בלאט 1 פון 1

טעקס אבעיטמענט און אלעס ארום

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 2:56 pm
דורך לחיים ולשלום
יעדער דא האט שוין געוויס געהערט אדער האלט מיט אז גאנץ בקרוב ענדיגט זיך די טעקס אבעיטמענטס ביי די קאנדא הייזער אין וויליאמסבורג, און מהיום והלאה גייען די טעקס פרייזן ארויפשרינגען צו אסטראנאמיש הויכע ציפערן, ביי טייל הייזער בערך אכט טויזנט דאלאר, און ביי אנדערע אזויפיל ווי מער פון פופצן אלפים, איז כדאי צו עפענען אן אשכון מיט אלע פרטים און אינפארמאציע בנוגע די יעצטיגע טעקס רעדוקציעס און קאנטראסט צו די עווענטועלע געשוואלענע פרייזן.
ס'איז קיין פראגע אז די שטייגענדע טעקס פרייזן וועט זיין אן ערנסטער שטיפ פאראויס אז אסאך מענטשן זאלן איבערלאזן וויליאמסבורג און זיך זוכן בעסערע גליקן, אבער סוכ"ס איז דא טויזנטער וויליאמסבורגער תושבים וואס זענען דא איינגעמיירעט מיט זייערע קאנדא הייזער, און וועלן בלית ברירה מוזן צאלן די שטייערן, און צוגאב צום דרייסיג יעריגן מארטגעדזש, דארף מען דא אויסשמועסן צו ס'איז בכלל שייך עפעס צו טון, צו מ'טוט עפעס, אויפ'ן לעגאלן אויסצופייטן די טעקס העכערונג.
ס'הייסט אז ביי די דאמפסי דעוועלאפמענט האט מען פרובירט אויסצופייטן די טעקסעס און מ'איז דורכגעפאלן, די וואס האבן א ברייטערע ידיעה אין דעם פעלד און זענען אויסגעקאכט מיט די פאקטן זאלן עס ביטע מיטטיילן פאר די ליינער.

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:00 pm
דורך Good

געשריבן: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:06 pm
דורך לחיים ולשלום
למעשה איז דא עפעס אפציעס וואס ס'שייך צו טון, איז מעגליך צו פייטן לעגאל, איז שייך צו איבערווייזן אז אונזערע קאנדאס זענען נישט קיין טייערע קאנדאס?

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:06 am
דורך בעלבאטיש
לחיים ולשלום האט געשריבן:למעשה איז דא עפעס אפציעס וואס ס'שייך צו טון, איז מעגליך צו פייטן לעגאל, איז שייך צו איבערווייזן אז אונזערע קאנדאס זענען נישט קיין טייערע קאנדאס?

סאיז למעשה יא טייערע קאנדאס ! פינטעל

און איין זאך וואס מ'קען טין אז די ואחרי כן יצאו ברכוש גדול וועט מקיום ווערן פאר די וואס האבן הייזער דא

מענטשן פארשטיייען נישט און על פי רוב איז עס מענטשן אין וויליאמסבורג וואס די זעלבע מענטשן שרייען נאך אין מקוה אז די יאפפיס גייען שוין אט אט אוועק פון ווילי און דירות פרייזען גייען טראסקענען.....

בקיצור מאנהעטען האט א טייערע טעקס ,דעס פארשטייסטו יא ?

די זעלבע זאך איז דא ,די געגענט איז א נייע מאנהעטען ,און א געוויסע זין טייערער ווי רוב חלקים אין מאנהעטען

די יודעלע הייב דיך אויף אין פיץ פון דא אדער בייצאל די פארדינטען פרייז

איין זאך פארשטיין איך נישט פאר וואס סעקשאן 8 בייצאלט אין טייערע געגענטער , זאלן זיי געבן סעקשאן 8 נאר אין געגענטער ווי די רענט איז ביליג ,על כל פנים נישט אין די טייערסטע געגענט אין אמעריקא , דעס וואס די עולם באקומט סעקשאן 8 לעצטענס מאכט חרוב ליידער יודישע שטובער

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 6:57 pm
דורך מירונער
בעלבאטיש האט געשריבן:

בעלבאטיש דו ענטפערסט נישט וואס לחיים ולשלום האט געפרעגט. יעדער פארשטייט דעם דירות קריזיס און דער קייט רעאקציע מיט ביטערע פראבלעמען וואס דאס ברענגט מיט, יעדער איז ביי דער מיינונג אז וויליאמסבורג איז היינט אזוי טייער ווי מאנהעטן און ס'שוין נישט קיין אפציע פאר'ן המון עם צו קענען וואוינען נארמאל, אבער אין פאקט זענען דא טויזנטער אידן וואס האבן שוין מיט עטליכע יארן צוריק געקויפט דירות אין וויליאמסבורג, זיי גייען נישט אזוי שנעל אנטלויפן פון שטאט, אבער לויט ווי ס'קוקט יעצט אויס וועלן זיי זענען בלית ברירה מוזן צאלן די ביטער הויכע שטייערן, איז די פראגע אויב ס'איז דא עפעס מעגליכקייטן עס צו פייטן, און צו ס'איז דא אזעלכע וואס זענען עוסק דערין?

געשריבן: זונטאג אוגוסט 19, 2018 9:48 pm
דורך ברזילי
עס איז פארהאן פארשידענע עקזעמפשאנס וואס גיבן א טעקס דידאקשן
למשל אויב דער באלעבאס איז העכער 60 אדער ר"ל דיסעבלד און דאס איז זיין פריימערי רעזידענס

וויאויך אויב די רענט איז קאנטראלד
עיין כ"ז NYC DOF

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 20, 2018 9:51 pm
דורך אפשר פארקערט
די מענטשען וואס האבען געקויפט פאר 15יאר צריק גייען נאך אלטס באצאלען אפי' מיט די טעקס ביליגער ווי ווער עס קויפט יעצט אפי' מיט טעקס אבעטמענט

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 10:42 am
דורך מונאוויטש
געקריגן א בריוו פון די סיטי אז די 421a exemption פאר אונזער קאַנדאָ בילדינג - געבויט בערך 10 יאר צוריק - איז נישט געווארן פיינעלייזט מיט אלע נויטיגע פעיפערווארק, און אויב מיר ריספאנדן נישט ביז סוף חודש וועלן זיי אנולירן דעם אבעיטמענט אויף 7 יאר צוריק!

דער בחור וועלכער האט געפיילט די אריגינעלע עקזעמפשאן איז שוין נישט צום געפונען. ווי הויבט מען אן דא?! שמעתי אז מיר זענען נישט די איינציגסטע מיט דעם פראבלעם.עמיצער מיט אן ענליכע עקספיריענס?

געשריבן: דאנארשטאג פאברואר 06, 2020 1:28 pm
דורך נא_שכל
זיי פרובירן צו אראפווארפן ווי מער בילדינג'ס, פאריאר איז זיי געלונגען גאר אסאך. פארבינד מיט יאזשעף'ס אפיס. 718-387-3004