דעת הקהל: וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן? #4

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטן?

בלומינגבורג
36
18%
זשערסי סיטי
50
25%
לעיקוואד
25
13%
אלע 3
75
38%
קיין איינס נישט
14
7%
 
סך הכול שטימען: 200

ווי האלט איך דא
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 26, 2017 4:49 pm

תגובהדורך ווי האלט איך דא » זונטאג אפריל 30, 2017 1:58 pm

געשטימט פאר ז. ס. ווייל עס האט די מעלות א קעגען אנדערע פלעצער
1)עס איז נישט תלוי בדעת אחרים, למשל אויב די קהלה וואס שטופט די נייע ישובים באשליסט איין טאג גענוג געווען, צו ווייל זי האבן א נייע אגענדע, צו ווייל צופיל האבן שוין געמופט, פארלירן די ישוב דעם אונטער האלטער אזוי ווי עס איז שוין געווען בעבר
2) יעדער וואס מופט בלומבערג לעיקוואד מוז באלאנגען אין די קהלה, וואס וועט זיין אויב פאר די חברי קהלה איז דא מערערע אויסוואלען בלייבט פאר יעדע ישוב וויינגער שאנסען ווייל דער ישוב איז לימיטעד צו איין קהלה
3)אחרי ככלות הכל צאלט מען אין ז. ס. די ווייניגסטע אין געלט, עס קען טאקע זיין אז מען באקומט וויינגער אבער במציאות קען זיך די טאש עס ערלויבן

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » זונטאג אפריל 30, 2017 2:54 pm

איך שטים פאר אלע, ווייל אלע האבן מעלות וואס די אנדערע האט נישט..

ווי האלט איך דא, דיין שאצונג איז נישט ריכטיג, למשל לעיקוואוד, איז א גרויסע געסעטלטע שטאט, אפילו קהילה דרייט זיך אוועק בלייבן זיי גארנישט אויפ'ן וואסער.. די זעלבע בלומינגבורג, איינמאל עס וואוינען דארט א צאל מענטשן, זיי האלטן שוין יעצט בערך ביי הונדערט, שטייען זיי אליין, זיי דארפן נישט קיין רוקן ביין, סיי לעיקוואוד סיי בלומינגבורג שטעלן זיך אויף אויפ'ן רוקן פון די גרויסע קהילות, איינמאל עס איז אויף די שינעס פארט עס פון זיך, די דארטיגע קענען עס גרינגער אנפירן..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג אפריל 30, 2017 5:07 pm

ראש העיר האט געשריבן:איך שטים פאר אלע, ווייל אלע האבן מעלות וואס די אנדערע האט נישט..

ווי האלט איך דא, דיין שאצונג איז נישט ריכטיג, למשל לעיקוואוד, איז א גרויסע געסעטלטע שטאט, אפילו קהילה דרייט זיך אוועק בלייבן זיי גארנישט אויפ'ן וואסער.. די זעלבע בלומינגבורג, איינמאל עס וואוינען דארט א צאל מענטשן, זיי האלטן שוין יעצט בערך ביי הונדערט, שטייען זיי אליין, זיי דארפן נישט קיין רוקן ביין, סיי לעיקוואוד סיי בלומינגבורג שטעלן זיך אויף אויפ'ן רוקן פון די גרויסע קהילות, איינמאל עס איז אויף די שינעס פארט עס פון זיך, די דארטיגע קענען עס גרינגער אנפירן..

גערעכט מיט יעדע ווארט

לעיקוואוד איז שוין א פאקט, און בלומינבערג אויך
דזערסי סיטי, קען איך נישט פערזענליך, אבער וויפיל איך הער פון אפאר חברים וואס וואוינען דארט, גייט דאס אויך אויפן וועג צו הצלחה.

בקיצור די אלע נייע ישובים זענען דא אויף צו בלייבן, און נישט אויף צו אויפגעלעזט ווערן.
כשמ"ו כן הוא

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 753
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » זונטאג אפריל 30, 2017 5:18 pm

סאיז אינטערסאנט אז מענטשן וואס האלטן נאכנישט ביים אויפגעבן סיטי לייף ,רעדענדיג דייקא פון מענטשן וואס צאלן הויעך רענט מיטן אכטער אדער אן אדער וואס וואינען אין לעכער , האלטן זיי זיך ביי זייערס אז די אלע שטעטלעך גייען נאך אינטערגיין , מענטשן לעבן אזוי אין דענייעל אז סאיז ממש א פחד , די זעלבע מענטשן האבן מיר געזאגט אז איינמאל די ישובים האבן 100 משפחות איז עס א פאקט ,זאגן יעצט נאא

איך האב זיי געזאגט געב מיר אפאר יאר און איך וועל זען ווער עס לאכט צום לעצט

דאס איז זיכער אז אלעס איז צום בלייבן ,די שאלה ווי שנעל עס וועט בליען

מיינע צוויי צענט אז די אלע שטעטלעך זאלן אנפאנגען בויען הונדערטער הייזער אויפאמאל , דאס איז זיכער אז איינמאל די שטעטלעך האבן 2/300 משפחות גייען זיך דאפלען די נומבערס מוראדיג שנעל

אז חבלי לידה אחז דורך מיט 100 משפחות דארפן די אלע שטעטלעך ארבעטען מיט קאפ און מוח עס צו מאכן פאר 300 שנעל

דער רב
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:28 pm

תגובהדורך דער רב » מאנטאג מאי 01, 2017 5:04 pm

שכל'דיג האט געשריבן:
lebediger berel האט געשריבן:
123jerseycity האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
123jerseycity האט געשריבן:פאר מענטשען וואס וואונען יעצט און א סיטי וועט לכאורה זשערסי סיטי זיין די בעסטע, ווייל זיי זוכן סיטי לייוו סטייל, און פאר מענטשען וואס וואונען יעצט און אפסטעט וועט בלומענגראוו זיין די בעסטע.


אסאך סיטי אידן גליכן מער קאנטרי/מאנסי סטיל געגנט
דאס טרעפט מען שטארק אין בלומינג גראוו



עס איז דא מענטשען וואס קומען פון סיטי, און זיי האבן געמיינט אז מאנסי וועט זיין גיט, אבער זיי קענען זיך נישט צוגעוואינען און צוריק גייט אקאזע, זיי זענען דערביטערט פונעם טויש


כ'האב שוין גערעדט מיט אסאך מענטשן וואס האבן געמופט פון סיטי קיין מאנסי, כ'האב שוין געזען פארביטערונג אבער נישט צוליב מ'קען זיך נישט צוגעוואוינען צום כמו קאנטרי לייף אוועק פון סיטילייף.
דריי זאכן האב איך געזען פון מענטשן וואס זאלן וועגן דעם חרטה האבן
1. מוסדות, זייערע קינדער האבן נישט געטראפן מוסדות ווי זיי זאלן זיך גוט אקאמאדירן
2. דזשאבס, מענטשן וואס האבן געמיינט אז זיי וועלן גרינג טרעפן דארט דזשאבס און דערווייל איז נישט געגאנגען אזוי שנעל.
3.טראנספארטעישאן, דאס פארן און קומען צו די ארבעט און אמאל אויך צו עלטערן און שמחות
4. שכנים, אריין געפאלן אין א דעוועלאפמענט אדער בנין וואס די שכנים זענען נישט צום הארצן.

כ'האב אבער נישט געטראפן ({קען זיין ס'איז דא אבער איך האב נישט געטראפן) ווער ס'קען זיך נישט צוגעוואוינען צו קאנטרי לייף פונקט פארקערט מענטשן זאגן מיר אז זיי קוקן צוריק און קענען נישט פארשטיין וויאזוי זיי האבן עס אויסגעהאלטן ביז יעצט.
סא דזשערסי סיטי איי רעספעקטפולי דיסאגרי


בערל איך האב אליין געפראפט דיין פוינט ביסט 100% גערעכט

-שטעל אפ עני איד וואס האט געמאפט פון ווילי צו ק"י אין פרעג אים צו ער בענק זיך צוריק צו סיטי סטייל-

זייט מיר מוחל, זייער אסאך אינגעלייט וואס האבן חתונה קיין מאנסי בענקען זיך שטארק נאך די שטאט. אפילו די וואס נישט, זענען דא היפש וואס זענען מודה אז סיטי האט צו זיך אסאך מעלות. בקיצור ווי די חז"ל זאגן אין מס' כתובות, ביידע האבן מעלוצת.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מאנטאג מאי 01, 2017 5:08 pm

צו אינגעלייט וואס האבן חתונה געהאט און וואוינען היינט אין א אנדערע שטאט ווי די עלטערן האב איך נישט גערעדט, איך בין פון עלעטערן דור
אבער צו אידן ווואס האבן אליין געמופט האב איך אסאך גערעדט און אויסגעפרעגט ווייל דער נושא איז קרוב ללבי און ברענט מיר שוין פאר יארן.
איך האב געטראפן די רעזולטאטן וואס איך האב געשריבן
וועגן מעלות און חסרונות אודאי איז אזוי, קודם ברענגסטו דאך א גמרא, און דערנאך וואס קען מען טון, דער חסרון פון נישט טרעפן א דירה אדער נישט עפארדן א דירה איז דער גרעסטער חסרון פון אלעם
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7561
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » מאנטאג מאי 01, 2017 5:30 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:דשערסי סיטי לדעתי איז מער [פאר] זאכליך ווי אלע אנדערע,
פשוט ווייל ...


האבן מיר א בפירושע שטיקל שאץ מאץ אז דזשערסי סיטי איז פאר זאכליך...
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

גליקליכער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 2:02 pm
לאקאציע: עיר התורה והחסידות בלומינגבורג

תגובהדורך גליקליכער » דאנארשטאג מאי 04, 2017 10:36 am

זעה איך אצינד אין די בלומינבורג פלאטפארם, אז ס'איז דא אין בלומינגבורג יעדן טאג 5 מנינים מנחה און 4 מנינים מעריב, איך מיין אז שחרית איז אויך דא 5 מנינים יעדן טאג, איך מיין דאס רעדט וואליומס!
געמאכט די החלטה, און ענדליך "ארויס פון די באקס"!

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג מאי 12, 2017 11:35 am

בלומינג גראוו 103!!!
בלומינגבורג 90
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (90.78 KiB) געזעהן 2188 מאל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24738
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 12, 2017 11:53 am

WOW these numbers and figures speaks volumes about the future of Orange and Sullivan County

אוועטאר
פאפקארן
שר מאה
תגובות: 124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 25, 2011 4:00 pm

תגובהדורך פאפקארן » פרייטאג מאי 12, 2017 11:57 am

געפעלט מיר -ארויסגעקומען פון ניו יארק!!- און געגאנגען ווי?

ווי א א"י יוד זאגט,, איר פארט קיין אמעריקע? כוויל מיטשיקן א פעקל..........

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2186
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » פרייטאג מאי 12, 2017 12:08 pm

פאפקארן האט געשריבן:געפעלט מיר -ארויסגעקומען פון ניו יארק!!- און געגאנגען ווי?

ווי א א"י יוד זאגט,, איר פארט קיין אמעריקע? כוויל מיטשיקן א פעקל..........


למען תדע אז ניו יוארק "סיטי" ווערט אויך אנגערופן פלעין ניו יארק.
ווען דו פארסט ארויס אויפן 17 אין מאנטיסעלא ניו יארק וועסטו זען א סיין NEW YORK 89 אז דו דארפסט נאך פארן 89 מיייל אנצוקומען קיין ניו יארק, וויאזוי האט יו"ט ערליך געזונגען אינעם קרית יואל ליד, ווילסטו זען א שיכור מוזטו פארן קיין ניו יארק!
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 838
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » פרייטאג מאי 12, 2017 12:23 pm

מיין קליינע הערה... אינגעלייט וואס האבן "חתונה געהאט קיין מאנסי", עפ"י רוב זענען דאך דאס פון עלטערן וואס זענען שוין געסעטעלט אין וויל-יאמס-בורג (אדער בארא פארק). צו אין די פראזשעקטס, צו אין בעדפארד גארדענס, צו פשוט אן אייגען פרייוואטע שיין הויז, צו א קאנדא אין ליע גארדענס וכדומה. נו... די אינגערמאן איז געוועהן געוואינט צו זיין מקווה, זיין ביהמ"ד, זיין גראסערי אין די מאמעס פארטוך. עס איז א ריזיגע טויש וואס מען דארף זיך צוגעוואינען. נאך דערצי אויב די שוויגער קאכט פיש אנדערש ווי די מאמע.

אבער... אויב רעדט מען פון אינגלייט וואס האבן געוואינט אין לעכער, רובם ככולם קענען נישט פארשטיין וויאזוי זיי האבן געקענט וואינען אין שטאט.

יא, עס איז דא אויסנאמס. לייק עווריטינג עלס אין לייף.

און יא, זאבס איז שווערער. פארן איעדן טאג צירוק צום ארבייט איז שווער. און אויך, עס איז זייער שווער מיט מוסדות. עס איז אן אישו.

אבער איך האלט אז די מעלות פון א out of town community זענען פיהל מער ווי די חסרונות. הלוואי זאלען "אלע" זיך אויסארבייטען. מאנסי אין מאנרוי זענען שוין ביידע פיהל. הלוואי והלוואי זאל מען שוין קליעג ווערען אז מען דארף נישט אייביג זיין פון די "צווייטע פינעף הונדערעט". אין די אלטע היים האט מען געוואינט זייער אויסגעשפרייט. עס איז געווען "הונדערטער" אידישע קהילות, שטעטליך מיט אלע באדערפינישן ווי א רב, שוחט, חברה קדישא וכדומה. אלע שטעטליך בדרך כלל זענען געוועהן אונטער געווארפן צו די regional גרעסעע בית דין. א שטייגער ווי די דעברעצינער קהלה האט געהאט שליטה אויף די גאנצע "גלילות".

יעצט שטעלט אייך פאר ווען צווישען מאנסי און מאנרוי איז דא כאטשיק 20 קליינע קהילות! עס איז דא ווי זיך אויסברייטן אויף אלע זייטן! למשל: העווערסרוי נ.י. איז פופצען מינוט פון מאנסי און מען קען קויפן הייזער כמעט אומזיסט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג מאי 12, 2017 12:26 pm

מיללער האט געשריבן:WOW these numbers and figures speaks volumes about the future of Orange and Sullivan County


מיט די נאמערן מיין איך אז עס איז שוין ארויס פין יעדע ספק ספיקא צי זאכן האבן זיך אנגעהויבן צי פארן מיט א שנעלער טעמפא.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג מאי 14, 2017 7:02 pm

אינטרעסאנט, עס איז שוין אריבער 16 חדשים זייט די ערשטע אנקעטע, יעדער שטעטל האט שוין געהאט זיינע עליות וירידות, אבער די אנקעטע רעזולטאטען זענען כמעט די זעלבע. גיט אליינס א קוק

ווינטער ע"ו ריזאלטס
בלומינגבערג
17%
זשערזי סיטי
30%
לעיקוואד
14%
אלע דריי
35%
קיין איינס נישט
5%

זומער ע"ז ריזאלטס
בלומינגבערג
17%
זשערסי סיטי
26%
לעיקוואד
12%
אלע 3
37%
קיין איינס נישט
7%

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1644
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג מאי 14, 2017 7:13 pm

לעיקוואד און דזשערזי סיטי זענען געפאלן
א גרעסערע פראצענט האט אויפגעגעבן, קוקט אויס די וואס זענען אוועק פון דזשערזי סיטי און לעיקוואד האבן אויפגעגעבן אויף אלע שטעטלעך

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג מאי 14, 2017 7:23 pm

רצון טוב האט געשריבן:לעיקוואד און דזשערזי סיטי זענען געפאלן
א גרעסערע פראצענט האט אויפגעגעבן, קוקט אויס די וואס זענען אוועק פון דזשערזי סיטי און לעיקוואד האבן אויפגעגעבן אויף אלע שטעטלעך

עס איז אבער אויך פונקט אזוי דא א אויפשטייג פון די פראצענט וואס זאגן אז אלע 3 וועלן מצליח זיין.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5128
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג מאי 14, 2017 7:38 pm

אינמיטן איז יא גווען דראסטישע שינוים.

דאס איז פון אנקעטע #2. ווען בלומינגבורג איז איבערגעשטיגן זשערסי סיטי.

לעיקוואד
13%
בלומינגבורג
26%
זשערסי סיטי
21%
סטעטן איילענד
3%
אלע פיר
35%
קיין איינס נישט
2%

דריידל
שר האלף
תגובות: 1668
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג מאי 14, 2017 10:45 pm

איך בין געווען פאריגע וואך אין ז. ס. נאכ'ן נישט זיין דארט איבער א יאר און ס'איז נישט צום גלייבן וואס מ'זעהט. איך בין געפארן שטייט אויף די גאסן און געקוועלט פון יעדע מזוזה וואס כ'האב געזעהן אויף א טיר. אויף עטליכע פארטשעס פארענט פון די הייזער האב איך אפילו געזעהן אונזער אלעמען באקאנטע באגעבו און טווין קעריזשעס. ס'איז געווען אין די צופרי שעה'ן נאך פאר די קינדער גייען אין חדר אבער כ'האב געזעהן יונגעלייט קומען און גיין פון/צום שול.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט