נייער ישוב מיט איבער פינעוו הינדערט רענטעל טאון האומס

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

blue moon
שר מאה
תגובות: 116
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

נייער ישוב מיט איבער פינעוו הינדערט רענטעל טאון האומס

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 2:45 pm

אני הקטן בין פאר מישט אין א ריזזיגער דעוועלאפמענט וואס איז אנדערוועי.
מען גייט זיך היצט נעמען בויען בע' פינעוו הינדערט דירות -נייע טאון האומס- יעדע האוז איז צווישען 1000 אין 2200 סק. פיס.
אלעס גייט פאר רענטעלס מיט אפשען טו ביי נאך פינעוו יאר.
די חברה זענען שאוועל רעדי פאר איבער א מילליאן סק. פיס רעזידענשעל- אין 400 טויזענט קאמערשעל.
די קאמערשעל נעמט אריין פעסיליטיס וואס גענוצט ווערען פאר חדר, סקול, ישיבה, שאפינג סענטער, ביהמ"ד, עמעזאן ווערהאוז. אד"ג.
אלע קאמערשעל פעסיליטיס ווערן צוגעשטעלט ביי די דיוועלאפערס.
די רענט פרייז אינקלאד אלע יוטיליטיס
רענט פרייז קוקט אויס צו זיין בערך 750 פאר צוויי בעדרום, 1000 פאר דריי בעדרום, 1250 פאר פיר בעדרום. פלאס בעיסמענט- בוידעם - גראונדס. אאזו"ו.
די דעוועלאפער אונעען דארט נאך לאנד. אז עס איז דא דארט פלאטץ צו עקספענדן פאר איבער זעקס מאל אזויפילל.
די דיוועלעפערס האבען עקספיריענס אין די ליין, זיי האבען שוין אהער געשטעלט איטליכע פון די סארט פראעיקטען, מיט סוקסעס.

(חלק שמונה וועלקאם)

די שאלה בלייבט דא אויב דער היימישער ציבור וואלט זיך צוגעכאפט צו אזא ישוב? די געגענט איז בערך 3 אין אהאלב שעה פין ווילי. צוויי אין אהאלב שעה פון קר"י.

מיט אפאר קליינע שיניום אויף די פלענס קען אלעס ווערען אידיש, איז דאס אינטערסאנט?

אוועטאר
קיטשי
שר חמש מאות
תגובות: 542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 07, 2011 10:14 am
לאקאציע: אויף דער וועלט - ווילאנג איך האב וואס מתקן צו זיין

תגובהדורך קיטשי » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 2:59 pm

I'm in
אדער קיינמאל אדער גארנישט!

אפענע וועלט
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 3:09 pm

לכבוד ר' בלוי מאאן
אזוי ווי די שרייבסט אז די ביזט אליין אינוואלווד נעם איך מיך די מיה פון ואתה תחזה און איך וועל די געבן אן עצה דאס זאל ארבעטן פאר אידן און די דעוועלאפערס זאלן ארויסגיין מיט ריווח

גיי אריבער צו 10 -20 אנערקענטע רבנים וואס האבן גרויסע קהלות מיט אסאך מענטשן
אפפער פאר דעם רב א דיעל ( מיר האבן אים דאך אין ווייסן הויז) איך שטעל דיר צו א פארטיגע שול מיט א מקוה פאר דיין קהלה, א פארטיגע פרייווועט דירה (ווילא) אויך פאר די קינדער (די רעביצין זאל זיין העפפי) און די ברענג מיר 300-200 אידן צו וואוינען דא.
דער דיעל זאל זיין גע'חתמ'עט לעגאל און תורה'דיג מיט א דעדליין.
דער רב/רבי וועט קענען וואוינען בקביעות אדער שבתים אדער זומער, ער וועט פיעלן ווי ער האט א מלוכה, און אלע וואס קומען זיך דורכרעדן מיט אים וועגן א דירה, אדער אלע נייע אינגעלייט (נישט שנה ראשונה) וועט ער שיקן אהין, עס וועט זיין אינטער זיין קאנטראל, עס וועט אפילו ווערן קאמפעטישאן וועלעכע מלוכה האט שוין מער איינוואוינער, און אין נא טיים וועסטו אנפילן א יושב.

זבחי צדק
שר חמש מאות
תגובות: 931
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 3:13 pm

העי, קום צו מיר, כ'בין גרייט צו זיין רב\רבי וואס דו ווילסט נאר
שטעל מיר נאר צו א דירה מלוכה, מיט 300 צו 400 חסידים ....

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 3:35 pm

הרב בלוי אז דו וועסט מיך בעטן וועל איך שפעטער אראפ נעמען די תגובה
קודם: חזק ואמץ פרוביר צו טון וואס דו קענסט צו העלפן אידן, ווער וווייסט?
למעשה, די ווייטקייט, מסתמא איז דארט אויך זייער קאלט ווינטער, איז נאך עניטיים אזא חסרון ווי די חסרונות פון דזשוירזי סיטי, וואס איז א שפאן פון מאנהעטן, און די פרייזן כמעט נישט ביליגער ווי יעזורו, איך קען נישט גלייבן אז איינער וועט גיין פאר 700 דאלער אין נא מענס לענד ווען ער קען גיין פאר 800 אין דזשוירזי סיטי, איין טריפ א האלב יאר מיט א טעקסי האט געמאכט די גאנצע דיפערענץ,
איך זע באמת נישט די מעלה כמות שהוא, אדרבה קען זיין קענסט עפעס אויפקןמען
אז מ'לעבט דערלעבט מען

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 881
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 4:33 pm

קרית הרחבת הדעת ?

אוועטאר
שמואל שמעלקא
שר מאה
תגובות: 132
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 02, 2016 9:37 am

תגובהדורך שמואל שמעלקא » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 4:43 pm

מיי אפיניען צי סאך רענט פאר צוויי דריי שעה ווייט

אוועטאר
אלט מאנרא
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 5:14 pm

blue moon האט געשריבן:אני הקטן בין פאר מישט אין א ריזזיגער דעוועלאפמענט וואס איז אנדערוועי.
מען גייט זיך היצט נעמען בויען בע' פינעוו הינדערט דירות -נייע טאון האומס- יעדע האוז איז צווישען 1000 אין 2200 סק. פיס.
אלעס גייט פאר רענטעלס מיט אפשען טו ביי נאך פינעוו יאר.
די חברה זענען שאוועל רעדי פאר איבער א מילליאן סק. פיס רעזידענשעל- אין 400 טויזענט קאמערשעל.
די קאמערשעל נעמט אריין פעסיליטיס וואס גענוצט ווערען פאר חדר, סקול, ישיבה, שאפינג סענטער, ביהמ"ד, עמעזאן ווערהאוז. אד"ג.
אלע קאמערשעל פעסיליטיס ווערן צוגעשטעלט ביי די דיוועלאפערס.
די רענט פרייז אינקלאד אלע יוטיליטיס
רענט פרייז קוקט אויס צו זיין בערך 750 פאר צוויי בעדרום, 1000 פאר דריי בעדרום, 1250 פאר פיר בעדרום. פלאס בעיסמענט- בוידעם - גראונדס. אאזו"ו.
די דעוועלאפער אונעען דארט נאך לאנד. אז עס איז דא דארט פלאטץ צו עקספענדן פאר איבער זעקס מאל אזויפילל.
די דיוועלעפערס האבען עקספיריענס אין די ליין, זיי האבען שוין אהער געשטעלט איטליכע פון די סארט פראעיקטען, מיט סוקסעס.

(חלק שמונה וועלקאם)

די שאלה בלייבט דא אויב דער היימישער ציבור וואלט זיך צוגעכאפט צו אזא ישוב? די געגענט איז בערך 3 אין אהאלב שעה פין ווילי. צוויי אין אהאלב שעה פון קר"י.

מיט אפאר קליינע שיניום אויף די פלענס קען אלעס ווערען אידיש, איז דאס אינטערסאנט?


פלענער פאַר פאָרגעשלאָ גענעם "טראַנזיט ווילעדזש" נעבן הערימען באַן–סטאַ נציע עס הערט זיך עפעס ווי דעם, ניין?! חוץ וואס די שרייבסט אז עס איז צוויי אין אהאלב שעה פון קר"י
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 5:18 pm

מי אני ארייצורעדן.

אבער... עס איז לא יאומן צו נארישקיין פון זיין צו ווייט. דזערסי סיטי איז א גוטע זאך. זייער א גיטע זאך. זאלן זיי מצליח זיין.

אבער ווי קען מען פארגלייכן א נייע ישוב געבויעט פריש מיט הרחבות הדעות צו א געטא.

אינגעלייט, בעלי בתים, וועקט אייך אויף! מיהר האבן א זעלבס געקרוינטער דירות קריזית. לדוגמא: אין Rochester איז דא הייזער אויף גרויס שטיק לאנד פאר אינטער 200 אלפים! עס איז דא א ספרדישע און אשכנז קהלות, שולען, אלע גוטע זאכן. אבער עס איז צו ווייט!
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 5:26 pm

Kosher Travel האט געשריבן:מי אני ארייצורעדן.

אבער... עס איז לא יאומן צו נארישקיין פון זיין צו ווייט. דזערסי סיטי איז א גוטע זאך. זייער א גיטע זאך. זאלן זיי מצליח זיין.

אבער ווי קען מען פארגלייכן א נייע ישוב געבויעט פריש מיט הרחבות הדעות צו א געטא.

אינגעלייט, בעלי בתים, וועקט אייך אויף! מיהר האבן א זעלבס געקרוינטער דירות קריזית. לדוגמא: אין Rochester איז דא הייזער אויף גרויס שטיק לאנד פאר אינטער 200 אלפים! עס איז דא א ספרדישע און אשכנז קהלות, שולען, אלע גוטע זאכן. אבער עס איז צו ווייט!


דער מציאות איז אז דער עולם איז נישט צוגעוואוינט צום לעבן אין א מדבר, מען איז צוגעוואוינט צו לעבן אין א געטא, דאס אז מען זאל זיך אויפוועקן און טוישן איז זייער א גוטער געדאנק, אבער דער אינגערמאן פרעגט וואס די שאנסן זענען, איז דער ענטפער אז אויב איז ער כמעט די זעלבע פרייז ווי דזשערסי סיטי זע איך נישט איצט קיין קליענטעל פאר א פלאץ דריי א האלב שעה אוועק פון וויליאמסבורג (בד"וו) עס קען גאנץ מעגליך זיין ער רעדט אין די געגנט פון ראטשעסטער לויט די דעסקריפציע צוויי א האלב שעה פון קר"י דריי א האלב שעה פון ווילי
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 5:32 pm

לאלתר לחיים האט געשריבן:קרית הרחבת הדעת ?

הרחבת הדעת איז געווען געפלאנט ווייניגער ווי איין שעה פון קרית יואל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 5:43 pm

לוינט זיך שוין ענדערש צו מופן קיין מאנטריאל אדער קרית טאהש, וואו דו האסט אלעס, און ס'יז דא דירות לרוב, און מען קען קומען און גיין מיטן פליגער [נעמט אויך דריי שעה]

היסטאריע
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 10, 2015 5:03 pm

תגובהדורך היסטאריע » דאנארשטאג ינואר 26, 2017 5:52 pm

איך פארשטיי זייער גוט די מיינונג פון רוב מגיבים, אז דער פלאץ איז צו ווייט פון די ביז איצטיגע אידישע שטעט.
דער המון עם האט שוין טאקע מער ווייניגער פארדייט דעם געדאנק אז מען דארף ארויסמופן פון שטאט, אבער זענען נאכנישט גרייט פאר אזא ווייטע שפרינג.
אבער עס איז זיכער דא א מיעוט המצוי וואס פאר'ן ריכטיגן פרייז וואלטן זיין געגאנגען אפילו ביז קיין ראטשעסטער. אבער דער פרייז וואס איז דא פארגעלייגט געווארן, איז נישט גענוג ביליג אז עס זאל אים "צווינגען" אהין צו גיין.
למעשה, עס קען מצליח זיין, אבער זייער א לאנגער וועג.
איין עצה וואס איך קלער קען יא שטארק צו העלפן:
אויב קען מען דארט צושטעלן א פירמע אזוי ווי BH, אדער דאס גלייכן, אז דער יונגערמאן וואס ציעט זיך אהין האט סיי א גוטע רענט, און סיי א גוטע פרנסה, קען דאס ציען פיל יונגע יונגעלייט, וואס דראפן זיך אויף די גראדע ווענט, און קענען דארט אויפגעראכטן ווערן.

[פארשטייט זיך, אז א כולל קען אויך צו העלפן, ביליגע שכר לימוד א.ד.ג אבער בעיקר: פרנסות].
אויך דארפן שטיין דערונטער באזעסענע אנארקענטע ערליכע בעלי בתים. רבנים וועלן סיי ווי נאכקומען.

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג ינואר 29, 2017 6:41 pm

עס איז דא א פרומע ארגאנאציע וואס העלפט מופן קיין Rochester. נישט היימיש חסידיש.

http://www.torahrochester.com/
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~

Greater Monsey, NY Jewish and Kosher Directory
Minyan | Kosher Restaurants | Supermarkets | Retail Shopping
http://www.monseyguide.com

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4698
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג מארטש 27, 2017 10:26 pm

איז עס ביליגער ווי בלומינגבורג?


(ווי דזשערסי זיכער נישט)

Jobless
שר חמישים ומאתים
תגובות: 404
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 7:09 pm

תגובהדורך Jobless » דינסטאג מארטש 28, 2017 12:03 am

Time will tell

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » דינסטאג מארטש 28, 2017 1:12 am

למעשה איז דא עפעס אפדעיטס מיט דעם פראיעקט?

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מארטש 28, 2017 9:48 am

Kosher Travel האט געשריבן:מי אני ארייצורעדן.

אבער... עס איז לא יאומן צו נארישקיין פון זיין צו ווייט. דזערסי סיטי איז א גוטע זאך. זייער א גיטע זאך. זאלן זיי מצליח זיין.

אבער ווי קען מען פארגלייכן א נייע ישוב געבויעט פריש מיט הרחבות הדעות צו א געטא.



איך פארשטיי אז זשערסי סיטי איז נישט קיין נייע ישוב און ס'נישטא די רחבות פון אפסטעיט אבער דאס וואס די ריפסט עס 'געטא' איז טאטאל נישט צום זאך. סקווער אדער ק"י שפיגעלט סאך ענדערש אפ די אמאליגע געטא זייענדיג א פארמאכט פלאץ אפגעזינדערט פון די אלגעמיינע גאס און די נייע דעוועלאפמענט פון וואס מ'רעדט דא וועט לכאורה זיין ענדליך.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כאפצעם און 7 געסט