וואס איז דער אדיקשען צום פארטוך, און וויאזוי ווערט מען דערפון פטור.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

וואס איז דער אדיקשען צום פארטוך, און וויאזוי ווערט מען דערפון פטור.

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג מאי 02, 2017 6:33 pm

דא בשכינות האט ר' בערל געפענט א פרישע קאמפיין צו העלפן אידן פטור ווערן פינעם קריזיס #מענטשן.צוגעבינדן.צום.פארטוך, נאכדעים וואס די דירות קריזיס איז אין די פארלאפענע יאר בעז"ה געקומען צו א אפשטעל.

בכדי צו העלפן די ציבור איבער דעם אדיקשען, חוץ פון ר' בערל'ס עצה צו מאכן שטורעמישע כינוסים ביי אלע קהילות אין אלע געגנטער צו הייסן דעם עולם גיין,
דארף מען מסביר זיין און געבן דעם עולם צו פארשטיין,
וואס איז דער אדיקשאן? איז עס א קינדישע זאך? אדער האט עס יא אין א געוויסע זין א מקום
זינט ווען איז די אדיקשען אריין ביי אינזער ציבור ? האט זיך עס אנגעהויבן דאהי נאכן קריג אדער איז עס שוין פון בעפאר ?
איז עס אויך געווען א אישו אין אר"י ווען אידן האבן זיך אנגעהויבן ארויסציען צו נייע שכונות?
און וואס איז די לעזונג ווען א איד וויל זיך העלפן פטור ווערן פון די אדיקשען.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דינסטאג מאי 02, 2017 6:41 pm

וואס איז אפילו א פראגע? איך האב מיין מאמע נעבן מיר אזוי אז ביי שאלעשסידעס בין איך א שפאן אוועק, קען איך גיין זיצן ביי מאמי מיט אלע שוועסטער און זיך אויסטשוכן. ס'פילט זיך פשוט סעיפער. גיין וואוינען אליין אן מאמי? אינמיטן די וואך קען איך אויך אסאך מאל אהין גיין, ווי בעסער צו זיין ממש נעבן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 03, 2017 1:47 pm

אין ארץ ישראל האבן די עלטערן (טאטעס) געבראכן בית שמש פשוט זיי האבן געזאגט עד כאן מיר צאלן מער נישט און מיר קענען נישט מער צאלן קיין דירות פאר די קינדער אין ירושלים
אין אמעריקע צאלט נישט דער טאטע ער פארלאנגט נאר
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4258
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך מאי 03, 2017 2:04 pm

מ'דארף פשוט מער חשוב מאכן דאס אוועקמופן, מיט ליטעראטור וכו'.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דברי ציונות וואס ווערט דא געזאגט פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך מאי 03, 2017 4:59 pm

אויב ליטעראטור איז די לעזונג
ווי איז די שכל פון די נייע ישובים בויערס?
מאכטס ליטעראטור וואס זאל מאכן פיעלן נאן-סענס דעם באזאלצענער איינגעוויקעלט אינעם פארטוך דער וועט ארויסיאגן כל עוד נשמתו באפו

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 03, 2017 5:20 pm

רצון טוב האט געשריבן:אויב ליטעראטור איז די לעזונג
ווי איז די שכל פון די נייע ישובים בויערס?
מאכטס ליטעראטור וואס זאל מאכן פיעלן נאן-סענס דעם באזאלצענער איינגעוויקעלט אינעם פארטוך דער וועט ארויסיאגן כל עוד נשמתו באפו


זיי טוען עס טאקע, אפשר אויף צו א קליינעם פארמאט אבער מ'טוט אזוי, ליין די ארטיקלען פון יעזורו, בלומינגבורג ב'דער איד וכאן באשכול שלהם
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
moishy56
שר האלפיים
תגובות: 2714
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך מאי 03, 2017 5:53 pm

רצון טוב האט געשריבן:דא בשכינות האט ר' בערל געפענט א פרישע קאמפיין צו העלפן אידן פטור ווערן פינעם קריזיס #מענטשן.צוגעבינדן.צום.פארטוך, נאכדעים וואס די דירות קריזיס איז אין די פארלאפענע יאר בעז"ה געקומען צו א אפשטעל.

און וואס איז די לעזונג ווען א איד וויל זיך העלפן פטור ווערן פון די אדיקשען.



מ'דארף פשוט מער חשוב מאכן דאס אוועקמופן, מיט ליטעראטור וכו'.

חדשות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך מאי 03, 2017 6:13 pm

lebediger berel האט געשריבן:אין ארץ ישראל האבן די עלטערן (טאטעס) געבראכן בית שמש פשוט זיי האבן געזאגט עד כאן מיר צאלן מער נישט און מיר קענען נישט מער צאלן קיין דירות פאר די קינדער אין ירושלים
אין אמעריקע צאלט נישט דער טאטע ער פארלאנגט נאר

אפשר טועט מען דאס זעלבע אין אמעריקא, מחותנים זאלן זאגן

מיר העלפןן מער נישט און מיר קענען נישט מער העלפן אונזערע קינדער דעקן זייערע חדשליכע רענט נאך די חתונה.. ( א זאך וואס 60% מחותנים טוען היינט)

רבי בערל, אפשר הייבט מען אן אזוי קאמפיין ביי די מחותנים?

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 03, 2017 6:29 pm

חדשות האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:אין ארץ ישראל האבן די עלטערן (טאטעס) געבראכן בית שמש פשוט זיי האבן געזאגט עד כאן מיר צאלן מער נישט און מיר קענען נישט מער צאלן קיין דירות פאר די קינדער אין ירושלים
אין אמעריקע צאלט נישט דער טאטע ער פארלאנגט נאר

אפשר טועט מען דאס זעלבע אין אמעריקא, מחותנים זאלן זאגן

מיר העלפןן מער נישט און מיר קענען נישט מער העלפן אונזערע קינדער דעקן זייערע חדשליכע רענט נאך די חתונה.. ( א זאך וואס 60% מחותנים טוען היינט)


און אז זעכציג פראצענט ביזטו מודה אז זיי העלפן נישט, וואו זענען די זעכציג פראצענט? פארוואס מופן זיי נישט?
איך וואלט געזאגט, אזוי, מחותנים זאלן זאגן, אויב מופסטו וועל איך דיר העלפן,
יעצט בואו חשבון, לאמיר זעהן וויפיל מחותנים זענען טאקע אומשטאנד צו העלפן פינאנציעל זייערע קינדער זיך אריבער פעקלען צו אן אנדערע ישוב
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום מיטוואך מאי 03, 2017 6:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

חדשות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך מאי 03, 2017 6:33 pm

ראספשע האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:אין ארץ ישראל האבן די עלטערן (טאטעס) געבראכן בית שמש פשוט זיי האבן געזאגט עד כאן מיר צאלן מער נישט און מיר קענען נישט מער צאלן קיין דירות פאר די קינדער אין ירושלים
אין אמעריקע צאלט נישט דער טאטע ער פארלאנגט נאר

אפשר טועט מען דאס זעלבע אין אמעריקא, מחותנים זאלן זאגן

מיר העלפןן מער נישט און מיר קענען נישט מער העלפן אונזערע קינדער דעקן זייערע חדשליכע רענט נאך די חתונה.. ( א זאך וואס 60% מחותנים טוען היינט)


און אז זעכציג פראצענט ביזטו מודה אז זיי העלפן נישט, וואו זענען די זעכציג פראצענט? פארוואס מופן זיי נישט?

איר האט נישט גוט פארשטאנען. 60% העלפן יא, קען זיין אפילו מער.

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 03, 2017 6:37 pm

וואס איז די אדיקשען צו עפענען נאך און נאך אשכולות אויף די איינע און די זעלבע אישו?
מען ווערט מער גערעכט ווען ס'איז דא צוויי אשכולות אויף די זעלבע טעמע?

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך מאי 03, 2017 6:45 pm

ראספשע האט געשריבן:מען ווערט מער גערעכט ווען ס'איז דא צוויי אשכולות אויף די זעלבע טעמע?


מען דארף א אשכול צו זיכן טיפ'ס עצות דערפון פטור צו ווערן
אויב ביסטו נישט קלאר אינעם אדיקשאן צו ס'בכלל דא דארפט איר נישט דא אריינקימען.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט