בלאט 4 פון 7

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:52 pm
דורך לאלתר לחיים
איבערגעמאכט
100 נעכט א יאר קען מען מאכן חתונות, נישט יעדן טאג איז דא אין יעדע זאל א חתונה.
בית רחל- כמעט יעדן טאג איז נישטא, לאמיר זאגן 15
פרדס פייגא- כמעט יעדן טאג איז דא, לאמיר זאגן 90
פרדס צבי - אביסל ווייניגער, לאמיר זאגן 80
אימפיריעל - נאך ווייניגער, לאמיר זאגן 65
ויואל משה -נאך ווייניגער, לאמיר זאגן 50
קאנטינענטל - גאנץ פיל, לאמיר זאגן 70
כתר צבי - הייבט יעצט אן, לאמיר זאגן ס'גייט זיין 30
ראוז קעסל - גאנץ פיל, לאמיר זאגן 75
עטרת אבדהם - ממש יחידים, לאמיר זאגן 5
בתי מדרשים חתונות - זייער ווייניג, לאמיר זאגן 10

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:53 pm
דורך מיסטעריעז
eller האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:נישט אז ס'מאכט א גרויסע חילוק, אבער מ'האט אויסגעלאזט עטרת אברהם. איך שאץ אז ס'איז דא דארט 30 וויליאמסבורגע חתונות א יאר

מיינסט 300 ???!!! כמעט יעדע נאכט איז דא דארט א חתונה אריין גערעכנט ספירה ...

איר האט פארפעהלט/איגנארירט א ווארט פון זיין תגובה.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:57 pm
דורך eller
מיסטעריעז האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:נישט אז ס'מאכט א גרויסע חילוק, אבער מ'האט אויסגעלאזט עטרת אברהם. איך שאץ אז ס'איז דא דארט 30 וויליאמסבורגע חתונות א יאר

מיינסט 300 ???!!! כמעט יעדע נאכט איז דא דארט א חתונה אריין גערעכנט ספירה ...

איר האט פארפעהלט/איגנארירט א ווארט פון זיין תגובה.

בכלל נישט. געוואלט אריין ווארפן אז דארט קומט כמעט יעדן טאג פאר א חתונה (איך רעדט טאקע נישט פון קיין היימישע).

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 7:13 pm
דורך מה פתאום???
עטרת אברהם האט סך מער פון 5 היימישע חתונות א יאר, עט ליסט 20

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 8:07 pm
דורך טשאלענט
מה פתאום??? האט געשריבן:עטרת אברהם האט סך מער פון 5 היימישע חתונות א יאר, עט ליסט 20

נישט אלע (בעסער געזאגט כמעט קיין איינס) זענען פון וויליאמסבורג.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 8:43 pm
דורך דריידל
Eler דרייט סתם א קאפ. איך אליין האב געהאט די יאר עטליכע וויליאמסבורגע חתונות אין עטרת אברהם. אבער באמת איז עס בכלל נישט נוגע צום שמועס דא.

נו, ווער האט נאך עפעס מוסיף צו זיין דא איבער די פארלאנגזאמטער וויליאמסבורגע וואוקס?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:00 pm
דורך זאכליך
חוץ קוקן אויף כיתה א', דארף מען אויך נעמען אין באטראכט אז די כיתות ווערן קעלנער פון יאר צו יאר. אלע מיינע קינדער האבן שוין כאטשיג איין קינד פון זייער קלאס וואס האט אוועקגעמופט פון ווילאמסבורג.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:10 pm
דורך אזוי וויל איך
איך וויל צולייגען א נקודה צום שמועס, איך האלט עס איז טאקע אמת אז וויליאמסבורג וואקסט שוואכער ווי ביז יעצט איז אבער זייער נאריש צוזאגן אז עס שרינקט, ווייל די פאקט איז אז עס גייען אין די קומענדיגע פאר יאר צוקימען טויזענטער דירות פאר אידן אין וויליאמסבורג למשל קעיסקעיד-ראוז קעסטל-ראוז קעסטל פארקינג לאט-פייזער(2 סקווער בלאקס)אין נאך, אין כמעט קיין איין דירה ווי עס וואוינען יעצט אידן גייט נישט גיין פאר גוים, קומט אויס אז נישט נאר עס גייט שרינקען נאר עס גייען נאך צוקומען טויזענטער משפחות.
סך הכל וויליאמסבורג בלייבט וויליאמסבורג אפילו הינדערטער מענטשן וועלן אוועק מאפן.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 11:11 pm
דורך סמארט גאי
אזוי וויל איך האט געשריבן:איך וויל צולייגען א נקודה צום שמועס, איך האלט עס איז טאקע אמת אז וויליאמסבורג וואקסט שוואכער ווי ביז יעצט איז אבער זייער נאריש צוזאגן אז עס שרינקט, ווייל די פאקט איז אז עס גייען אין די קומענדיגע פאר יאר צוקימען טויזענטער דירות פאר אידן אין וויליאמסבורג למשל קעיסקעיד-ראוז קעסטל-ראוז קעסטל פארקינג לאט-פייזער(2 סקווער בלאקס)אין נאך, אין כמעט קיין איין דירה ווי עס וואוינען יעצט אידן גייט נישט גיין פאר גוים, קומט אויס אז נישט נאר עס גייט שרינקען נאר עס גייען נאך צוקומען טויזענטער משפחות.
סך הכל וויליאמסבורג בלייבט וויליאמסבורג אפילו הינדערטער מענטשן וועלן אוועק מאפן.

ריכטיג, אבער די שאלה איז נישט צו וויליאמסבורג בלייבט וויליאמסבורג, די שאלה איז צו די וויליאמסבורגע מענטשען בלייבן וויליאמסבורגע, ביי וועם אוועקמופן איז א מיאוסע ווארט, אויף דעם קען מען זאגן בפה מלא אז דער דיזיס איז שוין טיילווייז eradicated, ווען זיך אוועקציען איז שוין געווארן א נארמאלע אלטערנאטיוו צו דעם האוזינג פראבלעם, אפי' ביי משפחות וואס האבן נישט קיין קרובים אין די פלעצער וויי זיי קלערן צו מופן.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 11:28 pm
דורך קום ועשה
איך מיין אז מענטשן וואס שטארבן מאכן אויך פלאץ פאר אנדערע....

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:07 am
דורך איסר האטלקי
לאלתר לחיים האט געשריבן:איבערגעמאכט
100 נעכט א יאר קען מען מאכן חתונות, נישט יעדן טאג איז דא אין יעדע זאל א חתונה.

אגב, עס איז פארהאן צווישן 130 און 140 חתונה נעכט א יאר.
חשון, כסליו טבת שבט אדר, 5 נעכט א וואך = 100
אין צוגאב צו אלול און סיון = נאך ארום דרייסיג פערציג, ווענד זיך ווי א יאר.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 1:51 am
דורך פרוכת
חשון כבליו טבת שבט אדר האבען א עווערידש פין 15 פער חודש

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 6:59 am
דורך זאכליך
פרוכת האט רעכט, די לעצטע וואך פון די חודש מאכט מען נישט חתונה, 5 טעג א וואך פאר די ערשטע 3 וואכן איז 15 פער חודש.

ניסן ביז פסח מאכט מען כמעט נישט חתונה.

פון פסח ביז שבועות מאכט מען נאר חתונה לג בעומר און 2 3 טעג פאר שבועות.

ווען דער עולם איז אין קאנטרי מאכט מען כמעט נישט חתונה. ממילא פון שבועות ביז ראש השנה איז דא 4 חדשים, 2 דערפון איז דער עולם אין קאנטרי.

תשרי מאכט מען כמעט נישט חתונה.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 8:40 am
דורך farshlufen
לאלתר לחיים האט געשריבן:איבערגעמאכט
100 נעכט א יאר קען מען מאכן חתונות, נישט יעדן טאג איז דא אין יעדע זאל א חתונה.
בית רחל- כמעט יעדן טאג איז נישטא, לאמיר זאגן 15
פרדס פייגא- כמעט יעדן טאג איז דא, לאמיר זאגן 90
פרדס צבי - אביסל ווייניגער, לאמיר זאגן 80
אימפיריעל - נאך ווייניגער, לאמיר זאגן 65
ויואל משה -נאך ווייניגער, לאמיר זאגן 50
קאנטינענטל - גאנץ פיל, לאמיר זאגן 70
כתר צבי - הייבט יעצט אן, לאמיר זאגן ס'גייט זיין 30
ראוז קעסל - גאנץ פיל, לאמיר זאגן 75
עטרת אבדהם - ממש יחידים, לאמיר זאגן 5
בתי מדרשים חתונות - זייער ווייניג, לאמיר זאגן 10

תמחול לי, אבער אייערע נומערן זענען וועי אף פונעם מציאות.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 8:58 am
דורך דריידל
לויט זיין חשבון איז דא 490 חתונות א יאר אין וומ"ס. האלטסטי אז ס'איז סאך מער אדער סאך ווייניגער?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 9:54 am
דורך קעלנער
סאך מער.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 10:04 am
דורך אויסגערעכנט
זאכליך האט געשריבן:פרוכת האט רעכט, די לעצטע וואך פון די חודש מאכט מען נישט חתונה, 5 טעג א וואך פאר די ערשטע 3 וואכן איז 15 פער חודש.

ניסן ביז פסח מאכט מען כמעט נישט חתונה.

פון פסח ביז שבועות מאכט מען נאר חתונה לג בעומר און 2 3 טעג פאר שבועות.

ווען דער עולם איז אין קאנטרי מאכט מען כמעט נישט חתונה. ממילא פון שבועות ביז ראש השנה איז דא 4 חדשים, 2 דערפון איז דער עולם אין קאנטרי.

תשרי מאכט מען כמעט נישט חתונה.

לויט די חשבון איז דא פינקט 100 חתונה נעכט

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:02 am
דורך ראש העיר
לאמיך אויך אריינשיסן דא אביסל אין דעם "שאטינג פיעלד"..

עס איז דא בערך 120 (+) חתונה נעכט, 16 אדער 17 א חודש (ווענדט זיך אויב ס'איז דא 2 טעג ראש חודש), אדר מאכן פיל חתונה אגאנצן חודש, ניסן און סיון מיט ל"ג בעומר קען מען צוזאמשטעלן אלס איין פולע געפאקטע חודש, סיון איז קיין איין זאל נישט ליידיג..

ויואל משה איז פארנומען כמעט יעדע חתונה נאכט, און עטרת אברהם האט יא א שיינע צאל וויליאמסבורגער חתונות..

אויסער דעם זענען אלע גערעכט מיט אלעמען..

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:25 am
דורך זאכליך
אבער באמת קען מען נישט מאכן החלטות אויף דעם פארמולא (זאלן * נעכט = פרישע קאפלס) ווייל ס'איז דא צופיל unknowns.

מ'ווייסט נישט וויפל נעכט ס'איז דא א יאר
מ'ווייסט נישט וויפל נעכט וועלכע זאל איז ליידיג
מ'ווייסט וויפל פון די חתונות זענען אויסשטעטישע

די ריכטיגע חשבון איז "מיידלעך פון 12'טע קלאס פון אלע מוסדות צוזאמען" . אויף בחורים קען מען נישט רעכענען ווייל זיי האבן חתונה צו אנדערע שטעט.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:28 am
דורך געצ
עס איז געווען תשע''ו
427 חתונות
64 נישט פין וויליאמסבורג
אין ליידער 4 גיטין רח''ל

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:45 am
דורך קום ועשה
חתונות ווייס איך נישט, אבער גיטין ווייס איך מער פון 4

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:48 am
דורך מה פתאום???
ליידער פיל מער פון 4 גיטין.

פון וואנעט שטאמען דיזע סטאטיסטיקס?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:14 pm
דורך פאראינטערסירט
מה פתאום??? האט געשריבן:ליידער פיל מער פון 4 גיטין.

פון וואנעט שטאמען דיזע סטאטיסטיקס?

פרעגטס אייך נאך... הלואי נאר 20.

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:47 pm
דורך אויסגערעכנט
ראש העיר האט געשריבן:לאמיך אויך אריינשיסן דא אביסל אין דעם "שאטינג פיעלד"..

עס איז דא בערך 120 (+) חתונה נעכט, 16 אדער 17 א חודש (ווענדט זיך אויב ס'איז דא 2 טעג ראש חודש), אדר מאכן פיל חתונה אגאנצן חודש, ניסן און סיון מיט ל"ג בעומר קען מען צוזאמשטעלן אלס איין פולע געפאקטע חודש, סיון איז קיין איין זאל נישט ליידיג..

ויואל משה איז פארנומען כמעט יעדע חתונה נאכט, און עטרת אברהם האט יא א שיינע צאל וויליאמסבורגער חתונות..

אויסער דעם זענען אלע גערעכט מיט אלעמען..

איך זע נישט קיין 120.
מען מאכט חתונה ביז כ'א נעם אראפ צווי אדער דריי שבתים, יעדע שבת איז צוויי טעג, פרייטאג צונאכטס און מוצאי, מיט וויפיל בלייבסטו?
איך האב גערעכנט ווי מען האט אויבן געשמועסט 15 טאג א חודש און לויט דעם קומט אויס פינקט 100 חתונה נעכט, יעצט דארף מען רעכענען יעדע זאל וויפיל ער איז ביזי א יאר...


אגב, איינער געדענק ווי מען האט אנגעהויבן?

געשריבן: פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 1:01 pm
דורך פאראינטערסירט
אויסגערעכנט האט געשריבן:
ראש העיר האט געשריבן:לאמיך אויך אריינשיסן דא אביסל אין דעם "שאטינג פיעלד"..

עס איז דא בערך 120 (+) חתונה נעכט, 16 אדער 17 א חודש (ווענדט זיך אויב ס'איז דא 2 טעג ראש חודש), אדר מאכן פיל חתונה אגאנצן חודש, ניסן און סיון מיט ל"ג בעומר קען מען צוזאמשטעלן אלס איין פולע געפאקטע חודש, סיון איז קיין איין זאל נישט ליידיג..

ויואל משה איז פארנומען כמעט יעדע חתונה נאכט, און עטרת אברהם האט יא א שיינע צאל וויליאמסבורגער חתונות..

אויסער דעם זענען אלע גערעכט מיט אלעמען..

איך זע נישט קיין 120.
מען מאכט חתונה ביז כ'א נעם אראפ צווי אדער דריי שבתים, יעדע שבת איז צוויי טעג, פרייטאג צונאכטס און מוצאי, מיט וויפיל בלייבסטו?
איך האב גערעכנט ווי מען האט אויבן געשמועסט 15 טאג א חודש און לויט דעם קומט אויס פינקט 100 חתונה נעכט, יעצט דארף מען רעכענען יעדע זאל וויפיל ער איז ביזי א יאר...


אגב, איינער געדענק ווי מען האט אנגעהויבן?

מר אמר חדא.. דאס יאר איז געווען א איבער יאר סאו ס'איז געווען נאך ארום 16 טעג חתונה צו מאכן...