שכונה חדשה ויואל משה - קרית יואל יצ"ו

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

חלות
שר חמישים
תגובות: 62
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 19, 2017 11:00 pm

תגובהדורך חלות » מיטוואך דעצמבער 20, 2017 4:00 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:אגב, וואס איז דער "גאלדאן טאוערס" פראיעקט?


ר' אהרן וויינבערגער, קאונטי רד. 105


ווי כאב געהערט שמועסן אז אין א חודש אדער צוויי אי"ה ווען ער איז פערטיג מיט ווייניארד און דער עולם וועט מער ווייניגער האבן געקלאוזט ווי עס זעט יעצט אויס

הייבט ער אן צופארקויפן די דירות דארט אין בעק פון די סוער פלענט

און ער נעמט זיך בויען נעמט זיך בויען מיט א שטארקע שנעלקייט אנגעהויבן אין א חודש /צוויי און עס וועט זיין קאמפליט אין 18 חדשים אדער שנעלער

פארשטייט זיך אויב ער וועט ער זיך נישט פארפלאנטערן ווי ביי ווייניארד וואס דארט האט מען אויך געבויט שנעל פון אנפאנג

איך בין נייגעריג צו טעסלער וועט זיין די בילדער

I have no idea from you that info that he will close in a month?? Or 2??? Probably he will not !!!!close before Passover

שטייגען
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 12, 2015 11:31 pm
לאקאציע: office
פארבינד זיך:

תגובהדורך שטייגען » דאנארשטאג דעצמבער 21, 2017 11:46 pm

טעסלער גייט אי״ה זיין די בויער ביי ויינבערגערס נייע פראיעקט
סיינט אייך אויף בחנם אין איהר האט א טשענס צו מאכן געלד
https://www.vitalcard.com/u/E7C186

אפשר
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » מיטוואך ינואר 24, 2018 12:58 pm

ווייסט איינער עני אפדעיט ווי מ'האלט מיט די פארשריט מיטן בויען פון שכונות ויואל משה פעיז 1 ?
און צי מ'פארקויפט שוין און פעיז 2 ?

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מיטוואך ינואר 24, 2018 5:21 pm

איך הער אז פעיז 2 גייט זיין ביליגער פער סקווער פיס ווי פעיז 1

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3842
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 3:49 am

אין די הקריה איז דא א גאנצע באשרייבונג פון שכונת ויואל משה.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

אפשר
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 10, 2010 10:27 am

תגובהדורך אפשר » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 9:56 am

צל עובר האט געשריבן:אין די הקריה איז דא א גאנצע באשרייבונג פון שכונת ויואל משה.


איז דא איינער וואס קען עס ביטע ארויפלייגען ?
יישר כח פון פאראויס.

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 10:13 am

פייל איז צו גרויס צו אפלאודן.

https://drive.google.com/file/d/1lUYoEX ... p=drivesdk

אוועטאר
שמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 07, 2015 7:49 pm
לאקאציע: שול

תגובהדורך שמש » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 11:07 am

עס קוקט אויס ממש ווי נעכטן דער
היסטארישער טאג כ"ו אב תשע"ו, ווען
ביים יומא דהילולא פון רביה"ק זי"ע
זענען תושבי קרית יואל נתבשר געווארן
דורך כ"ק רבינו שליט"א, איבער דער
נייער ריזיגער שכונה וואס וועט געבויט
ווערן ביים אריינגאנג פון שטאט, און
רבינו שליט"א האט דאָס קורא שם
געווען "שכונת ויואל משה", על שמו
ולזכרו פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע.
אזוי איז אדורכגעלאפן א יאר און
עטליכע חדשים, ווען אין די צייט האָט
מען זיך כסדר גערוקט פאָראויס וואָס
צום פולשטענדיגן אויפבוי בעז"ה. האָט נענטער געברענגט די שכונה ביז
מיר וועלן דאָ פאר די ליינער דורכגיין
די אנטוויקלונגען און זען וואו עס האלטן
די פערמיטן, די בוי פלענער און די
פאקטישע ארבעט אויפן שטח.
פונעם טאגוואס דער ציבור איז נתבשר
געווארן מיט דער בשורה טובה איבערן
אפקויף פון דעם ריזיגן 70 עיקר באדן,
האט די ארבעט זיך נישט אפגעשטעלט.
אויב פאקטישע ארבעט ביים בויען א הויז
מיינט נעמען א טראקטער און גראבן,
איז נאך אויך דא בעפאר אסאך פאפיר
ארבעט, קאמפליצירטע חשבונות, און
גאנצע אינדזשענירונג ביכער וואס ווערן
זען א טראקטאר אויפן שטח. געשריבן, ביז ווילאנג מען קען פאקטיש
איבערהויפט איז ביי אַזאַ ריזן
פּראָיעקט, וואס דאָ רעדט זיך דאָך פון
ממש א שטאט פארזיך. עס געדענקט זיך
נישט ווען אין די קרית יואל היסטאריע
זאלן געבויט ווערן אפי' נאר די העלפט
פון אזא ציפער ווי 2000 דירות אויף
איינמאָל, מיט איין פּלאַן, וואָס דאס
אלעס, די אלע פאפירן, אינדזשענירונג
ארבעט, פערמיטן, א.ד.ג., ווערן אַצינד
דורכגעפירט, אפי' יעצט ווען דער
שטח איז שוין אקטיוו פארנומען מיט
לאסט אויטאס, מעגא-טראקטארן, און
כל ערליי בוי-מאשינען וואס פירן שוין
פאקטיש אדורך די בעפאר-בוי ארבעט
און קאמפליצירטע אינפראסטרוקטור
ארבייט.
אבער לאמיר גיין פאוואליע.
ווען עס קומט צו בויען, זענען
די פּערמיטן וואָס ווערן פאַרלאַנגט
איינגעטיילט אין 3 שטאפלען. אייגנטליך
איז עס בדרך כלל נאר די לעצטע 2
שטאפלען, נאר ביי גרעסערע פראיעקטן
א שטאפל בעפאר דעם. פון א געוויסע צאל עיקר, דארף זיין נאך
דער ערשטער שטאפל איז, די "סיקרע
סטעיטמענט. ריוויו", ענווייראנמענטאל אימפּעקט
אונזערע חשוב'ע ליינער זענען שוין
זיכער גרויסע מבינים ווען ס'קומט צו
"סיקרע", וואס ס'איז שוין אויסגעקומען
אין די לעצטע יארן אסאך מאל צו שרייבן
איבערזיכט אויפן שטח און אויפן פלאן, דערוועגן. אין קורצן מיינט דאס, אן
צו וויסן וואס וועט זיין דער אימפעקט
פון די בוי ארבעט וואס וועט דורכגעפירט
ווערן, ווען מען וועט אויסרייסן א גאנצן
וואלד און דארט אויפבויען געביידעס,
ארומיגן ענווייראמענטאלן כאראקטער, וויאזוי וועט זיך דאס אפרופן אויפ'ן
(צום ביישפיל מען דארף דורכגיין צי
ס'דא געוויסע סארט האזלעך אדער פייגל
וואס וועלן גע'הרג'עט ווערן, וויאזוי
וועלן אלע טייכלעך ארום רעאגירן
צו די גראב ארבעט, און אזוי אויך
נאך הונדערטער דעטאַלן, קליינע און
גרויסע) וויאזוי וועט זיך דאס אפרופן
אויפ'ן לאקאלן טראפיק, און די פלענער
וויאזוי די לאקאלע רעגירונג וועט האבן
