פלעסטיק גלעזער האט געשריבן:ראספשע האט געשריבן:בלומינגבורגער האט געשריבן:ראספשע האט געשריבן:[יאך לעצמי האלט איך אז דער אשכול איז א שמילאוויטש-לאם אדווערטייזמענט [כ'האב כמה הוכחות לכך, פון די אזוי סך 'פערצופאל'ס אין די סטארי...], באט האו קעירס....]
די אשכול האט מיט שמילאוויטש-לאם אדווערטייזמענט זילטש איינגעלייגט, פינטל.
באט הו קעירס, מעגסט האבן אפילו מיליאן הוכחות אויך.
כ'האלט זאלסט עס זיי ווייזן, סוכ"ס האסטע געמאכט פאר זיי א סופער סופער מארקעטינג דזשאב!!, זיי וועלן דיר זיכער באצאלן פאר דעם!!
גע נושט איוף! מעקסט זאגין דע אמת!
אוך האב לוב צי זעין אס די האלזט פינק ווי מור!
מיין פנים פלאקערט פאר בושה! איך בין טאקע נישט קיין סיניער מעמבער דא אויף אייוועלט, אבער די שפראך איז א ירידה עשר מעלות אחורנית פון וואס מיר זענען געוואוינט צו ליינען דא אויף אייוועלט!
יא, אייוועלט מעמבער'ס זענען חשובע אידן, וואס זיכן צו טוען א טובה פאר א איד וועם זיי קענען נישט, און טאמער איז דאס און פארעם פון אפשרייבן א לענגערע ארטיקל, וואס קען געדויערן שעות ארוכות צו טייפן, בלויז ווייל אנדערע אידן וועלן נישט בלויז הנאה האבן דערפון, נאר אין פאקט ערמעגליכן צו שפארן טויזענטער און מיליאנען דאלארן, וועלן זיי דאס טין בחפץ לב.
און דאס איז די מציאות מיט @בלומינגבערגער, צולייגט דעם גאנצן פראצעדור כשולחן הערוך אז עס זאל זיין מוכן לאכול
קענען קומען אפאר ניקים וואס (מאכן זיך, אין בעסטן פאל) קענען ניטאמאל אפקלאפן א קורצע תגובה אן נח מיט 7 גרייזן, און אראפרייסן א געטרייעם ניק, ואין פוצה פה ? אתמהה ?
און דאס איז אויב מיר נעמען טאקע אן אז די מציאות איז אוואו בלומינגבערגער לייגט עס אראפ, און ערגסטן פאל אויב איז ער טאקע יא אן אינטערגעשטעלטער, איז פארט דא אין די ארטיקל גענוג און נאך אינפארמאציע וואס קען צוניץ קומען פאר צענדליגער אידן, ויהי' זה שכרם, ובזה יצאתי ידי חובת מחאתי...