חסידישע ישוב אין וואדרידזש נ"י

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

חנוכה
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 16, 2015 8:49 pm

חסידישע ישוב אין וואדרידזש נ"י

תגובהדורך חנוכה » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 12:41 pm

א גיטן חנוכה די אידישע וועלט

ברוך שהחיינו וקימנו והגיעני לזמן הזה
אויפן ישוב פין חסידישע אידן אין שטאט וואדרידזש אין אפסטעיט נ"י
ווי עס וואוינען שוין דארטן 7 ערליכע משפחות
עס איז דא דארטן 2 שולען די שטאטישע שול, אין קהל יראים (ר' יצחק לעבאוויטש) אפען טעגליך
מקוה, פין קהל יראים אפען יעדן טאג
גראסערי, BY RITE מיט אלע כשערע פראדוקטען אפען טעגליך פין 9:00 אינדערפרי
מוסדות שיקט מען דערווייל קיין וויזניץ מען קען אויך שיקן קיין בלומיגבורג (15 מינוט פין וויזניץ 20 מינוט פין בלומיגבורג)
כאפץ אראן ווילאנג די דירות זענען נאך ביליג דראטן
לעצט פאראכטן דורך חנוכה אום דינסטאג ינואר 03, 2017 7:55 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שמו
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 12:43 pm

מער פרטים
אדער פרייזן


אגב ישוב און נישט יושב
כשמ"ו כן הוא

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 1:33 pm

כמדומה לי אז דאס גייט שוין אן איבער א יאר. ווי כ'האב געהערט איז תשע"ו געווען מנין יעדן טאג אין קהל יראים.

אגב, טאבאק האט אויך מנין כמעט יעדן שבת

חרוזים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 02, 2014 6:32 pm

תגובהדורך חרוזים » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 2:51 pm

ביי טאבאק איז דא דירות צו קויפן?
פאר מער אינפארמאציע ravlehoishia.org

דריידל
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג דעצמבער 27, 2016 9:37 am

ניין, ער פארדינגט דירות (באנגעלאס) פאר שבתים

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג ינואר 01, 2017 11:29 am

פרייליכע נייעס

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1374
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג ינואר 01, 2017 12:56 pm

מען קען האבן פאר אינטער 200 טויזענט א שיינע דירה ?

שטייגן
שר העשר
תגובות: 13
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 05, 2012 1:14 pm

תגובהדורך שטייגן » זונטאג ינואר 01, 2017 7:30 pm

great news from next week it will be daily transportation from woodridge to gibers- visnitz talmid torah ! for more info contact me private sorry for my english

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » זונטאג ינואר 01, 2017 8:39 pm

שוואכע ישוב... יעדע יאר טוישן זיך די 6-7 אינגעלייטלעך וואס האבן דארט באקומען....(..), מען קען קיין גרויסע ישוב נישט ערווארטן דארט, וואס יא שבתים און ימים טובים איז געפאקט... ווארשיינדלעך ציליעב די פילע אידישע ווינטערייזד הייזער און די סטייל פון ארויספארן שבתים צו די בערג...

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג ינואר 01, 2017 9:11 pm

אי-רעלעווענט האט געשריבן:שוואכע ישוב... יעדע יאר טוישן זיך די 6-7 אינגעלייטלעך וואס האבן דארט באקומען....(..), מען קען קיין גרויסע ישוב נישט ערווארטן דארט, וואס יא שבתים און ימים טובים איז געפאקט... ווארשיינדלעך ציליעב די פילע אידישע ווינטערייזד הייזער און די סטייל פון ארויספארן שבתים צו די בערג...


עס קען זיך בע"ה פיין אויסארבייטען. מיט די יעצטיגע שטאטישע פרייזן און אויסערגעווענדליכע דירות מאנגעל, טראכט א אינגערמאן גוט איבער אויב עס לוינט זיך צוריקצומאפען קיין ברוקלין.
געב א קוק אויף מאנטיסעלא ווי עס בויט זיך א שיין ישוב און אסאך אינגעלייט האלטען שוין לאנג נאך די יאר און קלערן בכלל נישט פון צוריק גיין צו די סיטי.

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » זונטאג ינואר 01, 2017 9:17 pm

לעומת זה ווייסעך פון צענדליגע וואס האבן געוואנט אין וואדריטש און אפילו הנאה געהאט, אבער פארא צירוק געמופט,

בן ישי
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2016 2:20 pm

תגובהדורך בן ישי » זונטאג ינואר 01, 2017 9:35 pm

אי-רעלעווענט האט געשריבן:שוואכע ישוב... יעדע יאר טוישן זיך די 6-7 אינגעלייטלעך וואס האבן דארט באקומען....(..), מען קען קיין גרויסע ישוב נישט ערווארטן דארט, וואס יא שבתים און ימים טובים איז געפאקט... ווארשיינדלעך ציליעב די פילע אידישע ווינטערייזד הייזער און די סטייל פון ארויספארן שבתים צו די בערג...

ביטע ליינט איבער דע אלטע תגיבות פון בלומינגבערג הבירה דארט האט מען אויך אזוי געזאט.
עס איז צייט ציא פארשטיין קיין שום ישוב הייבט זיך נישט אן מיט צען טויזענט מענשען אויפאיינמאל.
יעדעס טריט אפילו מען פאלט דורך איינמאל און נאכאמאל ברענגט דע זאך נענטער, און עוונטאעל וועט עס שטיין און גיין אויף דע אייגענע פוס בע"ה.
דאס בהימ"ד און מקוה דקהל יראים ברענגט אז דע אידן וואס האבן ווינטערייזט הייזער זאלן קומען אויף שבתים און ימים טובים און דאס האלט אפען דע גראסערי א גאנץ יאהר.
אין אלעס ציאזמען ברענגט נאנטער אז עס קען און וועט בקרוב ווערן א ישוב א גאנץ יאהר. ונאמר אמן
ויקיום בנו מקרא שכתוב כי עתה הרחיב לנו ה' ופרינו בארץ

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג ינואר 01, 2017 9:45 pm

אי-רעלעווענט האט געשריבן:לעומת זה ווייסעך פון צענדליגע וואס האבן געוואנט אין וואדריטש און אפילו הנאה געהאט, אבער פארא צירוק געמופט,


לו יהא כדבריך, אז עס איז טאקע געווען א קבוצה אידן און וואדרידזש און די פארגאנגענהייט, איז עס נאך בכלל נישט קיין ראיה אז היינט צוטאגס וועט זיך עס נישט אויסארבייטען.

פונקט ווי אסאך אנדערע ישובים האבן בעבר נישט מצליח געווען און יעצט זענען דא עטליכע ישובים וואס מאכן שטארקע פארשריט, און כמעט קיינער וואגט זיך נישט צו זאגן אז בלומינגבערג, זשערסי סיטי, בלומינג גראוו, וכו האט נישט קיין שאנס.

תשע"ז איז נישט ווי תש"ע אסאך האט זיך געטוישט אין די סיטי. און נאכמער האט זיך געטוישט די מצב און אפסטעיט, בעיקר מיט די אופן וויאזוי די שנה ראשונה אינגעלייט וואס זענען אויף קעסט באגיין זיך דארט מיטן פולען ערנסטקייט. ואה"ד

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג ינואר 02, 2017 12:37 am

נישט פארגעסן אז די יסוד פון די ישוב שטייט שוין העכער 30 יאר, הגה"צ מוואדרידזש וואוינט שוין דארט יארן יארן..
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!!!!!!!!

חנוכה
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 16, 2015 8:49 pm

תגובהדורך חנוכה » דינסטאג ינואר 03, 2017 7:59 pm

חרוזים האט געשריבן:ביי טאבאק איז דא דירות צו קויפן?


אויף בראדוועי אין אויף טאטעל קען מען נאך קויפן


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שטייגען און 5 געסט