וואוינען אונטער די מאמעס פארטוך קריזיס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 03, 2017 1:56 pm

זאכליך האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:וויפל שלאף צומערן איז בלומינגבערג?

אין דזשערסי סיטי האב איך שוין געזעהן א שיינע פאר דירות מיט 4 בדרום'ס אדער מער.

רענטל'ס?


דאס וואס איך האב געזען איז געווען געקויפטע.
אבער פונקט זעה איך אין די דזשערסי סיטי אשכול אז איינער האט אזאנס אוועילעביל.

ויסכר פי דוברי שטיותּ...

מיין ליבער יוד
אז דו נעמסט דיין אינפא. פון דזשערסי סיטי אשכול, ווייסעך אביסל בעסער,
וויפיל איך ווייס פון דער נאנט, איך זאג דיר אז ס'יז נישטא קיין גרעסערע פיר בר. דירות פאר רענט אין דזש. סיטי, פינטל
און טאמער האסט געטראפן איז אפשר ממש געציילטע
אויף צו קויפן, איז דא מערערע אפציעס, פארשטייצעך ביילגער ווי אין די סיטי, אבער מען דארף האבן גאנץ א באנטש קעש אראפצילייגן, און גרייט זיין צו האסלען אביסל

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 03, 2017 1:58 pm

ראספשע האט געשריבן:איך פארשטיי דיין ווייטאג
האלסט עס נישט אויס אז פעטער שמואל איז זיך משתתף אויפציהאלטן די עואב"י הנקרא ווילי....
איי פיל יור פעין...
איך פארגין פאר גאנץ כלל ישראל, דער אכטער, מיט נייע ישובים, און הרחבת הדעת וכל טוב....
אבי מען קען עפענען נאך א אשכול אויב די אויסגעדראשענע טעמע 'ס'ארא משוגעים, פארטוך בלאה בלאה, די וויליאמסבורגע זענען'....

קריזיס, שמיזיס, ווער ס'צאלט אלפים ורבבות, איז שוין לאנג געגאנגען פון דא קיין קרית יואל אדער קיין מאנסי, און פערטיג, א שאד זיך צו עסן...


קודם ביזטו מסכים אז ס'איז נישט דא קיין דירות קריזיס פיין
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 03, 2017 1:58 pm

בערל, איר האט בכלל נישט זיך אנגעשטרענגט צו ליינען מיינע תגובות, אנטשולדיגט מיר [אנדערע דא האבן יא, און האבן מיר טאקע גערעכט געגעבן]

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 03, 2017 2:03 pm

יחזקאלע האט געשריבן:אז מען זיכט שוין יא אנצוריפן דעם קינד ביים נאמען, מיין איך אז עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט די פאקט, איז אין אלע נייע ישובים וואס ווערן געבויעט לע"ע, ווי ביליג עס זאל נאר נישט זיין כלפי די עקסזעסטירענדע ישובים, דארף מען אבער נאכאלס האבן א מינומים פון 80 ביז הונדערט אלפים give or take און ארדער זיך צוצישלאגן צו א נארמאלע דירה, אין בלומיבנבערג איז עס פאר די דאון פעימענט, קלאזינג קאסט וכדו', אין אי זשערסי סיטי, איז אז פאר די רענעוואציעס וואס יעדע דירה פארלאנגט.

דאס קען אויך זיין א פאקטאר, בנוסף צו די פארטוך קריזיס, וואס קען עטוואס פארשטייטערן די אויפבוי פון די נייע ישובים, כנלענ"ד


אין ד.ס. קען מען דינגען, אזוי אויך קרית יואל מאנסי קען מען דינגען
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דריידל
שר האלף
תגובות: 1677
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך מאי 03, 2017 3:30 pm

דער עולם דא קייעט איבער אזויפיל מאל איבער די רוחניות'דיגע הנהגה וואס פעלט אויס אין די נייע ישובים. אלץ אן איינוואינער פון ב"פ און וומ"ס האב איך נאכנישט באגעגענט קיין רוחניות'דיגע הנהגה. אודאי זענען דא רבנים, מורה הוראה און משפיעים אבער קיינער קען קיינעם נישט מחייב זיין ואיש כל הישר בעיניו יעשה. נאך מער, אין די גרויסע ישובים דאווענט מען אינדערוואכן אין איינע פון די מנינים סענטערס און מ'האט נישט קיין טראפ שייכות מיט'ן רב ביהמ"ד. די איינציגסטע הנהגה וואס איז דא זענען די מוסדות וואס דאס וועט פונקט אזוי זיין אין די נייע ישובים.
אלע נייע ישובים האבן חשובע אידן העומדים בראש און ווער עס וואינט דארט האט א שטארקע קשר מיט זיי, סאך מער ווי אין שטאט.
די אלע פוילע תירוצים מאכן שווערער פאר מענטשן צו טון די ריכטיגע שריט און אפפיצן פון ברוקלין בעוד מועד. הערטס אויף מיט די נאנסענס וואס מאכט אומגליקליך אזויפיל אידישע משפחות וואס וואלטן געקענט אזוי גרינג אויפגעראכטן ווערן.

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 03, 2017 3:37 pm

שוין ערווענט פריער, די כונה איז נישט אויף משפיעים און מכריחים בקודש
רוחניות'דיגע הנהגה מיינט נישט נאר מענטשן, רבנים וכלי קודש, נאר אלעס ביינאזאם, פאר יעדן עלטער ציגלייך די רוחניות'דיגע געברויכן, פון א מקוה, ביז א מיידל סקול, עלעמענטרי קלאסן ביז הויך שולע, און פאר יונגלעך פון א כיתה א' חדר ביז ישיבה לצעירים, מיט אלע קלאפער געצייג, פון א וועד החינוך ביז א מנהל פאר זכרים און פאר נקיבות, און אלעס אינדערמיט,
'דערווייל' איז עס נאכנישט דא, נו פארשטענדליך מען דארף פאר דעם אלעם האבן נחשונים, און נחשונים איז נישטא אזוי סך, ביים ים סוף איז אויך געווען נאר איין נחשון פון זעקס הונדערט טויזנט...
עס וועט זיין אי"ה, אבער 'אשורנו ולא קרוב', נישט אזוי שנעל און נישט אזוי גרינג
איז אויב אזוי צוריק צום קעפל, 'וואוינען אונטער די מאמעס פארטיך קריזיס'? אזוי?!, סתם געפירקלט, בכלל נישט 'מאמעס פארטוך' די סיבה

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 03, 2017 3:42 pm

ראספשע האט געשריבן:שוין ערווענט פריער, די כונה איז נישט אויף משפיעים און מכריחים בקודש
רוחניות'דיגע הנהגה מיינט נישט נאר מענטשן, רבנים וכלי קודש, נאר אלעס ביינאזאם, פאר יעדן עלטער ציגלייך די רוחניות'דיגע געברויכן, פון א מקוה, ביז א מיידל סקול, עלעמענטרי קלאסן ביז הויך שולע, און פאר יונגלעך פון א כיתה א' חדר ביז ישיבה לצעירים, מיט אלע קלאפער געצייג, פון א וועד החינוך ביז א מנהל פאר זכרים און פאר נקיבות, און אלעס אינדערמיט,
'דערווייל' איז עס נאכנישט דא, נו פארשטענדליך מען דארף פאר דעם אלעם האבן נחשונים, און נחשונים איז נישטא אזוי סך, ביים ים סוף איז אויך געווען נאר איין נחשון פון זעקס הונדערט טויזנט...
עס וועט זיין אי"ה, אבער 'אשורנו ולא קרוב', נישט אזוי שנעל און נישט אזוי גרינג
איז אויב אזוי צוריק צום קעפל, 'וואוינען אונטער די מאמעס פארטיך קריזיס'? אזוי?!, סתם געפירקלט, בכלל נישט 'מאמעס פארטוך' די סיבה

איז מעגליך צו נידערן דעם טון און האבן א ציווילע דיסקוסיע, אין יעדע תגובה אייערע איז דא אן עקסטרעם שארף לשון, עפעס באדערט אייך זייער שטארק, איז דא א מעגליכקיייט צו צונעמען דעם ווייטאג דירעקט? אפשר קען מען זיך העלפן דא?
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 03, 2017 3:45 pm

lebediger berel האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:שוין ערווענט פריער, די כונה איז נישט אויף משפיעים און מכריחים בקודש
רוחניות'דיגע הנהגה מיינט נישט נאר מענטשן, רבנים וכלי קודש, נאר אלעס ביינאזאם, פאר יעדן עלטער ציגלייך די רוחניות'דיגע געברויכן, פון א מקוה, ביז א מיידל סקול, עלעמענטרי קלאסן ביז הויך שולע, און פאר יונגלעך פון א כיתה א' חדר ביז ישיבה לצעירים, מיט אלע קלאפער געצייג, פון א וועד החינוך ביז א מנהל פאר זכרים און פאר נקיבות, און אלעס אינדערמיט,
'דערווייל' איז עס נאכנישט דא, נו פארשטענדליך מען דארף פאר דעם אלעם האבן נחשונים, און נחשונים איז נישטא אזוי סך, ביים ים סוף איז אויך געווען נאר איין נחשון פון זעקס הונדערט טויזנט...
עס וועט זיין אי"ה, אבער 'אשורנו ולא קרוב', נישט אזוי שנעל און נישט אזוי גרינג
איז אויב אזוי צוריק צום קעפל, 'וואוינען אונטער די מאמעס פארטיך קריזיס'? אזוי?!, סתם געפירקלט, בכלל נישט 'מאמעס פארטוך' די סיבה

איז מעגליך צו נידערן דעם טון און האבן א ציווילע דיסקוסיע, אין יעדע תגובה אייערע איז דא אן עקסטרעם שארף לשון, עפעס באדערט אייך זייער שטארק, איז דא א מעגליכקיייט צו צונעמען דעם ווייטאג דירעקט? אפשר קען מען זיך העלפן דא?

וואס קען מען אייך העלפן ר' דוב?
וואו זעסטו דא שארפע לשונות?, איך בין דיר מסביר דברים פשוטים מאוד
אדרבא, אויב שארף זענט איר שארף, איר לייגט אראפ גאנץ וויליאמסבורג ווי א באנדע בעיביס

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 03, 2017 3:51 pm

איך באצי מיך צו פאקטן, און איך רעד נישט דוקא פון וויליאמסבורג נאר ברוקלין, (איך בין גראדע מער באקאנט אין ב"פ) איך רעד פון אייערע לשונות, למשל דער לשון "באנדע בעיביס" און אין די פריערדיגע תגובה דער לשון "פירקלען" און אזוי זענען רוב אייערע תגובות לעצטנס זייער "שארף געשריבן" עס ווייזט לכאורה אז עפעס ברויזט אייך אויף (יא, ווען איך בין אויפגעברויזט געשעט עס אויך, און די חברים דא בארואיגן מיך) פרוביר איך צו דירעקטירן דעם געשפרעך קודם צו די נושא וואס ברויזט אייך אויף און אפשר וועט עפעס גוטס ארויס קומען דערפון.
איך וועל אי"ה צוריק קומען מסביר זיין שפעטער מיין הנחה אביסל בעסער אזוי ווי עטליכע האבן עס נישט גוט פארשטאנען און אנדערע נעמען ארויס מיינע ווערטער פון קאנטעקסט, איך שרייב יעצט א לענגערע הסבר אין די ליידיגע מינוטן אויף ווארד, און כ'וועל עס שפעטער אדער מארגן אי"ה ארויס לייגן, ווארט מיט אביסל געדולד
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 03, 2017 3:53 pm

אהא, איר וואוינט אין בארא פארק, און איר שרייבט מוסר צו מיר דער וויליאמסבורגער
איז וואס ערווארט איר?, איך זאל נישט ברויזן? התינח ווען איר שרייבט צום דבר [אזוי ווי רוב פון אייערע תגובות אין אייוועלט] החרשתי, אבער דער אשכול שרייבט איר דאך אזוי שלא צום דבר אז ס'רעגט אויף, סארי
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום מיטוואך מאי 03, 2017 3:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 03, 2017 3:54 pm

נאך א ווארט, אז איר וועט צוריק גיין צום אנפאנג פונעם אשכול אין מיין ערשטע תגובה דא, האב איך געשריבן אז איך בין נישט זיכער אז עס באלאנגט אין נייעס / דירות און ישובים, כהאב עס נאר דא געעפנט ווייל דא בין איך א שטענדיגער גאסט, איך האב תיכף מציע געווען אז ס'איז מעגליך דאס געהערט מער צו א קרעטשמע ארטיקל איבער א גוט גלעזל שנאפס אדער וואדקע, דער עולם איז נאר שנעל היציג און איבערמוטיג געווארן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 03, 2017 3:55 pm

ראספשע האט געשריבן:אהא, איר וואוינט אין בארא פארק, און איר שרייבט מוסר צו מיר דער וויליאמסבורגער
איז וואס ערווארט איר?, איך זאל נישט ברויזן?

איך געדענק נאך אין קעמפ ווי מיר האבן זיך געשלאגן שבת נאכמיטאג דעמאלטס האסטו געשריגן די זעלבע זאך, (נאר א וויץ, כ'בין א יליד אלט וומ"ס, געלערנט אין ק"י חתונה געהאט קיין ב"פ)
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 03, 2017 3:57 pm

ראספשע האט געשריבן:אהא, איר וואוינט אין בארא פארק, און איר שרייבט מוסר צו מיר דער וויליאמסבורגער
איז וואס ערווארט איר?, איך זאל נישט ברויזן? התינח ווען איר שרייבט צום דבר [אזוי ווי רוב פון אייערע תגובות אין אייוועלט] החרשתי, אבער דער אשכול שרייבט איר דאך אזוי שלא צום דבר אז ס'רעגט אויף, סארי

אז דער שלא צום דבר רעגט אייך אויף וועלן מיר אי"ה צולייגן דעם דבר און זען
אז מ'לעבט דערלעבט מען

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מיטוואך מאי 03, 2017 3:59 pm

ווי איך פארשטיי ר' בערל, איז נקודה איין זאך: מען וועגט נישט און מען מעסט נישט מיט ישוב הדעת איינס קעגן צווייטן. ר' בערל האלט אז מען מאכן א נארישע החלטה פון בלייבן אין ברוקלין, צוליב א נארישע סיבה/סיבות. דער "פארטוך" איז בלויז ארויסגעברענגט דראסטיש בדרך משל, [כאטש ביי טייל איז דער 'משל' טאקע דער אמת אויך].
די נקודה איז: מען טראכט נישט אויף ווייטער, מען טראכט נישט אויף מארגן, מען טראכט נישט פאר די דורות.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 03, 2017 4:03 pm

היסטאריע האט געשריבן:ווי איך פארשטיי ר' בערל, איז נקודה איין זאך: מען וועגט נישט און מען מעסט נישט מיט ישוב הדעת איינס קעגן צווייטן. ר' בערל האלט אז מען מאכן א נארישע החלטה פון בלייבן אין ברוקלין, צוליב א נארישע סיבה/סיבות. דער "פארטוך" איז בלויז ארויסגעברענגט דראסטיש בדרך משל, [כאטש ביי טייל איז דער 'משל' טאקע דער אמת אויך].
די נקודה איז: מען טראכט נישט אויף ווייטער, מען טראכט נישט אויף מארגן, מען טראכט נישט פאר די דורות.

דאס איז אייערס א נקודה, און ס'איז א ריכטיגע אויפאסונג אויף א גרויס חלק פון דעם פראבלעם,
אזויפיל האט איר גוט אפגעלרענט מיין נקודה, אז "די מאמעס פארטוך" קען אויך מיינען דעם טאטנ'ס, שווער'ס שוויגער'ס און נישט דוקא פארטוך, און ס'קען אויך מיינען די עלטערע שוועסטער אדער דער גוטער חבר / חבר'טע
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 03, 2017 4:09 pm

און לגופו של דבר, האלט איך אז ס'יז נישט אינגאנצען אזוי, סי'ז פארהאן עלטערן וואס וואלטן גערן געהאלפן זייערע קינדער, אויב מען זאל וועלן...
ובדידי הוי עובדא, איך האב געשיקט מיין בחור מיט חדשים צוריק [היינט שוין א חתן ב"ה] קיין דזשורסי סיטי אויף א שבת, כ'האב עם אפן געזאגט, איך האלט באמת אז מען וועט אין ווילי נישט קענען צו לאנג בלייבן וואוינען, אלזא קוק זיך אום אויף דאס פלאץ, הטובה הוא אם רעה, היש בה עץ אם אין, וכו', אזוי ווי משה רבינו האט געטוהן מיט די מרגלים ....

און ביי די יונגעלייט, ווייס איך פאר א פאקט, אז סי'ז די talk of the town יעדער חלומ'ט נאר דערפון, מען קייעט עס און מען שפעקלירט עס אויף אלע פראנטן ....

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך מאי 03, 2017 4:18 pm

ראספשע האט געשריבן:
זאכליך האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן: די נייע ישובים שטעלן נישט צו קיין צו גרויסע דירות [נישט קיין 4 בדרום'ס]


זאגסט אז ס'איז נישטא קיין 4 בעדרום דירה'ס אינדרויסן פון ניו יארק סיטי???

#פארטוך אלערט

זאג, דו קענסט ליינען?
איך שרייב 'די נייע ישובים'
אין בלומינבערג האב איך נישט געזעהן קיין רענטל'ס 4 בדרום'ס, אין דזשערסי סיטי אויך נישט
האסט ערגעץ פון די נייע ישובים א רענטל 4 בדרום'ס?
אדרבא, איך וויל עס גיין זעהן

מען האט אייך געברענגט אז עס איז דא יעצט אוועילעבעל אין זשערסי סיטי, אין בלומינגורג ווייס איך אז עס איז דא אוועילעבעל.

סא ווען ווילט איר אראפגיין קוקן?

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 03, 2017 4:27 pm

די באלד גרויסע אותיות מאכט דיך אויסזעהן אביסל היציג, אפשר נעמט איר קודם א קאווע?
איך דארף עס פאר איינעם וואס האט שוין געקוקט דארט מערערע דירות, וועל איך עם איבער געבן אי"ה

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך מאי 03, 2017 4:35 pm

ראספשע האט געשריבן:אדרבא, איך וויל עס גיין זעהן

OK. עס האט עפעס משמע גווען אז איר ווילט גיין זען. וטעות לעולם חוזר.

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 03, 2017 4:37 pm

זעהן וויל איך עס נאך אלץ, אבער דארפן דארף איך עס נישט לעת עתה פאר מיר ב"ה

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך מאי 03, 2017 4:39 pm

ראספשע האט געשריבן:זעהן וויל איך עס נאך אלץ, אבער דארפן דארף איך עס נישט לעת עתה פאר מיר ב"ה

סא הדרא שאלה לדוכתיה, ווען ווילט איר עס גיין קוקן?

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 983
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מיטוואך מאי 03, 2017 4:42 pm

חדשות האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:זעהן וויל איך עס נאך אלץ, אבער דארפן דארף איך עס נישט לעת עתה פאר מיר ב"ה

סא הדרא שאלה לדוכתיה, ווען ווילט איר עס גיין קוקן?

עפן אן אשכול דערפאר, און איך וועל דיר דארט ענטפערן ...

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 205
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » מיטוואך מאי 03, 2017 4:45 pm

אין אישי איז אויך גוט...

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

אויפקלערונג

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 03, 2017 5:08 pm

איך וויל אביסל מסביר זיין באריכות וואס כ'האב געמיינט מיט די #אונטערן מאמעס פארטוך קריזיס
אזוי ווי בטבע בין איך אביסל געשלאגן אויף "עסקנות" און פון צייט צו צייט פאל איך אריין עוסק צו זיין צו העלפן אידן, זה בכה וזה בכה, אמאל א חתן פון ארץ ישראל, און אמאל א ארעסטאנט אין אמעריקע און זאכן אינצווישן,
איך האב שוין איינמאל געשריבן וועגן מיר פערזענליך אז איך האב געקויפט א דירה אין בארא פארק נאכדעם וואס מיין חתונה דירה איז ענג געווארן, און דעמאלטס בערך בשנת תשנ"ז נ"ח (יא שוין צוואנציג יארע זייט דעמאלט'ס) איז געווען א "בייערס מארקעט" ס'איז געווען צוויי דריי בילדערס דא אין בארא פארק (און מיינע געשוויסטער האבן געהאט די זעלבע זאך אין וויליאמסבורג) וואס זענען ממש נאכגעלאפן די קאסטומערס, צו איר גלייבט צו נישט האבן אפאר אינגעלייט געמאכט גוט פרנסה אלץ אגענטן וואס האבן צוגערעדט קאסטומערס צו קויפן ביי געוויסע דעוועלאפערס און די "דעוועלאפערס" (נישט די קאסטומערס) האבן זיי געגעבן קאמישען.
צוביסלעך האט זיך אבער דער מצב געטוישט, אינגעלייט וואס האבן פארפאסט מאיזה סיבה שהוא די גוטע געלעגנהייט, און אזוי אויך פרישע אינגעלייט וואס די משפחה איז אונטערגעוואקסן האבן געבלוטיגט פאר דירות, איז מיר אויסגעקומען זיך אריין צו לייגן העלפן דעם ציבור בעניני דירות, און כ'האב שטודירט דעם נושא פון אלע אספעקטן, גענומען א שותף דערצו און באמת פראבירט צו טון וואס מען קען בנושא זה.
דעמאלטס נאכן נאכגיין אלע פרטים ופרטי פרטים האבן מיר געזען א אמת'דיגע "דירות קריזיס" וואס מיינט אז ווער ס'האט זיך דערזען אין א קליינע דירה אין ברוקלין האט באמת נישט געהאט א נארמאלע אפציע און אפילו נישט א האלב נארמאלע אפציע, ווי צו גיין, אלץ חלק פון מיין עסקנות לזה האב איך געשריבן בריוון צו צייטונגען רעדאקציע, געמאכט א קונטרס און צושפרייט שבת אין די בתי מדרשים, און געשריבן אויפן כשר'ן אינטערנעט בעיקר געשטורעמט און אויך געטון מה שידי יד כהה מגעת צו העלפן אינעם קריזיס.
און אפילו ווען א אינגערמאן אדער אידענע האט מיט א אכט / צען יאר צוריק געזאגט פאר זיינע חברים אדער משפחה אז ער טראכט צו מופן קיין אפסטעיט האט מען אים אנגעקוקט באלד ווי מען קוקט אן איינעם וואס זאגט ער וויל מופן קיין ספעיס, פאר דעם קוק אליין האט מען זיך שוין צוריק געהאלטן פון מופן.
למעשה במשך די יארן האבן זיך זאכן גערוקט אין די ריכטיגע דירעקשאן, דאס שרייען און רעדן פון אנדערע און אויך מיין האט געהאלפן דער "טאבו" האט זייער שטארק נאכגעלאזט, עס איז געווארן ביי רוב אידן א מצוה און א ענין צו מחזק זיין ווער ס'רעדט פון מופן, נאך און נאך פלייסיגע עסקנים און ב"ה אויך סוחרים האבן זיך ארויס געלאזט צום נושא פון צושטעלן דירות, קהלות האבן זיך ארגאניזירט צו מופן קיין לעיקוואוד, און ס'איז געווארן מער און מער נארמאל צו מופן קיין מאנסי קר"י, און ס'איז צוגעקומען דזשערזי סיטי און בלומינגבורג.
איך בין אבער אויך געבליבן אינוואלווד אין פריוואטע עסקנות'ן פון צייט צו צייט און דער דירות נושא איז היבש אסאך ארויסגעקומען אויפן אויבערפלאך, און דער פאלגענדער שמועס האט אנגעפאנגען צו ווערן מער און מער אפט.
ר' פייוויש דלפון: הערט מיך צו ר' בערל, איך בין שולדיג זיבן חדשים רענט, מיין לענדלארד ווארפט מיך שוין סייווי ארויס, כ'בין געגאנגען זוכן א דירה פאסיג צו מיין משפחה, און כ'קען פשוט נישט נאכקומען וואס מ'בעט פאר א נארמאלע דירה, העלפט מיר ארויס!
בערעלע לעבעדיגער: האסט שוין געקוקט עפעס אינדרויסן פון ברוקלין, כ'מיין דיין שוואגער זרח האט געמופט קיין לעיקוואד, ער האט א הערליכע דירה, ער צאלט אינגאנצן פערצן מאות, אפשר קענסטו טראכטן עפעס דערפון?
ר' פייוויש דלפון: גלייב מיר אז מיין ווייב איז מסכים וואלט איך היינט געמופט.
בערעלע לעבעדיגער: קוק אן דו ווערסט טעראריזירט פונעם לענדלארד, ביזט שולדיג אין גראסערי, איך וועל דיר העלפן דינגען א דירה אין מאנסי וועסט נישט דארפן צאלן קעמפ קאנטרי וכו' און פטור אן עסק. וואס זאגט דיין ווייב?
ר' פייוויש דלפון: וואס הייסט, זי זאגט זי קען נישט אוועק מופן פון איר מאמע!

אזעלכע שמועסן הערט מען יעדן טאג, כאפ א שמועס מיט ר' משה דייטש פון קרן עזר, מיט אלע עסקנים פון ברוקלין וועסטו הערן זייער ענליכע באמערקונגען.
יעצט צוריק צום נושא פון דירות, קודם וועל איך מודה זיין אז יעצט, און יעצט מיין איך ספירה תשע"ז איז אביסל אנגעצויגן אין אפסטעיט אויך מכמה סיבות וואס געהער נישט דא צום ענין, אבער דארט ריקט זיך עס מורא'דיג שנעל, אין אפאר חדשים ארום קען זיין א שפע און מ'וועט זיך בעטן צום ציבור קויפט'ס און מ'וועט נישט וועלן צוליב א קליינע נער'ישקייט, נאכדעם ווערט א מאנגל און מ'בענקט זיך נאך די פריערדיגע תקופה ביז ס'קומט א נייע.
איך קוק שוין נאך די אפסטעט מארקעט כמעט 30 יאר.(כ'וועל אפילו מגלה סוד זיין, אלץ עסקנות בין איך כמעט דרייסיג יאר צוריק געווען אינוואלווד אין א קרן יתומים מ'האט צוזאמגעשטעלט כמעט 100 אלפים חתונה צו מאכן די יתומים, מ'האט אינוועסטירט אין מאנסי דירות, מיר האבן געגעבן 30 אלפים פער דירה דאון פעימענט און געקויפט דריי דירות, לפי הוראות הרבנים, צוויי האט מען פארקויפט במשך די יארן חתונה צו מאכן, און פונעם דריטן לעבט נאך די אלמנה היינט צוטאגס ווען ס'איז שוין אויסגעצאלט) און פון מיינע חתונה געהאטע קינדער האבן צוויי טעכטער צוזאמען געמופט קיין קרית יואל, במילא קען איך זייער גוט די מארקעט, אנדערע קרן יתומים'ס האבן זיך דורכגעשמועסט מיט אונז צו קאפיען די הצלחה פון אונזער פאל ב"ה, האב איך אלץ באקומען רעפארטס און געהאנדעלט מיט דעוועלאפערס. און איך קען זאגן קלאר, עס איז געווען בעסערע צייטן, און ס'קומען צוריק בעסערע צייטן צום אפסטעיט מארקעט, אודאי וועלן די פרייזן שטייגן, אבער עס וועט זיין דירות פאר א פרייז וואס א דורכשניטליכער פארדינער קען זיך ערלויבן צו קויפן, און דער נידריגער פארדינער קען זיך ערלויבן צו דינגען, טאקע נישט אין סענטער, און נישט פונקט איין שטאק ארויף, פאר די בעסטע פרייז, אבער יעדער וועט קענען טרעפן אין די קומענדיגע יארן כפי היכולת. (כ'בין שוין באשולדיגט געווארן אלץ קאפיטאליסט, כ'בין מודה דערין).
למעשה, במשך די לעצטע פינף יאר זענען זאכן געפארן אין די ריכטיגע דירעקציע,און נאר אינדרויסן פון ברוקלין, אין ברוקלין איז דער מצב געווארן ערגער און ערגער און מער אומדערטרעגליך פארן דורכשניטליכן און נידעריגן פארדינער, די גויים זענען אריין געקומען אין אונזער מארקעט מיט מער געלט, די סיטי מאכט דעם טויט פאר מען קען בויען אדער ריזוינען, און דער כלליות'דיגער פראבעלם איז געבליבן די וואס קענען נישט אוועק מופן פון אונטער די מאמעס פארטוך.
איך בין אינוואלווד אין פרטיות'דיגע פעלער ווי מ'קען נישט מופן. "היינט" צופרי איז מען געקומען אין ביהמ"ד און גענומען אפאר עסקנים אין א זייט ואני הקטן בתוכם, און אויפגעברענגט א פאל פון דא אין בארא פארק א קליין מיידעלע פון פינף יאר וואס דארף ל"ע גיין פאר קימאו, די טיטשערס ברענגט אהיים צוויי מאל א וואך א גרופע פון קלאס זיי זאלן אנהאלטן קשר, די משפחה האט צען קינדער, א פיצעלע דריי בעדרום דירה, פיצעלע קאך, פון צייט צו צייט קומען נוירסעס, טעראפיסטן וכו' די בחורים שפרינגען פון די הויט אז די ביסל פרייוועסי האט מען זיי צוגענומען, טאטע מאמע זענען שוין צופליקט און צוריסן פון דעם גאנצען מיטמאכעניש לויפן צו דאקטוירים וכו', און מען זוכט א דירה פון כאטשיק פינף בעדרומ'ס א שטיקל קאך, דיינונג רום, פארשטייט זיך אז ס'איז נישט דא קיין כוחות הגוף והנפש צו מופן יעצט אין א אנדערע שטאט מ'דארף אויך בעיביסטיטנג פון די מאמעס פארטוך וכו'.
אבער דאס איז נישט קיין קריזיס פונעם כלל, דאס איז א פערזענליכע טראגישע פאל פון איין משפחה.
עכ"פ מיר האבן היינט גערעדט צווישן די עסקנים צענדליגע טעלעפאן רופן זוכערייען וכו' עס איז ממש "נישט דא" פינטל.
מען דארף אבער קלארשטעלן דאס איז נישט קיין נחלת הכלל און אויב ח"ו דאס איז נחלת הכלל דארף מען פאסטן אפילו בשבת, דאס איז א אויסנאמס פאל, זיי קענען טאקע נישט אוועק מופן, און ענליכע אויסנאמס איז נישט דא קיין סאך, עס איז טאקע דא עטליכע און ברענגט מיר נישט נאך משלים, ווייל כ'רעד נישט פון יחידים און אפילו נישט פון צענדליגע. מיין ארטיקל בנושא פון דירות רעדט זיך פון "הונדערטער אדער פון טויזענטער" ברוקלינער משפחות וואס וואלטן יא געקענט במשך די לעצטע עטליכע יאר נהנה זיין פון הרחבת הדעת אדער זיך איינשרייבן בקרוב נהנה צו זיין דערפון און זיי האלטן זיך אפ צוליב איין און די זעלבע סיבה און דאס איז #אונטער די מאמעס פארטוך קריזיס.
און די סיבה פארוואס איך זאג דאס איז צוליב די מערערע אפציעס וואס זענען כסדר דא, ווען ס'איז דא נאר איין אדער נאר צוויי אפציעס דאן פארשטייט זיך אז א גאר גרויסער ציבור קען זיך נישט צושטעלן דערצו, למשל לעיקוואוד איז נישט (געווען) געאייגנט פאר א סאטמאר'ן אינגערמאן, קרית יואל איז נישט געאייגנט פאר א וויזניצער אינגערמאן, איין פלאץ איז נישטא פונקט צו קויפן, איין פלאץ איז שווער צו דינגען וכו', אבער יעצט צווישן אלע אפציעס: לעיקוואוד, בלומינגבורג, קרית יואל, בלומינגגראוו והגלילות, מאנסי והגלילות, זשערזי סיטי, קען זיך כמעט יעדער (אויב וויל מען נאר) עפעס טרעפן א פלאץ ווי מ'קען מופן.
און כ'רעד נישט פון דעם וואס האט שוין א דירה, דער האט דאך שוין, און אויב איינער איז גאר א גרויסער עושר דער וועט דאך אויך האבן, כ'רעד פון א דורכשניטליכן פיינעם פארדינער וואס האט פינף קינדער אין זיין חתונה דירה. ער האט באמת נישט קיין תכלית'דיגע שכל'דיגע אפציע אין די שטאט, און ס'וועט בדרך הטבע נישט זיין, דער איינציגער אויסוואל וואס מאכט סענס איז צו מופן (חוץ אין אויסנאמס פעלער כנ"ל, אבער מיר רעדן נישט דערפון) און אסאך טוען טאקע אזוי,! אשרי חלקם
אבער דער כלליות'דיגער אפהאלט פאר די וואס טוען דאס נישט, (אריינגערעכנט אייינער פון מיינע איידימער) איז געווענליך דער #אונטער די מאמעס פארטוך
קאמענטארן זענען וועלקאם!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

נאך א פרט

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך מאי 03, 2017 5:17 pm

און קומט מיר נישט זאגן אז ס'איז דא שוועריקייטן, יעדע פלאץ האט זיך זיינע שוועריקייטן חסרונות, ווייל די שוועריקייט פון דא נישט האבן קיין איין מינוט הרחבת הדעת אין די דירה, צוליב די ענגשאפט, און קיין איין מינוט אין גאס/בית המדרש צוליב די חובות איז דאך אויך געפערליך שרעקליך שווער,
און ס'וואלט געדארפט אונטער נארמאלע אומשטענדן איבערוועגן די שוועריקייטן פון א נייע פלאץ, נאר ס'איז דא עפעס גאר א שטארקע אפהאלט דאס איז געווענליך דער #אונטער די מאמעס פארטוך סינדראם, און נאכאמאל ס'מיינט נישט דוקא די מאמע, ס'מיינט נישט דוקא די פארטוך, אבער א מענטש מוז קענען טון א פעולה וואס איז נישט באקוועם פאר די נאנטע סביבה, פשוט זיך צו שטעלן און שטעלן די דורות אויף די פיס. אנדערש איז נישט אויסצוהאלטן.
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: עניו און 4 געסט