דעת הקהל: וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן? #4

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן?

בלומינגבורג
34
17%
זשערסי סיטי
50
26%
לעיקוואד
24
12%
אלע 3
74
38%
קיין איינס נישט
14
7%
 
סך הכול שטימען: 196

123jerseycity
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 08, 2017 1:34 pm

תגובהדורך 123jerseycity » מיטוואך אפריל 26, 2017 5:30 pm

רצון טוב האט געשריבן:
123jerseycity האט געשריבן:פאר מענטשען וואס וואונען יעצט און א סיטי וועט לכאורה זשערסי סיטי זיין די בעסטע, ווייל זיי זוכן סיטי לייוו סטייל, און פאר מענטשען וואס וואונען יעצט און אפסטעט וועט בלומענגראוו זיין די בעסטע.


אסאך סיטי אידן גליכן מער קאנטרי/מאנסי סטיל געגנט
דאס טרעפט מען שטארק אין בלומינג גראוו



עס איז דא מענטשען וואס קומען פון סיטי, און זיי האבן געמיינט אז מאנסי וועט זיין גיט, אבער זיי קענען זיך נישט צוגעוואינען און צוריק גייט אקאזע, זיי זענען דערביטערט פונעם טויש

גאלדענע פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מיטוואך אפריל 26, 2017 5:31 pm

אויב לעיקוואד קומט דא אריין די שוואכסטע פון די דריי... זאל מיר איינער זאגן און פנים אריין אז דא גייט נישט פאר קיין שפילערייען און אגענדעס... און איך האב נישט וואס צו וואטען דא..
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3570
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך אפריל 26, 2017 5:48 pm

פאר סאטמארע משפחות וועט לעיקוואד מסתם זיין די שוואכסטע, אבער פאר סתם עמך אידן - פלעינע חסידישע אידן פון באבוב בעלז וויזשניץ גער פאפא קרייזען - קען עס שטארק מצליח זיין
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך אפריל 26, 2017 5:56 pm

123jerseycity האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
123jerseycity האט געשריבן:פאר מענטשען וואס וואונען יעצט און א סיטי וועט לכאורה זשערסי סיטי זיין די בעסטע, ווייל זיי זוכן סיטי לייוו סטייל, און פאר מענטשען וואס וואונען יעצט און אפסטעט וועט בלומענגראוו זיין די בעסטע.



אסאך סיטי אידן גליכן מער קאנטרי/מאנסי סטיל געגנט
דאס טרעפט מען שטארק אין בלומינג גראוו



עס איז דא מענטשען וואס קומען פון סיטי, און זיי האבן געמיינט אז מאנסי וועט זיין גיט,
אבער זיי קענען זיך נישט צוגעוואינען און צוריק גייט אקאזע, זיי זענען דערביטערט פונעם טויש


מאנסי האט א סיבה צוליב די גאר פרייע לופט וואס שטערט פאר אסאך וואס האבן זיך אהינגעצויגען.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אפריל 26, 2017 6:07 pm

123jerseycity האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
123jerseycity האט געשריבן:פאר מענטשען וואס וואונען יעצט און א סיטי וועט לכאורה זשערסי סיטי זיין די בעסטע, ווייל זיי זוכן סיטי לייוו סטייל, און פאר מענטשען וואס וואונען יעצט און אפסטעט וועט בלומענגראוו זיין די בעסטע.


אסאך סיטי אידן גליכן מער קאנטרי/מאנסי סטיל געגנט
דאס טרעפט מען שטארק אין בלומינג גראוו



עס איז דא מענטשען וואס קומען פון סיטי, און זיי האבן געמיינט אז מאנסי וועט זיין גיט, אבער זיי קענען זיך נישט צוגעוואינען און צוריק גייט אקאזע, זיי זענען דערביטערט פונעם טויש


כ'האב שוין גערעדט מיט אסאך מענטשן וואס האבן געמופט פון סיטי קיין מאנסי, כ'האב שוין געזען פארביטערונג אבער נישט צוליב מ'קען זיך נישט צוגעוואוינען צום כמו קאנטרי לייף אוועק פון סיטילייף.
דריי זאכן האב איך געזען פון מענטשן וואס זאלן וועגן דעם חרטה האבן
1. מוסדות, זייערע קינדער האבן נישט געטראפן מוסדות ווי זיי זאלן זיך גוט אקאמאדירן
2. דזשאבס, מענטשן וואס האבן געמיינט אז זיי וועלן גרינג טרעפן דארט דזשאבס און דערווייל איז נישט געגאנגען אזוי שנעל.
3.טראנספארטעישאן, דאס פארן און קומען צו די ארבעט און אמאל אויך צו עלטערן און שמחות
4. שכנים, אריין געפאלן אין א דעוועלאפמענט אדער בנין וואס די שכנים זענען נישט צום הארצן.

