאל א חודש איז עס 6.25$
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

די אלע טענות קעגן קויפן א דירה אז ס'יז נישט ביליגער וכו' איז דאך פונקט אזוי שייך ווען מ'קויפט אקעגן דינגען לאקאל.
ס'דערמאנט מיך, (איך מיין כ'האב עס שוין געברענגט אין מיינע דירה קריזיס ארטיקלען) ווען כ'האב געזוכט א דירה אין די פריע נ' יארן דא אין בארא פארק האט מען געקויפט פאר בערך 275,000 - 299,000 א זעקס רומיגע 1500 סקווערע פיס דירה אין סענטער פון בפ, האט מיר א ידיד אפגערעדט דערפון מיט די אלע סארט חשבונות, הייצונג, טעקס, מעינטענעס, ועל כולנה חובות מ'האט דאך גערעדט פון א זיבעציג טויזענט דאון פעימענט פלאס פלאס, ברוך השם כ'האב אים נישט געפאלגט - כ'האב אים איין זאך געזאגט, מארגידזש גייט יעדעס יאר אראפ פשוט צוליב אינפלאציע, רענט גייט יעדעס יאר ארויף, איך צאל נאך יעדעס יאר (ס'איז געוען א דרייסיג יאר מארגיגזש) די רויבערישע פרייז פון טויזענט דאללער מארגידזש, בעת מיין חבר האט שוין דריי מאל געמופט זייט דעמאלטס און צאלט די ביליגע פרייז פון פיר טויזענט דאללער רענט און דארף שוין באלד זוכן נאך א דירה.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

בנוסף לזה וועל איך בקרוב האבן אי"ה האום עקוויטי פון ארום זיבן מאות אלף און מיין חבר זערא
אז מ'לעבט דערלעבט מען
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

תגובה דורך נחום וואהלינער »

כאמור לעיל כמ"פ: מיר זוכן נישט קיינעם צו אפרעגן אדער אוועק מאכן דאס קויפן אוודאי אין די long term איז עס געוואלדיג, אבער ס'איז זייער וויכטיג צו וויסען איו\ן וואס מ'לייגט זיך אריין, אז מ'זעהט א הויז פאר א ביליגע פרייז דארף מען גוט וויסען די אלע זייטיגע חסרונות אויכעט, אז נישט טרעפט מען זיך שפעטער אין טיעפע חובות ה"י.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

נחום וואהלינער האט געשריבן:כאמור לעיל כמ"פ: מיר זוכן נישט קיינעם צו אפרעגן אדער אוועק מאכן דאס קויפן אוודאי אין די long term איז עס געוואלדיג, אבער ס'איז זייער וויכטיג צו וויסען איו\ן וואס מ'לייגט זיך אריין, אז מ'זעהט א הויז פאר א ביליגע פרייז דארף מען גוט וויסען די אלע זייטיגע חסרונות אויכעט, אז נישט טרעפט מען זיך שפעטער אין טיעפע חובות ה"י.

אמת, און אז מען בלייבט א רענטער ערגעץ חוץ אין די פראדזשעקטס טרעפט מען זיך שפעטער כמעט אויפן גאס
אז מ'לעבט דערלעבט מען
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובה דורך איסר האטלקי »

נחום וואהלינער האט געשריבן:כאמור לעיל כמ"פ: מיר זוכן נישט קיינעם צו אפרעגן אדער אוועק מאכן דאס קויפן אוודאי אין די long term איז עס געוואלדיג, אבער ס'איז זייער וויכטיג צו וויסען איו\ן וואס מ'לייגט זיך אריין, אז מ'זעהט א הויז פאר א ביליגע פרייז דארף מען גוט וויסען די אלע זייטיגע חסרונות אויכעט, אז נישט טרעפט מען זיך שפעטער אין טיעפע חובות ה"י.

חסרונות? שוועריגקייטן. כל התחלת קשות. גארנישט קומט נישט צו צום חסרון פון נישט האבן קיין אייגן דאך איבערן קאפ.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

און וואס איז מיט די שוועריגקייטן און חסרונות פון בארא פארק? ווילאמסבורג?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובה דורך טשעירמאן »

Kosher Travel האט געשריבן:און וואס איז מיט די שוועריגקייטן און חסרונות פון בארא פארק? ווילאמסבורג?

