קרית יואל: פארמירונג פונעם נייעם "טאון אוו פאלם טרי"

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

קלאץ קשיא

תגובהדורך אבגדהוזחטי » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 2:56 pm

איך פארשטיי נישט די אנעקסעישאן איז למעשה אדורך נאר עס איז געקלאגט געווארן אין געריכט און וואודערום קיין סטעי איז נישטא דערויף נו יעצט אז עס איז אויפגעקומען די פשרה איבער די נייע טאון אז מגייט זיך ארויציען פונעם אנעקסעישאן איז דאך זיכער אז 56 קומט אריין אין די ווילדזש נו פארוואס זאל מען נאכנישט קענען בויען אין די שטחים פון די 56
יענקל לעדערמאן

אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 2:58 pm

רויט האט געשריבן:פאר אן ערל וואס ווייסט נישט אז מרן רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט געטראגן די נאמען טייטלבוים, גייט זיך דאכטן אז דא וואקסן עפעס טייטלביימער...

אפשר וועט מען שוין קענען נעמען לולבים פון קרית יואל על טהרת הקודש?...

אבער אז דער ברך משה ובנו מהר"א הייסן אזוי ווייסט יעדער גוי
יענקל לעדערמאן

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 3:02 pm

אבגדהוזחטי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די אנעקסעישאן איז למעשה אדורך נאר עס איז געקלאגט געווארן אין געריכט און וואודערום קיין סטעי איז נישטא דערויף נו יעצט אז עס איז אויפגעקומען די פשרה איבער די נייע טאון אז מגייט זיך ארויציען פונעם אנעקסעישאן איז דאך זיכער אז 56 קומט אריין אין די ווילדזש נו פארוואס זאל מען נאכנישט קענען בויען אין די שטחים פון די 56

עס גייט נישט אזוי וויאזוי זאל עס אריינקומען אויב די קארט האט נאכנישט געפסק'נט. און די קארט קען נאר פסק'נען א יא אדער א ניין.
[עס וואלט ווארשיינליך געווען א יא פאר 507 אבער און צעהן יאר ארום, עכ"פ די פעדעראל סופרים קארט]
סא די 56 אגרימענט איז נישט קיין לעגאלע פראסעס, נאר נאך וואס עס ווערט א טאון. ווערט די טאון אויף דעי חלקים.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 3:05 pm

אבגדהוזחטי האט געשריבן:
רויט האט געשריבן:פאר אן ערל וואס ווייסט נישט אז מרן רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט געטראגן די נאמען טייטלבוים, גייט זיך דאכטן אז דא וואקסן עפעס טייטלביימער...

אפשר וועט מען שוין קענען נעמען לולבים פון קרית יואל על טהרת הקודש?...

אבער אז דער ברך משה ובנו מהר"א הייסן אזוי ווייסט יעדער גוי

ובנו מהרי"י וכו'

אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 3:07 pm

אבער די 165 האט דאך שוין די קארט יא געפסקענט
יענקל לעדערמאן

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 4:52 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:יא ליידער, די ווילידטש ארבעט שוין יארן אויף די ענעקסעשען. וואס זאל מען טוען אז יוניידעט מאנרא איז שטארק אריינגעקומען צוויי יאר צירוק.
אבער אלע? ניין, 2000 פון שכונת ויואל משה דארף נישט ווארטען נאר מען קען שוין אנהייבן בויען.
און אפילו אז נישט האלטען זיך שוין אסאך אירע צירוק פון קויפן צוליב ווייל צוויי יאר ארום גייט זיין דירות.

וואס?

דאמירן בעלמא ואמרו אמן - די אנעקסעישאן איז אין אפעקט, צו עס איז יא דא פאלם טרי צו נישט, סתם געשאסן אין די וועלט אריין, מ'האט געווארט אויף די וואסער פסק פאר ריזאונינג, און אלעס איז יעצט אין מאושען.

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 5:00 pm

מיללער האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:יא ליידער, די ווילידטש ארבעט שוין יארן אויף די ענעקסעשען. וואס זאל מען טוען אז יוניידעט מאנרא איז שטארק אריינגעקומען צוויי יאר צירוק.
אבער אלע? ניין, 2000 פון שכונת ויואל משה דארף נישט ווארטען נאר מען קען שוין אנהייבן בויען.
און אפילו אז נישט האלטען זיך שוין אסאך אירע צירוק פון קויפן צוליב ווייל צוויי יאר ארום גייט זיין דירות.

וואס?

דאמירן בעלמא ואמרו אמן - די אנעקסעישאן איז אין אפעקט, צו עס איז יא דא פאלם טרי צו נישט, סתם געשאסן אין די וועלט אריין, מ'האט געווארט אויף די וואסער פסק פאר ריזאונינג, און אלעס איז יעצט אין מאושען.

