היסטאריע: וואוקס פון חרדישער ישוב אין וויליאמסבורג פארלאנגזאמט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1313
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:52 pm

איבערגעמאכט
100 נעכט א יאר קען מען מאכן חתונות, נישט יעדן טאג איז דא אין יעדע זאל א חתונה.
בית רחל- כמעט יעדן טאג איז נישטא, לאמיר זאגן 15
פרדס פייגא- כמעט יעדן טאג איז דא, לאמיר זאגן 90
פרדס צבי - אביסל ווייניגער, לאמיר זאגן 80
אימפיריעל - נאך ווייניגער, לאמיר זאגן 65
ויואל משה -נאך ווייניגער, לאמיר זאגן 50
קאנטינענטל - גאנץ פיל, לאמיר זאגן 70
כתר צבי - הייבט יעצט אן, לאמיר זאגן ס'גייט זיין 30
ראוז קעסל - גאנץ פיל, לאמיר זאגן 75
עטרת אבדהם - ממש יחידים, לאמיר זאגן 5
בתי מדרשים חתונות - זייער ווייניג, לאמיר זאגן 10

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:53 pm

eller האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:נישט אז ס'מאכט א גרויסע חילוק, אבער מ'האט אויסגעלאזט עטרת אברהם. איך שאץ אז ס'איז דא דארט 30 וויליאמסבורגע חתונות א יאר

מיינסט 300 ???!!! כמעט יעדע נאכט איז דא דארט א חתונה אריין גערעכנט ספירה ...

איר האט פארפעהלט/איגנארירט א ווארט פון זיין תגובה.
וואו איז דָוִי?

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4531
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:57 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
eller האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:נישט אז ס'מאכט א גרויסע חילוק, אבער מ'האט אויסגעלאזט עטרת אברהם. איך שאץ אז ס'איז דא דארט 30 וויליאמסבורגע חתונות א יאר

מיינסט 300 ???!!! כמעט יעדע נאכט איז דא דארט א חתונה אריין גערעכנט ספירה ...

איר האט פארפעהלט/איגנארירט א ווארט פון זיין תגובה.

בכלל נישט. געוואלט אריין ווארפן אז דארט קומט כמעט יעדן טאג פאר א חתונה (איך רעדט טאקע נישט פון קיין היימישע).
לעצט פאראכטן דורך eller אום מיטוואך אוקטובער 05, 2016 4:36 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 7:13 pm

עטרת אברהם האט סך מער פון 5 היימישע חתונות א יאר, עט ליסט 20

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 8:07 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:עטרת אברהם האט סך מער פון 5 היימישע חתונות א יאר, עט ליסט 20

נישט אלע (בעסער געזאגט כמעט קיין איינס) זענען פון וויליאמסבורג.
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 8:43 pm

Eler דרייט סתם א קאפ. איך אליין האב געהאט די יאר עטליכע וויליאמסבורגע חתונות אין עטרת אברהם. אבער באמת איז עס בכלל נישט נוגע צום שמועס דא.

נו, ווער האט נאך עפעס מוסיף צו זיין דא איבער די פארלאנגזאמטער וויליאמסבורגע וואוקס?

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:00 pm

חוץ קוקן אויף כיתה א', דארף מען אויך נעמען אין באטראכט אז די כיתות ווערן קעלנער פון יאר צו יאר. אלע מיינע קינדער האבן שוין כאטשיג איין קינד פון זייער קלאס וואס האט אוועקגעמופט פון ווילאמסבורג.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 820
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:10 pm

איך וויל צולייגען א נקודה צום שמועס, איך האלט עס איז טאקע אמת אז וויליאמסבורג וואקסט שוואכער ווי ביז יעצט איז אבער זייער נאריש צוזאגן אז עס שרינקט, ווייל די פאקט איז אז עס גייען אין די קומענדיגע פאר יאר צוקימען טויזענטער דירות פאר אידן אין וויליאמסבורג למשל קעיסקעיד-ראוז קעסטל-ראוז קעסטל פארקינג לאט-פייזער(2 סקווער בלאקס)אין נאך, אין כמעט קיין איין דירה ווי עס וואוינען יעצט אידן גייט נישט גיין פאר גוים, קומט אויס אז נישט נאר עס גייט שרינקען נאר עס גייען נאך צוקומען טויזענטער משפחות.
סך הכל וויליאמסבורג בלייבט וויליאמסבורג אפילו הינדערטער מענטשן וועלן אוועק מאפן.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 11:11 pm

אזוי וויל איך האט געשריבן:איך וויל צולייגען א נקודה צום שמועס, איך האלט עס איז טאקע אמת אז וויליאמסבורג וואקסט שוואכער ווי ביז יעצט איז אבער זייער נאריש צוזאגן אז עס שרינקט, ווייל די פאקט איז אז עס גייען אין די קומענדיגע פאר יאר צוקימען טויזענטער דירות פאר אידן אין וויליאמסבורג למשל קעיסקעיד-ראוז קעסטל-ראוז קעסטל פארקינג לאט-פייזער(2 סקווער בלאקס)אין נאך, אין כמעט קיין איין דירה ווי עס וואוינען יעצט אידן גייט נישט גיין פאר גוים, קומט אויס אז נישט נאר עס גייט שרינקען נאר עס גייען נאך צוקומען טויזענטער משפחות.
סך הכל וויליאמסבורג בלייבט וויליאמסבורג אפילו הינדערטער מענטשן וועלן אוועק מאפן.

ריכטיג, אבער די שאלה איז נישט צו וויליאמסבורג בלייבט וויליאמסבורג, די שאלה איז צו די וויליאמסבורגע מענטשען בלייבן וויליאמסבורגע, ביי וועם אוועקמופן איז א מיאוסע ווארט, אויף דעם קען מען זאגן בפה מלא אז דער דיזיס איז שוין טיילווייז eradicated, ווען זיך אוועקציען איז שוין געווארן א נארמאלע אלטערנאטיוו צו דעם האוזינג פראבלעם, אפי' ביי משפחות וואס האבן נישט קיין קרובים אין די פלעצער וויי זיי קלערן צו מופן.
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

קום ועשה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 8:21 pm

תגובהדורך קום ועשה » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 11:28 pm

איך מיין אז מענטשן וואס שטארבן מאכן אויך פלאץ פאר אנדערע....

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:07 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:איבערגעמאכט
100 נעכט א יאר קען מען מאכן חתונות, נישט יעדן טאג איז דא אין יעדע זאל א חתונה.

אגב, עס איז פארהאן צווישן 130 און 140 חתונה נעכט א יאר.
חשון, כסליו טבת שבט אדר, 5 נעכט א וואך = 100
אין צוגאב צו אלול און סיון = נאך ארום דרייסיג פערציג, ווענד זיך ווי א יאר.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

פרוכת
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 10:21 am

תגובהדורך פרוכת » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 1:51 am

חשון כבליו טבת שבט אדר האבען א עווערידש פין 15 פער חודש

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 6:59 am

פרוכת האט רעכט, די לעצטע וואך פון די חודש מאכט מען נישט חתונה, 5 טעג א וואך פאר די ערשטע 3 וואכן איז 15 פער חודש.

ניסן ביז פסח מאכט מען כמעט נישט חתונה.

פון פסח ביז שבועות מאכט מען נאר חתונה לג בעומר און 2 3 טעג פאר שבועות.

ווען דער עולם איז אין קאנטרי מאכט מען כמעט נישט חתונה. ממילא פון שבועות ביז ראש השנה איז דא 4 חדשים, 2 דערפון איז דער עולם אין קאנטרי.

תשרי מאכט מען כמעט נישט חתונה.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19984
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 8:40 am

לאלתר לחיים האט געשריבן:איבערגעמאכט
100 נעכט א יאר קען מען מאכן חתונות, נישט יעדן טאג איז דא אין יעדע זאל א חתונה.
בית רחל- כמעט יעדן טאג איז נישטא, לאמיר זאגן 15
פרדס פייגא- כמעט יעדן טאג איז דא, לאמיר זאגן 90
פרדס צבי - אביסל ווייניגער, לאמיר זאגן 80
אימפיריעל - נאך ווייניגער, לאמיר זאגן 65
ויואל משה -נאך ווייניגער, לאמיר זאגן 50
קאנטינענטל - גאנץ פיל, לאמיר זאגן 70
כתר צבי - הייבט יעצט אן, לאמיר זאגן ס'גייט זיין 30
ראוז קעסל - גאנץ פיל, לאמיר זאגן 75
עטרת אבדהם - ממש יחידים, לאמיר זאגן 5
בתי מדרשים חתונות - זייער ווייניג, לאמיר זאגן 10

תמחול לי, אבער אייערע נומערן זענען וועי אף פונעם מציאות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 8:58 am

לויט זיין חשבון איז דא 490 חתונות א יאר אין וומ"ס. האלטסטי אז ס'איז סאך מער אדער סאך ווייניגער?

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 9:54 am

סאך מער.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 10:04 am

זאכליך האט געשריבן:פרוכת האט רעכט, די לעצטע וואך פון די חודש מאכט מען נישט חתונה, 5 טעג א וואך פאר די ערשטע 3 וואכן איז 15 פער חודש.

ניסן ביז פסח מאכט מען כמעט נישט חתונה.

פון פסח ביז שבועות מאכט מען נאר חתונה לג בעומר און 2 3 טעג פאר שבועות.

ווען דער עולם איז אין קאנטרי מאכט מען כמעט נישט חתונה. ממילא פון שבועות ביז ראש השנה איז דא 4 חדשים, 2 דערפון איז דער עולם אין קאנטרי.

תשרי מאכט מען כמעט נישט חתונה.

לויט די חשבון איז דא פינקט 100 חתונה נעכט
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:02 am

לאמיך אויך אריינשיסן דא אביסל אין דעם "שאטינג פיעלד"..

עס איז דא בערך 120 (+) חתונה נעכט, 16 אדער 17 א חודש (ווענדט זיך אויב ס'איז דא 2 טעג ראש חודש), אדר מאכן פיל חתונה אגאנצן חודש, ניסן און סיון מיט ל"ג בעומר קען מען צוזאמשטעלן אלס איין פולע געפאקטע חודש, סיון איז קיין איין זאל נישט ליידיג..

ויואל משה איז פארנומען כמעט יעדע חתונה נאכט, און עטרת אברהם האט יא א שיינע צאל וויליאמסבורגער חתונות..

אויסער דעם זענען אלע גערעכט מיט אלעמען..
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

אוועטאר
זאכליך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7596
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 19, 2010 5:23 pm

תגובהדורך זאכליך » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:25 am

אבער באמת קען מען נישט מאכן החלטות אויף דעם פארמולא (זאלן * נעכט = פרישע קאפלס) ווייל ס'איז דא צופיל unknowns.

מ'ווייסט נישט וויפל נעכט ס'איז דא א יאר
מ'ווייסט נישט וויפל נעכט וועלכע זאל איז ליידיג
מ'ווייסט וויפל פון די חתונות זענען אויסשטעטישע

די ריכטיגע חשבון איז "מיידלעך פון 12'טע קלאס פון אלע מוסדות צוזאמען" . אויף בחורים קען מען נישט רעכענען ווייל זיי האבן חתונה צו אנדערע שטעט.
אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.

געצ
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 10, 2014 3:08 pm

תגובהדורך געצ » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:28 am

עס איז געווען תשע''ו
427 חתונות
64 נישט פין וויליאמסבורג
אין ליידער 4 גיטין רח''ל

קום ועשה
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 8:21 pm

תגובהדורך קום ועשה » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:45 am

חתונות ווייס איך נישט, אבער גיטין ווייס איך מער פון 4

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 11:48 am

ליידער פיל מער פון 4 גיטין.

פון וואנעט שטאמען דיזע סטאטיסטיקס?

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:14 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:ליידער פיל מער פון 4 גיטין.

פון וואנעט שטאמען דיזע סטאטיסטיקס?

פרעגטס אייך נאך... הלואי נאר 20.
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:47 pm

ראש העיר האט געשריבן:לאמיך אויך אריינשיסן דא אביסל אין דעם "שאטינג פיעלד"..

עס איז דא בערך 120 (+) חתונה נעכט, 16 אדער 17 א חודש (ווענדט זיך אויב ס'איז דא 2 טעג ראש חודש), אדר מאכן פיל חתונה אגאנצן חודש, ניסן און סיון מיט ל"ג בעומר קען מען צוזאמשטעלן אלס איין פולע געפאקטע חודש, סיון איז קיין איין זאל נישט ליידיג..

ויואל משה איז פארנומען כמעט יעדע חתונה נאכט, און עטרת אברהם האט יא א שיינע צאל וויליאמסבורגער חתונות..

אויסער דעם זענען אלע גערעכט מיט אלעמען..

איך זע נישט קיין 120.
מען מאכט חתונה ביז כ'א נעם אראפ צווי אדער דריי שבתים, יעדע שבת איז צוויי טעג, פרייטאג צונאכטס און מוצאי, מיט וויפיל בלייבסטו?
איך האב גערעכנט ווי מען האט אויבן געשמועסט 15 טאג א חודש און לויט דעם קומט אויס פינקט 100 חתונה נעכט, יעצט דארף מען רעכענען יעדע זאל וויפיל ער איז ביזי א יאר...


אגב, איינער געדענק ווי מען האט אנגעהויבן?
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
פאראינטערסירט
שר האלף
תגובות: 1300
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 30, 2016 10:49 am

תגובהדורך פאראינטערסירט » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 1:01 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:
ראש העיר האט געשריבן:לאמיך אויך אריינשיסן דא אביסל אין דעם "שאטינג פיעלד"..

עס איז דא בערך 120 (+) חתונה נעכט, 16 אדער 17 א חודש (ווענדט זיך אויב ס'איז דא 2 טעג ראש חודש), אדר מאכן פיל חתונה אגאנצן חודש, ניסן און סיון מיט ל"ג בעומר קען מען צוזאמשטעלן אלס איין פולע געפאקטע חודש, סיון איז קיין איין זאל נישט ליידיג..

ויואל משה איז פארנומען כמעט יעדע חתונה נאכט, און עטרת אברהם האט יא א שיינע צאל וויליאמסבורגער חתונות..

אויסער דעם זענען אלע גערעכט מיט אלעמען..

איך זע נישט קיין 120.
מען מאכט חתונה ביז כ'א נעם אראפ צווי אדער דריי שבתים, יעדע שבת איז צוויי טעג, פרייטאג צונאכטס און מוצאי, מיט וויפיל בלייבסטו?
איך האב גערעכנט ווי מען האט אויבן געשמועסט 15 טאג א חודש און לויט דעם קומט אויס פינקט 100 חתונה נעכט, יעצט דארף מען רעכענען יעדע זאל וויפיל ער איז ביזי א יאר...


אגב, איינער געדענק ווי מען האט אנגעהויבן?

מר אמר חדא.. דאס יאר איז געווען א איבער יאר סאו ס'איז געווען נאך ארום 16 טעג חתונה צו מאכן...
אין בי כישרון מיוחד, אבל יש בי הרבה סקרנות. ...{אלברט איינשטיין}


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט