פון א חלום ביז א רעאליטעט - מיין מאווינג פראסעס קיין בלומינגבורג ניו יארק

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

צדק תרדוף
שר חמישים ומאתים
תגובות: 436
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 23, 2015 3:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדק תרדוף »

הערליך שיין! יישר כח!
פון די באשרייבונג האב איך געכאפט ווער איר זענט (מסתם זענט איר נישט מקפיד אויף גילוי..)
און איך מוז מודה זיין אז איך האב נישט געוויסט וואס א כוכב אין שרייבעריי מיר באקומען דא אין בלומינגבורג.
אשרינו שזכינו.
גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 927
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גליטשעדיג »

וואס קאסט צו הייצן אזא ריזיגע דירה?
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

[align=center]חלק ח
א שבת אין בלומינגבורג[/align]

באמת צו באשרייבן א שבת אין בלומינגבורג ברויך מען עס ווען צוטיילן אויף 3 חלקים, היות ס'איז דא 3 באזונדערע בתי מדרשים, און יעדעס ביהמ"ד האט זיך זיין באזונדערע חן און געשמאק, ולא ראי זה כראי זה, אבער אזוי ווי איך בין א טשעסנאט-רידזש איינוואוינער וועל איך עס באשרייבן וויאזוי ס'זעהט אויס אינעם ביהמ"ד אויף מעיפל עוועניו.

אנגעפאנגען פון ארום 15 מינוט נאכן זמן הדלקת הנרות הייבט זיך די ביהמ"ד אן אנצופילן מיט די עשרה ראשונים, און צוביסלעך ווערט פולער און פולער סיי מיט תושבים און סיי מיט אורחים.

בערך א דריי פערטל שעה נאכן זמן הדלה"נ הייבט מען אן הודו, אבער ס'איז נישט סתם מ'הייבט אן הודו... נאר ס'איז עפעס גאר א צווייטע סארט הודו... דא אין דעם ביהמ"ד קען מען נישט סתם אזוי דאווענען און מורמלען ווערטער ווי אשרי יושבי, נאר מ'ווערט אויטאמאטיש מיטגעשלעפט אינעם קאך און ברען פון די בני עליה וואס הארעווען א גאנצע וואך עה"ת ועל העבודה ובראשם דער דומ"ץ הרה"ג ר' יואל מענדלאוויטש שליט"א, און אזוי האלט אן די חסידישע קאך און התלהבות במשך דאס גאנצע דאווענען.

נאכן דאווענען יאגט זיך קיינער נישט אהיים, כאטשיג מ'וואלט זיך געקענט א עצה געבן מיטן 6:00 ביז 7:00 דורך זאגן אב הרחמים וכו', אבער ניין, קיינער זוכט זיך נישט ארויסצודרייען... דער גאנצער עולם בלייבט זיצן צוגעשמידט צו די ערטער, און מ'הערט זיך איין אינעם שיעור בהלכות קידוש דורכ'ן דיין הרה"ג ר' יואל מענדלאוויטש שליט"א (פאריגע וואך איז אנשטאטס די געווענדליכע שיעור, געווען א דרשה דורכ'ן גרויסן גאסט הרה"ג ר' אשר מאנן שליט"א דומ"ץ קיט"ל מוירטל).

נאך די סעודה - בשעה 9:15 - קומען זיך צוזאם א קבוצה אידן און מ'לערנט אור החיים הק', פארגעלערענט דורך הרה"ג ר' יוסף מאיר שטיין שליט"א. נאכדעם קומט פאר א שטיקל באטע מיט פירות און איבערבייס, מ'שמועסט בדברי תורה וחסידות אויף די פרשת השבוע, מ'פארציילט סיפורי צדיקים, און מ'זינגט אינאיינעם שירות ותשבחות לכבוד שבת קודש, וואס ציהט זיך פאר עטליכע שעה.

שבת צופרי איז מערקבאר אז די זעלבע אידן וואס קומען צום שיעור באור החיים הק' פרייטאג צונאכטס, דוקא זיי זענען פון די משכימי קום און גייען שוין אין מקוה ווען ס'איז נאך האלב טונקל אינדרויסן.

כאטשיג דערווייל איז נאכנישטא קיין אפיציעלע שיעור שבת צופרי פארן דאווענען, גייט אבער קיינער נישט ליידיג, יעדער נוצט אויס די טייערע צייט לעבודת הבורא. איינער איז מעביר סדרה, א צווייטער זאגט תהלים, א דריטער לערנט גפ"ת, א פערטער שו"ע, א פינפטער לערנט א חסידישע ספר, הצד השוה שבהן אז יעדער איז פארנומען מיט רוחניות.

בערך 8:00 צייט הייבן זיך די תשב"ר אן צוזאמצוקומען צו חברת תהלים, 8:15 הייבט מען אן ברכת התורה, און דערנאך זאגט מען קאפיטלעך תהלים במתינות ווי ס'ווערט אויך דערביי פארטיילט מתנות און גורלות אונטער די געניטע אנפירערשאפט פון הר"ר אברהם שמעון פילאפף נ"י, דערנאך טיילט מען אויס פאר זיי לייכטע איבערבייס און טרינקען.

ארום 9:30 הייבט מען אן דאווענען שחרית, וכמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה, ס'ווערט אראפגעלייגט א דאווענען מיט א חסידישן קאך און ברען, ווי ס'פאסט פאר חסידישע אידן.

ביים ליינען פארטיילט מען די עליות פאר די חשוב'ע אורחים, נייע תושבים, אדער פאר בעלי שמחה וכדו'. נאכן דאווענען גייט מען אהיים פראווענען די סעודתא דעתיקא קדישא.

שבת נאכמיטאג בערך 4:00 צייט קומט פאר א גרינגע שיעור אין ספר החינוך פאר די תשב"ר, פארגעלערענט דורך הר"ר יעקב יצחק קעסטענבוים שליט"א, און כאטשיג ס'איז אומאפיציעל, ס'ווערט נישט פארטיילט קיין מתנות און מ'מאכט נישט קיין גורלות, דאך קומען זיך צוזאם א שיינע מספר תשב"ר פרייוויליג מיטצוהאלטן די שיעור.

אביסל שפעטער - בערך ביים זמן הדלקת הנרות - קומט פאר א שיעור אין הלכות עירובין דורכ'ן דיין הרה"ג ר' יואל מענדלאוויטש שליט"א, ווי א שיינער ציבור באטייליגט זיך, כאטשיג ס'איז א קורצע ווינטערדיגע שבת נאכמיטאג.

ביי של"ס זינגט דער גאנצער עולם צוזאמען מיט א ערענסטקייט, דער דיין הרה"ג ר' יואל מענדלאוויטש שליט"א לערנט פאר א שטיקל דברי יואל און איז מוסיף מדיליה דברי מוסר והתחזקות.

נאך אזא אנגעפילטע רייכע שבת וואלט מען געקענט מיינען אז מ'האט שוין יוצא געווען, אבער ניין... גלייך נאך מעריב זעצט מען זיך ווייטער אוועק און מ'לערנט מיט די קינדער "אבות ובנים". הר"ר אברהם שמעון פילפאף נ"י טיילט אויס טיקעטס פאר די קינדער, און דערנאך ווערט אויסגעראפעלט 3 גורלות.

נאך "אבות ובנים" בלייבט איבער קוים איין קארגע שעה צו מאכן הבדלה, צוזאמלייגן די טלית, און העלפן אוועקרוימען אין שטוב, און מ'גייט צוריק אין שוהל אריין...

לא יאומן כי יסופר, ס'איז א מחזה הוד אריינצוקומען אין ביהמ"ד מוצאי שבת צווישן 8:15 און 9:45 און טרעפן א אנגעפילטע ביהמ"ד מיט בעלי בתים, אברכים, און בחורי חמד וואס זיצן און לערנען בהתמדה רבה.

נאך אנדערהאלבן שעה לערנען בהתמדה, גרייט מען טיש, און ס'ווערט געפראוועט א מלוה מלכה בהרחבה ברוב עם (עטליכע מנינים אידן).

פאריגע וואך ביי מלוה מלכה איז געווען צוגאסט הר"ר אברהם וואלף שווארץ שליט"א פון קרית יואל וואס איז אויפגעוואקסן געווארן אין אנטווערפן ביי די פשעווארסקע רביים, און האט פארציילט הערליכע סיפורים וואס ער האט צוגעזעהן ביי צדיקי בית פשעווארסק, פון וואס דער גאנצער עולם האט זייער הנאה געהאט.

נאך אזא געהויבענע רייכע אנגעפולטע שבת מלא רוחניות, איז פארשטענדליך פון זיך אליינס אז די גאנצע וואך זעהט גאר אנדערש אויס, ואשרינו מה טוב חלקינו אז מיר האבן די זכיה צו זיין א טייל פון דעם הערליכן חסידישן ישוב בעיר בלומינגבורג ניו יארק.

[align=center]תם "ולא" נשלם[/align]
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

איך האב געמיינט אז דו האסט שוין אויפגעהערט מיט חלק ח׳...

יהי״ר אז די נייע וואוינונג זאל זיין מיט הרחבת הדעת. יישר כח פארן שרייבן.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

תחילה בין איך טאקע געווארן זייער אנגעדרייט פון דיין באשרייבונג, ס'ארא גדולה ס'האט דיך באטראפן
אבער ליינענדיג דעם ארטיקל איבער דעם שבת, האבעך היבש פארלוירן דעם אפעטיט
ס'זעהט מיר אויס ווי א ריכטיגע 'טשאלנט' שטעטל, וואו יעדעמס טעפל קאכט זיך אויף בשותפותדיגע פלאמען.....

למשל אויב מוצ"ש וויל איך גיין הכנות ערגעץ צווישן 8 און צען אזייגער, דארף די גאנצע שטעטל מיטהאלטן....
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

א דאנק בלומינגערגער.

זייער זייער שיין געשריבן.

איך בין בעיקר נתפעל, ווייל שוין יארן וואס מ'זעהט נישט, ווי א אינגערמאן, פון די פשוטע פארדינער בינינו, זאל באווייזן צו קויפן א אייגענע דירה, עפעס וואס איז היינט רעזערווירט פאר בני גבירים אדער פאר העכערע פארדינער.

איך האף צו זעהן בקרוב וויאזוי עעורידזש פארדינער זאלן זיך אליינס קענען חתונה מאכן די קינדער אן קיין הלוואות אדער דרויסענדיגע הילף, עפעס וואס איז 25-30 יאר צוריק געווען די נארמע.

ס'איז מעגליך ווישפול טינקינג.
לעצט פארראכטן דורך El Rushbo אום מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 2:27 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

ראספשע האט געשריבן:בבקשה גדולה אויב מעגליך ביטע
א פידי עף פון דעם ארטיקל
כ'קען עס מהנה זיין פאר עטליכע וואס קענען עס נוצן
שכוח למפרע

הרב וואוילע שעפעלע ביסט מכובד..
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
לחי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 09, 2015 7:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לחי »

ראספשע האט געשריבן:תחילה בין איך טאקע געווארן זייער אנגעדרייט פון דיין באשרייבונג, ס'ארא גדולה ס'האט דיך באטראפן
אבער ליינענדיג דעם ארטיקל איבער דעם שבת, האבעך היבש פארלוירן דעם אפעטיט
ס'זעהט מיר אויס ווי א ריכטיגע 'טשאלנט' שטעטל, וואו יעדעמס טעפל קאכט זיך אויף בשותפותדיגע פלאמען.....

למשל אויב מוצ"ש וויל איך גיין הכנות ערגעץ צווישן 8 און צען אזייגער, דארף די גאנצע שטעטל מיטהאלטן....
דאס אידאך אבער נאר אין טשעסנאט רידזש
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

האסט עכט געמיינט אז בלומינגבורג איז א מדבר וואו עס וואוינען איין מאן אויף א שטח פון דריי אקער לאנד?
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

PDF
אטעטשמענטס
מיין מאווינג פראסעס קיין בלומינגבורג ניו יארק.pdf
(154.51 KiB) געווארן דאונלאודעד 253 מאל
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

WOW שוין ארויסגעפרינט אין געגעבן פאר אפאר מענטשען...
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

א גרויסן שכוח בלומבינגבורגער, דיין באשרייבונג איז אויסערגעווענליך. זעלטן צו ליינען איבער די שפאלטענעס פון אייוועלט אזא דעטאלירטע אריגינאלע איבערלעבעניש, מיט אזויפיל וויכטיגע פרטים.
ביטע זוכט נאך א נושא ווי איר גענט שרייבן
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

בלעטל האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:תחילה בין איך טאקע געווארן זייער אנגעדרייט פון דיין באשרייבונג, ס'ארא גדולה ס'האט דיך באטראפן
אבער ליינענדיג דעם ארטיקל איבער דעם שבת, האבעך היבש פארלוירן דעם אפעטיט
ס'זעהט מיר אויס ווי א ריכטיגע 'טשאלנט' שטעטל, וואו יעדעמס טעפל קאכט זיך אויף בשותפותדיגע פלאמען.....

למשל אויב מוצ"ש וויל איך גיין הכנות ערגעץ צווישן 8 און צען אזייגער, דארף די גאנצע שטעטל מיטהאלטן....

האסט עכט געמיינט אז בלומינגבורג איז א מדבר וואו עס וואוינען איין מאן אויף א שטח פון דריי אקער לאנד?

לאו דוקא
אבער כל זמן אלעס דאוונט אין איין דעם זעלבן ביהמ"ד, און 'יעדער' באטייליגט זיך ביים זעלבן דיין'ס שיעור, און 'יעדער' איז זיך משתתף ביי די זעלבע אבות ובנים, איז דאך שוין די שטאט [וואו מען וואוינט הונדערטער טויזנטער אויף איין אקער לאנד] ווייניגער 'טשאלנט' ווי אזוי א שטעטל.....
ס'קעניך טוהן, כ'האב נישט ליב אזא סטייל, כ'מיין כ'בין בארעכטיגט...

עניוועי, א גרויסן שכוח פאר דעם נייעם תושב בלומינגבורג, [יאך לעצמי האלט איך אז דער אשכול איז א שמילאוויטש-לאם אדווערטייזמענט [כ'האב כמה הוכחות לכך, פון די אזוי סך 'פערצופאל'ס אין די סטארי...], באט האו קעירס....]
זאלן אלע אידן זוכה זיין צו דירות רווחות, און ברייטע טאשן, אמן
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

ראספשע האט געשריבן:[יאך לעצמי האלט איך אז דער אשכול איז א שמילאוויטש-לאם אדווערטייזמענט [כ'האב כמה הוכחות לכך, פון די אזוי סך 'פערצופאל'ס אין די סטארי...], באט האו קעירס....]

די אשכול האט מיט שמילאוויטש-לאם אדווערטייזמענט זילטש איינגעלייגט, פינטל.
באט הו קעירס, מעגסט האבן אפילו מיליאן הוכחות אויך.
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

בלומינגבורגער האט געשריבן:

כ'האלט זאלסט עס זיי ווייזן, סוכ"ס האסטע געמאכט פאר זיי א סופער סופער מארקעטינג דזשאב!!, זיי וועלן דיר זיכער באצאלן פאר דעם!! :lol: :lol:
גר תושב
שר חמישים
תגובות: 88
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 13, 2016 12:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גר תושב »

ראספשע האט געשריבן:תחילה בין איך טאקע געווארן זייער אנגעדרייט פון דיין באשרייבונג, ס'ארא גדולה ס'האט דיך באטראפן
אבער ליינענדיג דעם ארטיקל איבער דעם שבת, האבעך היבש פארלוירן דעם אפעטיט
ס'זעהט מיר אויס ווי א ריכטיגע 'טשאלנט' שטעטל, וואו יעדעמס טעפל קאכט זיך אויף בשותפותדיגע פלאמען.....

למשל אויב מוצ"ש וויל איך גיין הכנות ערגעץ צווישן 8 און צען אזייגער, דארף די גאנצע שטעטל מיטהאלטן....

איך האלט אויך פון די הנחה אז לויט די שרייבער פון די שורות באקומט מען א בילד אז די גאנצע בלומינגבורג שטעטל איז נישט מער ווי א חסידישע ישיבה מיט א דארמעטארי במילא איז עס פערפעקט פאר אזא איינעם וואס גלייכט די סארט "טשולענט טאפ" ווי דו רופסט עס. (און מעגליך וויבאלד די שרייבער האט ליעב די סארט, במילא איז עס ביי אים גאר א מעלה.)

אבער האמת ניתן להאמר איך בין געווען נישט איינמאל אויף א שבת אין בלומינגבורג. און איך קען זאגן בפה מלא, אז עס איז געאייגענט פאר זיי וועלכער טיפ מענטש.

בלומינגבורג איז געבענטשט מיט 3 קביעותדיגע שוהלען וואס יעדע איינע איז מיוחד מיט באזונדערע מעלות לא ראי זה כראי זה.
בו בזמן וואס איינער גלייכט מער די מער ערנסטע שוהל און איז זיך קובע אין די מעיפעל שוהל גייט א צווייטער דאווענען אין די שטאטישע שוהל (אויב מ'קען עס אזוי רופן..) אין היקארי ווי דארט איז אלעס מער ליבעראל.

ווייטער איינער וואס האט ליעב א חסידישע שטופעריי סארט,כאפט זיך אריבער קיין נאדבורנא צו רבי זיידל ראזענבוים. טאקע א מהלך, אבער וואס טוט מען נישט צו קענען דאווענען לויט די פריוואטען געשמאק?!
בקיצור, אי משום הא הרב ראספשע מאכט אייך נישט נאריש. בלומינגבורג איז א פיינעם פלאץ. בליעוו מי.
גר ותושב אנכי עמכם: אם תרצו - הריני גר, ואם לאו - אהיה תושב ואטלנה מן הדין, שאמר לי הקב"ה 'לזרעך אתן את הארץ הזאת'(רש"י חי' שרה)
ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2049
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 10, 2016 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראספשע »

כ'הער וואס דו זאגסט
און א שכוח פארן 'דערהערן' מיינע קאמענטס [אנדערע וואלטן אויפגעשפרינגען אויף מיר....]
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

רוב מענטשן וועלן גלייכן אזא מיטלוועג ווי בלומינגבורג. נישט אזא טשולענט ווי וומ"ס אדער געוויסע גאסן אין קר"י, אבער בדווקא נישט קיין ארט פאר פיין שמעקער, וועלכע ברויזן אויב א קינד פארשפיעלט זיך אויף זייער פריוואטע גראז.

א היימישע ברידערליכע אטמאספערע, מיט א גענונדיגע מאס פריוואטקייט.
בלומינגבורגער
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלומינגבורגער »

גר תושב האט געשריבן:בלומינגבורג איז געבענטשט מיט 3 קביעותדיגע שוהלען וואס יעדע איינע איז מיוחד מיט באזונדערע מעלות לא ראי זה כראי זה.
בו בזמן וואס איינער גלייכט מער די מער ערנסטע שוהל און איז זיך קובע אין די מעיפעל שוהל גייט א צווייטער דאווענען אין די שטאטישע שוהל (אויב מ'קען עס אזוי רופן..) אין היקארי ווי דארט איז אלעס מער ליבעראל.

ווייטער איינער וואס האט ליעב א חסידישע שטופעריי סארט,כאפט זיך אריבער קיין נאדבורנא צו רבי זיידל ראזענבוים. טאקע א מהלך, אבער וואס טוט מען נישט צו קענען דאווענען לויט די פריוואטען געשמאק?

איך האב קלאר געשריבן אנפאנג אז ס'איז דא 3 שולן ולא ראי זה כראי זה, אבער איך גיי באשרייבן די שול אין טשעסנאט רידזש.
יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעלע קליגער »

ייש"כ בלומינגבורגער פאר דיין מופן דייערי,

זייער זייער אינטערעסאנט, הלואי אויף מיר.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

ראספשע האט געשריבן:יאך לעצמי האלט איך אז דער אשכול איז א שמילאוויטש-לאם אדווערטייזמענט [כ'האב כמה הוכחות לכך, פון די אזוי סך 'פערצופאל'ס אין די סטארי...]

איך קען פרזענליך דעם שרייבער פון דעם אשכול, איך האב מיטגעהאלטן די גאנצע מעשה (כמעט) לייוו בשעת עס האט פאסירט, מיר האבן גערעדט פרזענליך און אפן טעלעפון אומצאליגע מאל בשעת מעשה, אין פאקט האב איך שטארק צוגעשטיפט דעם שרייבער צו נעמען דעם פעדער אין די האנט און אפשרייבן די מעשה דברים כהוויתן לטובת הציבור, און איך בין עדות אז יעדעס ווארט איז וואס ער האט געשריבן איז אמת

דיסקלעימער אויב עס פעלט נאך אויס צו זאגן, איך ארבייט נישט פאר שמילאוויטש אדער לאם, אין פאקט האב איך געקויפט אין לעקוואד און איך פלאן צו מופן אויף פסח
אוועטאר
eller
שר עשרת אלפים
תגובות: 10733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am
לאקאציע: דאנקט השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך eller »

הערליך האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:יאך לעצמי האלט איך אז דער אשכול איז א שמילאוויטש-לאם אדווערטייזמענט [כ'האב כמה הוכחות לכך, פון די אזוי סך 'פערצופאל'ס אין די סטארי...]

איך קען פרזענליך דעם שרייבער פון דעם אשכול, איך האב מיטגעהאלטן די גאנצע מעשה (כמעט) לייוו בשעת עס האט פאסירט, מיר האבן גערעדט פרזענליך און אפן טעלעפון אומצאליגע מאל בשעת מעשה, אין פאקט האב איך שטארק צוגעשטיפט דעם שרייבער צו נעמען דעם פעדער אין די האנט און אפשרייבן די מעשה דברים כהוויתן לטובת הציבור, און איך בין עדות אז יעדעס ווארט איז וואס ער האט געשריבן איז אמת

דיסקלעימער אויב עס פעלט נאך אויס צו זאגן, איך ארבייט נישט פאר שמילאוויטש אדער לאם, אין פאקט האב איך געקויפט אין לעקוואד און איך פלאן צו מופן אויף פסח

און מיר קוקן טאקע שוין ארויס אויף דיינע הערליכע באשרייבונג !
דיר ווייסט מען שוין אז דו קענסט !
א טרוים פון א פאוים צו יעדע דעיט
שיין מיט גרעפיקס אויס ס'זעהט
קאלירט געפרינט און געלעמענהעיט ?
[email protected] מען בעיט
און אי"ה עס געשעהט.
-
לאמיר זאגן תפילת תודה - זעהט די חשיבות פון דאנקן השי"ת און קומט אריין דאנקן די גוטער באשעפער
ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישתבח שמו לעד »

שכוח פאר די באשרייבונג איטס סאמטינג מעידזער. וואלט געווען א געוואלדיגע זאך אויב דיין עקרת הבית זאל שרייבן א באריכט אויף ענגליש צו קענען ווייזען פאר ס׳פרוי. שכוח
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

ישתבח שמו לעד האט געשריבן:שכוח פאר די באשרייבונג איטס סאמטינג מעידזער.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
moneyMINDED
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 26, 2011 5:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moneyMINDED »

א גרויסן ישר כח

די זכות וועט דיר ביישטיין , דאס איז מצוות פון היינטיגן דור
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”