דעת הקהל #3 - וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך די מערסטע אויסארבעטען?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך די מערסטע אויסארבעטען?

בלומינגבורג
53
38%
זשערזי סיטי
41
30%
לעיקוואד
20
14%
סטעטען איילענד
9
7%
איך ווייס נישט/אלע אייניג
15
11%
 
סך הכול שטימען: 138

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

דעת הקהל #3 - וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך די מערסטע אויסארבעטען?

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 7:24 pm

אין אונזער לעצטע אנקעטע viewtopic.php?f=98&t=30872 איז גווען די פראגע וועלעכע פון די 4 שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטען (200 משפחות ביז 3 יאר), דער געווינער פון די אנקעטע איז גווען "אלע פיר" וואס האט באקומען 35%. דאס איז גווען פאר 4 און א האלב חדשים צוריק. כהיום יום מיין איך פארשטייט שוין יעדער בר דעת אז אלע פיר שטעטלעך זענען א פאקט, און אלע וועלן האבן בעז"ה הונדערטער הונדערטער משפחות.

די יעצטיגע אנקעטע איז וועלעכע שטעטעל וועט זיך די מערסטע אויסארבעטען? איר קענט אויך שרייבן פארוואס איר האלט אזוי אין איייער תגובה, אבער..... ביטע נישט גיין נעגאטיוו ווי קינדערלעך, שרייבט פאזיטיוו פארוואס איר האלט אז דוקא דער יישוב וועט די מערסטע מצליח זיין.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 8:17 pm

די ערשטע דריי
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 8:49 pm

לפענ"ד זשערזי סיטי..
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 8:51 pm

eller האט געשריבן:לפענ"ד זשערזי סיטי..

און נאכדעם בלומי און נאכדעם לעיקוואד

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 8:55 pm

לענ"ד געהערט בלומיגבורג נישט אין פיקטשער, אז מען רעדט וועלעכע שטעטעל גייט זיך אויסארבעטן איז בלומינגבורג שוין א מציאות אז עס האט זיך אויסגעארבעט

עם הנבחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 14, 2015 3:16 pm

תגובהדורך עם הנבחר » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 9:02 pm

וואס מיינט אויסארבעטען, עס איז זייער בכללות,
וויפיל מענטשן מיינט אויסגעארבעט 100,200,500,1000 אדער אפשר אזוי ווי ווילאמסבורג, 10,000 (אליבא לחיים טובים הייסט ערך 90 מענטשן שוין אויסגעארבעט הגם עס פעלט נאך וויכטיגע זאכן)
וויפיל יאר מיינט אויסגעארבעט 1,2 אדער אפשר 5 יאר,
כדי מען זאל עס רופען אויסגעארבעט דארף זיין מערע קהילות, און תלמוד תורות, אדער איינס הייסט שוין אויסגעארבעט,
ווען איז קרית יואל געווארן אויסגעארבעט אדער עס איז נאך נישט אויסגעארבעט.

איך קוק עס אן צווישען בלומענבורג און דזשרזי סיטי, בלומענבורג וועט זוך שנעלער אויסארבעטען און דזשרזי סיטי וועט זיך שטרעקער אויסארבעטען, short term וועט בלומענבורג מער מענטשן, שנעלער מוסדות, אזאך סטארס, long term וועט דזשרזי סיטי זיין שטעקער איינמאל עס איז דא 150-200 מענטשן וועט ארויס מופען א מאסן עולם.
לעצט פאראכטן דורך עם הנבחר אום דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 9:09 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2851
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 9:03 pm

לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:לענ"ד געהערט בלומיגבורג נישט אין פיקטשער, אז מען רעדט וועלעכע שטעטעל גייט זיך אויסארבעטן איז בלומינגבורג שוין א מציאות אז עס האט זיך אויסגעארבעט


זאגסטאך אזוי גוט
פאר דעם איז עס עדווערטייזד יעדע וואך :?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
לחיים טובים ולשלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 28, 2015 3:20 pm
לאקאציע: לית אתר פנוי מיניה.

תגובהדורך לחיים טובים ולשלום » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 9:07 pm

יאצמעך האט געשריבן:
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:לענ"ד געהערט בלומיגבורג נישט אין פיקטשער, אז מען רעדט וועלעכע שטעטעל גייט זיך אויסארבעטן איז בלומינגבורג שוין א מציאות אז עס האט זיך אויסגעארבעט


זאגסטאך אזוי גוט
פאר דעם איז עס עדווערטייזד יעדע וואך :?

G&G איז אויך אדוועטייזט יעדע וואך :oops:

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1233
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 9:37 pm

אל תענה כסיל

שעבאשנוט
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובהדורך שעבאשנוט » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 10:03 pm

לעיקוואד באלאנגט נישט דא, ווייל לעיקוואד האט שוין פיפצן אלפים משפחות, שוין מער ענליך צו מאנסי ווי צו א נייע שטעטל, נאר אז מען האט עס יא געלייגט דא, איז זיכער אז לעקוואד שטייט פאראויס מיט איבער פיפצן אלפים יודן מער ווי אלע אנדערע אויסגערעכענטע

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 11:07 pm

לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:לענ"ד געהערט בלומיגבורג נישט אין פיקטשער, אז מען רעדט וועלעכע שטעטעל גייט זיך אויסארבעטן איז בלומינגבורג שוין א מציאות אז עס האט זיך אויסגעארבעט


דערווייל איז זיכער שטייט די בעסטע בלומינגבערג, וואס גייט זיין קען מען זיך דינגען
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 11:08 pm

שעבאשנוט האט געשריבן:לעיקוואד באלאנגט נישט דא, ווייל לעיקוואד האט שוין פיפצן אלפים משפחות, שוין מער ענליך צו מאנסי ווי צו א נייע שטעטל, נאר אז מען האט עס יא געלייגט דא, איז זיכער אז לעקוואד שטייט פאראויס מיט איבער פיפצן אלפים יודן מער ווי אלע אנדערע אויסגערעכענטע


מען רעדט יעצט פון סאטמאר לעיקוואד
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1722
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 11:08 pm

לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:
לחיים טובים ולשלום האט געשריבן:לענ"ד געהערט בלומיגבורג נישט אין פיקטשער, אז מען רעדט וועלעכע שטעטעל גייט זיך אויסארבעטן איז בלומינגבורג שוין א מציאות אז עס האט זיך אויסגעארבעט


זאגסטאך אזוי גוט
פאר דעם איז עס עדווערטייזד יעדע וואך :?

G&G איז אויך אדוועטייזט יעדע וואך :oops:

;l;p-
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

שעבאשנוט
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובהדורך שעבאשנוט » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 7:21 am

שכל'דיג האט געשריבן:
שעבאשנוט האט געשריבן:לעיקוואד באלאנגט נישט דא, ווייל לעיקוואד האט שוין פיפצן אלפים משפחות, שוין מער ענליך צו מאנסי ווי צו א נייע שטעטל, נאר אז מען האט עס יא געלייגט דא, איז זיכער אז לעקוואד שטייט פאראויס מיט איבער פיפצן אלפים יודן מער ווי אלע אנדערע אויסגערעכענטע


מען רעדט יעצט פון סאטמאר לעיקוואד

פונקט לעקוואד מעסט מען מיט סאטמער? סטעטן אייעלענד איז אויפן ליסט און האט מיט סאטמער גארנישט

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2560
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 7:37 am

שעבאשנוט האט געשריבן:פונקט לעקוואד מעסט מען מיט סאטמער? סטעטן אייעלענד איז אויפן ליסט און האט מיט סאטמער גארנישט


טאקע דערפאר האט סעטעטין איילענד די ווייניגסטע שטימען דא,
רוב עולם דא האט נישט קיין אנונג וואס דארט טוט זיך,
דערווייל וואקסט עס די שנעלסטע
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

שעבאשנוט
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 2:48 pm

תגובהדורך שעבאשנוט » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 7:41 am

בקיצור, אייוועלט איז א וועלט פאר זיך, דער עולם לעבט דא אין א אנדערע וועלט, לעקוואד א עיר ואם בישראל מיט טויזענטער טויזענטער משפחות, און עס ואוינען שוין דארטן באלד צוויי טויזענט חסידישע היימישע משפחות, יענס איז אויפן ליסטע ווייל סאטמער הויבט אצינד אן דארטן, רופט מען עס דא א נייע שטעטל, סטעטן איילענד איז די שוואכסטע אויפן ליסט כאפט דארטן איז דא פיל פיל מער ווי בלומינגבורג האט לעת עתה, דער עולם דאהי לעבט אויף א אנדערע עולם

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 10:26 am

איר קאנט לעזן? מען רעדט וועלכע שטעטל ״גייט״ זיך די מערסטע אויסארבעטן. מקוקט נישט אויף יעצט.

גליטשעדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 479
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 10:58 am

משיח האט געשריבן:
שעבאשנוט האט געשריבן:פונקט לעקוואד מעסט מען מיט סאטמער? סטעטן אייעלענד איז אויפן ליסט און האט מיט סאטמער גארנישט


טאקע דערפאר האט סעטעטין איילענד די ווייניגסטע שטימען דא,
רוב עולם דא האט נישט קיין אנונג וואס דארט טוט זיך,
דערווייל וואקסט עס די שנעלסטע


מען פרעגט דא מענטשן וואס פארברענגען דא. און א פלאץ וואס דער עולם דא האט נישט קיין אנונג ציעט טאקע אן די ווייניגסטע

זשערסיסיטי עסקן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2015 11:06 pm

תגובהדורך זשערסיסיטי עסקן » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 11:13 am

געשטימט פאר זשערזי סיטי..

ווי אנדערע שרייבן דא האט בלומינגבורג למעשה יעצט סך מער מענטשען ווי זשערזי סיטי. דער פאקט אז כמעט אזוי פיל מענטשען האלטן אז זשערזי סיטי וועט גאר זיין מער סוקסעספול ווי בלומינגבורג על אף די יעצטיגע מציאות צייטג אויף די שטארקייט פון זשערסי סיטי.

איין נקודה וואס שטיצט אינטער מיין הנחה. א גרויסע חלק פון די קביעתדיגע יושבים אין בלומינגבורג אויב נישט די רוב קומט פון אפסטעיט (הגם טייל וועלן עס נישט מודה זיין). די סיבה איז פשוט, בלומינגבורג איז די נענטסטע צו די אפסטעיט שטעט און און איז די זעלבע סטיל לעבן ווי מאנרא און מאנסי. עווענטועל זע איך בלומינגבורג אלס דער לעזונג פונעם אפסטעיט דירות קריזיס און זשערזי סיטי אלס דער לעזונג פון די סיטי קריזיס.

אזוי ווי די סיטי האט אסך מער מענטשען ווי די אפסטעיט שטעט און אזוי אויך איז דער קריזיס אסך שארפער אין די סיטי ערווארט איך אז ביז א יאר צוויי וועט שוין זשערזי סיטי האבן מער קביעותדיגע איינוואוינער ווי בלומינגבורג. (מען דארף נעמן אין באטראכט אז זשערזי סיטי האט אנגעהויבן אסך אסך שפעטער ווי די אנדערע שטעטלעך).

לעיקוואד איז נאך פארנעפלט דערווייל ווי מען האלט.

סטעטען איילענד איז ביז יעצט בעיקר געגאנגען פאר ב.פ. אבער די הייזער זענען נישט אזוי ביליג דארט און איך ווייס נישט צו עס איז דא פלאץ עווענטועל פאר א ריזן ציבור. אזוי אויך זעט נישט אויס ווי זיי בויען עפעס אייגענס, ברויך מען צוווארטן.

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 12:58 pm

מיין מיינונג אז אלע גייען זיך אויסארבעטען, שווער צו זאגען וועלעכע מער און וואס הייסט מער, דערווייל שטייט בלומינגבערג פראנאויס פון אלע, מיט נאמבער פון משפחות און אויכעט מיט מוסדות און פאסיליטיס אא"וו, און ס'קוקט נישט אויס ווי ס'גייט זיך ערגעץ אפשטעלען, מ'קען טראכטען פון אסאך סברות און טעמים, אבער זייער אסאך מענטשען ווען זיי מאכען שוין דעם מוף גייען זיי ווי ס'יז פראקטיש, איינמאל מ'גייט אויף א מופינג טראק קוקט מען ברייטער, ווי ס'גייט נישט קאסטען קעמפ און קאנטרי, און ווי ס'יז די ביליגסטע, און די מערסטע צוגעשטעלט, אויך מאכט אויס זייער שטארק אז ס'יז דא דארט דעוועלאפערס מיט'ן טיפע טאשען,

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:07 pm

סטעטן איילאנד איז א צווייטער מציאות אינגאנצן. עס פארלאנגט זיך נישט קיין מוסדות דארט, עס קען בליען און וואקסן אבער קיין מוסדות וועט נישט זיין. דעריבער איז עס נישט קיין שום קונץ און קעגן די איבריגע ישובים באלאגט עס נישט אויף די אנקעטע.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:18 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:סטעטן איילאנד איז א צווייטער מציאות אינגאנצן. עס פארלאנגט זיך נישט קיין מוסדות דארט, עס קען בליען און וואקסן אבער קיין מוסדות וועט נישט זיין. דעריבער איז עס נישט קיין שום קונץ און קעגן די איבריגע ישובים באלאגט עס נישט אויף די אנקעטע.


די שאלה איז נישט ווער עס גייט באווייזן די גרעסטע קונץ... די שאלה איז וועלעכע גייט די מערסטע מצליח זיין. אויב וועט סטעטן איילענד די מערסטע מצליח זיין אן דארפן אפילו אויפבויען מוסדות זענען זיי די זיגער. אדרבה תבוא עליהם ברכה. די שאלה איז נאר צו דאס איז די מציאות.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:21 pm

ניין, זיי זענען נישט קיין זיגער אן קיין מוסדות. דער זיגער אין דער וואס האט זיך געמוטשעט און עס איז געלונגען, נישט א שטעטל וואס האט זיך געבויט פון זיך אליין.

אויב איז סטעטן דער זיגער איז בארא פארק דער סאמע גרעסטער זיגער....
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:26 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:ניין, זיי זענען נישט קיין זיגער אן קיין מוסדות. דער זיגער אין דער וואס האט זיך געמוטשעט און עס איז געלונגען, נישט א שטעטל וואס האט זיך געבויט פון זיך אליין.

אויב איז סטעטן דער זיגער איז בארא פארק דער סאמע גרעסטער זיגער....

אז בארא פארק אדער סיי וועלעכע עקזיסטירענדע יישוב זאל ווען קענען לעזן דעם דירות קריזיס וואלט גווען גאר גוט, דער פראבלעם איז נאר אז זיי זענען א חלק פונעם קריזיס.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 1:38 pm

נישט געוואוסט אז מיר האבען נביאים דא.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: New Jersey, רעסטאראנט, שלום הצינורות און 11 געסט