קרית יואל: פארמירונג פונעם נייעם "טאון אוו פאלם טרי"

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2233
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 06, 2016 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שכל'דיג »

מיללער האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:ויש אומרים נאך א טעם אויף 'מעז יצא מתוק', ווען מהעט וועהן געהאט אנעקסעישאן גרינגערהייט, וואלט קיינער נישט געחלומט פון ארויסקוקן פון קעסטל, קר"י וואלט טאקע געוואקסן פון 1.1 סקווער מייל צו 1.3 סקווער מיילס, אבער א יעדע איינוואונערס חלום וואלט געווען אדער שכונת ויואל משה אדער 3 ליזענסק וכו, הודו לשם אז אנעקסעישאן איז פארהאנקערט געווארן , און קר"י ווערט אויס געצויגן צו 5 סקווער מייל לעת עתה ווען די שורות ווערן געשריבן.

מקען איין זאך זאגן, ואילו מלא פינו שירה כים.. וגו.. אין אנו מספיקים פאר חסד הקדוש ברוך הוא אויף די פארהאנקערטע אנעקסעישאן פראסעס, מעז יצא 'מתוק'!

וואס האט דאס מיט 'פאלם טרי'?

און בכלל איז דאס פערדעריי אין פולן זין פון ווארט, קודם רעדט מען דא פון קנאפע 200 משפחות וואס האבן זיך ארויסגעצויגן אלס גאנציעריגע תושבים אינדרויסן פון קרית יואל, און דאס איז שוין אינאיינעם מיט משפחות פון וומ"ס און אנדערע מקומות, הייסט דאס אז די גאנצע 'מתיקות' שפירן דערווייל גאר א קליינע פראצענט משפחות, בשעת וואס די 'עז' שפירט יעדע איינציגע פון די קרוב צו פינף טויזנט משפחות אין קרית יואל

והשנית, די פרייזן אין די שכונת 'מתיקות' ארום קר"י שטייען דערווייל ביי זייער טייערע ציפערן, מיט שטייערן וואס נאר א נגיד קען באצאלן, בלייבט די 'מתיקות' ווייטער א זאך וואס ווייניג קענען דערפון נהנה זיין.

והשלישית, דא רעדט מען פון מיליאנען דאלאר אין געלט שאדן און אין הויכע דירות פרייזן, וואס ווער עס האט געהאט א חלק אין פאראורזאכן דעם שאדן במישרין או בעקיפין איז עתיד ליתן את הדין, דאס איז גארנישט 'מתוק' די נענסטע וואס עס קומט צו 'מתיקות' איז עס מכח 'מים גנובים ימתקו' באראבאוועט אייגענע ברודער, אייגענע שכנים און גוטע פריינט, און דאס איז גאר דער 'מעז יצא מתוק' וויי פאר אזא מתיקות, אוי נא לנו מיום הדין או לנו מיום התוכחה

'הודו לשם אז אנעקסעישאן איז פארהאנקערט געווארן' אזוי רעדט אן אינו בן ברית וועם עס גייט נישט אן יענעמס געלט שאדן, אזוי שרייבט איינער אן קיין הארץ און געפיל צו מענטשן וואס צאלן רענט אין די גדולות, אפשר צייכנט איר מיר אן וואו אין די '5 סקווער מייל' א פארפאלק קען וואונען פאר צוגענגליכע רענט פרייזן? אפשר צייכנט איר אן וואו אין די '5 סקווער מייל' קענען 300 משפחות א יאר זיך ארויסציען, מידי שנה בשנה?

ווייל 200 משפחות האבן געטראפן א דירה, טייל דערפון אן אלטע חורבה אין בלומינג-גראוו, טייל דערפון א פאלאץ אין וואודבורי זשאנקשאן פאר זעקס הונדערט אלפים מיט צוואנציג אלפים שטייער, פארדעם דארף איז 'הודו לשם אז אנעקסעישאן האט זיך פארהאנקערט'?

אילו פינו מלא שירה, חסד הקב"ה, וכו' וכו' - יעדעס ווארט אן עקסטער שטיקל טיפשות אין בעסטן פאל, אויב נישט רשעות און הארטנעקיגע אריינגעגעסענע שלעכטקייט

פינף טויזנט אידן אין ק"י זיכן יעצט צו קויפן א דירה ?

קןדם עס האלט שוין מער ווי 200 משפחות, דערנאך וויפיל עס ווועט צוקומען וועט די צייט זאגן, אסאך מער ווי די מיינסט אי"ה

הינדערט % אז עס קענען זיך ארויסצויען צענדליגע משפחות א יאר, די געגענטער ארום איז ריזיג גרויס ב"ה

מאך נישט אזוי אוועק די שיינע הייזער אין בלומינג-גראוו, ווייל צו וואוינען אין ק"י אויפן 5'טע שטאק אן א עלעוועטער
מיט 45 משפחות אין א בילדינג אן קיין 1 בוים פאר די אויגן איז אסאך ערגער

אין ק"י צאלט מען מער ווי 600 אלפים פאר א דירה, אין וואס באקומסטו ?

(אילו פינו מלא שירה, חסד הקב"ה, וכו' וכו' - יעדעס ווארט אן עקסטער שטיקל טיפשות אין בעסטן פאל, אויב נישט רשעות און הארטנעקיגע אריינגעגעסענע שלעכטקייט)
אזוי רעדט מען ????
לעצט פארראכטן דורך שכל'דיג אום דאנערשטאג נאוועמבער 09, 2017 2:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עס איז קלאָר יא געווען א געיט אין מירן דורך די ציוניסטישע פאליציי ר"ל
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1657
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 08, 2016 8:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סארקאזי »

די צוויי הונדערט מענטשען האבען געפענט דעם קאפ פסיכילאגיש, אז סאיז דא נאך סעלושאנס חוץ וואוינען ווי די טשיקענס,
די מאוו, וועט טוישען(און האט שוין געטוישט) די דעמאגראפיע פון אידישע לעבן אין אמעריקא בעזהשי''ת ביז משיח'ס טאג,
אז דער קאפ איז אפען צו טראכטען, קומט מען כסדר אויף מיט אויפנים וואס קען ארבעטען פאר יעדען בעזהשי''ת
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

שכלדיג, א שאד צו ענפערן דעם צדיק פון סקרענטאן, די אינגעלייט - דווקא פון די שוואכערע פארדינער - וואס מופן א יעדע איינציגע טאג איז די בעסטע ענטפער.

פון קאנטרי האלאו ביז העלף האלאו, פון לעיק שאור ביז שיע מעדאס, די אפשאנס זענען ענדלעס פאר א יעדע גאטונג, און די אפשאנס וואקסן פון וואך צו וואך.

א 'יעדע' אינגערמאן וואס זוכט יעצט א דירה צו קויפן שפרינגט און טאנצט פאר מתוק, און הרב מסקרענטאן רעדט פון שלעכטיקייט, גיי פארשטיי.
#בשיטה נישט
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8835
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

אשאד צו ענטפערן פאר מענטשן וואס ווילן קיינמאל נישט פארשטיין!!
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

ווי ווייט איך זעה, איז דער קעפל פונעם אשכול נישט איבער די מעלות וחסרונות פון דאס זיך ארויסציען אינדרויסן פון ק"י צו נישט, און איבער צו די מאנגל אין דירות אין ק"י איז יא אדער נישט קיין טובה, און ווער ס'איז יא אדער נישט שולדיג.

די אלע טעמעס באלאנגן אינעם פארמעקטן "נייעס און קרישקעלעך אין קרית יואל" אשכול, ומשם תדרשנו לטובה.

ביטע נישט ממשיך זיין דא דעם שמועס איבער די טעמעס, ווייל העט מען דעיס מוזן מחבר זיין מיט יענעם.

ווי זאגט נאר אלץ דער סקרענטאנער רב זז"ג, שרייבט נאר ווי איר שלאגט כפרות, און איר פארשפארט אייך א געוואלד ארבעט צו טייפן אייער מיינונג.
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2938
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

אה, און פאר כ'פארגעס, איך רעד דא בשם די אחראים אפיס נישט מיין אייגענע מיינונג ...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מיללער האט געשריבן:
נחום וואהלינער האט געשריבן:די סקרענטטאנער רב זז"ג וואלט ביטע געקענט מסבירן פאר אזעלכע עמי הערצים ווי מיר, וואס די גרויס ווייטאג אין פארלוסט די נייע טאון איז?

חס ושלום - די טאון איז נישט קיין ווייטאג, די סיבות וואס האבן צוגעברענגט דערצו איז א ווייטאג

דינסטאג האבן ניינציג פראצענט תושבי קרית יואל געשטימט אז די נייע טאון איז א גוטע זאך, און בלויז 600 וויילער האבן געזעהן דערינען א שלעכטע זאך, און אוודאי בין איך מסכים צום רוב אז לויט די אומשטענדן איז דער טאון דער דרך מבוא השלום אראפצונעמען די חרון אף פון די שכנים וועלכע זענען געווארן אנגעהעצט דורך יונייטעד מאנרא, נאכדעם וואס יונייטעד מאנרא האט אויפגעבויעט א כח דורך זייער פריערדיגע געווינסן אין טאון, און אויפן פאבליק רילעישאנשיפ פראנט.

פאר איינער וואס האט נישט מיטגעהאלטן די עגמת נפש פון די לעצטע 15 יאר, וואס איז געוואקסן מיט א יאר, ווען די שכנים ארום קרית יואל האבן אראפגעלייגט פיסלעך ביי יעדע שריט מרחיב צו זיין די גבולים, סיי אין קרית יואל זעלבסט דורכ'ן שטערן די וואסער פייפליין און שפעטער יד אויסברייטערונג דורך אנעקסעישאן, וועט נישט פארשטיין וואס עס ליגט דא אונטער די 'פאלם טרי' סעלושען, אבער די שפיץ איז אז 'פאלם טרי' איז א 'סעלושען' צו א 'פראבלעם' וואס דער 'פראבלעם' איז 'סעלף מעיד' און איז ווי דער משל אין ויואל משה פון די לעשער און די צינדער.

יונייטעד מאנרא האט קריעטעד א פראבלעם פאר קרית יואל דורכן העצן די געמיטער ארום און ארום און סטראשען יעדן פאליטישאן וואס העלפט קרית יוואל, נאכמער האבן זיי געברענגט א פראבלעם פאר די ארומיגע טאונס, ווען דורך זייער ענגשאפונג האבן זיי געשטופט אז חסידים זאלן איבערנעמען גאנצעטע געגענטן אין בלומינג-גראוו און אין וואודבורי, ארויסברענגענדיג די צארן פון די שכנים מיט א טענה צו יונייטעד מאנרא, מי ביקש זאת מידכם? וממילא, האט יונייטעד מאנרא 'געראטעוועט' דעם ראיאן מיט זייער שטיצע פאר 'טאון אוו פאלם טרי' וועלכע קומט ווי א שירעם נאך א רעגן.

אוודאי דארף מען עס שטיצן, און אוודאי איז עס א שמחה אז ענדליך איז פארהאן א ליכטיגקייט אויפן ראוד, אבער ווער עס ווייסט די פרייז וואס דאס האט געקאסט איז נעשה בשרו חידודין.

דו זאגסט און דו זאגסט אבער העיקר חסר מן הספר
מען האט פארלוירן אייער נעכטן די שטים רעכטן אין טאון אוו מאנרא איר ווייסט וואס דאס מיינט?
דאס איז גאר א ביטערער פיל אראפצושלינגן, סיי די ווילעדזש און סיי די מוסדות פון קהלת מהר"א וואס האט קרקע די אנדערע זייט 17 און סיי קהלת מהריי וואס האט בנינים די אנדערע זייט 17 אבער אלע וויילער וואוינען די אנדערע זייט און די שטים רעכטן זענען יעצט פארלוירן געווארן פאר אייביג
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8835
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

פאטאקי08 האט געשריבן:

ס'טוט נישט אזוי וויי ווי די מעלאונעס וואס מען האט אראפגעפלאשט די לעצטע 15 יאר!!
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר דאך? »

מיללער האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:ויש אומרים נאך א טעם אויף 'מעז יצא מתוק', ווען מהעט וועהן געהאט אנעקסעישאן גרינגערהייט, וואלט קיינער נישט געחלומט פון ארויסקוקן פון קעסטל, קר"י וואלט טאקע געוואקסן פון 1.1 סקווער מייל צו 1.3 סקווער מיילס, אבער א יעדע איינוואונערס חלום וואלט געווען אדער שכונת ויואל משה אדער 3 ליזענסק וכו, הודו לשם אז אנעקסעישאן איז פארהאנקערט געווארן , און קר"י ווערט אויס געצויגן צו 5 סקווער מייל לעת עתה ווען די שורות ווערן געשריבן.

מקען איין זאך זאגן, ואילו מלא פינו שירה כים.. וגו.. אין אנו מספיקים פאר חסד הקדוש ברוך הוא אויף די פארהאנקערטע אנעקסעישאן פראסעס, מעז יצא 'מתוק'!

וואס האט דאס מיט 'פאלם טרי'?

און בכלל איז דאס פערדעריי אין פולן זין פון ווארט, קודם רעדט מען דא פון קנאפע 200 משפחות וואס האבן זיך ארויסגעצויגן אלס גאנציעריגע תושבים אינדרויסן פון קרית יואל, און דאס איז שוין אינאיינעם מיט משפחות פון וומ"ס און אנדערע מקומות, הייסט דאס אז די גאנצע 'מתיקות' שפירן דערווייל גאר א קליינע פראצענט משפחות, בשעת וואס די 'עז' שפירט יעדע איינציגע פון די קרוב צו פינף טויזנט משפחות אין קרית יואל

והשנית, די פרייזן אין די שכונת 'מתיקות' ארום קר"י שטייען דערווייל ביי זייער טייערע ציפערן, מיט שטייערן וואס נאר א נגיד קען באצאלן, בלייבט די 'מתיקות' ווייטער א זאך וואס ווייניג קענען דערפון נהנה זיין.

והשלישית, דא רעדט מען פון מיליאנען דאלאר אין געלט שאדן און אין הויכע דירות פרייזן, וואס ווער עס האט געהאט א חלק אין פאראורזאכן דעם שאדן במישרין או בעקיפין איז עתיד ליתן את הדין, דאס איז גארנישט 'מתוק' די נענסטע וואס עס קומט צו 'מתיקות' איז עס מכח 'מים גנובים ימתקו' באראבאוועט אייגענע ברודער, אייגענע שכנים און גוטע פריינט, און דאס איז גאר דער 'מעז יצא מתוק' וויי פאר אזא מתיקות, אוי נא לנו מיום הדין או לנו מיום התוכחה

'הודו לשם אז אנעקסעישאן איז פארהאנקערט געווארן' אזוי רעדט אן אינו בן ברית וועם עס גייט נישט אן יענעמס געלט שאדן, אזוי שרייבט איינער אן קיין הארץ און געפיל צו מענטשן וואס צאלן רענט אין די גדולות, אפשר צייכנט איר מיר אן וואו אין די '5 סקווער מייל' א פארפאלק קען וואונען פאר צוגענגליכע רענט פרייזן? אפשר צייכנט איר אן וואו אין די '5 סקווער מייל' קענען 300 משפחות א יאר זיך ארויסציען, מידי שנה בשנה?

ווייל 200 משפחות האבן געטראפן א דירה, טייל דערפון אן אלטע חורבה אין בלומינג-גראוו, טייל דערפון א פאלאץ אין וואודבורי זשאנקשאן פאר זעקס הונדערט אלפים מיט צוואנציג אלפים שטייער, פארדעם דארף איז 'הודו לשם אז אנעקסעישאן האט זיך פארהאנקערט'?

אילו פינו מלא שירה, חסד הקב"ה, וכו' וכו' - יעדעס ווארט אן עקסטער שטיקל טיפשות אין בעסטן פאל, אויב נישט רשעות און הארטנעקיגע אריינגעגעסענע שלעכטקייט

מיין טייערע פריינט, במחילת כבוד הרב איר רעדט נעבעך צוזאם(פאר א מיסטריעזע אומפארשטענדליכע סיבה) געפערליכע שטותים, צום לאכן אין צום וויינען.

1) די גלילות איז נישט עפעס א נעבאך קנאפע 200 משפחות האבן זיך עפעס אהינגעצויגן... ב"ה וועמענס אייגעלעך איז נישט אריינגעטאן אין זאמד זעהט בליע"הר וואקסענדע ציפערן מידי יום ביומו. ב"ה ס'האלט שוין ביי בערך 1000 תשב"ר וואס קומען לערנען אין די ק"י מוסדות פון די גלילות. (אין א "קנאפע" 2 יאר איז דאס געשעהן...)

2) וואס דאס האט מיט פארשלעפטע אנעקסעישן פרעגסטו? חחחח......

3) די פרייזן אין שכונת מתיקות שטייען ביי טייערע ציפערן? נישטא ווער זאל לאכן.. אויב זענט איר צופרידן מיט די טשיקן-פאק סייז דירה פון די אנעקסירטע שטחים דאן קענט איר דאס באקומען אין די גלילות פאר א דריטל די פרייז. דאס איז איין חלק מתיקות. נאך א חלק מתיקות איז, אז אויב זענט איר גרייט צו צאלן די דירה פרייזן פון ק"י דאן קענט איר געניסן פון א געשמאקע ווילא אין די גלילות פאר די זעלבע פרייז... (יא, אינקלודינג די מאנטלי פעימענט)

4) אידן סעטלן אויף דירות סרוחות אין די גלילות? נעבעך, איר זיצט אין א מייזן לאך אין קוקט ארויס אויף די געשמאקע הרחבה'דיגע הייזער וואס אייערע חברים\שכנים האנדלען זיך איין, אין איר רופט דאס דירות סרוחות? אתמהה.... ווארשיינליך זיצט איר ביי א שפיגל אין איר זעהט אייער אייגן דירה... ס'איז נישט קיין פענסטער.

5) די עפאכע האט זיך אנגעהויבן קנאפע 2 יאר צירוק, אין ב"ה ס'וואקסט מיט אבנארמאלע ציפערן, פון הונדערטער משפחות גייט לכאורה גאנץ בקרוב ווערן טויזענטער משפחות בעז"ה. (ביי נאו מעג שוין (אין זאל שוין) זיין אנעקסעישן, די. קאנסעפט איז שוין דא ב"ה)

6) מיליאנען דאלארן שאדןס? מיליאנען דאלארן געראטעוועט! מיליאנען אפגעהארעוועטע דאלארן זענען ב"ה געגאנגען צו קויפן געשמאקע הרחבה'דיגע הייזער ווי א איד ברויך צו וואוינען, אנשטאט עס צו פארשווענדן אויף פיצקעלע בדיעבדיגע לעכערלעך.

איך האב גענומען די מי אפצוענטפערן אייער תגובה, ווייל מאנכע מיינען אז וואס איר זאגט איז אמת. ווען באמת איז יעדע ווארט עקסטער א שטיק טפשות אין בעסטן פאל, אויב נישט הארטנעקיגע , איינגעגעסענע שלעכטיגקייט.

ס'איז מעגליך שווער צו קוקן די אמת אין פנים אריין אבער סוועט אייך סאך גרינגער מאכן דאס לעבן אין די לאנג ראן.

אגב, איך שלאג כפרות אין סאטמאר....

הגם די תגובה גייט לכאורה פליען, (ש'כוח...) מיט דעם אלעם... איך מוז.. שלח!! (איך האף נאר אז דעם רב'ס תגובה העט באקומען די דערנעבנדיגע חלקה..)
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

געהערט א שטארקע פוינט פון הר"ר יעקב ישראל פריינד. אז לויט ווי זאכן גייען דאן לכאורה ווען סוועט שוין וואוינען בערך א טויזנט שטים בארעכטיגטע אין טאון אף וואודבערי וועלן די שכינים זיך קומען בעטן מזאל אנעקסירן דעם גאנצן שטח צו פאלמטרי נישט וועלנדיג די יודן זאלן האבן א מייינונג אין זייערע וואלן. און דאן וועט מען צובאקומען נאך 5000 עיקער אנשטאט 500 די שאלה איז נאר ווילאנג אזא זאך קען געדויערן
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרית יואל, ניו יארק

אין גאר דראמאטישע לעצט-מינוטיגע אנטוויקלונגען איז די שאפונג פונעם נייעם טאון 'פאלם-טרי' צוריק צום אריגינעלן צייט-פלאן פון יאנואר 20' למספ' נאכדעם וואס די חרדישע אידנטום אין ניו יארק האט געדארפט א וויכטיגערע געזעץ זאל ווערן אודרכגעפירט.

די שאפונעם פונעם פאלם-טרי טאון, ווי געברענגט אין דעם אשכול פון אנהויב אן, גייט צוריק עטליכע יאר אלס א שלום פלאן און פשרה'דיגער לעזונג פון פארשידענע לאנג פארצויגענע און אנגייענדע פארהאנדלונגען צווישן הנהלת קרית יואל און די שכנים און אנדערע רעגירונגען.

נאכדעם וואס די איינוואונער פון קרית יואל און מאנרא האבן פארגאנגענעם נאוועמבער געשטימט אין אן איבערוויגענדן מערהייט צו באשטעטיגן די פארמאציע פון דעם נייעם טאון, האבן די פארשריפטן געלויטעט אז די אפיציעלע שאפונג פונעם טאון וועט הערשט צושטאנד קומען קומענדיגען יאנואר פון יארע 20' למס'.

הנהלת קרית יואל האט אנגאזשירט סטעיט סענאטער לארקין און אסעמבלימאן סקאופיס פארצושלאגן א געזעץ אין ניו יארק וואס זאל טוישן די רעגולאציעס און ערלויבן אז די נייע טאון זאל שוין אריינגיין אין אפעקט קומענדיגען יאנואר פון 19' למספ' און צו דעם האט זיך אויך פארלאנגט צו באשטעטיגן א סכום געלט וואס די סטעיט זאל שענקען פאר די מאנרא-וואודבורי סקול דיסטריקט צו ערזעצן זייער שאדן פון שטייער געלט וואס זיי פארלירן מיטן ערלויבן צו טוישן די גרעניצן פון די דיסטריקט.

א געזעץ זאל דורכגיין אין ניו יארק פארלאנגט זיך באשטעטיגונג פון ביידע הייזער, די סענאט און אסעמבלי, און א באשטעטיגונג פונעם גאווערנערס אפיס. אין דעם פאל האט קרית יואל שוין מצליח געווען צו האבן דעם געזעץ באשטעטיגט אינעם סענאט (זעה בייגעלייגט) און אסעמבלימאן סקופיס האט געארבייט פלאנמעסיג אריינצוריקן דעם געזעץ אין די לעצטע שעות פונעם בודזשעט פארהאנדלונגען.

פאוטא נויז ארטיקל מעלדט די פלענער פון די געזעץ טויש:
http://www.thephoto-news.com/apps/pbcs. ... /180309940

רעקארד ארטיקל איבער די געזעץ טויש:
http://www.recordonline.com/news/201803 ... f-schedule

אין די לעצטע שעות פארגאנגענעם יום בדיקת חמץ, האט כלל ישראל בייגעוואונט א דראמאטישע שאודאון, ווען די גאנצע סטעיט איז געווארן אויפגעהאלטן דורך אן הערויאישער ר' שמחה פעלדער פון ברוקלין, וועלכער האט אויפן באפעל און שטיצע פון כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א, פארלאנגט א טויש אינעם עדיוקעישאן געזעץ וואס זאל ראטעווען די חינוך הטהור פון כלל ישראל אין ניו יארק, ווי אויסגעשמועסט באריכות אינעם אשכול המיוחד לזה.

די פארהאנדלונגען איבער די עדיוקעישאן געזעץ האט געשטעלט די פארהאנדלונגען פון פאלם טרי אונטער א פראגע צייכן, אויף וועלכע הנהלת קרית יואל און דער מרא דאתרא סאטמארער רבי שליט"א האט באלד געלאזט מעלדן אז דער חינוך און עתיד פונעם גאנצן יהדות החרדית שטייט העכער ווי די לאקאלע אינטערעסן פון קרית יואל, ובפרט אז מ'רעדט נישט פון א גענצליכער אנולירונג נאר אן אפשטיפונג פון איין יאר, איז דער מעסעדזש געווען קלאר, אז טראץ די אלע הארעוואניעס איז קרית יואל גרייט צו פארקוקען און די געזעץ איז ארויסגעפאלן פון פלאן, וואס אזוי ארום איז יעצט דער פלאן צוריק צום אריגינעלן דאטום פון יאנואר 20' למס'.
אטעטשמענטס
2018 Palm Tree Monroe-Woodbury Budget Letter Artivle VII Language.pdf
(369.58 KiB) געווארן דאונלאודעד 183 מאל
אוועטאר
אלט מאנרא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3605
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלט מאנרא »

מיללער האט געשריבן:די פארהאנדלונגען איבער די עדיוקעישאן געזעץ האט געשטעלט די פארהאנדלונגען פון פאלם טרי אונטער א פראגע צייכן,און די געזעץ איז ארויסגעפאלן פון פלאן, וואס אזוי ארום איז יעצט דער פלאן צוריק צום אריגינעלן דאטום פון יאנואר 20' למס'.

ישר כח ר' יעקב פארן באריכט.

פארוואס זענען די צוויי זאכן געווען פארבינדן?
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אלט מאנרא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:די פארהאנדלונגען איבער די עדיוקעישאן געזעץ האט געשטעלט די פארהאנדלונגען פון פאלם טרי אונטער א פראגע צייכן,און די געזעץ איז ארויסגעפאלן פון פלאן, וואס אזוי ארום איז יעצט דער פלאן צוריק צום אריגינעלן דאטום פון יאנואר 20' למס'.

ישר כח ר' יעקב פארן באריכט.

פארוואס זענען די צוויי זאכן געווען פארבינדן?

ווייל ביידע האט פארלאנגט אז די רעגירונג זאל אוועקוקען פון די פארשריפטן לטובת חסידים, און די פארהאנדלונגען זענען געווען עס צו מינימיזירן צו איינס.
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

טאון אוו מאנרא
אטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (80.67 KiB) געזען 3960 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר תשעת אלפים
תגובות: 9081
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאדעלע באדעלע »

ברעיקינג:

די ניו יארק סטעיט סענעט האט היינט באשטעטיגט דעם ביל אפצוטיילן די ווילידזש אוו קרית יואל פונעם טאון אוו מאנראו אלטס א באזינדערע טאון פארזיך ״טאון אוו פאלם טרי״.
רשעות קאלטע סעלצער
אוועטאר
יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3075
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאצמעך »

מזל טוב!
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברעיקינג:

די ניו יארק סטעיט סענעט האט היינט באשטעטיגט דעם ביל אפצוטיילן די ווילידזש אוו קרית יואל פונעם טאון אוו מאנראו אלטס א באזינדערע טאון פארזיך ״טאון אוו פאלם טרי״.

געמישט א קאשע. שוין לאנג באשטעטיגט, ס'איז אצינד נאר באשטעטיגט געווארן אז ס'זאל קענען אריינגיין אין קראפט א יאר פריער. אצינד דארף עס נאך דורכגיין אין אסעמבלי, און נאכדעם אן אונטערשריפט פונעם גאווערנעאר, סאו ס'איז נאכנישט אז מזל טוב.
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

לא לנו האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברעיקינג:

די ניו יארק סטעיט סענעט האט היינט באשטעטיגט דעם ביל אפצוטיילן די ווילידזש אוו קרית יואל פונעם טאון אוו מאנראו אלטס א באזינדערע טאון פארזיך ״טאון אוו פאלם טרי״.

געמישט א קאשע. שוין לאנג באשטעטיגט, ס'איז אצינד נאר באשטעטיגט געווארן אז ס'זאל קענען אריינגיין אין קראפט א יאר פריער. אצינד דארף עס נאך דורכגיין אין אסעמבלי, און נאכדעם אן אונטערשריפט פונעם גאווערנעאר, סאו ס'איז נאכנישט אז מזל טוב.

ועוד לקרא
געזען א טיקעט פאריגע וואך, דער פאליס אפיסער שרייבט אויפן טיקעט "פאלם טרי"
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אידיש.טייפינג
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2012 12:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידיש.טייפינג »

דאס איז אבער נאכנישט פיינעל.
יעצט דארף עס גיין צום אסעמבלי וואו עס איז נאכנישט אויפגעברענגט געווארן.
און ווען דארט גייט עס דארט, דארף עס באקומען די חתימה פונעם גאווערנאר.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13862
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

מי יודע האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ברעיקינג:

די ניו יארק סטעיט סענעט האט היינט באשטעטיגט דעם ביל אפצוטיילן די ווילידזש אוו קרית יואל פונעם טאון אוו מאנראו אלטס א באזינדערע טאון פארזיך ״טאון אוו פאלם טרי״.

געמישט א קאשע. שוין לאנג באשטעטיגט, ס'איז אצינד נאר באשטעטיגט געווארן אז ס'זאל קענען אריינגיין אין קראפט א יאר פריער. אצינד דארף עס נאך דורכגיין אין אסעמבלי, און נאכדעם אן אונטערשריפט פונעם גאווערנעאר, סאו ס'איז נאכנישט אז מזל טוב.

ועוד לקרא
געזען א טיקעט פאריגע וואך, דער פאליס אפיסער שרייבט אויפן טיקעט "פאלם טרי"

סאו יענער וועט קענען פייטן דעם טיקעט
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

מסתם א טיקעט פארן כינוס
אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר חמשת אלפים
תגובות: 5998
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדאם חוסעין »

אידיש.טייפינג האט געשריבן:דאס איז אבער נאכנישט פיינעל.
יעצט דארף עס גיין צום אסעמבלי וואו עס איז נאכנישט אויפגעברענגט געווארן.
און ווען דארט גייט עס דארט, דארף עס באקומען די חתימה פונעם גאווערנאר.

ווען איז עס אין סקעטשול צו ווערן אויפגעברענגט?
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

מיללער האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:די פארהאנדלונגען איבער די עדיוקעישאן געזעץ האט געשטעלט די פארהאנדלונגען פון פאלם טרי אונטער א פראגע צייכן,און די געזעץ איז ארויסגעפאלן פון פלאן, וואס אזוי ארום איז יעצט דער פלאן צוריק צום אריגינעלן דאטום פון יאנואר 20' למס'.

ישר כח ר' יעקב פארן באריכט.

פארוואס זענען די צוויי זאכן געווען פארבינדן?

ווייל ביידע האט פארלאנגט אז די רעגירונג זאל אוועקוקען פון די פארשריפטן לטובת חסידים, און די פארהאנדלונגען זענען געווען עס צו מינימיזירן צו איינס.

וואס איז יעצט געשען אז מען קען יא האבן ביידע?
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אחת ואחת האט געשריבן:וואס איז יעצט געשען אז מען קען יא האבן ביידע?

ואס הייסט ביידע?

יעצט איז נישט פארבינדן מיט די בוזשעט מער, נאר א זייטיגע פארהאנדלונג
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

הייסט די אפשטימיגען וואלט עס סייווי געדארפט אריבערגיין
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”