וואוינען אונטער די מאמעס פארטוך קריזיס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3613
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

דאס וואס מען זאגט אז די ווייב וויל נישט, קען זיין ביי געוויסע איז דאס די אמת'ע סיבה, אבער איך מיין אז עס די אינגערמאן וועגן ער איז געווינט צי זיין שיל אין סביבה, שוין גערעט דא אין מאנרא צי אסאך אינגעלייט פארוואס זיי גייען נישט ארויס אינדרויסן קויפן האבן זיי אויכט געניצט די תריץ מיין ווייב אבער נאכדעם מודה געווען ווייל ער האלט נאך נישט דערביי, עס איז נישט די מאמע אין נישט די פארטוך די אינגערמאן דארף האלטן דערביי.
לעצט פארראכטן דורך אלט מאנרא אום מיטוואך מאי 03, 2017 5:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
היסטאריע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריע »

איך וויל נישט אוועקפירן דעם וויכטיגן נושא, אבער איז נישט דער יסוד פון דעם פראבלעם אינעם עצם חינוך, אז "איך מוז האבן אלעס וואס איך וויל"?
צוריק צום נושא:
איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך ווייס »

אלט מאנרא האט געשריבן:דאס וואס מען זאגט אז די ווייב וויל נישט, קען זיין ביי געוויסע איז דאס די אמת'ע סיבה, אבער איך מיין אז עס די אינגערמאן וועגן ער איז געווינט צי זיין שיל אין סביבה, שוין גערעט דא אין מאנרא צי אסאך אינגעלייט פארוואס זיי גייען נישט ארויס אינדרויסן קויפן האבן זיי אויכט געניצט די תריץ מיין ווייב אבער נאכדעם מודה געווען ווייל ער האלט נאך נישט דערביי, עס איז נישט די מאמע אין נישט די פארטוך די אינגערמאן דארף האלטן דערביי.

שטארקע נקודה גראדע
ס'איז יש ויש
סאיז דא וואס די ווייב איז באמת שילדיג אין ס'איז דא וואס די מאן איז די שילד
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

לעבעדיגער בערל, איך שטים צו, יעדעס ווארט איז הייליג אמת. מיי העטס אף פאר יו אלס עסקן.

עס איז אבער ליידער דא אזוינע וואס האבן פילייכט נאך קיין סך נישט געטוען פאר א צווייטען, ווען יא העטען זיי ווען געוויסט, און זאגן "נישטא קיין קריזיס" פילייכט כדאי זאלן זיך אליינס פילן בעסער. ITS A SHAME.

דער ווארער אמת איז אז עס איז שוין איינמאל א קריזיס אין ברוקלין מיט נאו ענד אין סייט. דער פארטוך קריזיס רייסט ליידער שטיקער פון אידישע מנוחת הנפש, אידישע שלום בית, וויטש איקאלס חינוך הבנים והבנות. רויבט צו פון שווערע הונדערטער טויזענטער דאס פשוטע היומאניטערישע געברויך.

#נידער מיטן פארטוך קריזיס..
אדיר איום
שר חמש מאות
תגובות: 797
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 16, 2015 9:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדיר איום »

און וואס איז מיט דע מאמעס וואס מיזן בלייבן אונטער די קינדער׳ס פארטוך און פארדעם קענען די קינדער נישט מופן
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

אדיר איום האט געשריבן:און וואס איז מיט דע מאמעס וואס מיזן בלייבן אונטער די קינדער׳ס פארטוך און פארדעם קענען די קינדער נישט מופן

פרובירן דארף מען מיטצונעמען די מאמע, און אזוי טוט מען פאקטיש אין לעיקוואד, ד"ר לעבאוויטש פון לעיקוואדער עלטעק שפיטאל האט מיר געזאגט אמאל האט ער נאר געהאט קינדער פראבלעמען, היינט האט ער שוין כמעט נאר אלטע אידן וואס קומען וואוינען נעבן די קינדער.

פארשטייט זיך אלעס האט א אויסנאם, אבער איך האב דירעקט נישט געמאכט די ארטיקלען פאר אויסנאם פאלן, מיר פוינטן דוקא צו כללית'דיג
אז מ'לעבט דערלעבט מען
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

חדשות האט געשריבן:עס איז אבער ליידער דא אזוינע וואס האבן פילייכט נאך קיין סך נישט געטוען פאר א צווייטען, ווען יא העטען זיי ווען געוויסט, און זאגן "נישטא קיין קריזיס" פילייכט כדאי זאלן זיך אליינס פילן בעסער. ITS A SHAME.