ביי די דעבאטע, שטעל איך מיר ניטאמאל אויפן צד הוו''א אז קויפן א הויז איז א חסרון (אפי' סאיז נישט גרינג), און אפי' סקומט אויס טייערער,

נאר וואס דען א מענטש דארף זיין זיכער מיט זיך און וויסען אז יא אויב מוף איך אוועק פון ב'''פ וועל איך נישט קענען האבען די שוויגערס קוגעל יעדע שבת און נישט קענען מיטהאלטען יעדע סעיל אויף דרייצענטע עווניוא אא''וו, סאיז זייער וויכטיג דאס צו וויסען בעפאר אויף וואס מאיז מוותר, און אז מען איז גרייט דערויף, אזוי ארום ווערט מען נישט שפעטער סופרייזד ווי לדוגמא פון די די הויכע הייצונג וכדו'
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובה דורך צולייגער »

טשעירמאן האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:און וואס איז מיט די שוועריגקייטן און חסרונות פון בארא פארק? ווילאמסבורג?

ביי די דעבאטע, שטעל איך מיר ניטאמאל אויפן צד הוו''א אז קויפן א הויז איז א חסרון (אפי' סאיז נישט גרינג), און אפי' סקומט אויס טייערער,

נאר וואס דען א מענטש דארף זיין זיכער מיט זיך און וויסען אז יא אויב מוף איך אוועק פון ב'''פ וועל איך נישט קענען האבען די שוויגערס קוגעל יעדע שבת און נישט קענען מיטהאלטען יעדע סעיל אויף דרייצענטע עווניוא אא''וו, סאיז זייער וויכטיג דאס צו וויסען בעפאר אויף וואס מאיז מוותר, און אז מען איז גרייט דערויף, אזוי ארום ווערט מען נישט שפעטער סופרייזד ווי לדוגמא פון די די הויכע הייצונג וכדו'

זאג נאר, דו האסט געקויפט א הויז אז דו קענסט זאגן מיט אזא גלאטיגקייט אז דו שטעלסט זיך ניטאמאל אויפן צד הוה אמינא? דו האסט אן השגה וויפיל מענטשן האבן שלאפלאזע נעכט און אומגעהויערע עגמת נפש פון די חובות עצומות וואס זיי האבן זיך איינגעהאנדעלט ביים קויפן א דירה? קויפן א דירה איז א מוז, אבער ווען מען נעמט דאס נישט אין באטראכט בעפאר און מען רעכנט זיך נישט גוט אויס, טרעפט מען זיך דורכגיין א גוטע דריי - פיר יאר מיט געזונטע קאפווייטאג, אן קיין טאג און קיין נאכט.
געשטימט פאר ראשעק הול
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

נחום וואהלינער האט געשריבן:קיבלתי באישי

און אה, נאך איין קלייניגקייט, טרעוול פאר נשים צדקניות און די קינדער. ווילאנג עס איז נישט דא קיין פול ליין פון א כשר'ע גראסערי / פיש / פלייש / קליידונג / דאקטוירים וכדו', מוזן די פרויען האבן א וועג אריין אין שטאט ווען נויטיג, זיך אויסשטעלן אויף היטשעס איז בכלל נישט שכל'דיג כמובן, זיכער נישט ווען דער מספר התושבים איז זייער קליין, און... דער מציאות איז אז ביים חסיד'ישן עולם איז דרייוון ביי פרויען אן אפגעפרעגטע זאך, און ווי איך פארשטיי וועט דער קאסאנ'ער רבי שליט"א פראבירן צו היטן אויף א חסיד'ישן מצב רוח און דאס וועט ווארשיינליך זיין א פאקטאר. דעט סעיד, אויב א פרוי האט נישט קיין אייגן קאר איז מסודר'דיגע טרעוול א "מאסט".

פארן מיטן באס / טרעין איז נישט קיין אפשען פאר לינדען, ווייל די נאנטסטע באס / טרעין סטעישן איז א האלבע שעה וואק פון געגנט, און עס נעמט א מינימום פון צוויי שעה די נסיעה. דאס [קאר סערוויסעס, שאטעלס וכדומה] קען אפקאסטען שווערע געלטער יעדן חודש וואס מען דעקט נישט אינגאנצן פון די רייזנדע נאר מען קאלעקט צו פון נדיבים בעם. עכ"פ מען מוז זיך רעכענען מיט דעם זייער שטארק.

הצלחה, כ'האף אייך צו קענען ארויסברענגען נאך אסאך מעלות - און אויך זאכן וועלכע מען מוז זיכער מאכן אז עס ווערט נישט קיין חסרונות...

ידידכם ומוקירכם

המכונה .....

