ראספשע האט געשריבן:חדשות האט געשריבן:ביז דערווייל איז נאך נאך נישטא בכלל א נארמאלע אפציע ווי עס איז מעגליך פאר א אינגערמאן צו מופען....
מאנרא- צו דארפיש.
מאנסי-צו פריי. (בכלל איז מאנרא מאנסי כמעט אזוי טייער ווי ווילי כידוע)
סטעטען איילענד-צו בארא פארקיש.
זשערסי סיטי- נישט אינטער קיין קהלה.
בלומינגבורג-צו ווייט.
לעיקוואד - צו נאענט צו די ליטווישע.
בלומינג גראוו- נישט גענוג נאענט צו שול אינדערוואכן.
וואס איז יא א גוטע אפציע? צאלן אין וויליאמסבורג 4000$ פאר א פיר בעדרום דירה צווישן די איידעלע יאפיס....
און לעבן אויף געשנארטע/געבארגטע/גגנבטע געלט, מיט א שטארקע רוחניותדיגע הנהגה אונטער די מאמעס פארטוך.
מה ל....שכן... יוכיח
ומה ל....שכן... יוכיח
הצד השוה שבהן שכן אינם תחת הסינר של האם...
דער ווער ס'צאלט פון טאש ארויס 4000 פאר א פיר בעדרום דירה אין ווילי, וואוינט שוין לאנג נישט דארט.....
עפ"י רוב איז עס דער אכטער וואס צאלט עס ..... [יא יא, דער זעלבער אכטער וואס האט ארויס געפירט די ערשטע תושבים קיין בלומינגבערג....]
סאו, די קשיא איז נישט אזוי גרויס, און דער וויליאמסבורגער איז נישט אזוי משוגע... [איי דו האלסט עם אלס גנב, דאס האט מען דאך נישט דיך נישט געפרעגט....]
כ'מיין אז דו ווייסט עס אליינס, נאר פאר סאם ריזען ווילסטו עס נישט זאגן,
גרינגער צו שרייען אויף א גאנצע שטאט 'עטץ זענטס משוגעים'....
ראה זה מצאתי אין אן אנדערן אשכול, אז דער מצב איז איום ונורא.
--
האבעך מיך יעצט אנגעהערט פון איינעם איבער די גזירות הרענט והדירות אין וומבס"ג וואס האלט שוין לאאאאנג ביי קריזיס שטאפלען
שוין העכסט צייט צו מאכן א ריזיגע 'כינוס'
וואו טויזנטער פארווייטיגטע פארבלוטיגטע טענענטס וועלן אויסשרייען די וויי געשריי
און די הויך געשעצטע דברנים זאלן אויפקלערן דעם ציבור, עפענען די אויגן פאר די וויליאמסבורגע זיצערס, עד מתי???
ווילאנג נאך וועט עטץ שטאפן די אנגעפרעסענע קעשענעס פון די וויליאמסבורגע לענדלארד'ס?
געוואלד פוצט אפ פון דאנעט!!!!!!!!!!!!
וואו?
מ'וועט מאכן א אסיפת הרבנים....
נו אפשר???
---
פססס..
האסטעס זייער שנעל געכאפט!.
אנשטאט מאכן א כינוס אז אין ארץ ישראל זאלן זיך די בחורים נישט שטעלן
זאל מען מאכן א כינוס אין בארקלעיס [אדער אין די ארמארי..] אויפקלערן פאר די וומבס"ג'ע, זיי זאלן ווי פריער אפפוצן פון דאנעט
[כ'שרייב עס אינטערן רושם וואס כ'האב געהערט אויף איינעם נעבעך וואס האט נישט קיין ברויט אויף הויזן א שטוב מיט פראבלעמען, און מאפט יעצט אין א דירה אין ווילי רחמנא ליצלן, [פארן אכטער שטייצעך..] וואס דער צאלט צאם דארט....]