בלאט 28 פון 143

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 4:05 pm
דורך סעטינגס
א קפ באריכט
קפ האט געשריבן: סאטמאר רבי שליט"א האט היינט זינטוג צופרי געהערט די מורא'דיגע נייעס אז *שכונות ויואל משה* איז א פאקט. אלע נויטיגע פערמיטן און אפראוועלס פון די שטאט זענען שוין דא. טראקטארס גראבן שוין אין גרויסן. די בעלי בתים שלאפן נישט קיין איין מינוט. האט ער מחליט געווען צו מאכן א סורפרייז און קומען באזוכן דאס פלאץ אין מיטן די ארבייט.

*מה נהדר היה המראה!!* די רבי שליט"א מלא התרגשות ווען ער האט געזעהן דעם מעכטיגן שטיקל לאנד וואס וועט אקאמאדירן 1900 דירות פאר חסידי סאטמאר. דער רבי שליט"א האט אריין געקוקט אין די פלענס, און זיך נאך געפרעגט אויף אלע דעטאלן. די רבי שליט"א האט ארום שפאצירט אויפן שטח, און זיך אום געקוקט אווי די בעלי בתים ובראשם *הרבני הנגיד הנכבד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו* וועט אי"ה בויען די בתי מדרשים לתורה ולתפילה.

דער רבי שליט"א האט דערביי מאציל געווען מברכות קדשו פאר די אלע עוסקים במלאכת הקודש אין די הרחבת גבולי הקדושה פון קרית יואל.

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 8:19 am
דורך ליידיג גייער
קאץ און מויז האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
Efroiach האט געשריבן:כ״ק אדמו״ר מהר״א ט״ב שליט״א האט פרייטאג אפגעשטאט א באזוך אינעם שטח ווי עס גייט געבויעט ווערן די שכונת ויואל משה, עס האט אפגעווארט אויפן ארט דער בוי מייסטער ר׳ מאיר יעקב אינדיג ובניו שיחיו,

אין א זייטיגע נאטיץ,
איך האב געזעהן בילדער פון די באזיך און ס'מיר געווען מאדנע ווי אלע שטייען דארט אן א היט און רעקל ארום די רבי

וואס האסטו געוואלט אז א קאנטראקטאר זאל גיין ביים ארבעט מיט א רעקל?!

זיי זענען נישט קיין קאנטראקטערס נאר דעוועלאפערס און זיצן נישט אויף די סייט לכאורה נאר זענען געקומען לכבודו פון רבי'ן

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 9:13 am
דורך דברים אלו
Who is the contractor?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 11:12 am
דורך טי בעג
דברים אלו האט געשריבן:Who is the contractor?

ר׳ מאיר יעקב אינדיג ובניו שיחיו

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 1:51 pm
דורך דברים אלו
So who's the deweloper

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2017 2:01 pm
דורך אבי.גערעדט
ר' מאיר יעקב אינדיג איז דער בויער פונעם פראיעקט, דער דעוועלאפער איז ר' עקיבא הערש קליין

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2017 1:03 am
דורך לא לנו
וואלגערט זיך אין די געשעפטן א רעקלאמע-בראשור, כ'גיי אויס פאר אזא הויז וואס ווערט דארט אילוסטרירט. כ'האף די לוקוסריעזע מעבל שטיק איז אינקלודעט אינעם פרייז

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2017 12:11 pm
דורך zurech
מיללער האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:
איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:אויב איינער קען דא ארויף לייגען בילדער ווי מען האט געהאקט ביימער אויכט פון די אנדערע דעוועלאפמענט'ס אזוי וועט זיך ר' בערל מער פרייען
די מעשה מיט די ביימער איז שוין פין אפאר חדשים ציריק.

מאנטאג אינדערפרי זענען אנגעקומען אויפן שטח פילע טראקטארן אין גראב געצייג מהאט אנגעפאנגען צומאלן די ביימער (וואס מהאט געשניטן פאר א שטיק צייט צוריק) אין ווי אויך ארבעט מען יעצט צו דעם אינפערסטרוקטשער פאר פאזע 1. דאס דארף נעמען בערך אזא 6-7 חדשים

ישר כח פארן אויסקלארן,
סא לכאורה פסח צייט וועט שוין זיין Foundation שטימט?

מר. אלט מאנרא,
מהאט שוין געהערט וואס איר האלט, קודם איז עס פון אפאר חדשים צוריק, איי עס איז פון די וואך, אבער פאונדעישאנס גייט הערשט זיין פסח צייט, און אפי' אויב יא עטוואס פריער, וועט דאך נישט זיין קיין פארקינג ביים נייעם ביזנעס צענטער, און נניח אז מען וועט שוין יא צושטעלן פארקינג, ווער דארף בכלל א ביזנעס צענטער ווען אונז האמיר נישט קיין שוהלן, אבער מאיר יאנקל בויעט דאך א שול פאר אלע קהלות, אבער למעשה איז דא א פאט-האול אויפן אווערפעס און ס'נישטא צו וועם צו רעדן, און בכלל אז מ'קען האבן דרייצן טויזנט עיקרס ווער דארף פאלם טרי, וועסטו וועלן מיינען אז עס איז א רעגן צייט ניין בעוד כברת ארץ וחוזר חלילה

די דעבאטע גייט שוין אן זינט כ"ו אב תשל"ט

@אלט מאנרא
יאפ גוטע שאצונג געווען
קוק איך יעצט אזוי די הערליכע ליפלעט וואס די שכינת ויואל משה פארוואלטונג האט אריינגעשטעלט און דער בלאט/איד ליינט זיך צווישן אנדערע אזוי:
"בסייעתא דשמיא, אויב וועט דער ווינטער זיין א גוטער ווינטער פון א קאנסטראקשאן פראספעקטיוו גערעדט וועט מען בעזהשי"ת תיכף אנהייב קימענדיגן זוממער הבעל"ט זיך נעמען גיסן די פאנדעישאנס פאר די פרעכטיגע און הערליכע דירות פון שכינות ויואל משה פאזע #1"

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 04, 2017 12:22 pm
דורך שמואל בארג
נישט אזא גוטע שאצונג, ווייל זיי שרייבן אז הערשט נאך פסח וועט מען קענען גיסן.

וועלן די אינגעלייטליך קענען אפצאלן אביסל לענגער די גמח"ים, בעפאר מען מוז ארויסנעמען פרישע הלואות צו קלאוזן.

געשריבן: מוצ"ש אקטאבער 07, 2017 11:54 pm
דורך חושב מחשבות...
לא לנו האט געשריבן:וואלגערט זיך אין די געשעפטן א רעקלאמע-בראשור, כ'גיי אויס פאר אזא הויז וואס ווערט דארט אילוסטרירט. כ'האף די לוקוסריעזע מעבל שטיק איז אינקלודעט אינעם פרייז

די הויז מאכט זייער א אפעטיטליכע רושם!
איך בין נייגעריג וויפיל סקווער פיס ס'איז

געשריבן: זונטאג אקטאבער 08, 2017 1:06 am
דורך שמש
חושב מחשבות... האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:וואלגערט זיך אין די געשעפטן א רעקלאמע-בראשור, כ'גיי אויס פאר אזא הויז וואס ווערט דארט אילוסטרירט. כ'האף די לוקוסריעזע מעבל שטיק איז אינקלודעט אינעם פרייז

די הויז מאכט זייער א אפעטיטליכע רושם!
איך בין נייגעריג וויפיל סקווער פיס ס'איז

קוקט אויס ווי די 2,300 ספ

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 10:19 am
דורך בערל קראקאווער
די בראשור האט געמאכט א פיינע ארבעט.

איך בין נאר נייגעריג צו איינער האט אפשר מער אינפא.
דהיינו: צו עס האלט נאך יעצט ביי 50 אלפים וואס מען דארף אראפ לייגן?
ווי האלט די ערשטע פאזע (פון געוויסע האב איך געהערט אז עס איז שוין ממש פארכאפט?) ?

און וועלכע סייז איז די דירה אינעם בראשור, די גרעסטע אדער ?

א דאנק

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 11:24 am
דורך שמן
לא לנו האט געשריבן:וואלגערט זיך אין די געשעפטן א רעקלאמע-בראשור, כ'גיי אויס פאר אזא הויז וואס ווערט דארט אילוסטרירט. כ'האף די לוקוסריעזע מעבל שטיק איז אינקלודעט אינעם פרייז

איין זאך איז מיר געווען אינטרעסאנט אויפ'ן בילד איז דא א שיינע גרויסע גרילל, קומט דאס אזוי אין קרית יואל אז יעדע הויז האט א גרילל ?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 12:01 pm
דורך שאינו יודע
איך האב הנאה צו זען פון די כראנאלאגישע איבערזיכט אז בשעת ער האט מיר פארזיכערט פאראיאר אז ראש השנה תשע״ט גייט מען קענען זיך אריינגיין דארט האט ער אליין געוויסט אז עס איז שקר

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 12:11 pm
דורך רויט
בערל קראקאווער האט געשריבן:די בראשור האט געמאכט א פיינע ארבעט.

איך בין נאר נייגעריג צו איינער האט אפשר מער אינפא.
דהיינו: צו עס האלט נאך יעצט ביי 50 אלפים וואס מען דארף אראפ לייגן?
ווי האלט די ערשטע פאזע (פון געוויסע האב איך געהערט אז עס איז שוין ממש פארכאפט?) ?

און וועלכע סייז איז די דירה אינעם בראשור, די גרעסטע אדער ?

א דאנק

די דיפאזעט ווענט זיך וועלכע דירה די נעמסט, די גרעסערע איז כמובן בערך 75-100 אלפים און די קלענערע 50-75 אלפים

-די דירה איז א 8 רומיגע דירה
-ס'קוקט מיר אויס היפש א קליינע מעסטער בעדרום/דיינונוג רום.
-די פארטש קוקט אויך אויס זייער קליין אויפן בילד.
-אויך א חסרון אז די פארטש איז פון דיינונג רום. (די שמוץ, אא"וו)
-פארשטייט זיך אז די ווענט גייט ער דיר פענטן ווייסע פענט אנע מאלדינגס.
- ווי אויך גייסטו קענען צאלן פאר סאלקא צו קענען באקומען אזא קיטשען -וכו' וכו' וכו' וכו' וכו'.
- אויב ווילסטו א פרייועט ענטערענס (ווי אויפן בילד), קומט צו א טשארדזש פון נאך 20,000 דאללער אוון צוגאב צו די 220 פער ס"פ וואס מ'בעט פאר די דירה.

#איך ווייס נישט אויב דער דעוועלאפער גייט מאכן א גוטע ארבייט, דאס איז זיכער אז שמואלי שטערן און זיין טיעם מאכן שוין א גוטע ארבייט.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 2:06 pm
דורך כאפצעם
רויט האט געשריבן:- אויב ווילסטו א פרייועט ענטערענס (ווי אויפן בילד), קומט צו א טשארדזש פון נאך 20,000 דאללער

נישט פאר די ערשטע בעטש קונים

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 2:45 pm
דורך טשעירמאן
און א בערך'דיגע פרייז וויפיל קאסטען די דירות?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 2:52 pm
דורך דריידל
בערל קראקאווער האט געשריבן:די בראשור האט געמאכט א פיינע ארבעט.

איך בין נאר נייגעריג צו איינער האט אפשר מער אינפא.
דהיינו: צו עס האלט נאך יעצט ביי 50 אלפים וואס מען דארף אראפ לייגן?
ווי האלט די ערשטע פאזע (פון געוויסע האב איך געהערט אז עס איז שוין ממש פארכאפט?) ?

די בראשור האט ער געמאכט פשוט צו ענטערטעינען די עולם לכבוד יום טוב?

פאר סאם ריזען כאפט מען זיך נישט אזוי דערצו, ווען יא וואלט די בראשור נישט אויסגעפעלט. א גוטע פרייז פאר א גוטע דירה דארף נישט קיין עדווערטייזמענט אין די היינטיגע דירות קריזיס עפאכע

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 2:58 pm
דורך יאצמעך

נישט אזא גרויסע אינוועטארי.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 3:41 pm
דורך מזלא טבא
דריידל האט געשריבן:
בערל קראקאווער האט געשריבן:די בראשור האט געמאכט א פיינע ארבעט.

איך בין נאר נייגעריג צו איינער האט אפשר מער אינפא.
דהיינו: צו עס האלט נאך יעצט ביי 50 אלפים וואס מען דארף אראפ לייגן?
ווי האלט די ערשטע פאזע (פון געוויסע האב איך געהערט אז עס איז שוין ממש פארכאפט?) ?

די בראשור האט ער געמאכט פשוט צו ענטערטעינען די עולם לכבוד יום טוב?

פאר סאם ריזען כאפט מען זיך נישט אזוי דערצו, ווען יא וואלט די בראשור נישט אויסגעפעלט. א גוטע פרייז פאר א גוטע דירה דארף נישט קיין עדווערטייזמענט אין די היינטיגע דירות קריזיס עפאכע

״מען״ כאפט זיך נישט אזוי צו דערצו? צו וועם האסטו גערעדט צו בויען אזא השערה? דיין השערה איז באזירט אויף דעם וואס דו זעסט א בראשור און דו ווייסט נישט פארוואס ער טוט עס?

איך ווייס נאר אזויפיל אז די פאר חברים וואס איך האב - וואס האבן דארט געקויפט א דירה, זענען משוגע פרייליך מיט דעם סערוויס פון דעם יום טוב בראשור, און עס איז געווען א גאנצע מדובר אין ביהמ״ד דערוועגן ווי די חלום קומט לידי מעשה.

עס איז בכלל נישט אזוי אומפארשטענדליך אז א דעוועלאפער וויל בויען זיין נאמען, ער וויל צושטעלן סערוויס פאר זיינע עקזיסטירנדע קליענטן מיט׳ן זיי ווייזן וואס זיי גייען באקומען, ער וויל זיין פראפעסיאנאל, און ער וויל ווייזן פאר פאטענעציאלע קונים וואס זיי גייען באקומען.

ווען א גרויסע זינגער געבט ארויס א סידי -כאטש מען מאכט שוין נישט קיין געלט היינט דערפון און עס צאלט זיך ניטאמאל אויס - איז געדרינגען אז וואס? אז ער זינגט שוואך ממילא מוז ער זיך אדווערטייזן? אדער אז ער לעבט מיט נגינה און ער וויל דער עולם זאל הנאה האבן…?

ארויסגעבן אזא בראשור זאגט נישט קיין משהו איבער זיינע סעילס, און וואו עס האלט. פוק חזו מאי עמא דבר, עס טוט זיך א ריזיגע געקויפאכטס דארט רעכטס און לינקס.

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:30 pm
דורך איך מיין עס אמתדיג
רויט האט געשריבן:- אויב ווילסטו א פרייועט ענטערענס (ווי אויפן בילד), קומט צו א טשארדזש פון נאך 20,000 דאללער אוון צוגאב צו די 220 פער ס"פ וואס מ'בעט פאר די דירה.

#איך ווייס נישט אויב דער דעוועלאפער גייט מאכן א גוטע ארבייט, דאס איז זיכער אז שמואלי שטערן און זיין טיעם מאכן שוין א גוטע ארבייט.

- לויט ווי איך הער האלט עס נאכנישט ביי 220 עס גייט יעצט פאר בערך 213-215 א סקווער פוס
- אין נישט שמואלי שטערן האט געמאכט די בראשור נאר איינער "קרויס"

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:34 pm
דורך פייער וואסער
לויט ווי איך ווייס האלט עס יא בא 220 א סקווער פוס

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 5:35 pm
דורך בלעטל
וואו קען מען זעהן די בראשור?
יישר כח

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 10:50 pm
דורך וועלטניק
איך מיין עס אמתדיג האט געשריבן:
רויט האט געשריבן:- אויב ווילסטו א פרייועט ענטערענס (ווי אויפן בילד), קומט צו א טשארדזש פון נאך 20,000 דאללער אוון צוגאב צו די 220 פער ס"פ וואס מ'בעט פאר די דירה.

#איך ווייס נישט אויב דער דעוועלאפער גייט מאכן א גוטע ארבייט, דאס איז זיכער אז שמואלי שטערן און זיין טיעם מאכן שוין א גוטע ארבייט.

- לויט ווי איך הער האלט עס נאכנישט ביי 220 עס גייט יעצט פאר בערך 213-215 א סקווער פוס
- אין נישט שמואלי שטערן האט געמאכט די בראשור נאר איינער "קרויס"

דיין ערשטע הערונג איז אויך אזוי אומריכטיג ווי דיין צווייטע "פאקט"?

געשריבן: דינסטאג אקטאבער 17, 2017 11:55 pm
דורך MUTCHE
קען איינער אדער שמואלי קרויס אונז מזכה זיין מיטן אהער ברענגען דעם בראשור?