ביי די וועי די כשר'ע גראסערי/בוטשער און עליזיבעט שטעלט זיך זייער גוט צו און דעליווערט גאנץ שנעל קיין לינדען, און האט א פול ליין פון אלע פרדוקטן וואס א בארא פארקע גראסערי האט

https://www.google.com/maps/place/Eliza ... -74.232999
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובה דורך צולייגער »

וועלכע פלייש האבן זיי?
געשטימט פאר ראשעק הול
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

צולייגער האט געשריבן:וועלכע פלייש האבן זיי?

איך ווייס נישט וועלכע פלייש זיי האבן אבער די בעה״ב איז א היימישע וויליאמסבורגער אינגערמאן און ער האט מיר געזאגט אז ער גייט זיך צושטעלן מיט וואס ער קען צו די לינדענע תושבים
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

צולייגער האט געשריבן:וועלכע פלייש האבן זיי?

פלייש איז די קלענסטע דאגה. קודם ווייל רוב פלייש האבן היימישע הכשרים און צווייטענס ווייל דאס איז געווענטליך נישט קיין זאך וואס מ'לויפט אריבער קויפן אין גראסערי ווי א באטל מילך. גענוג בטטשערס וואלטן מסכים געווען צו קומען אהין מאכן דעליוועריס איין אדער צוויי מאל א וואך
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

דריידל האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:וועלכע פלייש האבן זיי?

פלייש איז די קלענסטע דאגה. קודם ווייל רוב פלייש האבן היימישע הכשרים און צווייטענס ווייל דאס איז געווענטליך נישט קיין זאך וואס מ'לויפט אריבער קויפן אין גראסערי ווי א באטל מילך. גענוג בטטשערס וואלטן מסכים געווען צו קומען אהין מאכן דעליוועריס איין אדער צוויי מאל א וואך

די גראסערי האט אויך באטלעך מילך :?
ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובה דורך ווי האלט איך דא »

lebediger berel האט געשריבן:בנוסף לזה וועל איך בקרוב האבן אי"ה האום עקוויטי פון ארום זיבן מאות אלף און מיין חבר זערא

פארדעם מוז מען נישט קויפן א דירה צו וואינען ווייל למשל איינער האט נאר 200.000 וועט ער נישט קענען קויפן נאר מיט נאך אסאך חובות אין מופן אין א נייע געגענט
מען קען נעמען די געלט אין אינוועסטען אין א דירה אין א ביליגערע געגענט אין די טענענט זאל העלפן צאלן אין פון די געלט צאלט מען רענט פאר א רחבות'דיגערע דירה במקום שלבו חפץ
מיט די בענעפיט פון עקוויטי
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

די מעלות פון לינדען ארויסגעלייגט דורך די מאדערן אטארדאקס קהילה און לינדען
אטעטשמענטס
Winter-2018-Shabbaton-Ad.jpg
Winter-2018-Shabbaton-Ad.jpg (330.54 KiB) געזען 2350 מאל
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4205
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובה דורך Kosher Travel »

יא... אבער קאנגרעגעישעין אנשי חסד זענען דאך באדערענע חברה. נאר זיי מעגען האבן גרויסע בעקיארדס (אזוי ווי עס דארף עכט זיין ביי היימישע קהילות - מה טובו אוהליך יעקב - שלא היו דלתות מכוון זו כנגד זו...) אבער אונז, היימישע אידן, מיהר מעגען נישט דאס אלעס האבן. מיהר מיזן יא וואינען אין לעכער, בעיסמענטס, וכו'.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

ווי האלט איך דא האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:בנוסף לזה וועל איך בקרוב האבן אי"ה האום עקוויטי פון ארום זיבן מאות אלף און מיין חבר זערא

פארדעם מוז מען נישט קויפן א דירה צו וואינען ווייל למשל איינער האט נאר 200.000 וועט ער נישט קענען קויפן נאר מיט נאך אסאך חובות אין מופן אין א נייע געגענט
מען קען נעמען די געלט אין אינוועסטען אין א דירה אין א ביליגערע געגענט אין די טענענט זאל העלפן צאלן אין פון די געלט צאלט מען רענט פאר א רחבות'דיגערע דירה במקום שלבו חפץ
מיט די בענעפיט פון עקוויטי

רובא דרובא מענטשן וועלן נישט גיין אויף דעם וועג, א דירה צו וואוינען איז א זאך וואס מ'מוז האבן, און דו האסט צוויי ברירות קויפן אדער רענטן, דער מענטש איז געצווינגען צו מאכן א מאוו. יעצט ווער ס'רענט האט סאך מער שאנסן צו זיין אויף צרות לאנג טערם ווי דער וואס קויפט דעטס אלל.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
צל עובר
שר עשרים אלף
תגובות: 29105
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובה דורך צל עובר »

פליגל האט געשריבן:די סטראגעל האט גארנישט מיט "צופיל", עס'ז נישטא גענוג אפילו!

נאר וואס דען?
האסט שוין געזען אמאל א קינד שטיין אויבן אויפן לייטער און שפאקולירט צו טאנצן? ער סטראגעלט אויך... ער שטייט דארט און קוקט צוריק, יא, ניין, צו הויעך, עה כ'גיי שוין שפרינגן! איינס צוו.. ניין דרייט זיך צוריק... אה! ענדליך! וואוו! יעי!!!

אט אזוי קוקט אויס די אלע ישובים, דער עולם שטייט און שפאקולירט יא גיין נישט גיין, זאל'ך? מ'אט שוין יא אפגעמאכט אבער ניייין.... אזוי ווייט? מיט נאך טויזענט תירוצים.. ביז דער כאפט זיינע זיבן זאכן און גייט פיינעלי...

אטע דאס'ז די סטראגל פאר די ישובים.

כפליגל ועוד לקרא.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובה דורך זאכליך »

לגבי די שמועס צו מ'זאל קויפן אדער דינגן.

דאס איז קלאר אז די לאנג טערם ציל איז צו קויפן, מ'דארף נאר זיכער מאכן אז מ'האט די געלט און כוחות עס דורכצושוויצן.

ב"ה כ'האב מיך איינגעהאנדעלט א דירה אין די שכנותדיגע דזשערסי סיטי, ס'איז געווען ווייט ווייט פון גרינג. און די פינאנציעלע מצב איז געווארן גאר ענג, צוליב די דאון פעימענט און די קאסטן פון ארום און ארום. דערנאך קומט צו די שוועריקייטן ביז מען באקומט א מארגידזש וכו' וכו'.

ווען איך ווייס ווען פארדעם ווי שווער ס'גייט זיין וואלט איך מעגליך נישט אנגעהויבן, און כ'האלט נאך טייף אינמיטן צוריק מסדר זיין די פינאנצן, אפצאלן די הלוואות, און קרעדיט קארד חובות.

אבער! כ'האב גארנישט גארנישט חרטה אויף די שריט, כ'שפיר
זיך רואיגער וויסענדיג אז יעדע חודש גייט מיין מארגידזש אינטערעסט אראפ און סוף כל סוף וועט זיך עס ענדיגן.

אלזא, מיין פארשלאג איז, מ'זאל גוט און קלאר מאכן די חשבון וויאזוי מ'גייט עס דורכפירן, פון וועם גייט מען בארגן, וויאזוי גייט מען באקומען די מארגידזש, איבערבויען, די חודש'ליכע עקספענסעס. און זיכער מאכן אז מ'קען עס דורכשטופן, בעיקר די ערשטע 4 יאר.

אויב די ענטפער איז יא, זאל מען קויפן אן אייגענע דירה אן קיין צווייפל.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובה דורך lebediger berel »

זאכליך האט געשריבן:לגבי די שמועס צו מ'זאל קויפן אדער דינגן.

אבער! כ'האב גארנישט גארנישט חרטה אויף די שריט, כ'שפיר
זיך רואיגער וויסענדיג אז יעדע חודש גייט מיין מארגידזש אינטערעסט אראפ און סוף כל סוף וועט זיך עס ענדיגן.

ס'גייט אויך אראפ אויטאמאטיש צוליב אינפלאציע, ווייל ס'בלייבט ביים דאללער אין די זעלבע צייט וואס די ווערט פון דאלער פאלט.
צב"ש ווען כ'האב געקויפט מיין דירה האט א בעגינער פול טיים געמאכט לכל היותר פינף מאות, (בדרך כלל סאך ווייניגער) היינט איז עס סאך סאך מער און די מאגידזש פעימענט איז די זעלבע
אז מ'לעבט דערלעבט מען
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 544
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובה דורך זכאי »

איז דא אנגעצייכענט אויף א מאפע די הייזער וואס דער עולם האט געקויפט?
ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 28, 2017 10:14 am

תגובה דורך ברוינע באנאנע »

זכאי האט געשריבן:איז דא אנגעצייכענט אויף א מאפע די הייזער וואס דער עולם האט געקויפט?

דא https://twitter.com/LINDENEWS
פארשפארט

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”