דעת הקהל: וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן? #4

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן?

בלומינגבורג
34
17%
זשערסי סיטי
50
26%
לעיקוואד
24
12%
אלע 3
74
38%
קיין איינס נישט
14
7%
 
סך הכול שטימען: 196

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 3:06 pm

סראלי האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:אויב לעיקוואד קומט דא אריין די שוואכסטע פון די דריי... זאל מיר איינער זאגן און פנים אריין אז דא גייט נישט פאר קיין שפילערייען און אגענדעס... און איך האב נישט וואס צו וואטען דא..


פוטין׳ס ארבעט?

ניין. די נייע שטעטלעך אשכולות זענען פול מיט די וואס שטיפען זיי זאלן זיך אויסארבייטן.. און דערפאר איז מיר א שאד צו וואטען דא...
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 4:38 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אויב לעיקוואד קומט דא אריין די שוואכסטע פון די דריי... זאל מיר איינער זאגן און פנים אריין אז דא גייט נישט פאר קיין שפילערייען און אגענדעס... און איך האב נישט וואס צו וואטען דא..

איך ווייס נישט צו ביסט גערעכט דערמיט, וויבאלד עס וואוינען נאך פאקטיש נישט קיין מענטשן דארט (נייע דעוועלעפמענט)
געט דאס א געוויסע שוואכקייט לגבי דרויסענ'דיגע צוקוקער...
לעצט פאראכטן דורך שכל'דיג אום דאנארשטאג אפריל 27, 2017 4:50 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 4:45 pm

lebediger berel האט געשריבן:
123jerseycity האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
123jerseycity האט געשריבן:פאר מענטשען וואס וואונען יעצט און א סיטי וועט לכאורה זשערסי סיטי זיין די בעסטע, ווייל זיי זוכן סיטי לייוו סטייל, און פאר מענטשען וואס וואונען יעצט און אפסטעט וועט בלומענגראוו זיין די בעסטע.


אסאך סיטי אידן גליכן מער קאנטרי/מאנסי סטיל געגנט
דאס טרעפט מען שטארק אין בלומינג גראוו



עס איז דא מענטשען וואס קומען פון סיטי, און זיי האבן געמיינט אז מאנסי וועט זיין גיט, אבער זיי קענען זיך נישט צוגעוואינען און צוריק גייט אקאזע, זיי זענען דערביטערט פונעם טויש


כ'האב שוין גערעדט מיט אסאך מענטשן וואס האבן געמופט פון סיטי קיין מאנסי, כ'האב שוין געזען פארביטערונג אבער נישט צוליב מ'קען זיך נישט צוגעוואוינען צום כמו קאנטרי לייף אוועק פון סיטילייף.
דריי זאכן האב איך געזען פון מענטשן וואס זאלן וועגן דעם חרטה האבן
1. מוסדות, זייערע קינדער האבן נישט געטראפן מוסדות ווי זיי זאלן זיך גוט אקאמאדירן
2. דזשאבס, מענטשן וואס האבן געמיינט אז זיי וועלן גרינג טרעפן דארט דזשאבס און דערווייל איז נישט געגאנגען אזוי שנעל.
3.טראנספארטעישאן, דאס פארן און קומען צו די ארבעט און אמאל אויך צו עלטערן און שמחות
4. שכנים, אריין געפאלן אין א דעוועלאפמענט אדער בנין וואס די שכנים זענען נישט צום הארצן.

כ'האב אבער נישט געטראפן ({קען זיין ס'איז דא אבער איך האב נישט געטראפן) ווער ס'קען זיך נישט צוגעוואוינען צו קאנטרי לייף פונקט פארקערט מענטשן זאגן מיר אז זיי קוקן צוריק און קענען נישט פארשטיין וויאזוי זיי האבן עס אויסגעהאלטן ביז יעצט.
סא דזשערסי סיטי איי רעספעקטפולי דיסאגרי


בערל איך האב אליין געפראפט דיין פוינט ביסט 100% גערעכט

-שטעל אפ עני איד וואס האט געמאפט פון ווילי צו ק"י אין פרעג אים צו ער בענק זיך צוריק צו סיטי סטייל-

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 7:50 pm

שכל'דיג האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:אויב לעיקוואד קומט דא אריין די שוואכסטע פון די דריי... זאל מיר איינער זאגן און פנים אריין אז דא גייט נישט פאר קיין שפילערייען און אגענדעס... און איך האב נישט וואס צו וואטען דא..

איך ווייס נישט צו ביסט גערעכט דערמיט, וויבאלד עס וואוינען נאך פאקטיש נישט קיין מענטשן דארט (נייע דעוועלעפמענט)
געט דאס א געוויסע שוואכקייט לגבי דרויסענ'דיגע צוקוקער...

אנטשאלדיגט מיר רבי יוד... אבער קענט נישט די פאקטן.. די לעיקוואד נייע דעוועלעפמענט'ס האלטן שוין ב''ה נאכן מצליח זיין... ביג טיים! למשל בעלז האט שוין מאסן יונגעלייט וואס וואוינען שוין דארט. און עמפעריעל האלט שוין נאכן בויען דארט צענדליגע הונדערטע הייזער... מערערע שוין פארקויפט.

#מענטשן חלמ'ען דא..
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 7:55 pm

גאלדענע, האסט א שפיץ
שטאלץ מיט מיין פראופייל..
מערסט אקטיוו אין פארום: היימישע פארברענגן
פארוואס?

בעלבאטיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 9:20 pm

ווי מעהאט שוין ערווענט דא אין אנדערע אשכולות אז דא איז דא א מערהייט פון סאטמארע מעמבערס און גאר אסאך פון קרית יואל גאר

למעשה די שנעלסטע נייע שטעטעל איז סטעטען איילענד מיט 150 תושבים פון וויליאמסבורג און בארא פארק אבער נישט קיין סך פון סאטמאר אבער סאיז דא א שיינע פאר היימישע סאטמארע יונגעלייט איך קען גראדע צוויי, נאר וואס דען סאיז נישט קיין אייוועלט ליפט מענטשן וואס מיינט סאטמאר אדער קרית יואל

איך קען גראדע צוויי יונגעלייט פון ווילימסבורג מחסידי סקווירא וואס האבן געמופט קיין סטעטען איילענד

די זעלבע מיט לעיקוואד

לעיקוואד האבן געמופט צווישן 500 און טויזענט משפחות די לעצטע פאר יאר פון וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי אינקלודעד בעלז שטעטל און נאך

אבער ווייטער סאיז נישט מענטשן פון אייוועלט הערט מען נישט ,ווידער די אייוועלט מעמבערס קענען אבער יא מענטשן וואס גייען מופן אין די נייע סאטמארע דעוואפלעמענט וועגן דעם איז די וויכוח

דאס למשל איז נאך א לעבעדיגע שטארקע משל אז אייוועלט איז זייער נישט במציאות נאר א ווינט וואס שרייבערס דרייען אן

סאיז מסודר סאיז אקעי עס באדערט מיר נישט אבער סתם אויסצוקלארן די טענהעריי

לעיקוואד באקומט צו נאך 500 היימישע חסידישע משפחות די קומענדיגע יאר אינקלודעד די סאטמארע דעוואפלעמענט פאזע איינס

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 10:00 pm

היות די שרייבערס דא זענען רוב פון סאטמאר איז די גאנצע רעדע געווען איבער די סאטמארע חלקה אין לעיקוואוד ואס אויף דעם איז זייער ריכטיג די אנקעטע

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1023
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 10:05 pm

דאס מאכט שוין אביסעל מער סענס.. לענ''ד זאל מען אינגאנצען אויסלאזן לעיקוואד ווען מען מאכט דא אנקעטעס. אנשטאטס קען מען צו לייגען סטעטען איילענד אויב וויל מען.
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 10:08 pm

אדער 'די סאטמארער געגנט אין לעקוואוד'

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 10:08 pm

בעלבאטיש האט געשריבן:ווי מעהאט שוין ערווענט דא אין אנדערע אשכולות אז דא איז דא א מערהייט פון סאטמארע מעמבערס און גאר אסאך פון קרית יואל גאר

למעשה די שנעלסטע נייע שטעטעל איז סטעטען איילענד מיט 150 תושבים פון וויליאמסבורג און בארא פארק אבער נישט קיין סך פון סאטמאר אבער סאיז דא א שיינע פאר היימישע סאטמארע יונגעלייט איך קען גראדע צוויי, נאר וואס דען סאיז נישט קיין אייוועלט ליפט מענטשן וואס מיינט סאטמאר אדער קרית יואל

איך קען גראדע צוויי יונגעלייט פון ווילימסבורג מחסידי סקווירא וואס האבן געמופט קיין סטעטען איילענד

די זעלבע מיט לעיקוואד

לעיקוואד האבן געמופט צווישן 500 און טויזענט משפחות די לעצטע פאר יאר פון וויליאמסבורג, בארא פארק און מאנסי אינקלודעד בעלז שטעטל און נאך

אבער ווייטער סאיז נישט מענטשן פון אייוועלט הערט מען נישט ,ווידער די אייוועלט מעמבערס קענען אבער יא מענטשן וואס גייען מופן אין די נייע סאטמארע דעוואפלעמענט וועגן דעם איז די וויכוח

דאס למשל איז נאך א לעבעדיגע שטארקע משל אז אייוועלט איז זייער נישט במציאות נאר א ווינט וואס שרייבערס דרייען אן

סאיז מסודר סאיז אקעי עס באדערט מיר נישט אבער סתם אויסצוקלארן די טענהעריי

לעיקוואד באקומט צו נאך 500 היימישע חסידישע משפחות די קומענדיגע יאר אינקלודעד די סאטמארע דעוואפלעמענט פאזע איינס

סטעטן איילענד האט דער וואוקס געסטאפט צוליב פארשידענע רייבערייען.

לעיקוואד קען איך פון גאנץ נאנט, איך ווייס נישט פון וואו דו נעמסט דיינע נומערן. רוב חסיד'ישע דעוועלאפמענטס איז פאר אידן וואס האבן שוין געוואוינט דארט. בעלז טאקע נישט, אבער ס'ווייט נישט קיין 500 ביז 1000 משפחות, אפי' אויב דו רעכנסט אריין סתם יונגעלייט וואס מופן קיין לעיקוואוד.

מיט נביאות איבער נעקסטע יאר קען איך מיך נישט דינגען. לא נביא אני ולא בן נביא.

חוץ מזה וואס ווי וואוילע ערווענט איז די רעדע דא דייקא פון די סאטמארע דעוועלאפמענט, וואס כאטש זיי שטייען שוין זייער נאנט צום מופן האט אבער נאך קיינער נישט אריינגעמופט.
כאפצעם האט געשריבן:העלטקעיר איז אין דר'ערד, מענטשן קרעכצן פון די הויעכע פרימיומס, אינשורענס מארקעטס ברעכן אונטער.


מנהלים, ביטע נישט אראפנעמען די חתימה כל זמן מען שטעלט נישט אפ דאס טראללן. אלעס האט א שיעור.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3925
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 10:08 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:אדער 'די סאטמארער געגנט אין לעקוואוד'

ריכטיגער: די צווייטע סאטמארער געגנט אין לעיקוואוד.
אין ברוקהיל איז דא א שיינע צאל סאטמארע משפחות, מיט א סאטמארע בית מדרש'ל, און זיי האלטן אינמיטן בויען א גרויסע סאטמארע ביהמ"ד.
כאפצעם האט געשריבן:העלטקעיר איז אין דר'ערד, מענטשן קרעכצן פון די הויעכע פרימיומס, אינשורענס מארקעטס ברעכן אונטער.


מנהלים, ביטע נישט אראפנעמען די חתימה כל זמן מען שטעלט נישט אפ דאס טראללן. אלעס האט א שיעור.

יאיר גאלד
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 10:46 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:סטעטן איילענד האט דער וואוקס געסטאפט צוליב פארשידענע רייבערייען.

כ'קענס פונדערנאנט, ווייסעך נישט פון וואס דו רעדסט.
ווער מיט וועמען רייבן זיך דארט?

מחנך
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » פרייטאג אפריל 28, 2017 11:08 am

איך האב הנאה ענדליך שוין דא נארמאלער מענטשן וואס דערמאנען סטעטן איילענד, וואס איז די שנעלסטע וואקסענדיגע ישוב!

סטעטן איילענד וואקסט פיין און שיין, רייבערייען איז דא איבעראהל, ס'האלט שוין מער ביי 200 ווי 150, ס'איז א קאמבינעישאן פון סיטי סטייל און סאבארב, און זייער נאנט צו ברוקלין.

אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 402
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 16, 2012 4:24 pm

תגובהדורך אומאפיציעל » פרייטאג אפריל 28, 2017 11:25 am

שלום עליכם מחנך און די אנדערע דא, איר זענט מער פון וועלקאם צו דערציילן דעם עולם וועגן נאך נייע שטעטלעך וואס איז נישט אזוי באקאנט פארן "עולם" דא (נישט אריינגערעכנט די אלע שטומע צוקוקער וואס האבן פלוצלינג געטראפן זייער מויל....)

