היסטאריע: וואוקס פון חרדישער ישוב אין וויליאמסבורג פארלאנגזאמט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:00 am

ארום די זייגער האט געשריבן:
אזוי וויל איך האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:מען רעדט דא כאילו עס האט זיך פארמאכט כיתות ביי מוסדות מהר"א איינער קען קאנפירמען, נישט אז איך ווייס אז נישט, נאר די ערשטע מקור וואס איך האב געהערט איז א צייטונג וואס האט נישט קיין שום אינטערעס צו טראכטען איין סעקענט פאר זיי שרייבן עפעס וואס די מציאות איז, און וועם איך פרעג זאגט עס נאך בשם יענע צייטונג, וואס קען פשוט ביישטיין אז עס זאל געשעהן, א שטייגער ווי די זעלבע צייטונג האט געשריבען דעי וואך, אז מען גייט בויען די סוכה פון די גרויסע בהמ"ד און קרית יואל אויף די דאך פון די ערשטע שטאק פון די נייע פליגעל, איי שוטה קוק וועסטו זעהן אז עס איז נישט מעגלעך עס זאל שוין זיין א דאך אבער זיי האבן מיט פאקטאן קיין שייכות, טראמפ קען זיך גיין לערנען שיסען סטעטמנעטס פון יענע צייטונג,

צוגעמאכט ״כיתות״ זיכער נישט איך מיין אז אפשר איין עידזש איז ארויס 8-9 קינדער האט מען צוזאמגעשטעלט אין כיתה. אין גראדע ווייס איך אז אין אפאר עידזשעס איז צוגעקומען קלאסען.

דאס מיינט פארמאכט א כיתה

דאס האב איך געשריבן אבער נישט כיתות. אין אויך פארמאכן א כיתה קען מיינען אז עס איז ארויס פין 5 ביז 25 קינדער.
א מוסד וואס האט 10 כיתות אין א יארגאנג קען זייער גרינג פארמאכן א כיתה אפילו עס גייען ארויס נאר 5 קינדער פין א קלאס וויבאלד זיי קענען די איבריגע 20 קינדער צוטיילען צווישען די אנדערע 10 קלאסן.

ארום די זייגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 385
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:04 am

מען קען נישט צוטיילן 20 קינדער איבער די אנדערע קלאסן ווייל ווער עס ווייסט איז יעדע קלאס עד אפס מקום

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:08 am

ארום די זייגער האט געשריבן:מען קען נישט צוטיילן 20 קינדער איבער די אנדערע קלאסן ווייל ווער עס ווייסט איז יעדע קלאס עד אפס מקום

צולייגען 1 צו 2 קינדער אין א קלאס פין 25-26 איז נישט געפערליך

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:43 am

מיין פוינט איז זייער פשוט, צו שרייבן אז וויליאמסבורג שרינקט מיינט אז עס דארפן אוועקמאפן פין וויליאמסבורג מער משפחות ווי וואס האבן חתונה א יאר, אין מען האלט גאר ווייט פין דארט, אין לענ״ד גייט קיינמאל נישט אוועקמאפן אזא גרויסע עולם אין 1 יאר.
עס האבן זיכער חתונה 600 קאפעלס א יאר

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

תגובהדורך שתוקא בתרין » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:57 am

אויב ציען זיך אוועק 600 משפחות מיט קינדער, און עס קומען צו 600 שנה ראשונה, איז דאס גאר א שטארקע שרינק!
שנית, פארשטיי אז לויט דעם וועג וועלן די היינטיגע שנה ראשונה זיך אוועקציען ווען זיי וועלן האבן א שטוב מיט קינדער. און א שטאט אן די גרויסע געבענטשטע פאמיליעס האט נישט קיין עתידות.

אזוי וויל איך
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 13, 2015 5:55 pm

תגובהדורך אזוי וויל איך » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 2:07 am

שתוקא בתרין האט געשריבן:אויב ציען זיך אוועק 600 משפחות מיט קינדער, און עס קומען צו 600 שנה ראשונה, איז דאס גאר א שטארקע שרינק!
שנית, פארשטיי אז לויט דעם וועג וועלן די היינטיגע שנה ראשונה זיך אוועקציען ווען זיי וועלן האבן א שטוב מיט קינדער. און א שטאט אן די גרויסע געבענטשטע פאמיליעס האט נישט קיין עתידות.

