אדם הראשון האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין?
מען שטייט דא בלויז ווען 3 בנינים שטייען (פון אינדרויסען) און ביז ווילאנג מ'גייט זעהן דארטן אריינגעמופט א שטיקעל עולם גייט נאך נעמען א שיינע שטיקעל צייט
און דא איז מען שוין פארנומען אויפצובויען א ריזן בית המדרש פלאץ פאר אפאר הונדערט אידן?
ווען "גאנץ" שכונות ברך משה איז שוין געווען אויפגעבויעט האט מען נאך נישט געהאט קיין שום שפירן פון א ריזן בית המדרש. ווען ס'איז שוין געווען א מנין אידן האט מען געהאט א קליין בעיסמינט אנהויב פון די בארג. שפעטער ווען א גרויס עולם האט שוין אריינגעמופט איז מען אריבער צו א גרעסערע בעיסמינט מער אויבן פונעם בארג און ווען די צייט האט געזאגט אז מען ברויכט א געהעריגע ריזגע מקום האט מען זיך גענומען פלאנירן פארן צענטראלע בנין. און ווען מען האט עס מחנך געווען איז געווען פונקט און די צייט וואס ס'האט זיך "עכט" אויסגעפעלט נאכדעם וואס די שכונה איז שוין געווען מער ווייניגער באזעצט.
אצינד איז שוין דא גאנצע בלו פרינטס מיט פלענער? מ'גייט דאך סיי ווי סיי עס נישט אויפבויען פאר אפאר הונדערט אידן האבן זיך שוין באזעצט דארט. מען גייט דאווענען אין א בעיסמינט לכאורה א שיינע שטיקעל צייט
ס'איז היבש מאדען
עס איז בכלל נישט מאדנע , לויט די יעצטיגע פלענער גייען אריינמופן אין איין שטיק צייט בערך 500 משפחות קיין עין הרע
אין ברך משה איז עס געגאנגען צוביסלעך נישט אויף איינמאל ,און עס האט גענומען יארן ווילאנג דער עולם האט געמופט , דא לויט ווי זיי בויען יעצט גייט ווערן פארטיג 500 דירות אויף איינמאל די ערשטע פאזע , דאס הייסט 500 טאטעס מיט אפאר טויזענט קינדער /בחורים דארפן ווי צו זיצן, איך ווייס נישט צו אין ברך משה וואינען יעצט 500 משפחות