וואוינען אונטער די מאמעס פארטוך קריזיס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

וואוינען אונטער די מאמעס פארטוך קריזיס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

קען זיין דער אשכול געהער נישט דא
זאלן די אחראים עס ריקן ווי ס'בלאנגט
לאמיר דא רעדן ווייטער וועגן דעם אמת'דיגן קריזיס פון די היימישע אידן
#וואוינען אונטער די מאמעס פארטוך קריזיס
אפשר א כינוס כלל ישראל און פארפירן אזוי אז ס'זאל אריין גיין אין קאפ
מ'קען נאר וואוינען דארט ווי מ'קען טרעפן א דירה וואס מ'קען עפארדן
אז מ'לעבט דערלעבט מען
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

א כינוס כלל ישראל (לך כנוס את כל היהודים) איז געווענליך געווידמעט צו פארעכטען א גרויסע פירצה אין כלל ישראל. דאס איז א פערזענליכע אישו, אבער מיט אידישקייט מייניך האט עס נישט צוטוהן.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

איך האב שוין געהערט אזויפיל צרות און פראבלעמען וואס איז נוגע סיי דעם פרט און סיי דעם כלל פון נישט האבן א נארמאלע דירה און פון נישט קענען עפארדן דעם לעבן שטייגער אז ס'רירט אן יעדע פרט פון אידישקייט
איך וועל מכבד זיין אנדערע מאריך צו זיין אבער אין אישי האבן מיר שוין זייער אסאך געשריבן ווי זיי ווייסן אז שלום בית איז צוגרונד צוליב דעם און דאס גאנצע אידישקייט גייט כאראדאם ווען ס'איז נישט דא קיין שלום ומנוחה אינדערהיים.
אדרבה וויפיל האט מען געשריגן ביי כינוס כלל ישראל אז ס'צוברעכט אידישע שטובער.
(במאמר המוסגר, כינוס כלל ישראל האב איך אבי אריין געווארפן אנצופאנגען א דיסקאשען וואס זאל רופן צו טון עפעס, אז מ'נעמט עס סיריעסלי איז אודאי גוט)
אז מ'לעבט דערלעבט מען
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

אז מען רעדט שוין פונעם מאמעס פארטוך דארף מען אויך רעדען וועגען דער טאטענס וויין גארטען.

און אויך אפשר וועגען די וואס ווילען דייקא נישט וואוינען ווי די עלטערען, כדי לעשות מה שלבם חפץ; זיי ווילען זיך טוישען (מען רעדט פון די וואס דאס איז זייער כוונה).

א איד קען זיך נישט דזאסט אזוי אויף הייבען און טוישען וואוין ארט. ער דארף נעמען און אכט (צווישען אנדערע):

עלטערען; ספעציעל עלטערע עלטערען
זיין חסידות, זיין סביבה, זיין ינוקא ברוחניות
די פיוטשער פאר זיינע קינדער
די פיוטשער פאר זיך
זיין ווייבס נייע סביבה
זיין נייע דזאב

געלט איז נישט אלעס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

פעלט נישט אויס, דער עולם מופט אין גרויסן.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

זאכליך האט געשריבן:פעלט נישט אויס, דער עולם מופט אין גרויסן.

און גרויסן נישט, אפשר מער ווי אפאר יאר ציריק.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7634
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 19, 2010 5:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאכליך »

וואס מיינט גרויסן?
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

SPUSMN האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פונעם מאמעס פארטוך דארף מען אויך רעדען וועגען דער טאטענס וויין גארטען.

און אויך אפשר וועגען די וואס ווילען דייקא נישט וואוינען ווי די עלטערען, כדי לעשות מה שלבם חפץ; זיי ווילען זיך טוישען (מען רעדט פון די וואס דאס איז זייער כוונה).

א איד קען זיך נישט דזאסט אזוי אויף הייבען און טוישען וואוין ארט. ער דארף נעמען און אכט (צווישען אנדערע):

עלטערען; ספעציעל עלטערע עלטערען
זיין חסידות, זיין סביבה, זיין ינוקא ברוחניות
די פיוטשער פאר זיינע קינדער
די פיוטשער פאר זיך
זיין ווייבס נייע סביבה
זיין נייע דזאב

געלט איז נישט אלעס.

צווישן אלע אפשענס היינט פון פלעצער צו מופן קען מען ממש אלעס מסדר זיין בעסער ווי ס'איז נאך יעצט, און אודאי בעסער ווי צו לעבן מיט חובות און (גניבות, ששש זאג נישט אויס פאר קיינעם)
און דאס וואס דו זאגסט עלטערע עלטערן, דארף מען טאקע מעורר זיין עלטערן וואס דארפן צוקומען צו די קינדער, זאלן פרובירן צו וואוינען דארט ווי די קינדער קענען עפארדן, איך ווייס טאקע משפחות וואס זענען אין א קלעם צוליב דעם, הגם ס'איז א פיצעלער פראצענט, אבער ס'איז ממש א ווייטאג, אגאנץ לעבן האט ער געארבעט פאר די קינדער, און יעצט דארפן זיי צוגרינד גיין צוליב עם, אין לעקוואוד איז יעדן טאג דא עלטערע ליטווישע און אמעריקאנע אידן קאפלס וואס מופן אהין ווייל זייערע קינדער זענען דארט, און וואס מיינסטו, ס'האט אויף זיי א השפעה לטובה, זיי לאזן זיך וואקסן די בערד אויף די עלטער, לערנען מער, עסן מער אויסגעהאלטענע השגחות, כהאב זיך דאס אליין איבערצייגט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

SPUSMN האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פונעם מאמעס פארטוך דארף מען אויך רעדען וועגען דער טאטענס וויין גארטען.

און אויך אפשר וועגען די וואס ווילען דייקא נישט וואוינען ווי די עלטערען, כדי לעשות מה שלבם חפץ; זיי ווילען זיך טוישען (מען רעדט פון די וואס דאס איז זייער כוונה).

א איד קען זיך נישט דזאסט אזוי אויף הייבען און טוישען וואוין ארט. ער דארף נעמען און אכט (צווישען אנדערע):

עלטערען; ספעציעל עלטערע עלטערען
זיין חסידות, זיין סביבה, זיין ינוקא ברוחניות
די פיוטשער פאר זיינע קינדער
די פיוטשער פאר זיך
זיין ווייבס נייע סביבה
זיין נייע דזאב

געלט איז נישט אלעס.

א אינגערמאן וואס פארדינט 850 דאלער א וואך ביי BH מאנהעטן, מיט דריי קליינע קינדער, צאלט 2400 רענט פלאס יוטיליטיס וכו' א חודש אין א פיצעלע דירה האט מיר נאכגעזאגט די זעלבע ווערטער בשם זיין גוטהאציגע שוויגער, זי האט אויך צוגעלייגט איר געקנעטענע קוגל וואס זי גיט יעדן פרייטאג, ער קען גיין אין ז.ס. און האבן א הערליכע דירה פאר טויזענט דאללער און זי האט בערך די זעלבע טענות וואס דו האסט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

lebediger berel האט געשריבן:

ער קען טרעפן א בעסער-באצאלטע דזשאב... קיינער הייסט עם נישט זיין א פערד, קריגן שטרוי און צאלן די הויזן....
און די זעלבע הסברים וואס קענסט עם מסביר זיין, קען זיין שוויגער אויך פארשטיין און מיטגיין מיט אים קיין דזש. ס., אלא מאי....., איז נישט די סיבה געלט, ווייל געלט איז נישט אלעס....
א רוחניות'דיגע רוקן-ביין, וואס זאל האלטן א יונגערמאן מדי יום ביומו ומדי שבת בשבתו [כ'רעד במקום ווי מ'האט נישט די עלטערן-שוויגער עלטערן דערנעבן], איז נאך דערווייל נישטא אין קיין איינע פון די אלע ישובים, מיט אלע מעלות ומדות שמנו החכמים פה
לעצט פארראכטן דורך ראספשע אום מאנטאג מאי 01, 2017 5:54 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דו קענסט אים געבן א בעסער באצאלטע דזשאב אדרבה (דרך אגב כהאב גערעדט פון טעיק האום פעי, נישט גראס) און אז די שוויגער קען פארשטיין, דאס באלאנגט אין שלום בית אשכול, אבער כנראה איז עס א יקר המציאות, די שוויגער וואוינט א קאפל אליין אין א דריי בעדרום בעדפארד גארדן דירה פארוואס זאל זי גיין קיין ז.ס. ?
געלט איז טאקע נישט אלעס, אבער דער אינגערמאן וואס בלוטיגט, וואס העלפט אים זיין יעצטיגע "רוחניות'דיגע רוקן ביין" ? ער בלייבט מיט א לאך אין טאש יעדן חודש. דרך אגב איך ווייס וועלכע קהלה דער אינגערמאן געהער, איך זע נאך נישט די רוחניות'דיגע רוקן ביין וואס האלט אים מדי יום ביומו ומדי שבת בשבתו, אויסער וואס ער האלט זיך אליין, און ער איז אליין אינטערסירט
ווען ער האט ווען גאטס פייפט ער זיך אריין, איז ער אבער בטבע שטיל און איידל, יעצט איז די שאלה, ווער קען רעדן מיט אזא שוויגער?
פאר דעם דארף מען מאכן א רעש
און איך וואלט טאקע פארגעשלאגן אז די גרעסערע ערנסטע קהלות זאלן טאקע יא שיקן א רוחניות'דיגן מענטש צו די ישובים ! אויב מיינט מען דעם אויבערשטן! אויב מיינט מען דעם ציבור! שיקט ארויס די ריכטיגע מענטשן, אין ארץ ישראל האט מען אזוי געטון אין בית שמש, אשדוד וכו'
דאס איז דער ציל פון דעם אשכול מעורר זיין דעת הקהל צו טון די ריכטיגע זאך
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

lebediger berel האט געשריבן:און איך וואלט טאקע פארגעשלאגן אז די גרעסערע ערנסטע קהלות זאלן טאקע יא שיקן א רוחניות'דיגן מענטש צו די ישובים ! אויב מיינט מען דעם אויבערשטן! אויב מיינט מען דעם ציבור! שיקט ארויס די ריכטיגע מענטשן, אין ארץ ישראל האט מען אזוי געטון אין בית שמש, אשדוד וכו'
דאס איז דער ציל פון דעם אשכול מעורר זיין דעת הקהל צו טון די ריכטיגע זאך

אדרבא, מי יתן והיה,
יא יא, מען זוכט און מען זוכט א פאסיגער קאנדידאט, ושפתינו מרחשין בתפלה, אז מען זאל טאקע טרעפן פאסיגע מענטשן בעלי השפעה גדולים בתורה וביראה, וועלכע זענען געאייגנט פאר אזא תפקיד צו האלטן און פירן א קהלה און האלטן יעדן יחיד אין די ראמען ווי ער געהער!!
דאס וואלט באמת געווען דער ריכטיגער שטופ
ווי נישט ווי, ערנסטע מענטשן, בפרט מיט גרויסע משפחות, וועלן זיך נישט ארויסרוקן אזוי שנעל צו א מקום וואס איז נישט אויסגעשטאטעט מיט אלע צרכי רוחניות, אריינגערעכנט ערנסטע מנהיגים בעלי תורה וחסידות, מורי צדק ומשפיעים, און און און מוסדות התורה פאר קליינע 'און פאר גרויסע!'...
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

SPUSMN האט געשריבן:א כינוס כלל ישראל (לך כנוס את כל היהודים) איז געווענליך געווידמעט צו פארעכטען א גרויסע פירצה אין כלל ישראל. דאס איז א פערזענליכע אישו, אבער מיט אידישקייט מייניך האט עס נישט צוטוהן.

ווען א אידיש קינד, כש"כ א אידישע שטוב וואס דארף זיך בויען, מאנגעלט זיך אין ישוב הדעת
איז עס א פירצה חמורה עד למאוד, די מערסטע גנבים וואס רויבן אידישע נשמות קומען אריין דורך די פירצה.
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אז מען זוכט טרעפט מען.
אגב אזעלכע מענטשן ביי וועם דעס איז דער עיקר (און די שוויגער און די עלטערן האבן נישט געשטערט) האבן טאקע במשך די יארן זיך געצויגן קיין קרית יואל, און אסאך אין סענטער פון מאנסי, כ'וועל שרייבן א זאך וואס כ'האף ס'איז נישט קאנטראווערסיאל.
כ'קען פערזענליך הרב חיים יושע האלבערשטאם, הרב אברהם הערש וואזנער הרב פנחס חיים גרינוואלד הרב מנחם מאיר ווייסמאנדל און נאך רבנים אין מאנסי, אויב איינער דארף "ערנסטע מנהיגים בעלי תורה וחסידות, מורי צדק ומשפיעים" קען ער נישט טרעפן בעסער, דאך וועט מען נישט מופן קיין מאנסי זיך איינגלידערן אין זייער קהלה ווייל ...#וואוינען אונטער די מאמעס פארטוך קריזיס
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

רצון טוב האט געשריבן:
SPUSMN האט געשריבן:א כינוס כלל ישראל (לך כנוס את כל היהודים) איז געווענליך געווידמעט צו פארעכטען א גרויסע פירצה אין כלל ישראל. דאס איז א פערזענליכע אישו, אבער מיט אידישקייט מייניך האט עס נישט צוטוהן.

ווען א אידיש קינד, כש"כ א אידישע שטוב וואס דארף זיך בויען, מאנגעלט זיך אין ישוב הדעת
איז עס א פירצה חמורה עד למאוד, די מערסטע גנבים וואס רויבן אידישע נשמות קומען אריין דורך די פירצה.

ווען מ'האט גערעדט וועגן חתונה תקנות האט יעדער געשריגן דאס וואס רצון טוב זאגט יעצט
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

ר' בערל, איר דערמאנט רבני מאנסי
אבער מאנסי איז דעך נישט די סעלושאן, אין טאטעל איז עס באלד אזוי טייער ווי אין סיטי
דער יעניגער יונגערמאן וואס דו האסט דערמאנט אז ער פארדינט 850 אין BH וכו' וכו', גייט אין מאנסי נישט געהאלפן ווערן..... ודוק כי קצרתי
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ראספשע האט געשריבן:ר' בערל, איר דערמאנט רבני מאנסי
אבער מאנסי איז דעך נישט די סעלושאן, אין טאטעל איז עס באלד אזוי טייער ווי אין סיטי
דער יעניגער יונגערמאן וואס דו האסט דערמאנט אז ער פארדינט 850 אין BH וכו' וכו', גייט אין מאנסי נישט געהאלפן ווערן..... ודוק כי קצרתי

זיי נישט מקצר, זיי מאריך, דער אינגערמאן קען האבן אין מאנסי א דירה וואס וואלט געווען גענוג הרחבת הדעת דריי שיינע אדער לכה"פ צוויי עכט שיינע בעדרומס מיט א גרויסע קאך דיינונג רום וכו' פאר 17 1800 אין מאנסי, די הרחבת הדעת וואלט אים ערלויבט צו שטייגן אין אלע הינזיכטן, מיט די צייט וואלט ער געהאט א מעגליכקייט צו קויפן ווייל ער האט א גוטע קרעדיט און זיין אינקאם איז דאקומענטירט, יעצט פילט ער אין א באקס, נישט קיין איד און נישט קיין גוי

ס'איז נאר איין אמת'דיגע ביישפיל וואס איך קען
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

דער קיצור וואס כ'האב מקצר געווען איז אזוי:
אין ווילי קענסטו אזוינס האבן פאר נאך 7 8 מאות...,
נו, די לייף סטייל אין מאנסי פארלאנגט נאך אויסגאבן חודש'לעך, כמעט די סכום...., כ'זעה נישט די גדולה אין מאנסי
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ראספשע האט געשריבן:דער קיצור וואס כ'האב מקצר געווען איז אזוי:
אין ווילי קענסטו אזוינס האבן פאר נאך 7 8 מאות...,
נו, די לייף סטייל אין מאנסי פארלאנגט נאך אויסגאבן חודש'לעך, כמעט די סכום....

אבסאלוט נישט, נישט ביי דריי קליינע קינדער! פונקט פארקערט, אין וויליאמסבורג מוזטו סאך מער נאכלויפן די מאדע פאר קליינע קינדער מעטשינג אוטפיטס יעדע סיזען נייע, אין מאנסי דארפסטו עס נישט, אויך די בני בית מוז נישט האבן די לעצטע סטייל אין מאנסי אזוי ווי אין וויליאמסבורג.