חוזק אין א זייט געלייגט, איר זענט פונקט אזא חלק פון די אייוועלט מיטגלידער ווי א צווייטער, און פונקט ווי יענער קען רעדן קענט איר אויך רעדן, נאר אזוי ווי איר זיצט שטיל און יענער רעדט, זעהט עס אויס אז "דער עולם" איז כך וכך... אזוי פאסירט אלעמאל, ווער עס מאכט גערודער דער רעפרעזענטירט דעם "דעת הקהל", אפילו עס איז נישט אלעמאל פונקט אזוי

די פראגע איז נאר פארוואס זיצט איר שטיל, ווען איר זאלט זיך אנרופן פריער, וואלט מען יא גערעדט פון די אנדערע שטעטלעך, קוקט וויפיל אידן האבן זיך אנגערופן נאכדעם וואס איינער האט ענדליך געטראפן זיין מויל

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » פרייטאג אפריל 28, 2017 1:35 pm

איך אין אסאך אנדערע האבן געשריבן אין צענדליגע אשכולות וועגן סטעטען איילענד ,און קיינער האט נישט דא עפעס א ספעציעל אינטרעס פון סטעטען איילענד מער פון א צווייטע שטעטל, וועגן סטעטען איילענד איז נישט קיין חסידות אדער א דעוועלאפער,אבער ווען מ'רעדט פון פאקטן דארף עס דערמאנט ווערן און אויך טאקע וועגן צו מאכן דורשטיג אנדערע אז סאיז דא נאך א געגענט פון מסלתה ומשמנה חסידישע יונגעלייט ,באלד 200 משפחות וואס האבן גענומען די וואנדער שטעקן צו פרייהייט

די פוינט איז אז וויבאלד דא איז א ליפט פון סאטמאר איז אפילו מ'דערמאנט סטעטען איילענד וואס באלאנגט אויבן אן און לעיקוואד בכלל נישט ,וועגן הונדערטע חסידישע משפחות האבן געמופט די לעצטע פאר יאר קיין לעיקוואד און סאיז נישט קיין נייע געגענט ווי זשערסי סיטי אדער בלומענבורג אדער סטעטען איילענד ,און די זעלבע מיט בלומינגראוו וואס איז סך הכל נאך גאסן אינדרויסן פון קרית יואל ,אז מעוויל קען מען אויך צו לייגן שכינות יואל משה לעבן קרית יואל צו די ליסט ... ,אבער וויבאלד דא איז נישט דא די לופט פון לעיקוואד אדער סטעטען איילענד, אקאצעפטירן נישט די מענטשהייט דא די שטעטלעך אפילו מאנכע הערן עס נישט אויף דעמאנען

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » פרייטאג אפריל 28, 2017 2:05 pm

וואס איז די פרייז פאר א הויז/דירה אין סטעטן איילענד?
וועלכע סארט הייזער זענען דארט דא?
וויפיל בתי מדרשים איז דארט דא? 150 משפחות איז זייער א סאך.
די קינדער "מוזן" פארן קיין בארא פארק, אדער איז אין פלאן דארט צו עפענען מוסדות. און ווער?
ווער עס ווייסט, ווערט געבעטן ארויסצוהעלפן.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג אפריל 28, 2017 2:12 pm

דשערסי סיטי לדעתי איז מער זאכליך ווי אלע אנדערע,
פשוט פארדעם ווייל יעדער ארבעט פאר "זיך"
נישט איינער ארבעט לטובת הציבור, ווי מ'האט צו וועמען צו האבן טענות,
יעדער וואס קומט וואוינען קיין דשערסי טוט נישט קיין טובה פאר קיינעם, ער קומט נישט וואוינען צו יענעם נאר זיך אליין,
ודו"ק כי עמוק הוא.

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » פרייטאג אפריל 28, 2017 2:15 pm

שאץ מאץ: זייער גוט ארויסגעברענגט.
(פארשטייט זיך אנדערע האבן אנדערע מעלות, פאר יעדן איז גוט עפעס אנדערש).

אגב, איז דא אן אשכול איבער סטעטן איילענד?

moneyMINDED
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » פרייטאג אפריל 28, 2017 2:22 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:דשערסי סיטי לדעתי איז מער זאכליך ווי אלע אנדערע,
פשוט פארדעם ווייל יעדער ארבעט פאר "זיך"
נישט איינער ארבעט לטובת הציבור, ווי מ'האט צו וועמען צו האבן טענות,
יעדער וואס קומט וואוינען קיין דשערסי טוט נישט קיין טובה פאר קיינעם, ער קומט נישט וואוינען צו יענעם נאר זיך אליין,
ודו"ק כי עמוק הוא.


יאפ שטארק גערעכט און אמת ,די מציאות איז די סארט שטעטלעך גייען די בעסטע און באמת די איינציגסטע וועג פון מצליח זיין ,טיפער גערעדט אז ווילאנג די פארלאזט דיך אויף דיין קהלה אדער דעוואלעפער איז א בחינה פון זיין אינטערן פארטוך וואס דאס שטערט די נייע שטעטלעך און מענטשן זענען נישט עכט העפי

משא"כ זשערסי סיטי און סטעטען איילענד און אפילו מאנטיסעלא ווי עס וואינען שוין באלד 20 משפחות ,אן קיין מוסדות ,צוגעשטעלטע שולן ,גראסערי ,מקוה און אנדערע הצטרכותן ,בליען זיי שנעל און שטארק מיט מענטשן מיט געקויפטע הייזער על פי רוב ,איז זיי זענען זעלבסט זיכער אויפן אייגענעם דעת און נישט ווי א קינד הצריך לאמו , איז די סאטמארע דעוואפלעמענט אין לעיקוואד און בלומענבורג וועלן די מענטשן דארט אייביג פארלאנגן און מאנען און נישט זיין צופרידן וועגן על דיזע דעת זענען זיי געגאנגען אהין ,און טאמער עס וועט נישט קלאפן וועלן מענטשן זיך אפהאלטן פון גיין דארט

אבער למעשה די דירות קריזעס אין ניו יארק סיטי ווערט נאר שווערער איז דא פלאץ פאר אלע פיין צו מצליח זיין
לעצט פאראכטן דורך moneyMINDED אום פרייטאג אפריל 28, 2017 2:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

moneyMINDED
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » פרייטאג אפריל 28, 2017 2:30 pm

היסטאריע האט געשריבן:וואס איז די פרייז פאר א הויז/דירה אין סטעטן איילענד?
וועלכע סארט הייזער זענען דארט דא?
וויפיל בתי מדרשים איז דארט דא? 150 משפחות איז זייער א סאך.
די קינדער "מוזן" פארן קיין בארא פארק, אדער איז אין פלאן דארט צו עפענען מוסדות. און ווער?
ווער עס ווייסט, ווערט געבעטן ארויסצוהעלפן.


עס איז וויכטיג צו באטאנען אז דארט איז דא א פרומע ארטאדאקסישע געגענט אלס געווען ,נישט אזוי שטארק און נישט געוואקסן לעצטענס

דארט איז דא עקסטירענדע בתי מדרשים ,מקוואות, רעסטראנטס ,גראסערי און נאך

גראדע האב איך געטראפן אפאר מאדערנע דארט און זיי זענען זייער העפי מיט זייער חסידישע נייע שכינים וועגן זיי האלטן עס גייט אויפבליען די געגענט

למעשה איז שוין דא א בעלזע שטיבעל און א סקווירא שטיבעל דארט און אויך א יונגערמאן וואס האט געמופט פון בארא פארק האט געפענט א שיינע גראסערי לעצטענס דארט און אויך מערערע קלענערע פרויען געשעפטן ווי דריי גודס ,פלעי גרופ ,און נאך ,אין שטוב פון ווי די פרויען קענען ציען אביסעל חיונה

פארשטייט זיך אז מיט די צייט וועט זיין מוסדות , אבער ביזדערווייל פארט מען קיין בארא פארק

זכאי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 254
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 5:00 pm

תגובהדורך זכאי » פרייטאג אפריל 28, 2017 3:08 pm

סטעיטן איילענד זענען די פרייזן מוראדיג ארויף און האלט שוין ביי 800.000 און דעריבער האט זיך די פלייץ דערווייל אפגעשטעלט.
עס איז נישטא געהעריג קיין רעדע פון מוסדות און אויב יא וועט עס זיין א מיקס מוסדות וואס באלאנגט נישט צו קיין ספעציפישע קהילה.
גור איז די איינציגסטע וואס האבן דארט אן אנגעזעהנע מספר.

moneyMINDED
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » פרייטאג אפריל 28, 2017 4:13 pm

פאר 4/500 טויזענט איז דא לרחצה איין פאמיליע הייזער און עס וואקסט בה גאנץ שנעל

אידישע מוח
שר חמישים
תגובות: 80
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » זונטאג אפריל 30, 2017 2:45 am

איז דא אין סטעטען איילענד אסאך פלאץ ווי זיך צי אויסשפרייטען ?

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אפריל 30, 2017 9:14 am

אידישע מוח האט געשריבן:איז דא אין סטעטען איילענד אסאך פלאץ ווי זיך צי אויסשפרייטען ?


פארוואס נישט? מ'קען וואינען פון איין ברעג ביז'ן צווייטן

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג אפריל 30, 2017 10:57 am

מ'קען ממשיך זיין די שמועס דא


http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=98&t=22543


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בילדער און 12 געסט