מי הוא זה ואיזהו אשר מלאו לבו לעשות כן
ווער האט דאס געזאגט\געשריבן???
איך פארשטיי אז דו מיינסט מיך, אבער ביטע איבערליינען מיט געדולד 'אלע מיינע תגובות' העט דיין היץ האפנטליך נאכלאזן
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

ראספשע האט געשריבן:
חדשות האט געשריבן:עס איז אבער ליידער דא אזוינע וואס האבן פילייכט נאך קיין סך נישט געטוען פאר א צווייטען, ווען יא העטען זיי ווען געוויסט, און זאגן "נישטא קיין קריזיס" פילייכט כדאי זאלן זיך אליינס פילן בעסער. ITS A SHAME.

מי הוא זה ואיזהו אשר מלאו לבו לעשות כן
ווער האט דאס געזאגט\געשריבן???
איך פארשטיי אז דו מיינסט מיך, אבער ביטע איבערליינען מיט געדולד 'אלע מיינע תגובות' העט דיין היץ האפנטליך נאכלאזן

דא איז א קרעטשמע, דא איז גארנישט פערזענליך.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך ווייס »

ר' בערל איך מיין אז עס איז דא נאך א קריזעס
וואוינען אינטער די טאכטערס פארטוך
פשטו עס זענען דא עלטערין וואס מחמת איזה סיבה קענען זיי זיך נישט זעען וואינען אן די טעכטער
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

ר' בערל א געוואלידגע שפראך, האלט און איין שרייבן אולי וועט מען עפעס אויפטוהן, אפי' ס'טוט אויף נאר פאר איינער איז עס אויך א גרויסע זכות
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

איי איז דאס שוין איינמאל א לעבעדיגער בערל

גיי אן ר' בערל

לא ישבו מפני המלעיגים

די וואס מאכן חוזק האבן קאמפלעקס אז מ'מיינט זיי , דער קריזיס איז שרעקליך
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

בערעל, די ענדיגסט דיין ארטיל "קאמענטארן זענען וועלקאם" אבער יאך זאג "קאמענטארן זענען איבריג"
אזעלכע דברים כדרבונות צום פינטל!

לעצטנס האט זיך א יונגערמאן אפגערעדט צו מיר אז ער האט געוויסע אפערטוניטיס ווי צו אינוועסטן און שיין פארדינען נאך א קורצע צייט אבער ער קען עס נישט טון ווייל ער צאלט 4,000 רענט און טאמער וועט ער פארדינען פארלירט ער דער אכטער און דאס קען ער נישט עפארדן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

moneyMINDED האט געשריבן:איי איז דאס שוין איינמאל א לעבעדיגער בערל

גיי אן ר' בערל

לא ישבו מפני המלעיגים

די וואס מאכן חוזק האבן קאמפלעקס אז מ'מיינט זיי , דער קריזיס איז שרעקליך

הוא אשר דיברתי, געלט איז נישט אלעס :wink:

קיינער דא האט נישט א קאמפלעקס, און צו עס איז א קריזיס ממש און ווי שרעקליך איז דער קריזיס, איז דאך דער נושא דא, אויף וואס עס זענען דא פארשידענע מיינונגען.

עס איז א ביסעל מער קאמפליצירט ווי א פאר סלאגען'ס; ס'נישט איינס מיט איינס איקוועלס צוויי - מאף אוועק. ס'נישט שווארץ אדער ווייס, נאר ענדרעש גרוי.

ביי יעדען איז דא א אנדערע חשבון.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

SPUSMN האט געשריבן:

ר' שומר איך וויל נישט מאכן אן אישא פון דיין עידש, וויל איך וויל נישט דו זאלסט מאכן אן אישא פון מיין אונעקספיריענס

אבער די טאטעס פון די אינגעלייט וואס מיטשענען זיך פארשטייען געווענליך נישט די טיפקייט פונעם מצב,

איר ווייסט אפשר וואס מיינט וואוינען אין אן איין בעדרום דירה מיט דריי קינדער, געלט איז נישט מיין פראבלעם איך צאל בערך 12?
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
איך ווייס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2016 12:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך ווייס »

פאקטען האט געשריבן:
ר' שומר איך וויל נישט מאכן אן אישא פון דיין עידש, וויל איך וויל נישט דו זאלסט מאכן אן אישא פון מיין אונעקספיריענס

אבער די טאטעס פון די אינגעלייט וואס מיטשענען זיך פארשטייען געווענליך נישט די טיפקייט פונעם מצב,

איר ווייסט אפשר וואס מיינט וואוינען אין אן איין בעדרום דירה מיט דריי קינדער, געלט איז נישט מיין פראבלעם איך צאל בערך 12?

מיינסט אוודאי צו זאגן אז ווען זיי וייסן מאכן זיי נישט אזוי חתונה קיין קינדער
ביסט צדיק גערעכט
איך האלט אז מען ווייסט נישט וואס מען טוט מיט די קינדער אז מען ליגט זיי אריין אין א 1 בעדרום דירה
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

איך ווייס האט געשריבן:

דיין קינד ווען דו גייסט עם חתונה מאכן, גייסטו אים אויך לייגן אין א איין בעדרום דירה...., ס'שאד די געלט אים צו שאפן א גרעסערע דירה ווען ער דארף עס נאך נישט
די פראבלעם איז אויף שפעטער ווען די משפחה ציוואקסט זיך, דארף מען שטופן און מייעץ זיין וואס איז גוט און ביליג און באקוועם פארן קינד ...
נאר נישט אלע קינדער זענען שומע בקול אבותיהם והוריהם, בפרט נאך די חתונה .....
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

דריידל האט געשריבן:בערעל, די ענדיגסט דיין ארטיל "קאמענטארן זענען וועלקאם" אבער יאך זאג "קאמענטארן זענען איבריג"
אזעלכע דברים כדרבונות צום פינטל!

לעצטנס האט זיך א יונגערמאן אפגערעדט צו מיר אז ער האט געוויסע אפערטוניטיס ווי צו אינוועסטן און שיין פארדינען נאך א קורצע צייט אבער ער קען עס נישט טון ווייל ער צאלט 4,000 רענט און טאמער וועט ער פארדינען פארלירט ער דער אכטער און דאס קען ער נישט עפארדן

דער יונגערמאן דארף סך הכל א טראפקעלע אויפקלערונג פון בלויז פינף מינוט, און א גוטן קאלקיולעיטאר, נישט מער ...... [חוץ אויב די אינוועסמענטס וואס ער חלומ'ט דערויף איז א מגדל הפורח בעלמא]
לעצט פארראכטן דורך ראספשע אום דאנערשטאג מאי 04, 2017 2:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

ח"ו איך האב נישט קיין טענות אויף מיין טאטע, אדרבה איך האב דעמאלט נישט געקענט עפארדען מער

איך מיין נאר צו זאגן, ווען דער אינגערמאן קומט רעדן וועגן מופן קרום נישט מיט די נאז און זיי אים מחזק

בד"וו מיין טאטע איז געשפרונגען ביזן דאך ווען איך האב אים געמאלדן אז איך צי זיך אוועק פון וויליאמסבורג, ער ווייטאג אויפן מצב פונקט ווי בערע'לן
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

איך האלט אויך אז עס איז דא א גרויסע פראבלעם; אבער זעה עס נישט אין גאנצען ווי דער אינגערע דור זעהט עס. מיר האבען געוואינט אינעם זעלבען דירה וואס מיר האבען חתונה געהאט פאר גאנצע 18 יאר. עס איז געווען איין קינדער רום ווי 4 קינדער זענען געשלאפען, איין פארטש רום (נישט מער ווי א קליינע האלבע רום) ווי 2 קינדער זענען געשלאפען; א זייער ענגע קיך און א ענגע דיינונג רום (ענג לויט די היינטיגע באגריפען), און די קינדער זענען ב"ה געווען זייער העפי.

דער פעטער הגאון רבי חיים יעקב קלאפהאלץ זצ"ל האט געוואינט אין א סאך א קלענערע דירה אין בתי נייטין (אפשר נאר האלב דער סייז פון מיין ערשטע דירה) מיט 13 קינדער!

אלעס איז ווי אזוי מען קוקט עס אן, און ווי אזוי מען מעסט א קריזיס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

די ראיה אז די קריזיס איז דא איז דעס אז הונדערטער משפחות ,לכאורה בערך א טויזענט משפחות פון ווילאמסבורג אין בארא פארק מופן אוועק פון די שטאט אויף אויסערען שטאט

דעס מיינט אז מ'קען ,מען דארף נאר ווילן ! און ווער נישט בלייבזשע דארט און קאמפלעין נישט
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

מיט דעם ביסטו גערעכט אז די היינטיגע דור איז מער געספוילט, און קענען פארנעמען ווייניגער וואס אונזערע עלטערן האבן געקענט פארנעמען,

דאס גייט אבער נישט טוישן די פראבלעם אז אסאך עלטערן שטייען אין וועג און שטערן די קינדער זיך שטעלן אויף די פיס, וועגן אייגענע נגיעות
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
זכאי
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זכאי »

איך וויל נאר קלארשטעלן אויף דעם וואס עטליכע האבן געשריבן אז צו קויפן אין דזשערסי דארף מען האבן אפאר דאללער. עס איז בהחלט נישט אזוי. ווי שוין אויסגעשמיסט באריכות אין די דזערסי אשכול קענסטו פאר נישטיגע צוואנציג אלפים (הכל בכל מכל כל) האבן דיין אייגענע הויז מיט א טענענט און נאך בלייבן מיט רווח יעדע חודש. און אויב איז דאס שווער צו גלייבן איז דער שרייבער פון די דאזיגע שורות אן עדות אויף דעם!
זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1355
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 10, 2017 7:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זבחי צדק »

גראדע האלט איך אז ס'יז נישט די מאמע'ס פארטוך, שולד, קריזיס ..
סי'ז די ווייב'ס פארטוך .....
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

מיט די מאמעס פארטוך דארף מיט קומען אויפצושטורומען און אויפקלערן א פשוטע פאקט ,די סיטי איז נישט געמאכט פאר א דורעכשניטלעכער פארדינער צו וואינען , די מציאות ווילן נישט מענטשן אריינעמען אין קאפ
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

SPUSMN האט געשריבן:איך האלט אויך אז עס איז דא א גרויסע פראבלעם; אבער זעה עס נישט אין גאנצען ווי דער אינגערע דור זעהט עס. מיר האבען געוואינט אינעם זעלבען דירה וואס מיר האבען חתונה געהאט פאר גאנצע 18 יאר. עס איז געווען איין קינדער רום ווי 4 קינדער זענען געשלאפען, איין פארטש רום (נישט מער ווי א קליינע האלבע רום) ווי 2 קינדער זענען געשלאפען; א זייער ענגע קיך און א ענגע דיינונג רום (ענג לויט די היינטיגע באגריפען), און די קינדער זענען ב"ה געווען זייער העפי.

דער פעטער הגאון רבי חיים יעקב קלאפהאלץ זצ"ל האט געוואינט אין א סאך א קלענערע דירה אין בתי נייטין (אפשר נאר האלב דער סייז פון מיין ערשטע דירה) מיט 13 קינדער!

אלעס איז ווי אזוי מען קוקט עס אן, און ווי אזוי מען מעסט א קריזיס.

הייסט איר האט געוואינט מיט 6 קינדער

אין א דריי בעדרום דירה ?

איך גלייב אז איר אין די בני בית האבן איין בעדרום

אין די קינדער רום איז א צווייטע בעדרום

אין א רום וואס זאל אריינפיטן 2 קינדער צו שלאפן ווערט גערופן אין ברוקלין א דריטע בעדרום

סא דעס איז פון וואס אונז רעדט מיר דא אז א דריי בעדרום דירה פאר צווישען 2500 און 3000 דאלאר און נישט קיין לוקסעס דירה נאר ממש פון וואס איר שרייבט א קליינטשיגע 3 בעדרום דירה וואס אונז וואין מיר אין סיטי מיט א ענגע קיטשען אין דיינונג רום פאר בערך 3000 דאלאר ,קען נישט א דורעכשניטלעכער יונגערמאן אויס האלטן און אט דאס איז די נושא דא

אז די זעלבע דירה קענט איר האבן אין מאנסי /קרית יואל /לעיקוואד/סטעטען איילענד /בלומינגראוו/בלומינגבורג/זשערסי סיטי/מאנטיסעלאו פאר צווישען 1200 און 1800

געשפארט בערך 1000 דאלאר א חודש

טאקע דאס רעדט מיר אונז

#פארטוך קריזעס
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”