בלאט 4 פון 48

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:43 am
דורך געב_מיר_כח
דער איד

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:45 am
דורך געב_מיר_כח
אידיש גערעדט האט געשריבן:
איש חמודות האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:עצי התמרים ברך משה סטייל איז א פארגאנגענהייט

וואס רעדסטו? ס'בויעט זיך יעצט קארלסבורג אויף דעם סטייל

נאו נישט..

לויט די בילד גייט עס זיין 4 שטאקיגע בנינים

עצי תמרים / ברך משה / קארלסבורג זענען נאר 3 שטאק

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:54 am
דורך אט אזוי
לעמבערג סטייל

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:58 am
דורך סאדאם חוסעין
די חילוק איז פשוט דעמאלט איז נאך נישט געווען אזא דיורת מאנגעל האט מען ווען געקענט בויען 3 שטאק היינט וואס יעדע שטח איז אזוי טייער איז א שאד אז מען בויעט נישט 10 שטאק

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:11 am
דורך מי יודע
סאדאם חוסעין האט געשריבן:די חילוק איז פשוט דעמאלט איז נאך נישט געווען אזא דיורת מאנגעל האט מען ווען געקענט בויען 3 שטאק היינט וואס יעדע שטח איז אזוי טייער איז א שאד אז מען בויעט נישט 10 שטאק

ס'איז נישט גערעכט, ופרצתה ימה וקדמה צפונה ונגבה, ס'פעלט לאנד?, פארוואס דארף מען בויען אין די הייך? ווער ס'וואוינט אזוי הויך ווייסט די שוועריקייטן דערפון פאר שטובער מיט קינדער
קרית יואל וואקסט סיי ווי אויס, גאנץ בקרוב גייט עס נישט זיין קיין וואקינג דיסטענס פון איין עק ביזן צווייטן, סאו פארוואס אנלייגן די שטאט מיט הויכע פאפירענע בנינים, און יעדער ווייסט 4 שטאק מיינט אויף די באקס, ס'איז געווענליך 5 שטאק מיטן בעיסמענט, אן קיין עלעוועיטארס

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:39 am
דורך דרךהמלך
מי יודע האט געשריבן:
נחום האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:אידן וועלן ווייטער קויפן אין בלומינגראוו, מענטשן ווילן אביסל פרייוועסי, און אביסל רחבת ידים און גרינע גראד.
וואוינען מיט 10 אידן אין א גרויס הויז אין איין אריינגאנג איז "סיטי לייף" - קרית יואל'יער אידן זוכן עס נישט און דעזערווען בעסער פון דעם.

א שטארקע נקודה האט געזאגט אדמו"ר מהר"א שליט"א ביי זיין דרשה בתוך הדברים - אז רבנו הקדוש זצ"ל האט געוואלט א שטעטעל די סבה איז נישט געווען צו האבען גרינע גראז -

דו קענסט יענער וואס האט זיך צושריגן הויך אינמיטן קריאת שמע 'ועבדתם אלהים אחרים' א בפירוש פסוק אז מ'דארף דינען עבודה זרה
די רבי האט נישט געוואלט מ'זאל האבן גראז? נישט פאר די סיבה האט ער געבויט קרית יואל, דו כאפט אן די נקודה פון 'נישט' ווי איידער די נקודה פארוואס יא
איך האב פאר דיר נייעס, ער האט אויך נישט געבויט קרית יואל מיט א ציל אז ס'זאל זיין פתחיהם מכוונים זה לזה, און מ'זאל וואוינען אין יענטע טאון

סוי וואס האט ער געוואלט, די פאלאצן מיט בעק און פראנט יארדס, אדער די רויטע הייזער פון סעקשאן 1?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:42 am
דורך יש ברירה
דריידל האט געשריבן:די שמחה איז טאקע זייער גרויס אז בקרוב וועט עטוואס געלינדערט ווערן די דירות מאנגל. מ'דארף זיך אבער מתבונן זיין וואס פינטליך מ'גייט דא טון.
די שטח איז 70 עיקר וואס איז ווייניגער ווי א צענטל פון שטעטל. אין דעם שטח גייט מען אריינלייגן 2000 משפחות, א דריטל תושבים פון גאנצן שטעטל! נאך מער, די משפחות וואס וועלן זיך אהין ציען וועלן רובם ככולם האבן קינדער וואס וואינען נאך מיט די עלטערן, (אידן העכער די 50 וועט לכאורה זיין דארט א יקר המציאות).
איז דאס טאקע אויף וואס מ'קוקט אזוי שטארק ארויס?

אגב, דאכציך אז קרית יואל האט ווייט נישט קיין 6000 משפחות. איך האב עטליכע יאר צוריק - פאר אינטרעסאנטקייט - געציילט די טעלעפאון בוך נעמען (אפגעציילט וויפיל נעמען אויף איין פעדש און געמאכט טיימס פאר וויפיל בלעטער עס זענען דא...) דאן איז געוועהן בערך פיהר טויזענט, קען זיין עס האט זיך גאר שנעל ציוואקסן

אויב איינער האט א בוך צו די האנט איז ער מכובד...

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:53 am
דורך מיללער
יש ברירה האט געשריבן:

קרית יואל באשטייט היינט פון קרוב צו 5000 משפחות בליעה"ר. ווען דער די נייע שכונה וועט זיין פולקאם פארטיג וועט קרית יואל האבן ביילייפיג אכט טויזנט משפחות (צוויי טויזנט אין שכונת ויוא"מ און נאך בערך טויזנט אין אנדערע דעוועלאפמענטס) וואס דאן וועט צוואנציג פראצענט פונעם שטעטל וואונען אין שכונת ויוא"מ, און מיט די צייט וועט דאס שנעל פאלן ווען די אנדערע שטחים וועלן אויסגעבויעט ווערן, משיח זאל אוודאי פריער קומען.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:56 am
דורך אבי.גערעדט
מי יודע האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:די חילוק איז פשוט דעמאלט איז נאך נישט געווען אזא דיורת מאנגעל האט מען ווען געקענט בויען 3 שטאק היינט וואס יעדע שטח איז אזוי טייער איז א שאד אז מען בויעט נישט 10 שטאק

ס'איז נישט גערעכט, ופרצתה ימה וקדמה צפונה ונגבה, ס'פעלט לאנד?, פארוואס דארף מען בויען אין די הייך? ווער ס'וואוינט אזוי הויך ווייסט די שוועריקייטן דערפון פאר שטובער מיט קינדער
קרית יואל וואקסט סיי ווי אויס, גאנץ בקרוב גייט עס נישט זיין קיין וואקינג דיסטענס פון איין עק ביזן צווייטן, סאו פארוואס אנלייגן די שטאט מיט הויכע פאפירענע בנינים, און יעדער ווייסט 4 שטאק מיינט אויף די באקס, ס'איז געווענליך 5 שטאק מיטן בעיסמענט, אן קיין עלעוועיטארס

מען צווינגט צו נעמען טאפ פלאר? 80 פראצענט דירות גייען נישט זיין אויפן פערטן שטאק, עס וועט זיין גענוג און נאך נידעריגע דירות, די אישו איז ליבערשט איבער לופט צו אטעמען. און צו דער שטח קען בכלל פארנעמען אזויפיל טויזענטע נפשות

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 10:59 am
דורך מי יודע
דרךהמלך האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
נחום האט געשריבן:
נאטרוליסט האט געשריבן:אידן וועלן ווייטער קויפן אין בלומינגראוו, מענטשן ווילן אביסל פרייוועסי, און אביסל רחבת ידים און גרינע גראד.
וואוינען מיט 10 אידן אין א גרויס הויז אין איין אריינגאנג איז "סיטי לייף" - קרית יואל'יער אידן זוכן עס נישט און דעזערווען בעסער פון דעם.

א שטארקע נקודה האט געזאגט אדמו"ר מהר"א שליט"א ביי זיין דרשה בתוך הדברים - אז רבנו הקדוש זצ"ל האט געוואלט א שטעטעל די סבה איז נישט געווען צו האבען גרינע גראז -

דו קענסט יענער וואס האט זיך צושריגן הויך אינמיטן קריאת שמע 'ועבדתם אלהים אחרים' א בפירוש פסוק אז מ'דארף דינען עבודה זרה
די רבי האט נישט געוואלט מ'זאל האבן גראז? נישט פאר די סיבה האט ער געבויט קרית יואל, דו כאפט אן די נקודה פון 'נישט' ווי איידער די נקודה פארוואס יא
איך האב פאר דיר נייעס, ער האט אויך נישט געבויט קרית יואל מיט א ציל אז ס'זאל זיין פתחיהם מכוונים זה לזה, און מ'זאל וואוינען אין יענטע טאון

סוי וואס האט ער געוואלט, די פאלאצן מיט בעק און פראנט יארדס, אדער די רויטע הייזער פון סעקשאן 1?

מ'בויט דאך ניטאמאל ווי די רויטע הייזער אויך נישט, ווער רעדט פון פאלאצן, ס'איז דא א מיטל וועג, ווי אזוי מ'האט געבויעט ביז תש"ס

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:48 am
דורך יש ברירה
מיללער האט געשריבן:קרית יואל באשטייט היינט פון קרוב צו 5000 משפחות בליעה"ר. ווען דער די נייע שכונה וועט זיין פולקאם פארטיג וועט קרית יואל האבן ביילייפיג אכט טויזנט משפחות (צוויי טויזנט אין שכונת ויוא"מ און נאך בערך טויזנט אין אנדערע דעוועלאפמענטס) וואס דאן וועט צוואנציג פראצענט פונעם שטעטל וואונען אין שכונת ויוא"מ, און מיט די צייט וועט דאס שנעל פאלן ווען די אנדערע שטחים וועלן אויסגעבויעט ווערן, משיח זאל אוודאי פריער קומען.

דאס מיינט אז מען גייט אריין לייגן מער ווי 40% פין די יעצטיגע צאל תושבים אין 70 עיקער?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 11:57 am
דורך כאפצעם
די געגענט איז ווי עס שיינט דיזיינט טיפיקל ניי וויליאמסבורג סטייל (מיט ברייטערע ראודס און פארקינג לאטס). זייער פארשטענדליך, איינער וואינט נאך היינט אין קרית יואל צוליב שטעטעליש סטייל?

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:04 pm
דורך סראלי
יש ברירה האט געשריבן:
סראלי האט געשריבן:ס׳דא צייטן וואס ״יש ברירה״, אבל בנידון דידן ״אין ברירה״...

ס'איז קיינמאל נישט אין ברירה...! די פרייזן זענען שוין קעיר גענומען פאר וואס זיך נישט אויסשפרייטן?

מען ברויך זיכן א גרופע שניידערענס וואס זאלן אויפנייען א ריזיגע פארטעך אויף גאנץ ניו יארק...

די וואס שטייען אונטער דעם פראיעקט צאלן טייער געלט פאר׳ן שטח און דעריבער וועלן זיי ארויסנעמען די מאקסימום דירות וואס מעגליך

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:32 pm
דורך געב_מיר_כח
אהבת קדומים האט געשריבן:אפיציעלער עד פון די דעוועלאפמענט אין איד
אהבת קדומים האט געשריבן:אפיציעלער עד פון די דעוועלאפמענט אין איד

צוזאם געשטעלט

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:46 pm
דורך צווייפעל
זייער באזארגט ווי אזוי די אידן פון אינעווייניג וועלן האבן פרישע לופט.

וואלט געווען א פראקטישע זאך מזאל אויסלייגן שינעס אין דעם גאנצן שטח, צוטשעפען די בנינים איינעם צום צווייטען מיט א קייט, און אונטערלייגן רעדער, און די בנינים/וואגאנען זאלן צירקולירן די גאנצע צייט, אזוי אז די פון אינעווייניג זאלן אויך קענען שעפן פרישע לופט, נישט סתם זיצן געשטראנדעט אינעווייניג.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 12:55 pm
דורך ניס קראכער
צווייפעל האט געשריבן:זייער באזארגט ווי אזוי די אידן פון אינעווייניג וועלן האבן פרישע לופט.

וואלט געווען א פראקטישע זאך מזאל אויסלייגן שינעס אין דעם גאנצן שטח, צוטשעפען די בנינים איינעם צום צווייטען מיט א קייט, און אונטערלייגן רעדער, און די בנינים/וואגאנען זאלן צירקולירן די גאנצע צייט, אזוי אז די פון אינעווייניג זאלן אויך קענען שעפן פרישע לופט, נישט סתם זיצן געשטראנדעט אינעווייניג.

איך זעע נישט די לצנות ס'קוקט אויס ווי די האסט נאך קיינמאל קיין סעקציע געזעען
מיין פערזענדליכע מיינונג איז אז עס דארף זיין אויסגעשטעלט נארמאל אזוי ווי די גאסן אין וויליאמסבורג ב"פ
נאר אויף א ברייטערע פארנעם ווי מען באמערקט טאקע אויפן בילד
אויב עפעס איז די פראגע פארוואס מען האט לכתחילה נישט געבויט ק"י אויף א מער מסודרדיגע אופן

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 3:35 pm
דורך עמקות שלמה
אבי.גערעדט האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:
סאדאם חוסעין האט געשריבן:די חילוק איז פשוט דעמאלט איז נאך נישט געווען אזא דיורת מאנגעל האט מען ווען געקענט בויען 3 שטאק היינט וואס יעדע שטח איז אזוי טייער איז א שאד אז מען בויעט נישט 10 שטאק

ס'איז נישט גערעכט, ופרצתה ימה וקדמה צפונה ונגבה, ס'פעלט לאנד?, פארוואס דארף מען בויען אין די הייך? ווער ס'וואוינט אזוי הויך ווייסט די שוועריקייטן דערפון פאר שטובער מיט קינדער
קרית יואל וואקסט סיי ווי אויס, גאנץ בקרוב גייט עס נישט זיין קיין וואקינג דיסטענס פון איין עק ביזן צווייטן, סאו פארוואס אנלייגן די שטאט מיט הויכע פאפירענע בנינים, און יעדער ווייסט 4 שטאק מיינט אויף די באקס, ס'איז געווענליך 5 שטאק מיטן בעיסמענט, אן קיין עלעוועיטארס

מען צווינגט צו נעמען טאפ פלאר? 80 פראצענט דירות גייען נישט זיין אויפן פערטן שטאק, עס וועט זיין גענוג און נאך נידעריגע דירות, די אישו איז ליבערשט איבער לופט צו אטעמען. און צו דער שטח קען בכלל פארנעמען אזויפיל טויזענטע נפשות

און וויפיל נפשות קען דער שטח פון בעדפארד גארדענס פארנעמען ? כ'מיין אז יענץ איז נישט קיין העלפט פון 70 עיקר,
און פאר דעם וואס פרעגט אזוי תמ'וועטע "ס'פעלט לאנד? " איז דער היינטיגער שוין אומפארלייקענבארער פאקט אז יא! 'ס'פעלט לאנד' שוין די לעצטע פאר יאר ווי מ'זאל קענען בויען גרויסע דירות פראיעקטן פון הונדערטער דירות אויפאמאל, זוי ווי מ'פלעגט בויען אין קרית יואל ביז עטליכע יאר צוריק

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 3:42 pm
דורך פ' לך לך
צו מיר זעהט עס אויס אסאך שענער ווי די איצטיגע ברך משה געגנט.
לויט די סקיצע פון די אלע נייע שטעטלעך בלומינבורג, לעיקוואד, איז דאס נאך זייער שיין צושפרייט.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 3:55 pm
דורך פ' לך לך
מי יודע האט געשריבן:מ'בויט דאך ניטאמאל ווי די רויטע הייזער אויך נישט, ווער רעדט פון פאלאצן, ס'איז דא א מיטל וועג, ווי אזוי מ'האט געבויעט ביז תש"ס

איך פארשטיי דיר אינגאנצן נישט, אין קרית יואל פארפירט מען אז ס'איז א מאנגל אין דירות, אין אלע פראיעקטן וואס מען בויעט רייסט מען זיך פאר דירות, איז וואס ווילסטו יעצט? מען זאל ווייטער בויען צושפרייט און ווידעראמאל אויסלויפן פון שטחים צו קענען שרייען 'מאנגל'? אז עס איז דא איבעריגע שטחים, געזונטערהייט, אבער עס איז דאך נישטא, איז וואו ווילסטו די אלע משפחות זאלן וואוינען. די אלע 2000 דירות וועלן בלי ספק ווערן שנעל אנגעפילט, אויב ווילסטו מען זאל בויען לויט דיין וועג, דאן דארף מען כאטש צוויי מאל אזא שטח.

נאכמער, אין בלומינג ראוו איז דא ברייטע דירות פאר ביליגע פרייזן, נישט קיין גרויסע עולם כאפט זיך צו דערצו, דער עולם וויל ענדערש וואוינען אין קרית יואל, כאטש אז עס איז מער צושטיפט, איז וואס פארפירסטו?

אויב וויל איינער פשוט אז ער זעלבסט זאל קענען האבן א שיינע ברייטע הויז אין קרית יואל און דעריבער פארפירט ער, איז יענער פלעין סעלפיש, ווייל דאס גייט אויפן חשבון פון הונדערטער אנדערע משפחות. די ווילעדזש פלענינג בארד קוקט מיט אביסל א ברייטערן בליק, און לטובת הכלל, אז יעדער זאל קענען צוקומען צו א דירה אין קרית יואל, דארף מען בויען אויף דעם וועג.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 3:58 pm
דורך farshlufen
אלע קלייינליכע לאקשן און פארעדייעס וועל מיר אין די זייט שטעלן, דער עיקר דארף מען זיין פריילעך אז ערליכע אידן וועלן זוכה זיין צו האבן א דאך איבערן קאפ.

בלייבט אונז נאר איבער צו וואונטשן און מתפלל זיין צו דעo וואס האט שוין אנגעשריבן פון לאאנג פאר יעדן איד בית פלוני שדה פלוני לפלוני און האט צוגעגרייט מבריאת העולם פאר זיי אלע א דאך איבערן קאפ, אז אידישע קינדערלעך זאלן זוכה זיין אין די הייזער און מיט די הייזער צו טאן מצוות ומעשים טובים, לערנען די הייליגע תורה ביראה באהבה ובשמחה באושר ועושר מתוך הרחבת הדעת און מגדל זיין דורות ישרים ומבורכים עוסקין בתורה ומצוות אז עס זאל א כבוד פארן גרויסן מייסד פונעם שטעטל.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 3:58 pm
דורך גבריאל
פ' לך לך האט געשריבן:
מי יודע האט געשריבן:מ'בויט דאך ניטאמאל ווי די רויטע הייזער אויך נישט, ווער רעדט פון פאלאצן, ס'איז דא א מיטל וועג, ווי אזוי מ'האט געבויעט ביז תש"ס

איך פארשטיי דיר אינגאנצן נישט, אין קרית יואל פארפירט מען אז ס'איז א מאנגל אין דירות, אין אלע פראיעקטן וואס מען בויעט רייסט מען זיך פאר דירות, איז וואס ווילסטו יעצט? מען זאל ווייטער בויען צושפרייט און ווידעראמאל אויסלויפן פון שטחים צו קענען שרייען 'מאנגל'? אז עס איז דא איבעריגע שטחים, געזונטערהייט, אבער עס איז דאך נישטא, איז וואו ווילסטו די אלע משפחות זאלן וואוינען. די אלע 2000 דירות וועלן בלי ספק ווערן שנעל אנגעפילט, אויב ווילסטו מען זאל בויען לויט דיין וועג, דאן דארף מען כאטש צוויי מאל אזא שטח.

נאכמער, אין בלומינג ראוו איז דא ברייטע דירות פאר ביליגע פרייזן, נישט קיין גרויסע עולם כאפט זיך צו דערצו, דער עולם וויל ענדערש וואוינען אין קרית יואל, כאטש אז עס איז מער צושטיפט, איז וואס פארפירסטו?

אויב וויל איינער פשוט אז ער זעלבסט זאל קענען האבן א שיינע ברייטע הויז אין קרית יואל און דעריבער פארפירט ער, איז יענער פלעין סעלפיש, ווייל דאס גייט אויפן חשבון פון הונדערטער אנדערע משפחות.

בכלל ווער עס וויל קען גיין קיין בלומונגראוו קיינער שטערט נישט, קרית יואל איז שוין לאנג נישט קיין שטעטל

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 4:08 pm
דורך היימישער אינגערמאן
אגרי פולי מיט פ' לך לך.

לולי דמסתפינא העט איך ווען געזאגט אז מען זאל אפילו בויען 6 שטאק מיט עלעוועיטארס וועט מען קענען האבן 3000 דירות אנשטאט 2000.

וואס זאל מען טוען, ווילאנג 95% עולם וויל נישט וואוינכן אינדרויסען פונעם ווילעזש, און דער ווילעזש האט נישט מער קיין פלאץ, איז בעסער צו בויען העכער און ביליגער און עס זאל זיין גענוג פאר יעדעם, ווי איידער נידריגער, טייערער און נישט גענוג פאר יעדעם.

#דעת קאטשי.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 4:13 pm
דורך אידיש גערעדט
פ' לך לך האט געשריבן:צו מיר זעהט עס אויס אסאך שענער ווי די איצטיגע ברך משה געגנט.
לויט די סקיצע פון די אלע נייע שטעטלעך בלומינבורג, לעיקוואד, איז דאס נאך זייער שיין צושפרייט.

ביטע זיי רעאליסטיש אויפן סקיצע קיקט עס בכלל נישט אויס שענער ווי ברך משה און נישט ווי בלומינבורג, לעיקוואד, דעיס יא האסט מסביר געווען א שיינע סברה פארוואס מ'דארף יא בויען צושטיפט, קען אפשר זיין ביסט גערעכט

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 4:19 pm
דורך פ' לך לך
ברך משה אינעווייניג איז זייער צושטיפט

דא האסטו לעיקוואד און בלומינבערג (די שטח ארום איז נאר דערווייל)
.jpg

Der Yid .jpg

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 4:26 pm
דורך אידיש גערעדט
וויפל שטאק איז ברך משה, לעקוואד, בלומי,?
איך מיין אז ספעיס איז נאכאלץ דא מער ביי דעי אויסגערעכנטע דעוועלאפמענטס ווי אין די נייע שכונה, דשוסט טא בי האנעסט דעטס אלל.