כ'האב אבער נישט געטראפן ({קען זיין ס'איז דא אבער איך האב נישט געטראפן) ווער ס'קען זיך נישט צוגעוואוינען צו קאנטרי לייף פונקט פארקערט מענטשן זאגן מיר אז זיי קוקן צוריק און קענען נישט פארשטיין וויאזוי זיי האבן עס אויסגעהאלטן ביז יעצט.
סא דזשערסי סיטי איי רעספעקטפולי דיסאגרי
אז מ'לעבט דערלעבט מען

חדשות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » מיטוואך אפריל 26, 2017 6:10 pm

lebediger berel האט געשריבן:
123jerseycity האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
123jerseycity האט געשריבן:פאר מענטשען וואס וואונען יעצט און א סיטי וועט לכאורה זשערסי סיטי זיין די בעסטע, ווייל זיי זוכן סיטי לייוו סטייל, און פאר מענטשען וואס וואונען יעצט און אפסטעט וועט בלומענגראוו זיין די בעסטע.


אסאך סיטי אידן גליכן מער קאנטרי/מאנסי סטיל געגנט
דאס טרעפט מען שטארק אין בלומינג גראוו



עס איז דא מענטשען וואס קומען פון סיטי, און זיי האבן געמיינט אז מאנסי וועט זיין גיט, אבער זיי קענען זיך נישט צוגעוואינען און צוריק גייט אקאזע, זיי זענען דערביטערט פונעם טויש


כ'האב שוין גערעדט מיט אסאך מענטשן וואס האבן געמופט פון סיטי קיין מאנסי, כ'האב שוין געזען פארביטערונג אבער נישט צוליב מ'קען זיך נישט צוגעוואוינען צום כמו קאנטרי לייף אוועק פון סיטילייף.
דריי זאכן האב איך געזען פון מענטשן וואס זאלן וועגן דעם חרטה האבן
1. מוסדות, זייערע קינדער האבן נישט געטראפן מוסדות ווי זיי זאלן זיך גוט אקאמאדירן
2. דזשאבס, מענטשן וואס האבן געמיינט אז זיי וועלן גרינג טרעפן דארט דזשאבס און דערווייל איז נישט געגאנגען אזוי שנעל.
3.טראנספארטעישאן, דאס פארן און קומען צו די ארבעט און אמאל אויך צו עלטערן און שמחות
4. שכנים, אריין געפאלן אין א דעוועלאפמענט אדער בנין וואס די שכנים זענען נישט צום הארצן.
י

די אלע פיר פראבלעמען זענען (כמעט) נישטא אין זשערסי סיטי.

דו"ק ותשכח.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אפריל 26, 2017 6:16 pm

אמת, ס'האט לעומת זה אנדערע.
דער עולם האט געשטימט מיט די פיס וועלכע פראבלעמען באדערט זיי מער, נאך די הצלחה פון זש. סיטי איז נישטא וואס צו טענה'ן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אפריל 26, 2017 7:48 pm

עס איז דא דריי מעיזשאר פאזעס פון א נייע שטעטל, איינס) שיינע באקוועמע דירות פאר צוגענגליכע פרייזען. צוויי) אלע מענדעטארי פעסילעטיס אז מענטשען זאלען וואוינען באקוועם. דריי) מענטשען - און ווי מער מענטשען אלס א גרעסערע הצלחה.

בלומינגבערג איז שוין גאנץ פיין איינגעארדענט מיט די ערשטע צוויי אבער זיי סטראגלען נאך מיט פוינט דריי און ווי שנעלער זיי גייען האבען מער מענטשען אלס שנעלער וועלן זיי מצליח זיין.

לעיקוואד איז מסודר מיט נאמבער צוויי און זיי זענען אן טרעק מיט נאמבער איינס (לויט זייער לכתחילה׳דיגע פלאן)- מיט נאמבער דריי גייען זיי זיכער מצליח זיין די שאלה איז נאר אויב עס גייט זיין סאטמערע אידען פון וויליאמסבורג אדער גאר א אנדערע קלייענטעל.

זשערסי סיטי איז די גרעסטע חידוש פון אלע נישט נאמבער איינס און נישט נאמבער צוויי אבער זיי זענען היבש שטארק מיט נאמבער דריי - פשוט און פראסט מענטשען מופען אהין און זייערע נאמבערס שטייגען.

מן הסתם גייען אלע מצליח זיין וויאזוי פונקט יעדע איינע גייט זיך אויסשטעלן וועט זיין אינטערסאנט צו זעהן.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך אפריל 26, 2017 8:28 pm

זייער שיין ארויסגעברענגט!
ישראל אשר בך אתפאר

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך אפריל 26, 2017 8:31 pm

בכלל נישט ריכטיג מטעמים

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מיטוואך אפריל 26, 2017 8:40 pm

גליקליכער האט געשריבן:איך האלט אז אלע דריי ארבעטן זיך זייער שיין אויס, יעדע איינע האט זיינע מעלות, מיך האט בלומינגבורג געכאפט די מערסטע, דעריבער האב איך דארט געקויפט, אבער איך סופארט אלע נייע שטעטלעך, און האף אז אלע זאלן זיך גוט אויסארבעטן.

די וואוינסט שוין דארט ?

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך אפריל 26, 2017 8:48 pm

דברים אלו האט געשריבן:בכלל נישט ריכטיג מטעמים


בכלליות איז ער זייער גערעכט אויב קוקט מען אויף די נייע געגנטער מיט אן אויפריכטיגער בליק
ישראל אשר בך אתפאר

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך אפריל 26, 2017 8:58 pm

איך מעג מחולק זיין

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך אפריל 26, 2017 9:03 pm

דברים אלו האט געשריבן:איך מעג מחולק זיין


Sure.
דבר נא
ישראל אשר בך אתפאר

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אפריל 26, 2017 9:16 pm

זיכער קענסטו מחולק זיין, איך כאפ נאר נישט וועלכע פון די זאכען וואס איך האב געשריבען איז א סברה ווייל לדעתי איז אלעס פאקטען.

אדרבה שרייב

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך אפריל 26, 2017 9:22 pm

און זס איז נישט דא שיינע באקוועמע דירות פאר צוגענגליכע פרייזן?

און בלומינגבורג איז דא אלע מענדעטארי פאסיליטיס?

לעיקוואד איז נישט טייערער ווי בלומינגבורג

מטעמים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אפריל 26, 2017 9:25 pm

דברים אלו האט געשריבן:און זס איז נישט דא שיינע באקוועמע דירות פאר צוגענגליכע פרייזן?

און בלומינגבורג איז דא אלע מענדעטארי פאסיליטיס?

לעיקוואד איז נישט טייערער ווי בלומינגבורג

בדרך כלל אין זשערסי סיטי דארפסטו אריינלייגען געלט אין כמעט יעדע הויז אמאל נאר 15,000 און אמאל איבער הינדערט טויזענט- עס איז נישט גרייט מיט א געשמאקע יודישע דירה.

אין בלומינגבערג איז דא אלע פעסילעטיס, האלב זענען שוין אין באניץ און די איבריגע איז עבאוט צו ווערן פארטיג.

איך מיין אז איך האב בכלל נישט געשריבען וועגן פרייזען.

יונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך אפריל 26, 2017 10:40 pm

דברים אלו האט געשריבן:
לעיקוואד איז נישט טייערער ווי בלומינגבורג

ס'איז יא.

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרת אלפים
תגובות: 17604
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 1:13 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אויב לעיקוואד קומט דא אריין די שוואכסטע פון די דריי... זאל מיר איינער זאגן און פנים אריין אז דא גייט נישט פאר קיין שפילערייען און אגענדעס... און איך האב נישט וואס צו וואטען דא..

ווען לעיקוואד וועט מיר באצאלן מיט 4 אויסגעצאלטע הייזער אזוי ווי בלומבערג און דזשערסי סיטי, וועלן זיי אויך געווינען...

דו מוזט מיר זאגן וואס דו נעמסט...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
גיכער
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

תגובהדורך גיכער » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 9:46 am

יונה האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
לעיקוואד איז נישט טייערער ווי בלומינגבורג

ס'איז יא.

סאיז טייערער ווייל סאיז גרעסער, פער סקווער פיס איז עס כמעט די זעלבע

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 9:53 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אויב לעיקוואד קומט דא אריין די שוואכסטע פון די דריי... זאל מיר איינער זאגן און פנים אריין אז דא גייט נישט פאר קיין שפילערייען און אגענדעס... און איך האב נישט וואס צו וואטען דא..

איינער האט דיר געצווינגען צו וואוטן? דו האלסט טאקע אז דער עולם דא ווארט מיט אן איינגעהאלטענע אטעם צו הערן פאר וועם דו האסט געוואוט?

גאלדענע פעדער
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 10:20 am

עס איז נישט רעקאמענדירט צו שרייבן אגרעסיוו אויף א צווייטע ניק

אחראי
מפתחות של זהב
איר שרייבט ממש גאלדענע רייד איך האב יעצט ארויס געפרינט לכבוד שבת אייער ארטיקל אויף תפילה (פון פלוני אין אישי).

אוועטאר
קאמפיוטער עקספערט
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 10:35 am

איך ווייס נישט וואס דיין אישאו איז אבער דו קומסט אריין שלעכט יעדע מאל איינער האלט אנדערש ווי דיך (למשל ביי די נאמען איי וועלט און דא ועוד)
לערען דיך אויס אז עס איז דא אנדערע דיעות ווי דיינס און נישט זיין אזוי עגרעסיוו
.If at first you don’t succeed, call it version 1.0

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 1:33 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:אויב לעיקוואד קומט דא אריין די שוואכסטע פון די דריי... זאל מיר איינער זאגן און פנים אריין אז דא גייט נישט פאר קיין שפילערייען און אגענדעס... און איך האב נישט וואס צו וואטען דא..


פוטין׳ס ארבעט?
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
שלום זכר
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2017 7:03 am
לאקאציע: שחום זכר בונדל

תגובהדורך שלום זכר » דאנארשטאג אפריל 27, 2017 1:41 pm

אגענדע געטריבענע ניקים מעגן דא אריינרעדען?
פון וואו ווייסט מען אז שלום איז א זכר?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: MUTCHE, יונה און 12 געסט