שכונה חדשה ויואל משה - קרית יואל יצ"ו

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג דעצמבער 02, 2018 2:15 pm

וויפל דירות גייט באמת זיין און שכינות ויואל משה ביז יעצט האבן זיי געשריבן 1950 און יעצט שרייבן זיי בערך 1500 נאר צוזאמען מיט עיקערס ענקלעיו איז עס 1950 און לייביש פריעדמאן זאגט אז סוועט זיין נאר 22 דירות פער עיקר וואס קומט אויס ארום 1200 דירות

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » זונטאג דעצמבער 02, 2018 2:48 pm

איינער קען אפשר ארויפלייגן די בילדער וואס דער בלאט האט געהאט פינעם שכונה?

אוועטאר
פארשלעפטער
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
לאקאציע: איין מינוט שפעט

תגובהדורך פארשלעפטער » זונטאג דעצמבער 02, 2018 4:04 pm

דברים אלו האט געשריבן: 22 דירות פער עיקר


זיי מדייק, עס וועלן זיין אויף די 70 עיקער מינימום 2 בתי מדרשים, א ביזנעס סענטער, און נאך, וואס דאס וועט מאכן אז די 1500 דירות וועלן זיין אויסגעשפרייט אויף היבש ווייניגער ווי די 70 עיקער.
אבער ווען דו צוטיילסט די 1500 אין 70 עיקער קומט עס אויס צי 22 דירות פער עיקער...
דויק ועתישתעח..
ווען איך זאל ווען זיין דער "שלעפ" דאן וואלט איך געהייסן "פארשלעפט", עכשיו אז מיין ווייב איז די "פארשלעפטע" בין איך דער "פארשלעפטער"...

john
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 5:38 pm

תגובהדורך john » זונטאג דעצמבער 02, 2018 9:01 pm

דברים אלו האט געשריבן:וויפל דירות גייט באמת זיין און שכינות ויואל משה ביז יעצט האבן זיי געשריבן 1950 און יעצט שרייבן זיי בערך 1500 נאר צוזאמען מיט עיקערס ענקלעיו איז עס 1950 און לייביש פריעדמאן זאגט אז סוועט זיין נאר 22 דירות פער עיקר וואס קומט אויס ארום 1200 דירות

22x70=1540

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2018 12:03 pm

די דירות גייען ווי הייסע בייגל- ערשטע תושבים וועלן זיך אריינציען קימענדיגע פסח תש"פ

עס קומט אריין די נייעס, אז בעז"ה נעקסטע וואך הייבט מען אן די פרעימינג ביי דעם "שכונת ויואל משה" פראדזשעקט.
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » זונטאג דעצמבער 16, 2018 4:56 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:די דירות גייען ווי הייסע בייגל- ערשטע תושבים וועלן זיך אריינציען קימענדיגע פסח תש"פ

עס קומט אריין די נייעס, אז בעז"ה נעקסטע וואך הייבט מען אן די פרעימינג ביי דעם "שכונת ויואל משה" פראדזשעקט.

גייט מען אריין מופן אין די אנדערע זייט פאר די ערשטע נעבן שטעטל ?

אפשר
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » זונטאג דעצמבער 16, 2018 5:29 pm

אלט מאנרא האט געשריבן:די דירות גייען ווי הייסע בייגל- ערשטע תושבים וועלן זיך אריינציען קימענדיגע פסח תש"פ

עס קומט אריין די נייעס, אז בעז"ה נעקסטע וואך הייבט מען אן די פרעימינג ביי דעם "שכונת ויואל משה" פראדזשעקט.


פאר וויפיל בילדינגס האט מען שוין געלייגט פאנדעישענס ?

אוועטאר
יאקאן דינעלי
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2018 12:23 pm

תגובהדורך יאקאן דינעלי » זונטאג דעצמבער 16, 2018 6:04 pm

אן אימעיל אנגעקומען פאריגע וואך צו אלע קונים

20181216_180255.png
20181216_180255.png (212.3 KiB) געזעהן 1428 מאל

וואס הערט זיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 03, 2016 6:36 pm
לאקאציע: ממש אביסל אהינציר

תגובהדורך וואס הערט זיך » זונטאג דעצמבער 16, 2018 6:18 pm

יאקאן דינעלי האט געשריבן:אן אימעיל אנגעקומען פאריגע וואך צו אלע קונים

20181216_180255.png

ווייסט איינער פשט פון דעם ???
צו באשליסן וועלכע בראקער צו נוצן קען מען שוין אויך נישט ?

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג דעצמבער 16, 2018 6:25 pm

ס'שטייט נישט דא קלאר אז מ'קען נאר נעמען די מארגיטש ביי די צוויי, - וואס איז כפי ידיעתי אומלעגאל - כאטש ברמז שטייט עס יא.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלפיים
תגובות: 2000
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג דעצמבער 16, 2018 6:27 pm

יאקאן דינעלי האט געשריבן:אן אימעיל אנגעקומען פאריגע וואך צו אלע קונים

20181216_180255.png


פאר אלע אדער נאר פאר די ערשטע 240 וואס מען האלט שוין אינמיטן?
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » זונטאג דעצמבער 16, 2018 9:35 pm

וואס הערט זיך האט געשריבן:
יאקאן דינעלי האט געשריבן:אן אימעיל אנגעקומען פאריגע וואך צו אלע קונים

20181216_180255.png

ווייסט איינער פשט פון דעם ???
צו באשליסן וועלכע בראקער צו נוצן קען מען שוין אויך נישט ?

1) ס'איז קלאר געשטאנען אין די שטר אז מגייט נאר קענען ניצן זייערע בראקערס,
2) ס'איס אויך גרינגער פארן קונה ווייל אזוי האט די בראקער אלע דאקומענטן אין ניצט עס איבער פאר א יעדען

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 346
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » זונטאג דעצמבער 16, 2018 9:53 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:ס'שטייט נישט דא קלאר אז מ'קען נאר נעמען די מארגיטש ביי די צוויי, - וואס איז כפי ידיעתי אומלעגאל - כאטש ברמז שטייט עס יא.

Partnered exclusively?
אומלעגאל.

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג דעצמבער 16, 2018 10:33 pm

העלפן דעם קליענט אויסוועלן א מארגיטש בראוקער האט זיך נישט היינט אגעהויבן און עס איז א אלטע איינגעסענע רשעות אינעם עיר הצדק דקרית יואל,

אוועטאר
צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:31 pm

הג"ה: וכן נהגו בעיר הגדולה לאלקים, איר וא"ם בישראל וויליאמסבורג וגלילותיה, בכל מקום אשר ישנו דעוועלאפער אשר בונה ומקים עולמות של לולי דתרנגולי. וביותר צריך הכסף לסרס במקום שיש חזרון כיס.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2091
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:34 pm

צולייגער האט געשריבן:בונה ומקים עולמות של לולי דתרנגולי

קוואוט אוו דע נייט!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


aklutzkup@gmail.com

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1574
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:41 pm

#חזרון כיס..
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3478
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » זונטאג דעצמבער 16, 2018 11:55 pm

יאקאן דינעלי האט געשריבן:אן אימעיל אנגעקומען פאריגע וואך צו אלע קונים

20181216_180255.png

עני סיבה די צעטל און אלע עדווערטייזמענטס איז אין ענגליש? די שכונה איז אין לעיקוואד אדער אין בארא פארק? פארוועם זיכט מען זיך צו מאכן זיס? פ.......!!!!

אוועטאר
צל עובר
שר שמונת אלפים
תגובות: 8363
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 1:52 pm

צולייגער האט געשריבן:הג"ה: וכן נהגו בעיר הגדולה לאלקים, איר וא"ם בישראל וויליאמסבורג וגלילותיה, בכל מקום אשר ישנו דעוועלאפער אשר בונה ומקים עולמות של לולי דתרנגולי. וביותר צריך הכסף לסרס במקום שיש חזרון כיס.


משום אל תמנע טוב מבעליו מוז איך דיר זאגן שרייבן אז איך האב שוין לאאאאאאאאאאאאאנג נישט געזען אזא מתיקות'דיגע פראפעשענעל שרייבעכץ.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

הרב_שלום
שר חמשת אלפים
תגובות: 5209
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 12, 2014 9:44 am

תגובהדורך הרב_שלום » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 2:00 pm

פארשלעפטער האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן: 22 דירות פער עיקר


זיי מדייק, עס וועלן זיין אויף די 70 עיקער מינימום 2 בתי מדרשים, א ביזנעס סענטער, און נאך, וואס דאס וועט מאכן אז די 1500 דירות וועלן זיין אויסגעשפרייט אויף היבש ווייניגער ווי די 70 עיקער.
אבער ווען דו צוטיילסט די 1500 אין 70 עיקער קומט עס אויס צי 22 דירות פער עיקער...
דויק ועתישתעח..


די ביזנעס צענטער איז א פריווייטע אינוועסמענט דורך אחים ווייס (טיילס) לעבן שכינה ויואל משה
Deals At Walmart.com

Deals at Amazon.com

As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5417
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 2:11 pm

צולייגער האט געשריבן:הג"ה: וכן נהגו בעיר הגדולה לאלקים, איר וא"ם בישראל וויליאמסבורג וגלילותיה, בכל מקום אשר ישנו דעוועלאפער אשר בונה ומקים עולמות של לולי דתרנגולי. וביותר צריך הכסף לסרס במקום שיש חזרון כיס.

:?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 2:39 pm

יאקאן דינעלי האט געשריבן:אן אימעיל אנגעקומען פאריגע וואך צו אלע קונים

20181216_180255.png


דאס האט געברענגט גרויס אויפברויז ביי אלע חרידישע מארגעטש פירמעס אין ק"י.

א מין חוצפה דאס, דאס וועט לכארה ברענגען א שטורעם, מע קען נישט קאנטראלען די מארקעט!!!

נישט קיין חילוק וויאזוי מע הייסט, דאס איז א פראיעקט פון איבער 3000 הייזער, און מע דארף געבן א טשאנס פאר יעדן.

נישט ווי די "אלע" שטאטישע" דעוועלעפמענט'ס וואס ברענגען אריין דרויסענדיגע פירמעס אנשטאט'ס צו שטיצן די עמך יוד פון די היימישע שטאט.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 2:45 pm

איך מיין אז ס'פלעגט אלס צו זיין עפעס אזוי, ס'איז געשטאנען אין מיינע שטרות מיט 10 יאר צוריק ביי די צוויי גרעסטע דעוועלאפמענטס דאן ברמיזה, איז מה כל הרעש.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 2:47 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
יאקאן דינעלי האט געשריבן:אן אימעיל אנגעקומען פאריגע וואך צו אלע קונים

20181216_180255.png


דאס האט געברענגט גרויס אויפברויז ביי אלע חרידישע מארגעטש פירמעס אין ק"י.

א מין חוצפה דאס, דאס וועט לכארה ברענגען א שטורעם, מע קען נישט קאנטראלען די מארקעט!!!

נישט קיין חילוק וויאזוי מע הייסט, דאס איז א פראיעקט פון איבער 3000 הייזער, און מע דארף געבן א טשאנס פאר יעדן.

נישט ווי די "אלע" שטאטישע" דעוועלעפמענט'ס וואס ברענגען אריין דרויסענדיגע פירמעס אנשטאט'ס צו שטיצן די עמך יוד פון די היימישע שטאט.

ס'שטורעמט נישט, ס'איז א אלטע גזירה, נישט אומזיסט קומען נישט אויף אזויפיל מארגעטש בראקערס ווי פאר 20 יאר צוריק ווען יעדער צווייטער אינגערמאן האט געצויגן פון דעם פרנסה
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1005
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מאנטאג דעצמבער 17, 2018 2:51 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:
יאקאן דינעלי האט געשריבן:אן אימעיל אנגעקומען פאריגע וואך צו אלע קונים

20181216_180255.png


דאס האט געברענגט גרויס אויפברויז ביי אלע חרידישע מארגעטש פירמעס אין ק"י.

א מין חוצפה דאס, דאס וועט לכארה ברענגען א שטורעם, מע קען נישט קאנטראלען די מארקעט!!!

נישט קיין חילוק וויאזוי מע הייסט, דאס איז א פראיעקט פון איבער 3000 הייזער, און מע דארף געבן א טשאנס פאר יעדן.

נישט ווי די "אלע" שטאטישע" דעוועלעפמענט'ס וואס ברענגען אריין דרויסענדיגע פירמעס אנשטאט'ס צו שטיצן די עמך יוד פון די היימישע שטאט.


בכלל נישט קיין נייע זאך, די זעלבע איז געווען ביי קארלסבורג און דוכט זיך ביי ברך משה.

די איין פריוועליגיע האט מען נאך ביי די קליינע בילדערס אז די קענסט נאך בעטן צו לאזן נוצן וועמען די ווילסט פאר א מארטגעדזש, און די קענסט נאך ארומטוישן אדער אפגרעידן, ביי די גרויסע דעוועלאפמענטס קענסטו ניטאמאל טראכטן דערפון, (א אויסנאם איז געווען אין קארלסבורג פאזע 2) ביי ויואל משה זאגט מען דיר ניטאמאל ווי גרויס דיין בוידעם וועט זיין,


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot] און 8 געסט