גענוג רעסורסן צו פיטערן די צוקומענדע
ווי סוער, וואסער, טראנספארטעישן, איינוואוינער מיט לעבנסגעברויכן
פּאָליציי, פייערלעשער, סקולס, אא"וו.
דאס אלעס קומען אריין אין באטראכט
ווען מען פירט דורך אזא איבערזיכט,
וואס ווערט דורכגעפירט דורך א
ספעציעלע פירמע, וואס איז אייגנטליך
א צוזאמשטעל פון פילע באזונדערע
ספעציאליסטן און אינדזשענירן יעדער
אין א באזונדערן פעלד, דערנאך גיט
מען ארויס דעם אפשאצונג וואס גייט
געשען אין די געגנט נאך וואס מען וועט
דורכפירן דעם פראיעקט.
אזא סארט "סיקרע ריוויו", פארלאנגט
פראיעקטן פון א געוויסע צאל עיקר. זיך ווי געזאגט נאר ביי גרעסערע
אין דעם פאל פון שכונת ויואל משה איז
דאס פארלאנגט דורכן געזעץ, און די
סיקרע איז באלד נאכן מקח אום כ"ו אב
תשע"ו געלאזט געווארן אין גאנג, און
ארום א יאר דערויף איז עס באשטעטיגט
געווארן דורכן קרית יואל ווילעדזש,
וואס האט געדינט אלס ליעד עידזשענסי,
אזוי אז מען האט זיך געקענט נעמען צום
קומענדיגן שטאפל, פון אהערשטעלן
דעם 'סייט פלען'.
ווי געשריבן טוט מען אינעם ערשטן
שטאפל איבערגיין אלעס 'ארום' דעם
שטח וואס גייט זיך טוישן, נישט
אזוי ווייט דער שטח אליינס. אצינד
ביי שטאפל נומער 2 איז דאס דער
פונקטליכע און דעטאלירטע פלאן
וויאזוי די גאסן גייען אויסקוקן, סיי
אונטערערדיש און סיי אויף דער ערד,
אלעס אויסער די דעטאלן פון אין די
געביידעס זעלבסט וואס דאס וועט זיין
אינעם בילדינג פערמיט. די 'סייט פלען'
נעמט אריין וויאזוי פונקטליך עס גייען
אויסקוקן די ראודס, ווי ברייט, וויפיל
גראז עס וועט זיין פארנט פון די דירות
און וויפיל פון אונטן פונקטליך וואו עס
גייען לויפן אלע עלעקטעריק העכער דער
ערד און אונטער, דער גאנצע סוער וואו
עס גייט לויפן, וואסער איינריכטונגען,
סטריט לייטס, וויפיל ביימער עס גייען
איינגעפלאנצט ווערן און פונקטליך
וואו, און אזוי אלע צענדליגער און
הונדערטער דעטאלן וואס אלעס ווערט
שיין דעטאלירט אויף ריזיגע מאַ פּעס, און
ביים דאָזיגן פראיעקט נעמט די מאפע
אויף א קיימא לן פון 40 זייטן, ווען
עטליכע באַזונדערע זייטן. יעדער דעטאל פארנעמט איינס אדער
פארגאנגענעם זונטאג וישב, איז דער
גאנצער פלאן באשטעטיגט געווארן ביים
ווילעדזשפלענינג באורד, וואס ביז אצינד
איז ביי יעדע מיטינג דאס אויפגעברענגט
געווארן, וואו די אינדזשענירן און
ארכיטעקטן זענען כסדר געקומען און
פארגעלייגט זייערע פלענער, אויף וואס
דער ווילעדזש האט אַראָ פּגעשטעלט
פארלאנגען, און אזוי איז דאס געגאנגען
הין-און-צוריק ביז צום ענדגילטיגן
למספ' דעם דריטן אין דעצעמבער. אפראוול פארגאנגענעם זונטאג וישב,
אצינד נאכן ערהאלטן דעם צווייטן
שטאפל פערמיטן פונעם ווילעדזש, האט
פלייס אהערצושטעלן דעם אינפרא- מען זיך געקענט אריינווארפן מיטן גאנצן
סטראקטשור אויפן שטח, אלעס ביזן
גיסן דעם פונדאמענט, וואס אהערשטעלן
די גאס, דיראודס און אלעס ארום פאר די
ערשטע פאזע דירות ווערט געשאצט צו
נעמען נאך א האלב יאר אַרבעט.
דער דריטער שטאפל, איז די
פאקטישע בוי פערמיטן פאר די בנינים
זעלבסט, וואָס וועט האָפנטליך זיין
פאַרטיג אויף אַרום שבועות צייט, און
אין די זעלבע צייט וועט ווייטער העפטיג
אָנגיין די ארבעט אויפן שטח ביי פאזע
2 ,וואו מען וועט אויך אלעס טון ביז די
בנינים זעלבסט, ווי מאכן די ראודס און
אינפראסטרוקטור, אין די זעלבע צייט ווי
ביי פאזע 1 ווערן ערהאלטן די בילדונג
פערמיטן און מען הויבט אן גיסן די
פאנדעישענס און עס ווערט אויפגעבויט
די פאקטישע דירות.
אריינבליקנדיג אין די שפאלטנס פון די
בלו-פרינטס פונעם סייט פלען, זעט זיך
אָן אסאך מערקווירדיגע דעטאלן וואס
ווערן צוגעגרייט אהערצושטעלן דעם
גאנצן שטח בא'טעמ'ט און צוגענגליך
ערשטן מאל אין קרית יואל היסטאריע. פאר די איינוואוינער, טייל דערפון צום
די הויפט טיילן דערפון: לאמיר זיך דעריבער קאנצענטרירן אויף
ווערן א גרויסער פיסגייער בריקל • עס וועט אוועקגעשטעלט
פון "שכונת ויואל משה", וואס וועט
גרייכן ביז דעם באס שעלטער אויף
בעיקערטאון רד. (דער באס שעלטער
אויף דער טברי' זייט), אויסגעשטאטעט
צו קענען אריבערגיין פראקטיש און
באקוועם אָן דארפן מאכן דעם קראס
אינעם פאַרנומענעם פאַרקער פון קאַונטי
רוט 105.
• לעגנאויס די צענטראלע
ראוד אינעם שכונה וועט א ספעצילע
'איילענד' פון אכט פוס ברייט אפטיילן
די צוויי טראפיק ליניעס, צו פארגרינגערן
און צוצושטעלן א סעיפטי וועג צו קענען
אריבערקראסן דעם ראוד קודם איין
ליניע און נאכדעם עקסטער די אנדערע
ליניע, ווי אויך אן אָרט צו פּלאַצירן די
שניי אום ווינטער.
• איבער 10 קינדער-
שפּיל-ערטער (טאַט-לאַטס) ווערן
אהערגעשטעלט איבער דער גאנצער
געגנט, וואס וועט זיין אויסגעשטאטעט
מיט געשמאקע שפילצייגן, צום
פארגעניגן פון די עלטערן און קינדער,
א שטייגער ווי די וואס איז דא ביי די
גאווערמענט פראיעקטן.
• די גאסן אויף שכונת ויואל
משה גייען זיין אויסגעשטעלט אין א
גראדן פארמאט, נישט געדרייט, וואס
וועט אסאך צוגעבן צום רואיגקייט פונעם
דרייווער און זיכערהייט פון די פיסגייער.
עקסטער וועלן אוועקגעשטעלט ווערן
ספעציעל באמפס אויף די ראודס צו
פארזיכערן א שטאַטערן ספיד לימיט,
פאר די סעיפטי פון דער געגנט.
• עס וועלן זיין 3 אפיציעלע
אריינגענג צו דער שכונה. איינס וועט
זיין אינמיטן סטעיט פאליס (נינינגער)
רד. אַ צווייטע וועט זיין צו בעיקערטאון,
ביים פארק ענד רייד. ביידע ראודס וועלן
פארמאגן טראפיק ליכט, און ספעציעלע
טוירן לעינס, צו ערמעגליכן די געהעריגע
טראפיק ווייטער צו פליסן, אין די צייט
וואס די קארס וואס דרייען זיך וועלן
האבן זייער אייגענעם לעין. ביים סטעיט
פאליס ראוד אריינגאנג וועט אויך זיין
אהערגעשטעלט א ספעציעלע באס
שעלטער צום באנוץ פון די ווילעדזש און
מאנרא באסעס. אַ דריטע אַריינגאַנג וועט
זיין אויף קאַונטי רוט 105.
קוקנדיג ווייטער אינעם בלו פרינט,
זעט מען אויסגערעכענט פונקטליך אלע
פארקינג ערטער און דרייוועיס, וואס
דאס איז אן עקסטערע סוגיא פאר זיך.
ווייטערזעט מען ביי די סיידוואלקס די
ספעציעלע איינריכטונגען ביי די עקןוואס
איז אַ שטאַרקע הילף פאר "הענדיקעפ"
און פאר מאַמעס מיט קערידזשעס, וואו
די סיידוואלקס גייען שיף ביזן ראוד
אַראָ פּגיין אָן דאַרפן גיין דאס טרעפּל, אז מען זאל קענען גרינג ארויפגיין און
און באַזונדער ווערט צוגעלייגט אזאנע
ספעציעלע קראצעדיגע שטיקער ביי די
עק סיידוואלקס, וואס איז געמאכט אז
אויב איינער קען נישט זען אזוי גוט ל"ע
זאל ער וויסן וואו ארויף צו גיין.
די וואסער פייפס, סטריט לייטס,
סטריט סיינס, פייער היידרעינטס, סוער
פייפס, דרענידזש, קעטש בעיסינס,
מענהאלס, דאס אלעס ווערט פונקטליך
דעטאלירט אויף גאַנצעטע בלעטער אין
דער מאפע.
נאך א וויכטיגע פונקט וואס
שטייט ארויסגעשריבן, איז דער
ענווייראמענטאלער סיסטעם, וואס ווי
יעדער קען מיטהאלטן ווען מ'גרייט זיך
צו בויען אויף אַ שטח זעט מען דיקע
שווארצע פלאסטיק וואָס נעמען ארום
דעם גאנצן בוי ארט, וואס דאס איז
געמאכט מיט א פונקטליכן סיסטעם
וואו די אונטערערדישע וואסער זאל
לויפן, און אזוי אויך נאכן ענדיגן בויען
איז דא אן אויסגעשריבענע מאפע וויאזוי
צו קאנטראלירן די קוועלער פון אונטער
דער ערד. און אלעס ווערט פארזיכטיג
באגלייט דורך די סטעיט ענווייראמענטל
ביורא וואס האט זיך זייער שטרענג
גענומען דערצו די לעצטערע יארן.
א באזונדערע ווערטפולע דעטאל
ווערט געפלאנט, צו מאַכן באַזונדערע
קאנדאמיניומס וואָס זאָלן באַשטיין
פון בלויז צוויי געביידעס מערסטנס.
דאס הייסט, ביז היינט ווען מען האט
געבויט א גאנצן פראיעקט, איז דער
גאנצער דעוועלאפמענט איין גרויסער
קאנדאמיניום, וואס אלע הונדערטער
תושבים זענען א חלק דערפון און
ערוועלן א באורד וואס זאל אנפירן מיט
די פונקציעס. דא ביי שכונת ויואל משה
וועט יעדע 2 בנינים מאקסימום זיין א
קאָנדאָמיניום. דאס וועט סאך לייכטער
מאכן פאר די איינוואוינער, עס זאל זיין
א קלענערע קדירא דבי שותפא.
די ארבעט ווערט נאנט אבזערווירט
דורך פארשידענע אגענטורן, פון סטעיט,
קאונטי און לאקאל לעוועל, וואס ביי
אזא ריזיגע אונטערנעמונג האבן זיי פיל-
צאליגע רעגולאציעס און פארשריפטן,
וואס מען ברויך דאס אלעס נאכקומען,
און זיי שטייען טאקע מיט אפענע אויגן
זיכער צו מאכן אז אלעס גייט כשורה
לויט זייער ביכל, און זיי דרוקן אויס
שטארקע צופרידנהייט איבער וויאזוי
מען קומט נאך אלע פארשריפטן.
דאס אלעס צו קענען אהערשטעלן
אזעלכע גרויסארטיגע פלענער און
צוטרעטן צום פאקטישן געבוי אין בלויז
א צייט אפשניט פון איין יאר, קען נאר
צושטאנד קומען אין קרית יואל, וואו
ס'איז דא א היימישער ווילעדזש וואס
פארשטייט די געברויכן און נויט פון
צושטעלן דירות פארן ציבור, ווען אין
אַ צייט-אָ פּשניט פון אַ יאר און עטליכע
שטח, האַלט מען וואו מ'האלט היינט, חדשים זייט מען האט אפגעקויפט דעם
ווען מען בויט שוין פיזיש אויס דעם
שטח, איבערהויפט ביי אזא ריזיגער
אונטערנעמונג, וואלט דאס געדויערט
ערגעץ אנדערש יאָרן. יעדער וואס בויט
זיך צו ריקן שנעל מיט די פערמיטן, אנדערשוואו ווייסט די שוועריקייטן
ווען אלעס גייט לויט די גוסטע פון די
באאמטע און אלץ זענען דא פרישע
פארלאנגען, און דא איז אלעס געגאנגען
גלייך און געשיקט אָן קיין איבריגע
צעגערנישן, און אין דער זעלבער צייט
פראפעסיאנאל און לויט די פארשריפטן.
דאס ווייזט נאכאמאל דעם טיפן בליק
פון רביה"ק זי"ע וואס האט פארשטאנען
ברוחב תבונתו אין יאָר תשל"ז אז מען
מוז האבן אן אייגענעם ווילעדזש פון
היימישע געטרייע באאמטע וואס זענען
באקאנט מיט די געברויכן פון ציבור צו
קענען ערגעץ אנקומען, און במשך די
יארן האט זיך עס ארויסגעוויסן אויף יעדן
ביים שכונת ויואל משה. טריט און שריט, און יעצט ווידעראמאל
"ויואל משה אמת".

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 3:01 pm

א גרויסן יישר כח
כמים כרים על נפש עייפה
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

הקריה

תגובהדורך עמקות שלמה » פרייטאג ינואר 26, 2018 8:58 am

ממה נפשך האט געשריבן:פייל איז צו גרויס צו אפלאודן.

https://drive.google.com/file/d/1lUYoEX ... p=drivesdk


אפשר קען איינער אריינפעיסטן דא די פעידזש 47 ווייל עס איז לכאורה אינטערעסאנט פאר אסאך אירע וואס האבן שוין עטליכע קינדער ווי סאך מקען פארדינען און נאך אלץ זיין געקאוורעט מיט העלט אינשורענס
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

אוועטאר
פארשלעפטער
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
לאקאציע: איין מינוט שפעט

תגובהדורך פארשלעפטער » פרייטאג ינואר 26, 2018 9:12 am

עמקות שלמה האט געשריבן:
ממה נפשך האט געשריבן:פייל איז צו גרויס צו אפלאודן.

https://drive.google.com/file/d/1lUYoEX ... p=drivesdk


אפשר קען איינער אריינפעיסטן דא די פעידזש 47 ווייל עס איז לכאורה אינטערעסאנט פאר אסאך אירע וואס האבן שוין עטליכע קינדער ווי סאך מקען פארדינען און נאך אלץ זיין געקאוורעט מיט העלט אינשורענס

hakirya teves.pdf
פעידזש 47
(185.5 KiB) דאונלאודעד 225 מאל
ווען איך זאל ווען זיין דער "שלעפ" דאן ווילט איך געהייסן "פארשלעפט", עכשיו אז מיין ווייב איז די "פארשלעפטע" בין איך "פארשלעפטער"...

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג ינואר 26, 2018 10:51 am

לעצטנס גראבט מען נישט ביים שכונה, לכאורה וועגן די קעלט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25133
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג ינואר 26, 2018 3:51 pm

שמואל בארג האט געשריבן:לעצטנס גראבט מען נישט ביים שכונה, לכאורה וועגן די קעלט.


מגרויבט, מ'מאכט גלאט, מ'שניידט און מ'האקט, מיט טראקטארן, בולדאוזער, קעטערפיללערן, און זאמד-טרעק

כאפ א פאר אריבער, עס זעהט אויס ווי א שלאכטפעלד

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1483
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג ינואר 26, 2018 4:35 pm

מיר פארן דורך כסדר, ס'שלאפט היפש, און ס'איז נארמאל אין די וועטערס, דאס איז נישט קיין קריטיק אז דער רב זאל זיך דארפן באמיען צו פארענטפערן.

למען הפונקטליכקייט, די לעצטע צוויי טאג בין איך נישט דורכגעפארן.

nishtkushe
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 9:28 pm

תגובהדורך nishtkushe » מוצ"ש ינואר 27, 2018 7:23 pm

שמואל בארג האט געשריבן:מיר פארן דורך כסדר, ס'שלאפט היפש, און ס'איז נארמאל אין די וועטערס, דאס איז נישט קיין קריטיק אז דער רב זאל זיך דארפן באמיען צו פארענטפערן.

למען הפונקטליכקייט, די לעצטע צוויי טאג בין איך נישט דורכגעפארן.


איר ברויכט קויפן נייע ברילן.

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » מוצ"ש ינואר 27, 2018 7:34 pm

שמואל בארג האט געשריבן:מיר פארן דורך כסדר, ס'שלאפט היפש, און ס'איז נארמאל אין די וועטערס, דאס איז נישט קיין קריטיק אז דער רב זאל זיך דארפן באמיען צו פארענטפערן.

למען הפונקטליכקייט, די לעצטע צוויי טאג בין איך נישט דורכגעפארן.

גא'מ

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 518
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » מוצ"ש ינואר 27, 2018 10:26 pm

דורכגעפאהרן עטליכע טעג פאריגע וואך, יעדע מאל געזעהן די טרעקטער'ס גראבלען

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2446
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מוצ"ש ינואר 27, 2018 11:04 pm

מ׳ארבייט, יא. שלאכטפעלד, לאו דוקא.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג ינואר 28, 2018 4:41 pm

וואס האלט איר וועגן מאכן יעדע צוויי בילדינגס א עקסטערע קאנדא?
שכונות ברך משה למשל איז די גאנצע שכונה נאר איין קאנדא סאיז א מעלה אז מען קען זיך שפארן גאר אסאך געלט אזוי

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » זונטאג ינואר 28, 2018 8:30 pm

איין גרויסע קאנדא קען האבן מעלות אבער אויך אסאך גרויסע חסרונות.

אין פאל פון אן אינשורענס קלעים איז אפשר בעסער אז די שטייגונג אין פרימיום זאל ווערן צעטיילט צווישן מער מענטשן, אבער אויף צו האבן א גוטן פרייז אויף א קאנטראקט (מעינטענענס, שארן שניי, גארבעדזש וכו' וכו') פעלט נישט אויס צילוב דעם צו האבן איין גרויסע קאנדא, מ'קען אויסהאמערן א גוטן דיעל ווען די קלענערע קאנדאס זאלן זיך צוזאמשטעלן און אינאיינעם ארויסגעבן די קאנטראקט פאר אזעלכע זאכן.

לעומת זה, א קאנדא פון מערערע בילדינגס וועט געווענליך נישט יעדע בילדינג האבן א פארטרעטער אין די קאנדא באורד, וועלכע קען ברענגן אז [אין פאל פון אומ'אחריות'דיגע] באורד מעמבערס זאלן פארצוגן די אינטערעסן פון זייער בילדונג און אומגעגנט, בעת וואס אנדערע בילדונגס זאלן נישט ווערן געהעריג פארטרעטן (שוין מיטגעהאלטן אזעלכע פעלער).

זאת ועוד, אין א גרעסערע קאנדא וואס די געגנט ווערט געבויעט אין א משך פון אפאר יאר, (עצי תמרים, לעמבערג, שכונת ויואל משה, און טאקע ברך משה זעלבסט וועלכע איז געבויעט געווארן אין א משך פון 6-8 יאר) וועט אויסקומען אז בעת וואס נייע תושבים ציען זיך אריין אין פרישע נארוואס-פארענדיגטע הייזער, קענען שוין די [אפי' נאר אביסל] עלטערע בילדינגס האבן פארשידענע זאכן וועלכע דארפן פארראכטן ווערן (דעכער, דרעינעדזש, גארבעדזש הייזער, וכו' וכו'), און די העכערע קאנדא קאסטן ווערט אייניג צעטיילט צווישן אלע תושבים, נמצא אז די פרישע איינוואוינער דארפן אייניג אריינצאלן פאר די אלע פאררעכטונגן, בו בזמן, וואס מיט די יארן גייט עס בכלל נישט ווייניגער ווערן (איז נישט שייך אזא שמור לי ואשמור לך סברא אזוי ווי ביי די גארבעדזש ביל).

ס'איז דא נאך עקזעמפלס, לטב ולמוטב, ודו"ק כי קצרתי.

אוועטאר
הגאון
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:11 am

תגובהדורך הגאון » זונטאג ינואר 28, 2018 8:47 pm

אויף די שאלה איז דא איין פשוטע תירוץ, פרעג די וואס האבן עס שוין פרובירט!
אויב וואוינט איר אין ברך משה, ווייסט איר דעם תירוץ, אדער פרעג איינע פון די באורד מעמבערס דארטן וואס זייער מיינונג איז.
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובהדורך אפענע וועלט » זונטאג ינואר 28, 2018 10:06 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:וואס האלט איר וועגן מאכן יעדע צוויי בילדינגס א עקסטערע קאנדא?
שכונות ברך משה למשל איז די גאנצע שכונה נאר איין קאנדא סאיז א מעלה אז מען קען זיך שפארן גאר אסאך געלט אזוי


What's the reason for your question ? Do you have access or a listening ear at the policy makers?

Let say 5 people answer you that it is a good idea to make a smaller condo, how are you going to convince the builder to spend extra money to do that?

The defenite answer is yes, the benefits of a smaller condo outgrows the downsides.
Every 2 building is too small. 35 buildings is too large. 4-6 buildings is ideal.

If you talk to the builder please tell him that I like to see the bulldozers lined out so nice every day in the morning when I pass by.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10976
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » זונטאג ינואר 28, 2018 10:50 pm

קוק אפאר תגובות ארויפציר ווי דער בילדער שרייבט אז ער וועט טאקע ספענדן די עקסטערע פאר דאלער און צושטעלן פאר יעדע 2 בילדינגס א עקסטערע קאנדא

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מאנטאג ינואר 29, 2018 12:26 am

א מחי' האט געשריבן:
קאפ און אקסל האט געשריבן:וואס איז די מעלה פון דעם טעסלער?

ער בויעט גוט און קארעקט

וואס איז זיין ערשטע נאמען ?

אוועטאר
צל עובר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3842
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מאנטאג ינואר 29, 2018 1:24 am

פארטראכטער האט געשריבן:
א מחי' האט געשריבן:
קאפ און אקסל האט געשריבן:וואס איז די מעלה פון דעם טעסלער?

ער בויעט גוט און קארעקט

וואס איז זיין ערשטע נאמען ?


ירמיה.
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט