קרית יואל: פארמירונג פונעם נייעם "טאון אוו פאלם טרי"

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

עס וועט זיין גיט
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

וואס טיט זיך מיט די נייע ווילידש באר שבע

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מאנטאג פאברואר 11, 2019 3:06 pm

וואס טיט זיך מיט די נייע ווילידש באר שבע?

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג פאברואר 11, 2019 9:10 pm

אהער און אהין האט געשריבן:אום יאנוואר איינס, איז דער פאלם טרי געווארן א פאקט. באלד האבן אנגעהויבן אריינפליסן באגריסונגען פון איבעראל, פון קאנגרעסמאן מעלאוני, סטעיט אסעמבלימאן בראבאנעק, אראנזש קאונטי שעריף קארל דיבאויס און אנדערע.
עימיצער ווייסט צו אראנזש קאונטי עקזעקיוטיוו סטיוו ניוהאז, און סטעיט סענאטאר דזשעימס סקופיס, צו זיי האבן אויך באגריסט דעם נייעם טאון?

איך רעכן נישט אויס די באגריסונג פון מייקל עימאו, לאנגיעריגער רעפרעזענטעטיוו פון קרית יואל אין אראנזש קאונטי גאווערמענט, ווייל עימאו איז דאך אן ארבעטער פאר קרית יואל, איז נישט מער ווי רעכט ער זאל באגריסן זיינע ארבעטסגעבער, די תושבי קרית יואל.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג פאברואר 11, 2019 9:19 pm

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:וואס טיט זיך מיט די נייע ווילידש באר שבע?

איך קען דיר בלויז ענטפערן מיט דעם וואס דער רעקארד האט געשריבן בשעתו, ווען דער ווילעדזש האט זיך אנגעהויבן צו ארגאנאזירן, האבן זיי געשריבן אז ''די רייכע לאנד אייגענטומער האבן אריינגעשיקט אן אפלעקאציע, דורך זייער קאסטבארן מאנהעטן אדוואקאט''.
דאס הייסט אז אונטער דעם אפלעקאציע שטייען פעסטע חברה, אויב אזוי שלאפן זיי נישט, און עס האט א פאטענציאל אנצוקומען ווייט.
איך גלויב נישט אז די טאון וועט זיך פרובירן צו מפשר זיין מיט די אידן, וואס לויט דעם וואלט מען געקומען צו עפעס א פשרה. לויט דעם איצטיגן מצב אין מאנראו, וועלן די טאון קיין אינטש נישט נאכגעבן פאר די אידן, ממילא קוקט אויס ווי די רייכע לאנד אייגענטומער וועלן ווייטער גיין מיט זייער אפליקאציע, און קעמפן דערפאר.
מען האט דאך געזעהן ביים סמיט פארם פראיעקט, וואו דער חרדיש'ער לאנד אייגענטומער האט געקלאגט די טאון אויף 100 מעלאונעס, ווייל זיי לאזן אים נישט בויען. דערנאך האט ער מיט זיי זיך פארגליכן, און אצינד ווען ער איז ווייטער געשטרויכעלט געווארן דורך זיי, איז עודך, אריין אין געריכט ווידער, און ער פארלאנגט ווידער א 100 מעלאונעס.
עס לעבט זיך אין מאנראו...

עס וועט זיין גיט
שר חמישים
תגובות: 87
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » דינסטאג פאברואר 12, 2019 10:56 am

אהער און אהין האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:אום יאנוואר איינס, איז דער פאלם טרי געווארן א פאקט. באלד האבן אנגעהויבן אריינפליסן באגריסונגען פון איבעראל, פון קאנגרעסמאן מעלאוני, סטעיט אסעמבלימאן בראבאנעק, אראנזש קאונטי שעריף קארל דיבאויס און אנדערע.
עימיצער ווייסט צו אראנזש קאונטי עקזעקיוטיוו סטיוו ניוהאז, און סטעיט סענאטאר דזשעימס סקופיס, צו זיי האבן אויך באגריסט דעם נייעם טאון?

איך רעכן נישט אויס די באגריסונג פון מייקל עימאו, לאנגיעריגער רעפרעזענטעטיוו פון קרית יואל אין אראנזש קאונטי גאווערמענט, ווייל עימאו איז דאך אן ארבעטער פאר קרית יואל, איז נישט מער ווי רעכט ער זאל באגריסן זיינע ארבעטסגעבער, די תושבי קרית יואל.


זיי מזביר וואס הייסט ער איז אן ארבייטער עס קיקט אויס ווי עפעס טיט אייך וויי

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דינסטאג פאברואר 12, 2019 12:47 pm

עס וועט זיין גיט האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:אום יאנוואר איינס, איז דער פאלם טרי געווארן א פאקט. באלד האבן אנגעהויבן אריינפליסן באגריסונגען פון איבעראל, פון קאנגרעסמאן מעלאוני, סטעיט אסעמבלימאן בראבאנעק, אראנזש קאונטי שעריף קארל דיבאויס און אנדערע.
עימיצער ווייסט צו אראנזש קאונטי עקזעקיוטיוו סטיוו ניוהאז, און סטעיט סענאטאר דזשעימס סקופיס, צו זיי האבן אויך באגריסט דעם נייעם טאון?

איך רעכן נישט אויס די באגריסונג פון מייקל עימאו, לאנגיעריגער רעפרעזענטעטיוו פון קרית יואל אין אראנזש קאונטי גאווערמענט, ווייל עימאו איז דאך אן ארבעטער פאר קרית יואל, איז נישט מער ווי רעכט ער זאל באגריסן זיינע ארבעטסגעבער, די תושבי קרית יואל.


זיי מזביר וואס הייסט ער איז אן ארבייטער עס קיקט אויס ווי עפעס טיט אייך וויי

מייקל עימא ארבעט פאר מיר, איך האב אים ערוועלט.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג פאברואר 17, 2019 5:41 pm

איבערגייענדיג נאכאמאל די באגריסונגען, דערזעהט מען זיך מיט די פאלגענדע:
יונייטעד סטעיטס סענאטאר, טשארלס שומער
יונייטעד סטעיטס קאנגרעסמאן, שאן פעטריק מעלאוני
נ''י סטעיט אסעמבלימאן, קארל בראבאנעק
אראנזש קאונטי שעריף, קארל דיבאויס
אראנזש קאונטי לעגיסלאטור, מייקל עימאו
*
אין הקרי איז נאכגעברענגט געווארן אז די 'אסעמבלי' האט אויך 'באגריסט' דעם נייעם טאון.
לויט ווי ס'האט מיר אויסגעקוקט, איז דאס געווען בלויז א טייל פונעם טעכנישן פראצעדור, ווען מען באשטעטיגט א נייעם טאון ברויך דאס דאך ווערן אונטערגעשריבן אין אלבאני, איז דאס געווען די לעגאלע רעזולוציע אז קרית יואל קען ווערן א נייעם טאון. (ווא מען באזינגט אייביג דעם עלטערן פארשטארבענעם קאומא, אז ער האט אונטערגעשריבן די גרינדונג פון קרית יואל ווילעדזש, זייענדיג סעקרעטערי אוו סטעיט - ניו יארק).


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גאנץ יאר פרייליך און 16 געסט