געשאסן אין די וועלט אריין איז א אונדערסטעיטמענט

אוועטאר
אבגדהוזחטי
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 5:26 pm

תגובהדורך אבגדהוזחטי » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 5:02 pm

מיללער האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:יא ליידער, די ווילידטש ארבעט שוין יארן אויף די ענעקסעשען. וואס זאל מען טוען אז יוניידעט מאנרא איז שטארק אריינגעקומען צוויי יאר צירוק.
אבער אלע? ניין, 2000 פון שכונת ויואל משה דארף נישט ווארטען נאר מען קען שוין אנהייבן בויען.
און אפילו אז נישט האלטען זיך שוין אסאך אירע צירוק פון קויפן צוליב ווייל צוויי יאר ארום גייט זיין דירות.

וואס?

דאמירן בעלמא ואמרו אמן - די אנעקסעישאן איז אין אפעקט, צו עס איז יא דא פאלם טרי צו נישט, סתם געשאסן אין די וועלט אריין, מ'האט געווארט אויף די וואסער פסק פאר ריזאונינג, און אלעס איז יעצט אין מאושען.

איז די אפמאך נישט געווען צוריק צו ציען פונעם אנעקסעישאן?
יענקל לעדערמאן

רה''ק דקהל פורים
שר האלף
תגובות: 1098
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 19, 2017 4:35 pm

תגובהדורך רה''ק דקהל פורים » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 5:08 pm

אבגדהוזחטי האט געשריבן:
רויט האט געשריבן:פאר אן ערל וואס ווייסט נישט אז מרן רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע האט געטראגן די נאמען טייטלבוים, גייט זיך דאכטן אז דא וואקסן עפעס טייטלביימער...

אפשר וועט מען שוין קענען נעמען לולבים פון קרית יואל על טהרת הקודש?...

אבער אז דער ברך משה ובנו מהר"א הייסן אזוי ווייסט יעדער גוי

די גוים ווייסן אז טייטלבוים איז טייטש פאלם טרי?
מיין נישט ענטפערן איז וויבאלד דו האסטו נאך קיינמאל צוריקגעצויגן, אפי' נאכ'ן ווערן געפראווד ראנג.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 5:15 pm

אבגדהוזחטי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:יא ליידער, די ווילידטש ארבעט שוין יארן אויף די ענעקסעשען. וואס זאל מען טוען אז יוניידעט מאנרא איז שטארק אריינגעקומען צוויי יאר צירוק.
אבער אלע? ניין, 2000 פון שכונת ויואל משה דארף נישט ווארטען נאר מען קען שוין אנהייבן בויען.
און אפילו אז נישט האלטען זיך שוין אסאך אירע צירוק פון קויפן צוליב ווייל צוויי יאר ארום גייט זיין דירות.

וואס?

דאמירן בעלמא ואמרו אמן - די אנעקסעישאן איז אין אפעקט, צו עס איז יא דא פאלם טרי צו נישט, סתם געשאסן אין די וועלט אריין, מ'האט געווארט אויף די וואסער פסק פאר ריזאונינג, און אלעס איז יעצט אין מאושען.

איז די אפמאך נישט געווען צוריק צו ציען פונעם אנעקסעישאן?

פון די 507 נישט פון די 164

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 5:32 pm

ליינסט נישט קיין תגובות פריער נאכדעם רעגסטו דיר די גאנצע שמיעס דא האט מען האט גערעדט פון די 56 עיקר.
און ניין עס איז נאך נישט אין קראפט, אויף די 164 האט מען געווארט אויף די ריזאנינג, און 56 איז נאך נישט גע'ענעקסט פאר די טאון איז אין קראפט.
נעקסט טיים טראכט א סעקענט פאר דו רעגסט דיר אויף.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
פארפלאנטערט
שר חמש מאות
תגובות: 857
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm

תגובהדורך פארפלאנטערט » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 5:34 pm

מיללער האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:יא ליידער, די ווילידטש ארבעט שוין יארן אויף די ענעקסעשען. וואס זאל מען טוען אז יוניידעט מאנרא איז שטארק אריינגעקומען צוויי יאר צירוק.
אבער אלע? ניין, 2000 פון שכונת ויואל משה דארף נישט ווארטען נאר מען קען שוין אנהייבן בויען.
און אפילו אז נישט האלטען זיך שוין אסאך אירע צירוק פון קויפן צוליב ווייל צוויי יאר ארום גייט זיין דירות.

וואס?

דאמירן בעלמא ואמרו אמן - די אנעקסעישאן איז אין אפעקט, צו עס איז יא דא פאלם טרי צו נישט, סתם געשאסן אין די וועלט אריין, מ'האט געווארט אויף די וואסער פסק פאר ריזאונינג, און אלעס איז יעצט אין מאושען.

לידיעה בעלמא, די אלע וואס וואוינען אין די 164 עיקער האבן שוין נעכטען געשטימט ביי די וואלן אין קרית יואל

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4820
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 5:35 pm

אבגדהוזחטי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט די אנעקסעישאן איז למעשה אדורך נאר עס איז געקלאגט געווארן אין געריכט און וואודערום קיין סטעי איז נישטא דערויף נו יעצט אז עס איז אויפגעקומען די פשרה איבער די נייע טאון אז מגייט זיך ארויציען פונעם אנעקסעישאן איז דאך זיכער אז 56 קומט אריין אין די ווילדזש נו פארוואס זאל מען נאכנישט קענען בויען אין די שטחים פון די 56

מיללער אויף דעי תגובה האב איך מיר באצויגן.
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
מיין שטעלונג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 290
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 04, 2015 5:58 pm
לאקאציע: אין מוח

תגובהדורך מיין שטעלונג » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 5:45 pm

איך האף איך חזר נישט איבער אלטע זאכן - ז'יא, זייט'זשע מיר אלע מוחל.

דאס ארויסגיין פון "טאון אוו מאנרא" טוט אויף איינצייטיג א געוואלדיגע זאך. מער האט "קרית יואל" מיט "מאנרא" קיין שום שייכות. דו וואוינסט נישט אין בושוויק, גרין פוינט און בעדסטיי און איך וואוין נישט אין "מאנרא". דו וואוינסט אין וויליאמסבורג און איך וואוין אין קרית יואל, העכסטנס פאלם-טרי. און וואס איז די אויפטוה? אז די שטאט וואס דער הייליגער סאטמאר רבי זי"ע (וואס האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין דורות) האט געבויעט "לשמו ולזכרו", ווערט דורך רוב שטאטישע אידן גערופן "מאנרא". פון איצט און ווייטער וועט דער "שמו וזכרו" פון רבי'ן דערמאנט ווערן ברוב פאר והדר. קרית יואל אדער פאלם-טרי.

אגב - קומט נישט דא אריין, אבער אז מען רעדט שוין פון שטעט נעמען - ווער עס וועט מופן קיין בלומנבערג, וועט מען אים צוריקשיקן קיין וויליאמסבערג.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 6:49 pm

שוין, פון היינט אין ווייטער וועט מען שוין נישט זאגן אז מ'וואוינט/ פארט אין/קיין מאנדרוי... וויאזוי רייסט מען אויס אזא אלטע געוואוינהייט.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1845
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 7:05 pm

די טאון אוו פאלם טרי איינוואוינער וועלן נאך אמאל שטימען פאר עפעס אנדערש חוץ פון אירע טאון בעאמטע?
אויב נישט, קומט מער נישט וואלן ווי אסאך וועלן זיך משתתף זיין דערין.

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4113
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 7:17 pm

מ'גייט וואוטן אין די סטעיט און אין די קאונטי פארמעסטן און קאנגרעס אויך
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 843
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 7:18 pm

אינטערנאל וועט שוין קיין וואלן נישט זיין. אבער די בלאק-וואוט גייט ווייטער אן אויפן פאליטישן פראנט.
אז איר מיינט אנדערש, דאן ליינט ביטע איבער מיין תגובה. אז איר ווענדט מיך אפ, וועל איך בדרך כלל זיך נישט באמיען אייך צו ענטפערן.

יואלפריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:10 pm

תגובהדורך יואלפריעדמאן » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 7:41 pm

יונה האט געשריבן:עס איז נאכנישט קיין פאקט, עס איס געגאנגען נאָך א גרויסע טריט פאראויס. לויט די יעצטיגע געזען קען עס נישט ווערן אין עפעקט בעפאר יארע 20 למספ'. די געזעץ געבער אין אלבעני וועלן דן זיין אין יאנואר 18' צו מען זאל מאכן א ספעציעלע אויסנאם געזעץ עס זאָל יא ערלויבט זיין צו אריינגיין אין עפעקט שנעלער.

כ'הער אז דער רבי פין קרית יואל הייסט מ'זאל מער נישט שרייבן 'מאנרוי' אויף כתובות אין ס'זאל זיך נישט מאכען - גיטין

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 7:47 pm

משרייבט קיינמאל נישט מאנרא, אפילו נישט ניו יארק ווי איבעראל, משרייבט בלויז "מתא קרית יואל"

אוועטאר
געראטעוועט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 19, 2015 3:12 pm

תגובהדורך געראטעוועט » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 7:50 pm

איינער מערקט מיך אן ווי אינטערסאנט אז מ'קוקט צירוק
דאס אז קרית יואל זאל קענען באקומען זייער לאנגער חלום פין האבען א אייגענע טאון האט נאר געקענט געשעהן דורך יונייטעד מאנרוי זעלבסט
קודם איז געווען א ביטערע געראנגעל ביז ס'זיי געלונגען צו איבערנמען די טאון
אין י''מ האט געזעהן אז ס'לוינט נישט די גאנצע מעשה אין מ'דארף פארהאנדלען
אזוי איז ארויסגעקומען די גאנצע פשרה פין טאן אוו ''נארט מאנרוי''

ווען מ'האט גערעדט פאר יארן צירוק פין ווערן א טאון (מ'האט נאך דעמאלטס נישט גערעדט פין ענעקסירן שטחים) האט עס נישט געהאט קיין שום טשאנסן
לעצט פאראכטן דורך געראטעוועט אום מיטוואך נובעמבער 08, 2017 8:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
proud user of
Geder

יואלפריעדמאן
שר חמישים
תגובות: 67
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 1:10 pm

תגובהדורך יואלפריעדמאן » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 7:52 pm

וועלטניק האט געשריבן:משרייבט קיינמאל נישט מאנרא, אפילו נישט ניו יארק ווי איבעראל, משרייבט בלויז "מתא קרית יואל"

מ'פלעגט קיינמאל נישט שרייבן קרית יואל מאנרא?

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1763
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 7:58 pm

ערשטע אידישע שטאט אין אמעריקע געגרינדעט נעכטן ביינאכט

נעכטן איז אפגעצייכנט געווארן היסטאריע אין אמעריקע מיט דעם וואס די רעזולטאטן פון די וואלן האבן אויסגעקלארט דעם וועג פאר די גרינדונג פון א חסידישע אידישע שטאט אין אמעריקע, די ״טאון אף פאלם טרי״ אדער די שטאט ״טייטלבוים״ ווען א מערהייט פון 83% פון די וויילער אין ארענדש קאונטי האבן געשטימט ״יא״ אויף די פארשלאג צו אפטיילן די ווילעדש אף קרית יואל פון די טאון אף מאנראו און איר געבן די פולע סטאטוס פון א אייגענע טאון.

זייענדיג א טאן באדייט אז די פירערשאפט וועט האבן די פולע פאראנטווארטליכקייט פאר די איינוואוינער, און וועלן צושטעלן די זיכערהייט ווי פאליציי און פייער לעשער דינסטן, און אזוי אויך באקומען זיי די פולע רעכטן איבער בוי פערמיטן און זאונינג, און איבער אלעם וועט דאס האפנטליך ענדיגן די לאנג יעריגע אנגעצויגנקייט צווישן קרית יואל און די שכנים, וואס האט זיך גענומען צוליב די גאר אנדערע געברויכן וואס קרית יואל האט אין פארגלייך צו אירע נישט אידישע שכנים.

די פלאן צו גרינדען א אייגענע טאון איז געווארן געשטיצט פון אלע פראקציעס אין די טאון אף מאנרא אריינגערעכנט פארשטייער פון ״יוניייטעד מאנרא״ און איז אריבער אין די מאנרא לעגיסלאטור מיט 18 שטימען קעגן בלויז 3 קעגנער. אצינד איז צום האפן אז די פירערשאפט פון די ״טאון אף פאלם טרי״ זאלן טאקע אהערשטעלן א מוסטער פון א אידישע שטאט און פירן די לאקאלע רעגירונג מיט יושר און ערליכקייט און מאכן א קידוש ה׳.

פיינע נייעס.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 8:09 pm

יואלפריעדמאן האט געשריבן:
יונה האט געשריבן:עס איז נאכנישט קיין פאקט, עס איס געגאנגען נאָך א גרויסע טריט פאראויס. לויט די יעצטיגע געזען קען עס נישט ווערן אין עפעקט בעפאר יארע 20 למספ'. די געזעץ געבער אין אלבעני וועלן דן זיין אין יאנואר 18' צו מען זאל מאכן א ספעציעלע אויסנאם געזעץ עס זאָל יא ערלויבט זיין צו אריינגיין אין עפעקט שנעלער.

כ'הער אז דער רבי פין קרית יואל הייסט מ'זאל מער נישט שרייבן 'מאנרוי' אויף כתובות אין ס'זאל זיך נישט מאכען - גיטין

דער רבי פון קרית יואל?
ווען האט מען געשריבן מאנרא?
מ'שרייבט בכלל גיטין אין קרית יואל?

מרא דאברהם, אן אשכול מיט שטותים אפשר רוקט מען עס אריין אין פארברענגען?

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5788
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך נובעמבער 08, 2017 8:10 pm

וועלטניק האט געשריבן:משרייבט קיינמאל נישט מאנרא, אפילו נישט ניו יארק ווי איבעראל, משרייבט בלויז "מתא קרית יואל"

און דאכט זיך מ'שרייבט נישט קיין גיטין אין קרית יואל, וועגן 'על נהר' וכו'
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט