מאנטריאל: נייע חסידי'שע געגענט - קאוט סט. לאוק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

זיבען און אייכציג
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am

מאנטריאל: נייע חסידי'שע געגענט - קאוט סט. לאוק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיבען און אייכציג »

תושבי מאנטריא-ל נעמען אויף מיט גרויס פרייד די בשורה טובה פין די גרינדונג פין א ניי חסידי'שע געגענט אין קאוט סט. לאוק -מאנטריא-ל, קיובעק.

מיט הערצה וויל איך קאנגראטעלירען די גבורי חיל וואס האבען געקויפט הייזער און רעכענען אין די נאנטע צוקונפט אריבערצוצוען מקום מושבם צום נייען חסידי'שע געגענט אין די געגענט קאוט סט. לאוק, קיובעק.

ווי באקאנט איז אין די אוטרעמאנט/ מייל ענד געגענט, די געגענט ווי מערסטנס חסידים וואוינען, זייער טייער צו קויפען הייזער און דירות. דורכאויס די לעצטע עטליכע יארן זענען שוין אויפגעברעגט געווארען עטליכע פלענער צוצושטעלן די מעגליכקייט צו קויפען ביליגע דירות און אוועקשטעלן נייע געגענטער, אבער צוליב סיבות זענען זיי אלע נישט צושטאנד געקומען.

אצינד, זענען עטליכע העראישע אינגעלייט אריינגעשפרינגען און געקויפט הייזער אין די קואט סט. לאוק געגענט, און ס'איז צום ערווארטען אז פילע אנדערע וועלן אויך אין די נאנטע צוקונפט קויפען הייזער און זיך אהין אריבערצוען.

קואט סט. לאוק איז א געגענט אין מאנטריא-ל וואס איז בערך זעקס מייל אפגערוקט פין די היינטיגע חסידי'שע געגענט אין אוטרעמאנט, עס איז א פולשטענדיגע אידישע געגענט וואס איז מערסטנס באוואוינט מיט אידען פין די מער מאדערענע קרייזען, די הייזער דארט זענען פיל ביליגער ווי אין די היינטיגע חסידי'שע געגענט, און אנדערש ווי אין די היינטיגע חסידי'שע געגענט אוואו די הייזער זענען מערסטענס באהאפטען איינער צום אנדערע זענען דארט די הייזער אפגעזונדערט און קומען מיט א פריוואטע לאט, דרייוועי, און גאראדש.

זאל די אייבערשטער העלפען די געגענט זאל מצליח זיין און ס'זאל ערמעגליכען פילע אידען צו קענען לעבן מיט ישוב הדעת און הרחבה.
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9219
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

גייען אהין א גרופע חסידישע אינגעלייט אויפאיינמאל? און גייען זיי עפענען גלייך א שוהל?
---
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

אין ניו יארק ווי עס וואוינען צענדליגע טויזענטער חסידישע משפחות איז קוים מיט צרות ווערט צושטאנד א נייע געגנט.

וויאזוי זאל מאנטריאל וואס פארמאגט קוים טויזענט חסידישע משפחות קענען האבן גענוג מענטשן צו אהערשטעלן א נייע געגנט?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
yalah
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yalah »

זיבען און אייכציג האט געשריבן:תושבי מאנטריא-ל נעמען אויף מיט גרויס פרייד די בשורה טובה פין די גרינדונג פין א ניי חסידי'שע געגענט אין קאוט סט. לאוק -מאנטריא-ל, קיובעק.

מיט הערצה וויל איך קאנגראטעלירען די גבורי חיל וואס האבען געקויפט הייזער און רעכענען אין די נאנטע צוקונפט אריבערצוצוען מקום מושבם צום נייען חסידי'שע געגענט אין די געגענט קאוט סט. לאוק, קיובעק.

ווי באקאנט איז אין די אוטרעמאנט/ מייל ענד געגענט, די געגענט ווי מערסטנס חסידים וואוינען, זייער טייער צו קויפען הייזער און דירות. דורכאויס די לעצטע עטליכע יארן זענען שוין אויפגעברעגט געווארען עטליכע פלענער צוצושטעלן די מעגליכקייט צו קויפען ביליגע דירות און אוועקשטעלן נייע געגענטער, אבער צוליב סיבות זענען זיי אלע נישט צושטאנד געקומען.

אצינד, זענען עטליכע העראישע אינגעלייט אריינגעשפרינגען און געקויפט הייזער אין די קואט סט. לאוק געגענט, און ס'איז צום ערווארטען אז פילע אנדערע וועלן אויך אין די נאנטע צוקונפט קויפען הייזער און זיך אהין אריבערצוען.

קואט סט. לאוק איז א געגענט אין מאנטריא-ל וואס איז בערך זעקס מייל אפגערוקט פין די היינטיגע חסידי'שע געגענט אין אוטרעמאנט, עס איז א פולשטענדיגע אידישע געגענט וואס איז מערסטנס באוואוינט מיט אידען פין די מער מאדערענע קרייזען, די הייזער דארט זענען פיל ביליגער ווי אין די היינטיגע חסידי'שע געגענט, און אנדערש ווי אין די היינטיגע חסידי'שע געגענט אוואו די הייזער זענען מערסטענס באהאפטען איינער צום אנדערע זענען דארט די הייזער אפגעזונדערט און קומען מיט א פריוואטע לאט, דרייוועי, און גאראדש.

זאל די אייבערשטער העלפען די געגענט זאל מצליח זיין און ס'זאל ערמעגליכען פילע אידען צו קענען לעבן מיט ישוב הדעת און הרחבה.


חלמא טבא חזיתם, והלוואי שאתבדה.
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!
אוועטאר
חיים ושלום
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 3:40 pm
לאקאציע: אויף די שפיץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים ושלום »

איך האב מיך ארום געפרעגט דא דעם שבת און ״קיינער״ ווייסט נישט צו זאגן דערוועגן.
העמיר זיך זען אויף שמחות
א קאנאדער
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קאנאדער »

נישט קיין פעני ביליגער היינטיגע צייטן,
די איינציגסטע חילוק איז אז די באקומסט א גרעסערע הויז אבער Price wise is the same as outremont
איין גוטע זאך איז דארט אז אלעס איז און ענגליש נישט פראנצויזיש
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

שוין גאר א אלטע פלאן, און ביי פלאן מיין איך "פלאן". פנחס פריינד האט שוין געקויפט דארט ארום פינף-צעהן יאהר צוריק פאר אינוועסטמענט פאר דעם היימישן ציבור און עס איז שוין דאן גארנישט געווארען. עטליכע חסידים האבען אין פארגאנגענע צוויי דריי יאהר זעלבסטשטענדיג איינגעקויפט דארט אויף צו וואוינען ולא עלתה בידם
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

אין די אומגעגנט פון בויסבריאנד קוויבעק האט זיך יא געמאכט א נייע געגנט באן ענפאנט וואס די פרייזן זענען דארט האלב פרייז פון שטאט.
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

דארט גייען מענטשן פאר א צווייטע סיבה..... וד״ל
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
א קאנאדער
שר חמש מאות
תגובות: 504
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 7:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א קאנאדער »

דארט איז גלייך אינדרויסן פון טאהש קודש, און עס איז שוין דא דארט צוויי בתי מדרשים
בוידעם
שר ששת אלפים
תגובות: 6639
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוידעם »

דארט וואוינען מענטשן וואס קומען ארגינעל פון קרית טאהש.

--
נישט געוויסט אז קאוט סט. לוק איז 6 מייל פון די אוטרעמאנט געגענט. עס איז שוין באלד אזוי ווייט ווי פון וויליאמסבורג קיין דזשערסי סיטי.
רצונינו לעשות רצוניך.
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

אז מען מאפט שוין קען מען שוין מאפן קיין ניו יארק פארוואס דארפן זיי בלייבן אין מאנטריא-ל
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איך הער דיין קשיא...
לאמיר דאן פרעגן נאך א קשיא... פאר די אידן וואס מופן פון וויליאמסבורג. אז מען מופט שוין קען מען שוין מופן קיין קאנאדא, פאר עפעס בלייבן אין ניו יארק?

סאם גערעדאכטס
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
אוועטאר
יא איך
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2016 7:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יא איך »

איך קוק זיי אן ווי זיי זענען אויסגעשפילט פין גאנץ כלל ישראל זיי וואוינען אפגעזינדערט פין די גאנצע זאך
ממילא זיי וואוינען דארט ווייל זיי זענען לעבען עלטערן אדער זיי זענען צוגעוואוינט פארשטיי איך זיי אבער...
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

לכתחילה זענען מענטשן געגאנגען קיין באן ענפאנט וועגן פארשידענע חשבונות. היינט איז אזא סארט געדאנק ווי בלומינג גראוו
ס׳איז צווישן גוים נעבן א אידישע שטאט זייער גוטע פרייזן פאר ריזיגע הערליכע דירות. רוב וואס האבן לעצטנס געמופט איז צוליב עקאנאמישע חשבונות אדער זיי האבן ליעב מאנסי סעווען ספרינגס סטייל (ס׳איז אבער א סיטי מיט גאסן זייער גראד). ס׳איז דא א ריזיגע סופליי פון דירות און מען מאכט נאך גרינוויל אז מען צושפרייט זיך אויף אסאך גאסן און מען וואוינט שוין ביז די הייוועי.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

איך זעה דאך אז די קוקסט זיי אזוי אן, דאס איז דאך די פראבלעים... טוה דיך אן ברייטערע ברילן און פארשטיי אז עס איז דא נאך בליענדע פלעצער ביי כלל ישראל, וואס ניו יארק איז "אויסגעשפילט" פון זיי...
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

גליטשעדיג האט געשריבן:לכתחילה זענען מענטשן געגאנגען קיין באן ענפאנט וועגן פארשידענע חשבונות. היינט איז אזא סארט געדאנק ווי בלומינג גראוו
ס׳איז צווישן גוים נעבן א אידישע שטאט זייער גוטע פרייזן פאר ריזיגע הערליכע דירות. רוב וואס האבן לעצטנס געמופט איז צוליב עקאנאמישע חשבונות אדער זיי האבן ליעב מאנסי סעווען ספרינגס סטייל (ס׳איז אבער א סיטי מיט גאסן זייער גראד). ס׳איז דא א ריזיגע סופליי פון דירות און מען מאכט נאך גרינוויל אז מען צושפרייט זיך אויף אסאך גאסן און מען וואוינט שוין ביז די הייוועי.


וויפיל לויפט די פרייזן פון די דירות אין יענעם געגנט? (אפשר לוינט זיך אהינצומופן?)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
Hochelaga
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 15, 2014 11:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hochelaga »

די פרייזן אין קאט סט לאק זענען היפש ביליגער ווי אין
אוטרעמאנט, א דירה אין אוטרעמאנט מיט 3 שלאף צימערן בערך1400-1300 ס''פ איז ,$500,000 אן ערשטער שטאק מיט א בעיסמענט וואס איז געאייגנט פאר גרעסטע משפחה גייט פאר $750,000
ווידער אין קאט סט לאק גייט א הויז מיט קנאפע 3000 ס''פ פאר $450,000 אין דאס איז מיט גראז א דרייוועי אויפן אמאליגען מאנסיער שטאפל ע
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

יא איך האט געשריבן:איך קוק זיי אן ווי זיי זענען אויסגעשפילט פין גאנץ כלל ישראל זיי וואוינען אפגעזינדערט פין די גאנצע זאך
ממילא זיי וואוינען דארט ווייל זיי זענען לעבען עלטערן אדער זיי זענען צוגעוואוינט פארשטיי איך זיי אבער...


אויסגעשפילט פון כלל ישראל?
מען ווארט אויף משיח מיט גאנץ כלל ישראל יעדער איז גלות ערגער אנדערש.

מענטשן האבן דזשאבס.
מענטשן האבן קינדער געלט.
מען איז א גאנצע וואך נאענט צו די עלטערן ס׳איז אזוי ווי איינער מופט וויליאמסבורג קיין בארא פארק.
מענטשן האבן ליב קאנאדא חן המקום על יושביו
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

מיין פראגע איז געווען וויפיל זענען די פרייזן פון די באן ענפאנט געגנט לעבן טאהש?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

אין באן ענפאנט לויפן די פרייזן בערך 300k קאנאדישע פאר א הויז!
כאפ א בליק אויף גוגל מעפ וואס א הייזער מען רעדט
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

Rue Jean Charles Bonenfant
Boisbriand, QC
Canada
אוועטאר
משה צימערינג
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 28, 2015 9:48 am
לאקאציע: אונטער דעם אייזערנעם פירהאנג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה צימערינג »

גליטשעדיג האט געשריבן:
יא איך האט געשריבן:איך קוק זיי אן ווי זיי זענען אויסגעשפילט פין גאנץ כלל ישראל זיי וואוינען אפגעזינדערט פין די גאנצע זאך
ממילא זיי וואוינען דארט ווייל זיי זענען לעבען עלטערן אדער זיי זענען צוגעוואוינט פארשטיי איך זיי אבער...


אויסגעשפילט פון כלל ישראל?
מען ווארט אויף משיח מיט גאנץ כלל ישראל יעדער איז גלות ערגער אנדערש.

מענטשן האבן דזשאבס.
מענטשן האבן קינדער געלט.
מען איז א גאנצע וואך נאענט צו די עלטערן ס׳איז אזוי ווי איינער מופט וויליאמסבורג קיין בארא פארק.
מענטשן האבן ליב קאנאדא חן המקום על יושביו


95% פונעם מאנטריאלער עולם איז זייער צופרידן אין אוטרעמונט
די דירות זענען נישט מוראדיג טייער (ערשטע שטאק אין א בעיסמענט איז עפ"י רוב $650,000 - $700,000)
די קינדער געלט איז אסאך געלט
די געגענט בליעט מיט יודישקייט
סי'ז דווקא נישט קיין רוישיגע שטאט
די גאנצע שטאט איז זייער היימיש איינער מיט'ן צווייטן
(אלעס ווענט זיך מיט ואספארא בליק מען קוקט עס אן)
ווי פלעגט די טאטע זאגן?: אלס בעסער ווי געלערנט
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

שמעתי פון א רעבעצין חסיד (וואס איז דאס? פרעג די סענז סטריט אידן) אז ווען דער רב ז"ל מסאטמאר איז געווען אין מאנטריאל איז דאס געווען זיין בעסטע וואקאציע. עס איז אים ממש צוגעקומען פרישע כוחות פון די געשמאקע אטמאספערע פון מאנטריאל.

ער האט זיך דאן אויסגעדריקט "דאס איז גאר א גיטע פלאץ פאר התבוננות"
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
מחנך
שר חמש מאות
תגובות: 579
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחנך »

די גזירות אקעגן בויען בתי מדרשים און די אריינמישעכץ אין עניני חינוך איז אין די נייע געגענט אויך אזוי שלעכט ווי אוטרענמאנט? הערשן דארט אויך די פראנצויזן?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”