עס איז אבער נישט אמת ווייל פין דעי וואס מאפן יעצט איז א מיקס פין מענטשן פין שנה ראשונה ביז גרויסע משפחות אין די זעלבע וועט זיין מיט די נייע קאפעלס א חלק וועלן מאפן גלייך א חלק אביסל שפעטער אין א חלק קיינמאל.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 3:53 am

שמעתי פון איינעם פון הנהלת סאטמאר מהר"יי אזוי, נישט אז עס איז ווייניגער געווארן די כיתות אין חדר נאר די נאטורליכע וואוקס איז נישט געווען ווי אלע יארן ביז יעצט, למשל אויב איז יעדע יאר צוגעקומען 10 קינדער מער ווי פאריאר, דאס הייסט תשע"ד איז צוגעקומען 70 נייע קינדער צום נייעס יאר, תשע"ה איז צוגעקומען 80 נייע קינדער, תשע"ו 90 קינדער, וואלט ווען געדארפט אויף תשע"ז צוקומען 100 נייע קינדער, אבער למעשה איז נאר צוגעקומען 97 נייע קינדער, דאס מיינט אז די וואוקס גייט נישט אזוי שנעל ווי ביז יעצט, אבער דאס מיינט נישט אז די וויליאמסבורגע פאפולאציע ווערט קלענער, נאר עס וואקס נישט אזוי שנעל ווי ביז היינט נאר א טראפקעלע שטייטער.
לעצט פאראכטן דורך אויסגערעכנט אום דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 4:02 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 4:01 am

סעמס האט געשריבן:באדעם ליין, 10 אלפים פאר איינער וואס ברענגט א דירה, כוועל אייך לאזן וויסן ווען איך טרעף אי״ה

באמת איז עס שווער צו פארשטיין אבער די מציאות ווייזט אז 1 בעדרום דירה איז נישט גרינג צו באקומען, חתן כלה נעמען עס איינס צוויי, ממילא איז דא א מאנגל דערפון, צוויי בעדרומס איז דא איבער געניג אין ווילי, די פרייזן זענען טאקע טייער, אבער מען קען טרעפן געניג, דריי בעדרום קען מען אויך טרעפן, ווייטער עס איז טייער אבער דעי סארט מציאות ווי א דריי בעדרום קען מען טרעפן, א פיר בעדרום דירה איז א זאך וואס מען קען נישט טרעפן אין ווילי.
איך כאפ נישט פארוואס א דריי בעדרום קען מען יא און א פיר בעדרום נישט, אויב האט עס ווייל איינער מיט א שטוב מיט קינדער מופט נישט אזוי שנעל, איז דאך ביי דריי בעדרום די זעלבע זאך... איך כאפ עס נישט. אויב איינער קען עס מסביר'ן וועל איך הנאה האבן
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
פאקטען
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 5:55 am

סעמס האט געשריבן:באדעם ליין, 10 אלפים פאר איינער וואס ברענגט א דירה, כוועל אייך לאזן וויסן ווען איך טרעף אי״ה


די בילדונג נעקסט צו בראשוב דאכצעך שטייט דריי פערטל ליידיג, דארט איז דא שיינע גרויסע פיר בעדרום דירות.
שטאלץ מיט מיין פראופייל..
מערסט אקטיוו אין פארום: היימישע פארברענגן
פארוואס?

פרידן
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 7:41 am

פאקטען האט געשריבן:
סעמס האט געשריבן:באדעם ליין, 10 אלפים פאר איינער וואס ברענגט א דירה, כוועל אייך לאזן וויסן ווען איך טרעף אי״ה


די בילדונג נעקסט צו בראשוב דאכצעך שטייט דריי פערטל ליידיג, דארט איז דא שיינע גרויסע פיר בעדרום דירות.

נעמט נישט סעקשאן 8 סעמס דאכטציך זיך איינער וואס נעמט יא

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6029
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 9:08 am

אויסגערעכנט האט געשריבן:שמעתי פון איינעם פון הנהלת סאטמאר מהר"יי אזוי, נישט אז עס איז ווייניגער געווארן די כיתות אין חדר נאר די נאטורליכע וואוקס איז נישט געווען ווי אלע יארן ביז יעצט, למשל אויב איז יעדע יאר צוגעקומען 10 קינדער מער ווי פאריאר, דאס הייסט תשע"ד איז צוגעקומען 70 נייע קינדער צום נייעס יאר, תשע"ה איז צוגעקומען 80 נייע קינדער, תשע"ו 90 קינדער, וואלט ווען געדארפט אויף תשע"ז צוקומען 100 נייע קינדער, אבער למעשה איז נאר צוגעקומען 97 נייע קינדער, דאס מיינט אז די וואוקס גייט נישט אזוי שנעל ווי ביז יעצט, אבער דאס מיינט נישט אז די וויליאמסבורגע פאפולאציע ווערט קלענער, נאר עס וואקס נישט אזוי שנעל ווי ביז היינט נאר א טראפקעלע שטייטער.

פארוואס טאקע? ע"פ דרך הטבע דארף דאך די וואוקס זיך נאר פארגרעסערן, איז אויב האט זיך עס גאר פארקלענערט איז דאס אין א געוויסן זין א אנדייטונג אז משפחות האבן זיך ארויסגערוקט פון דא.

מען האט גערעדט דא אז די פארקלענערונג איז ביי כיתה א׳. אפאר וואכן צוריק האב איך געהערט אז אין ויואל משה קומט יא צו נאך קלאסן, שוין נאכן אפטיילן א טייל קיין ווייס איך [נישט] וואו, און אז פאראיאר איז שוין געווען צוויי קלאסן סטאנציאנירט אין די זאל, אפגעטיילט מיט מחיצות, און אז היי יאר גייט מען מאכן א כיתה ביי די לאבי וואו מען קומט אריין...
דאן מאכט יא סענס אז דאס האט צוטון מיט אוועקמופן, ווייל די גאר אינגע מופן טאקע ווייניגער ווי די נעקסטע סטעידזש אינגעלייט, אזוי דאכצעמער.
וואו איז דָוִי?

שטארקע חסיד
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 9:54 am

תגובהדורך שטארקע חסיד » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 10:00 am

מיר האט געזאגט איינע פון די מנהלים ביי סאטמאר מהרז"ל אז פון בנין זופניק מיט עטרת יואל צוזאמען איז דא מיט 7 קינדער ווייניגער און כתה א ווי פאריאר

אוועטאר
שאינו יודע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 10:22 am

שטארקע מעשה. אויב עס איז אמת
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 11:06 am

דעס אז מוסדות קראלי אפערט ברבים חצי בחינם פאר שכר לימוד
צייגט אז די אנטלויף און געיעג ארויס פון וויליאמסבורג האלט ביי א גאר שטארקער הויכפונקט
עס איז צום האפן אז ביים קומענדיגער שנת הלימודים וועט מען זעהן מערערע אזעלכע אפער'ס.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6029
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 11:10 am

און אפשר צייגט עס אויף אן אנטלויף פון קראלי׳ס מוסד?
וואו איז דָוִי?

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 11:31 am

מיסטעריעז האט געשריבן:און אפשר צייגט עס אויף אן אנטלויף פון קראלי׳ס מוסד?

ווען נאר קראלי זאל זעהן א פארמינערונג אין די צאל קינדער וואלסטי געקענט אזוי קלערן
מען הערט פין ממש אלע מוסדות התורה אז די צאל תלמידים ווערט היבש פארמינערט.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6029
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 11:39 am

גענוי דאס האב איך געמיינט, פון די פארמינערונג איבעראל זעהט מען אפשר א שרינק, אבער פון קראלי׳ס אקט אליינס זעהט מען סך הכל אז זיי ווילן נאך קינדער אין זייער מוסד.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1120
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 11:46 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:מען רעדט דא כאילו עס האט זיך פארמאכט כיתות ביי מוסדות מהר"א איינער קען קאנפירמען, נישט אז איך ווייס אז נישט, נאר די ערשטע מקור וואס איך האב געהערט איז א צייטונג וואס האט נישט קיין שום אינטערעס צו טראכטען איין סעקענט פאר זיי שרייבן עפעס וואס די מציאות איז, און וועם איך פרעג זאגט עס נאך בשם יענע צייטונג, וואס קען פשוט ביישטיין אז עס זאל געשעהן, א שטייגער ווי די זעלבע צייטונג האט געשריבען דעי וואך, אז מען גייט בויען די סוכה פון די גרויסע בהמ"ד און קרית יואל אויף די דאך פון די ערשטע שטאק פון די נייע פליגעל, איי שוטה קוק וועסטו זעהן אז עס איז נישט מעגלעך עס זאל שוין זיין א דאך אבער זיי האבן מיט פאקטאן קיין שייכות, טראמפ קען זיך גיין לערנען שיסען סטעטמנעטס פון יענע צייטונג,

לפי ידיעתי ביסטו גערעכט אין איך האב פארגאנגענע וואך געהערט אז עס קומען יא צו נייע קלאסן היי יאר אין מוסדות מהר"א
שרייב פאר די טראכסט אזוי וועט זיין וואס צו מעקן

זשערסיסיטי עסקן
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2015 11:06 pm

תגובהדורך זשערסיסיטי עסקן » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 12:42 pm

פארראכטען דעם קעפעל. ווי מאנכע האבן געזאגט דא איז שווער אנצונעמען אז דער יישוב איז טאקע געשרינקען, הונדערטער האבן טאקע געמופט אבער מסתם נישט 500-600 משפחות.

עס איז אבער לית מאן דפליג אז זער וואוקס האט זיך אנגעהויבן פארשטייטערן. עס איז אויך לית מאן דפליג אז עס איז דא דירות וואס שטייען ליידיג לע"ע צוליב פארשידענע סיבות. ביידע זאכן האבן נישט קיין פרעצעדענט אין וויליאמסבורגע היסטאריע.

There is light at the end of the tunnel

א כתיבה וחתימה טובה אלע ידידים דא, לשנה הבאה בירושלים.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 12:55 pm

דאס איז אלעס איז יעצט ווען:
זשערזי סיטי: האט נאכנישט 50 אידן
בלומינגבורג: אינטער 100
לעיקוואד: 0
בלומינגגראוו: אינטער 50
שכונת ויואל משה: 0
ווען די אלע שטעט וועלן שוין אינאיינעם פארמאגען א טויזענטער בעזר ה' וועט די שרינקונג אין וומ"ס זיך דערקענען פין וואך צו וואן און מחודש לחודש.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:04 pm

זייער אסאך מופן קיין מאנסי

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:14 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:זייער אסאך מופן קיין מאנסי
יא יא

אבער די פינעף:
זשערזי סיטי: האט נאכנישט 50 אידן
בלומינגבורג: אינטער 100
לעיקוואד: 0
בלומינגגראוו: אינטער 50
שכונת ויואל משה: 0
איז דירעקט אהערגעשטעלט געווארן צו לייזען די קריזיס
ווען די 5 פלעצער וועלן שוין פארמאגען אי"ה א גאר ערנסטע ציפער איינוואוינער וועט לויט אלע שאצונגען ערנסט שרינקען די וומ"ס געגענט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 2:06 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:שמעתי פון איינעם פון הנהלת סאטמאר מהר"יי אזוי, נישט אז עס איז ווייניגער געווארן די כיתות אין חדר נאר די נאטורליכע וואוקס איז נישט געווען ווי אלע יארן ביז יעצט, למשל אויב איז יעדע יאר צוגעקומען 10 קינדער מער ווי פאריאר, דאס הייסט תשע"ד איז צוגעקומען 70 נייע קינדער צום נייעס יאר, תשע"ה איז צוגעקומען 80 נייע קינדער, תשע"ו 90 קינדער, וואלט ווען געדארפט אויף תשע"ז צוקומען 100 נייע קינדער, אבער למעשה איז נאר צוגעקומען 97 נייע קינדער, דאס מיינט אז די וואוקס גייט נישט אזוי שנעל ווי ביז יעצט, אבער דאס מיינט נישט אז די וויליאמסבורגע פאפולאציע ווערט קלענער, נאר עס וואקס נישט אזוי שנעל ווי ביז היינט נאר א טראפקעלע שטייטער.

פארוואס טאקע? ע"פ דרך הטבע דארף דאך די וואוקס זיך נאר פארגרעסערן, איז אויב האט זיך עס גאר פארקלענערט איז דאס אין א געוויסן זין א אנדייטונג אז משפחות האבן זיך ארויסגערוקט פון דא.

מען האט גערעדט דא אז די פארקלענערונג איז ביי כיתה א׳. אפאר וואכן צוריק האב איך געהערט אז אין ויואל משה קומט יא צו נאך קלאסן, שוין נאכן אפטיילן א טייל קיין ווייס איך [נישט] וואו, און אז פאראיאר איז שוין געווען צוויי קלאסן סטאנציאנירט אין די זאל, אפגעטיילט מיט מחיצות, און אז היי יאר גייט מען מאכן א כיתה ביי די לאבי וואו מען קומט אריין...
דאן מאכט יא סענס אז דאס האט צוטון מיט אוועקמופן, ווייל די גאר אינגע מופן טאקע ווייניגער ווי די נעקסטע סטעידזש אינגעלייט, אזוי דאכצעמער.

דו האסט מיר נישט גוט פארשטאנען, זיכער אז עס קומען צו נייע קינדער, עס קומט נאר נישט צו אזוי סאך וויפיל מען האט זיך גערישט, אויב האט מען זיך גערישט אז ער גייען אריינקומען דאפלט נייע קינדער פון וויפיל עס איז אריינגעקומען פאריאר, און למעשה איז נאר געווען א 90% העכערונג, מיינט דאס אז די מוסדות וואקסן ווייטער כמעט נארמאל, נאר מיט גאר א קליינע פליק אין די זייט.

ליין איבער מיין פאריגע תגובה צו בעסער פארשטיין
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 10318
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 2:37 pm

שתוקא בתרין האט געשריבן:אויב ציען זיך אוועק 600 משפחות מיט קינדער, און עס קומען צו 600 שנה ראשונה, איז דאס גאר א שטארקע שרינק!
שנית, פארשטיי אז לויט דעם וועג וועלן די היינטיגע שנה ראשונה זיך אוועקציען ווען זיי וועלן האבן א שטוב מיט קינדער. און א שטאט אן די גרויסע געבענטשטע פאמיליעס האט נישט קיין עתידות.

וויפיל קומען טאקע צו יעדען יאר, ווייסט איינער דער נאמבער?

לאמיר פרובירען מאכען דער חשבון; וויפיל חתונה האלס, זענען אין וויליאמסבורג? וויפיל נעכט א יאר איז דא חתנות? וויפיל פון די חתנות זענען ווילאמסבורגער חתונות? וכו'
--
צווייטענס, וואקסט טאקע דער נומער פון חתנות משנה לשנה, אדער שרינקט עס ליידער צוליב דער מגיפה פונעם אינטערנעט?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

לאלתר לחיים
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דאנארשטאג סעפטעמבער 29, 2016 2:58 pm

100 נעכט א יאר קען מען מאכן חתונות, נישט יעדן טאג איז דא אין יעדע זאל א חתונה.
בית רחל- כמעט יעדן טאג איז נישטא, לאמיר זאגן 15
פרדס פייגא- כמעט יעדן טאג איז דא, לאמיר זאגן 90
פרדס צבי - אביסל ווייניגער, לאמיר זאגן 80
אימפיריעל - נאך ווייניגער, לאמיר זאגן 65
ויואל משה -נאך ווייניגער, לאמיר זאגן 50
קאנטינענטל - גאנץ פיל, לאמיר זאגן 70
כתר צבי - הייבט יעצט אן, לאמיר זאגן ס'גייט זיין 30
ראוז קעסל אויבן - גאנץ ליידיג, לאמיר זאגן 25
ראוז קעסל אונטן - גאנץ פיל, לאמיר זאגן 65
בתי מדרשים חתונות - זייער ווייניג, לאמיר זאגן 10


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט