פון א חלום ביז א רעאליטעט - מיין מאווינג פראסעס קיין בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

יונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מיטוואך דעצמבער 07, 2016 5:11 pm

הערליך!! איין הערה די מייזעלע איז צו גראפיש, מעג זיין אביסל בלארי אדער אראפגענומען#וועך

נודה לך
שר האלף
תגובות: 1616
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מיטוואך דעצמבער 07, 2016 5:12 pm

פארבינדן האט געשריבן:הערליך שיין!!


יישר כח פאר די באשרייבונג כה לחי
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אוועטאר
א מחי'
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובהדורך א מחי' » מיטוואך דעצמבער 07, 2016 5:21 pm

געוואלדיג!!

סעמס
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 23, 2016 8:50 am

תגובהדורך סעמס » מיטוואך דעצמבער 07, 2016 5:26 pm

יונה האט געשריבן:הערליך!! איין הערה די מייזעלע איז צו גראפיש, מעג זיין אביסל בלארי אדער אראפגענומען#וועך


די עכטע מייזעלע וואס וואוינט מיט אונז אין שטאט אינדערהיים, איז פיל מער וועך

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3364
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך דעצמבער 07, 2016 9:14 pm

בלומינגבורגער האט געשריבן:
בלומינגבורגער האט געשריבן:רבותי ס'קומט באלד א סורפרייז!

הכונו! הכונו!

Here it is
https://www.dropbox.com/s/aaf8654ne7sxm ... 7.pdf?dl=0

WOW הערליך ווער האט עס געמאכט ??
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך דעצמבער 07, 2016 9:17 pm

שטייט קלאר אז ס'איז דעזיינט דורך 'פארפלאנטערט'

א ריזיגן שכח פארפלאנטערט און בלומינבערגער!!

שכרכם הרבה מאד

moneyMINDED
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

תגובהדורך moneyMINDED » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 2:14 am

איך בין רעדי צו מנדב זיין אפאר הונדערט דאלאר עס זאל ווערן פארשפרייטען אין בתי מדרשים אין ניו יארק ,עפענען מיר א גא פאנד מי פעיזש?

בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:08 pm

תגובהדורך בלומינגבורגער » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 10:23 am

moneyMINDED האט געשריבן:איך בין רעדי צו מנדב זיין אפאר הונדערט דאלאר עס זאל ווערן פארשפרייטען אין בתי מדרשים אין ניו יארק ,עפענען מיר א גא פאנד מי פעיזש?

ביטע... ס'איז פונקט גענוג אז ס'איז דא אויף אייוועלט.

איך ברויך נישט אז ס'זאל זיין אין די בתי מדרשים.

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 2:07 pm

בלומינגבורגער האט געשריבן:
moneyMINDED האט געשריבן:איך בין רעדי צו מנדב זיין אפאר הונדערט דאלאר עס זאל ווערן פארשפרייטען אין בתי מדרשים אין ניו יארק ,עפענען מיר א גא פאנד מי פעיזש?

ביטע... ס'איז פונקט גענוג אז ס'איז דא אויף אייוועלט.

איך ברויך נישט אז ס'זאל זיין אין די בתי מדרשים.


בלומינגבורגער
זיי נישט קיין נאר כאפט דיר צו, די האסט א גוטע געלעגענהייט

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1032
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 2:08 pm

סעמס האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:הערליך!! איין הערה די מייזעלע איז צו גראפיש, מעג זיין אביסל בלארי אדער אראפגענומען#וועך


די עכטע מייזעלע וואס וואוינט מיט אונז אין שטאט אינדערהיים, איז פיל מער וועך

:lol:

eller
שר שלשת אלפים
תגובות: 3364
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג דעצמבער 08, 2016 2:52 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:שטייט קלאר אז ס'איז דעזיינט דורך 'פארפלאנטערט'

א ריזיגן שכח פארפלאנטערט און בלומינבערגער!!

שכרכם הרבה מאד

WOW @פארפלאנטערט ! א הערליכע ארבעט !!!
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:08 pm

תגובהדורך בלומינגבורגער » זונטאג דעצמבער 11, 2016 1:37 pm

איך באקום ב"ה זייער גוטע פידבעק פון די באשרייבונג, איך האב זיך בכלל נישט פארגעשטעלט אז ס'וועט האבן אזא שטארקע אפקלאנג.
צווישן אנדערע איז צוגעקומען צו מיר א אינגערמאן וואס האט דעם אכטער און וואוינט אצינד אין בלומינגבורג, אז ער קלערט ערנסט אויפצוגעבן די מתנות, און זיך נעמען אין די הענט אריין! ער האט דורך דעם באשרייבונג באקומען א שטארקע רייץ און אפעטיט זיך צו קויפן אן אייגענעם דאך איבערן קאפ דארט אין בלומינגבורג, ויעזור השי"ת שיוכל להוציא מחשבתו הטוב מכח אל הפועל, גרינג און שנעל.


---
לרבים השואלים, ווער מיין מארגעדזש בראוקער איז געווען? מי הוא זה ואיזהו וואס האט געמאכט אזא גוטע שנעלע דזשאב?
לייג איך דא ארויף זיין אינפארמאציע (מיט רשות)

זיין נאמען איז: ר' זלמן גראסבארד
פון FM Home Loans
Direct: (718) 906-6180
Cell: (845) 537-0848

אויב קלערט איר פון קויפן א הויז - לאו דוקא אין בלומינגבורג - ס'קען זיין אפילו אין אנדערע ישובים אדער שטעט
וואלט איך אייך מציע געווען אים צו קאנטאקטן
איך גלייב אז פונקט ווי איך בין געווען העכסט-צופרידן וועט איר אויך זיין העכסט-צופרידן
(פארגעסט נישט צו דערמאנען אז איר זענט אנגעקומען צו אים דורך די באשרייבונג פון בלומינגבורג)


בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:08 pm

ברוך שעשה לי נס!

תגובהדורך בלומינגבורגער » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 12:51 pm

וועלכע חלק האלט מען?

אקעי לאמיר גלייך צוגיין צום ענין...

די פארלאפענע נאכט איז געווען א קאלטע ווינטערדיגע נאכט אין כמעט גאנץ אפסטעיט נוי יארק לארכה ולרחבה, ובתוכם אויך בלומינגבורג יצ"ו, וואס האט באקומען עטליכע אינטשעס שניי, און העכער דעם א דינע שיכט פון אייז.

בערך 7:10 צופרי האב איך זיך אריינגעזעצט אין א קאר צו פארן קיין קרית יואל, און ווי נאר דער דרייווער (פון די תושבים אין שכונת טשעסנאט רידזש) הייבט אן פארן, זאגט ער מיר אזוי אגב אז היינט יאגט ער זיך שטארק, ווייל ער דארף מאכן א טריפ אויפצופיקן איינעם פון קרית יואל בערך 7:30.

זאג איך אים: אין אזא וועטער איז נישט ראטזאם זיך צו יאגן, ענדערש פאר רואיג און געלאסן, ווייל דאס לעבן איז וויכטיגער.

ארויסקומענדיג פון שכונת טשעסנאט רידזש האב איך באמערקט אז ווינטערטאון ראוד איז טאקע א "ווינטער טאון", ס'איז היפש אנגעלייגט מיט סלאש און אייז, און איך שפיר טאקע ווי די קאר גליטשט אביסל. האב איך נאכאמאל דערמאנט פארן דרייווער: ביטע, געב אפוואכט.

דער דרייווער האט מיר אבער בארואיגט אז ס'איז גארנישט, ס'איז נאר אביסל דא אויף דעם ראוד, דערנאך וועט ווערן בעסער.

זיך איינדרייענדיג אויף מעין סטריט, איז טאקע שוין געווען בעסער געפוצט, און ביז עטליכע קורצע מינוט איז מען שוין געווען אויפן 17 שאסיי.

די 17 האט "אויסגעקוקט" קלין, ער ציהט ארויף אויף 75 מפ"ש, איך דערמאן אים א דריטע מאל אז כאטשיג די הייוועי קוקט אויס קלין, אבער די טעמפראטור איז נאך אונטער 30, און ס'פאלט יעצט א אייזיגע רעגן וואס קען פאראורזאכן אומזעהבארע אייז, דעריבער זאל ער ביטע פארן שטייטער.
אבער דער דרייווער האט נישט געהערט (נישט דערהערט).

אזוי איז מען געפארן עטליכע מינוט, און דאן האט עס פאסירט... דער דרייווער האט פארלוירן קאנטראל, די קאר האט זיך אנגעהויבן ווילד ווארפן רעכטס און לינקס עטליכע מאל ביז ס'האט זיך גענומען ספינען און זיך אפגעשטעלט זייטיג אויפן ברייט פון 17 אויפן רעכטן לעין... ער האט געוואלט שנעל אויפבעקן און זיך צוריקדרייען אינעם לעין, אבער מ'האט געדארפט ווארטן 2 סעקונדעס אז א טרעילער פונעם לינקן לעין זאל דורכפליען, און אין די זעלבע צייט געהאפט אז די קארס פונעם רעכטן לעין אונטער אונז זאלן זיך באצייטענס אפשטעלן.

הודו לה' אז קיינער האט טאקע נישט אריינגעהאקט אין אונז חלילה, און א עקסטערע חסד פון אייבערשטן אז קיינער האט זיך נישט געפינען אין די לעינס ארום אונזער קאר אין די סעקונדעס בשעת ס'האט פאסירט די זיג-זעג און געספינעכטס.

נאכן קומען צו זיך זאגט מיר דער דרייווער אז ער האט סנוא-טייערס אויף די צוויי פאדערשטע רעדער, אבער מיט דעם אלעם האט עס פאסירט. דאס איז אים געווען א גענוג גוטע לעסאן אז ס'איז נישט כדאי איינצושטעלן, און פון דארט און ווייטער איז ער שוין געפארן בלויז אויף 50... מ'איז טאקע אנגעקומען עטליכע מינוט שפעטער, אבער ב"ה געזונט און שטארק אן די מינדעסטע קראץ.

אנקומענדיג אין קרית יואל האב איך אנגערופן דעם דיין הרה"ג ר' יואל מענדלאוויטש שליט"א פרעגן צו מיר דארפן גומל בענטשן, און ער האט געפ'סק'נט אז גומל בענטשן דארפן מיר נישט, אבער מיר זאלן אפגעבן א גרויסן שבח והודאה צום אייבערשטן און פארציילן ברבים זיינע גרויסע חסדים (ווי ס'שטייט אין פסוק אודה את ה' מאוד בפי ובתוך רבים אהללנו).

עד הנה עזרונו רחמיך ולא עזבונו חסדיך ואל תטשנו ה' אלקינו לנצח... וה' ישמור צאתינו ובואינו מעתה ועד עולם.

*

ונשמרתם מאוד לנפשותיכם
איך בין נישט פון די חברת המעוררים, און אויך נישט פון די אחד הרבנים וועלכע גלייכן מפרסם צו זיין מודעות ואזהרות, אבער דא פיל איך יא פאר א פליכט מעורר צו זיין דעם ציבור אז מ'זאל מער אכטונג געבן ביים דרייוון אין די ווינטער חדשים, ספעציעל ווען ס'איז נישט די שענסטע וועטער אינדרויסן.

די שטיקל הייוועי צווישן קרית יואל און בלומינגבורג - צווישן עקזיט 129 און עקסיט 116 - איז דורכאויס די ווינטער חדשים אפט מאל אסאך שנייאיגער ווי די טראוועי, אויך קען אסאך מאל פאסירן אז ס'פאלט פארפרוירענע רעגן - וואס איז נאס אין די לופט - אבער ווערט איינגעפרוירן אויף דער ערד, און שאפט טונקעלע אומזעהבארע אייז.

פאריגע וואך ביי איינע פון די שנייאיגע וועטער'ס (אין אפסטעיט) האט פאסירט א ענליכע מעשה ביי איינע פון די בלומינגבורגע תושבים, אויך דעמאלס האט די הייוועי אויסגעקוקט מער ווייניגער קלין, אבער די קאר רעדער האבן מודיע געווען אז ס'איז נישט אזוי... דארט האט זיך עס געענדיגט מיט אביסל א צומזיק'טע קאר, אבער דער דרייווער איז ב"ה ארויס אומבאשעדיגט.

רבותי! ס'איז יעצט ווינטער אויף די וועלט, און ס'ווארט אונז נאך אפ מער ווי איין שניי אין די קומענדיגע חדשים, ביטע אין אזא צייט דרייוון רואיג און געלאסן, און אפילו אויב די הייוועי זעהט אויס קלין און שיין געפוצט קען אמאל זיין אז ס'איז פארבליבן אביסל אומזעהבארע אייז וואס רופט זיך "בלעק-אייס".

די צוויי פעלער (וואס איך ווייס... קען זיין ס'איז געווען נאך) איז מער ווי איבער גענוג, ביי די צוויי פעלער איז מען טאקע אפגעקומען שטארק מזל'דיג, אבער אין סומכין על הנס!

איך האף אז מיינע ווערטער וועלן דערהערט ווערן, וה' ישמור צאתינו ובואינו מעתה ועד עולם.

ראספשע
שר חמש מאות
תגובות: 866
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 12:53 pm

זעהט אויס איינער האט דיר דא בא'עין-הרע'ט
לויף שנעל און צאל איין א סובסקריפשאן ביי עיני ישועה...

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג דעצמבער 12, 2016 2:12 pm

ווייסעכשויניש צו ס'לוינט זיך צו מופן אין בלומי... @דשערזיסיטיעסקן וואס איז די דרייוון מצב ביי ענק?

בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:08 pm

תגובהדורך בלומינגבורגער » מיטוואך דעצמבער 14, 2016 9:54 am

בלומינגבורגער האט געשריבן:פאריגע וואך ביי איינע פון די שנייאיגע וועטער'ס (אין אפסטעיט) האט פאסירט א ענליכע מעשה ביי איינע פון די בלומינגבורגע תושבים, אויך דעמאלס האט די הייוועי אויסגעקוקט מער ווייניגער קלין, אבער די קאר רעדער האבן מודיע געווען אז ס'איז נישט אזוי... דארט האט זיך עס געענדיגט מיט אביסל א צומזיק'טע קאר, אבער דער דרייווער איז ב"ה ארויס אומבאשעדיגט


בילד פון די קאר (רעכטס)
(קרעדיט: "מיט א שמייכל")

בילד


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: MUTCHE און 13 געסט