ועל כולם, אין מאנסי דארף ער נישט קיין קאנטרי זומער יעצט, אין וויליאמסבורג ווערט זיין ווייב משוגע יעדן נאכמיטאג מיט די פיר אהאלב יעריגס! און זי רעדט שוין פון קאנטרי!

און פאר נאך 7 8 מאות האסטו נישט וואס דו קענסט האבן אין מאנסי, פאר נאך 7 8 מאות קענסטו "קויפן" א דירה אין מאנסי פאר דיר, און אין ווילי צאלסטו פארן לענדלארד און ווען דו וואקסט עס אויס ביזטו אין וואסער,
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

ביי א גרויס חלק זענען די עלטערן שילדיג, ווייל זיי לאזן נישט אוועקגיין די קינדער
סאו סאיז נישט נאר מאמעס פארטוך קריזיס נאר אויך קינדער אינטערן פיס קריזיס...
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אפשר שומרים קארטלעך מיט בילדער פון מענטשן - מיט הערנער אויפן קאפ שטייטזיך - וואס ווילן נישט אוועקמופן פון די עלטערן? מען וועט עס ארומווארפן אין אלע היימישע געגנטער, בתי מדרשים, מקואות....
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

גיכער האט געשריבן:ביי א גרויס חלק זענען די עלטערן שילדיג, ווייל זיי לאזן נישט אוועקגיין די קינדער
סאו סאיז נישט נאר מאמעס פארטוך קריזיס נאר אויך קינדער אינטערן פיס קריזיס...

אז די קינדער וועלן נישט זיין אזוי פארבינדען צום פארטוך, האבן ווען נישט די עלטערן אזוי מורא זיי צו פארשיקן.
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

ביז דערווייל איז נאך נאך נישטא בכלל א נארמאלע אפציע ווי עס איז מעגליך פאר א אינגערמאן צו מופען....

מאנרא- צו דארפיש.
מאנסי-צו פריי. (בכלל איז מאנרא מאנסי כמעט אזוי טייער ווי ווילי כידוע)
סטעטען איילענד-צו בארא פארקיש.
זשערסי סיטי- נישט אינטער קיין קהלה.
בלומינגבורג-צו ווייט.
לעיקוואד - צו נאענט צו די ליטווישע.
בלומינג גראוו- נישט גענוג נאענט צו שול אינדערוואכן.

וואס איז יא א גוטע אפציע? צאלן אין וויליאמסבורג 4000$ פאר א פיר בעדרום דירה צווישן די איידעלע יאפיס....

און לעבן אויף געשנארטע/געבארגטע/גגנבטע געלט, מיט א שטארקע רוחניותדיגע הנהגה אונטער די מאמעס פארטוך.

מה ל....שכן... יוכיח

ומה ל....שכן... יוכיח

הצד השוה שבהן שכן אינם תחת הסינר של האם...
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

חדשות האט געשריבן:ביז דערווייל איז נאך נאך נישטא בכלל א נארמאלע אפציע ווי עס איז מעגליך פאר א אינגערמאן צו מופען....

מאנרא- צו דארפיש.
מאנסי-צו פריי. (בכלל איז מאנרא מאנסי כמעט אזוי טייער ווי ווילי כידוע)
סטעטען איילענד-צו בארא פארקיש.
זשערסי סיטי- נישט אינטער קיין קהלה.
בלומינגבורג-צו ווייט.
לעיקוואד - צו נאענט צו די ליטווישע.
בלומינג גראוו- נישט גענוג נאענט צו שול אינדערוואכן.

וואס איז יא א גוטע אפציע? צאלן אין וויליאמסבורג 4000$ פאר א פיר בעדרום דירה צווישן די איידעלע יאפיס....

און לעבן אויף געשנארטע/געבארגטע/גגנבטע געלט, מיט א שטארקע רוחניותדיגע הנהגה אונטער די מאמעס פארטוך.

מה ל....שכן... יוכיח

ומה ל....שכן... יוכיח

הצד השוה שבהן שכן אינם תחת הסינר של האם...

דער ווער ס'צאלט פון טאש ארויס 4000 פאר א פיר בעדרום דירה אין ווילי, וואוינט שוין לאנג נישט דארט.....
עפ"י רוב איז עס דער אכטער וואס צאלט עס ..... [יא יא, דער זעלבער אכטער וואס האט ארויס געפירט די ערשטע תושבים קיין בלומינגבערג....]
סאו, די קשיא איז נישט אזוי גרויס, און דער וויליאמסבורגער איז נישט אזוי משוגע... [איי דו האלסט עם אלס גנב, דאס האט מען דאך נישט דיך נישט געפרעגט....]
כ'מיין אז דו ווייסט עס אליינס, נאר פאר סאם ריזען ווילסטו עס נישט זאגן,
גרינגער צו שרייען אויף א גאנצע שטאט 'עטץ זענטס משוגעים'....
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

SPUSMN האט געשריבן:אז מען רעדט שוין פונעם מאמעס פארטוך דארף מען אויך רעדען וועגען דער טאטענס וויין גארטען.

און אויך אפשר וועגען די וואס ווילען דייקא נישט וואוינען ווי די עלטערען, כדי לעשות מה שלבם חפץ; זיי ווילען זיך טוישען (מען רעדט פון די וואס דאס איז זייער כוונה).

א איד קען זיך נישט דזאסט אזוי אויף הייבען און טוישען וואוין ארט. ער דארף נעמען און אכט (צווישען אנדערע):

עלטערען; ספעציעל עלטערע עלטערען
זיין חסידות, זיין סביבה, זיין ינוקא ברוחניות
די פיוטשער פאר זיינע קינדער
די פיוטשער פאר זיך
זיין ווייבס נייע סביבה
זיין נייע דזאב

געלט איז נישט אלעס.

עס איז א ריכטיגע נקודה, אז וואוינען נעבן די עלטערן איז א שטארקע חינוך פאר'ן יונגערן דור. באמת, נישט נאר נעבן די עלטערן, נאר בעצם עלטערע אידן זענען א שטארקע חינוך פאר'ן שטאט, ערנסטקייט פון א בית מדרש און אלעס ארום. און דאס וואנדערן פון איין מקום למקום קען חלילה שאדן פאר אידישקייט, אפילו דאס מופן פון אלט וויליאמסבורג צו ניי וויליאמסבורג דערקענט זיך אויך, איך רעד שוין נישט פון מאנסיער אומגעגענד, אדער לעיקוואד, ואכמ"ל.

אבער צו גיין זאגן אז דערפאר דארף מען טון דאס "אוממעגליכע" און בלייבן אין שטאט איז בכלל נישט רעאליסטיש. און איז נישט קיין לעזונג נישט ברוחניות און נישט בגשמיות.
העכסנס איינעם וואס דרוקט נישט, ער האט פרנסה, ער האט א פלאן ווי אזוי ווייטער צו לעבן ווען די הוצאות שטייגן, אשרי לו, זאל ער בלייבן נעבן די עלטערן לאורך ימים ושנים טובים.
אבער פאר המון עם איז דאס נישט מעגליך!

אלזא, מען דארף טאקע מאכן א קאמפיין אז עלטערע אידן זאלן זיך אויך ארויסציען צו די נייע שטעט! זה הודה והדרה. אפשר אפילו בויען אזעלכע דירות ווי אין קרית יואל "עטרת זקנים", קליינע דירות פאר גאר ביליגע רענט.
און בעיקר אז עלטערע פאר פעלקער וואס האבן קינדער און אייניקלעך וועלכע מיטשען זיך מיט דירות, רענט וכו'. זאל דער זיידע-באבע אנהייבן רעדן צו די קינדער און אייניקלעך "אז עס איז געקומען די צייט ארויסצואוואנדערן פון דא". עס איז טאקע נישט אזוי גרינג, אבער הייבט אן צו רעדן דערפון, סוף מעשה במחשבה תחלה, און ווי מער מען וועט רעדן דערפון, וועלן אפירקומען מער אידן וואס וועלן דאס טון, אפילו אויב דער רעדנער אליינס וועט נישט אויספירן זיינע ווערטער.
דער זיידע באבע וואס וועט דאס טוהן למעשה, וועלן זיי געדענקט ווערן לעולם ועד צום גוטן דורך זייערע קינדער און אייניקלעך, און דורך א סאך אידן וועלכע וועלן אויפגעראכטן ווערן דורך זיי.
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”