שכונת ויואל משה - קרית יואל יצ"ו
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 563
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
- לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!
עס זעהט אויס פונעם שמועס דא אז מען וויל נעבעך צווינגען מענטשן פון בלומינגראוו אדער קארלסבורג, זיך אריינצוקוועטשן אין קלענערע הייזער...
רבותי, איר פארגעסט צו שנעל! מיט עטליכע טעג צוריק האט מען נאך געוויינט אויף די שרעקליכע קריזיס און מ'האט נישט געזעהן קיין שנעלע סעלושן. אין קרית יואל -אויב האט איינער שוין יא געטראפן א דירה - האט ער שוין געצאלט 300 א סקווער פוס צו וואוינען אויף א פערטע שטאק אן קיין גרעזל פאר די אויגן. (אויב איז שכונת ויואל משה א געטא, איז די אפארטמענט ביי ר' עזריאל'ס הויז א קאנצענטראציע לאגער...) אין וויליאמסבורג איז די מצב איום ונורא, און דא איז מען דן וויפיל טאמבל סוסעס מ'וועט קענען מאכן אויף די גראז דארט...
בחסדי ה' רעדט מען פון א ריזן שטח. אויף 70 אקער איז דא ברייט פלאץ אפי' פאר 3,000 משפחות, לויט'ן יעצטיגן פלאן וועט מען בויען אין שכונת ויואל משה 1,600 דירות (שריי נישט! ס'איז קרוב צו 2000. אקעי...) . אין א קליינע 11-17 פון צייטונג-פעיפער ווילט עטץ זעהן די סייזעס פון די פארקינג-לאטס, דרייוו-וועיס, און אלעס ארום?
עס איז יעצט א צייט צו דאנקען השי"ת און זיין פאזיטיוו, ווי איידער צו זוכן חסרונות פון אונטער דער ערד.

איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!
-
- שר מאה
- תגובות: 219
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 12:01 pm
- לאקאציע: געווענליך אין בעט...
עטליכע חדשים צוריק האב איך געטראפן א וויליאמסבורג'ער חבר ביי א שמחה אין בארא פארק.
דערציילט ער מיר מלא שמחה אז ער האט לעצטענס "זוכה געווען" צו קויפן א הויז ביי דושינסקיא-הייזער אין וויליאמסבורג.
כ'מיין אז ער האט געצאלט פאר זיין הויז בערך 850K (בלינדע מציאה), און חוץ דעם האט ער געצאלט 50,000$ פאר... זיין פארקינג-ספעיס!
איך האב אים געזאגט "נעקסטע מאל ווען דו האסט איבעריגע פופציג טויזנט דאללאר קאל מיר פליז איך האב בעסערע פלעצער וואו צו אינוועסטן..."
ברבבותינו, לאמיר פארלאזן וויליאמסבורג...!

שלעפער שלעפער וואס וועט זיין מיט דיר....
איך וואלט פארגעשלאגן אז די נעמען פון די גאסן זאל זיין א געוויסע סעט. מיט א אייגנארטיגקייט. למשל אלע שטעט ווי רבינו זי״ע האט אויפגעשטעלט מוסדות און קבלות נאך די קריג. וויליאמסבורג בארא פארק ירושלים בני ברק מאנטריאל אנטווערפען מאנסי לאנדאן. מענטשן וועלן גלייך וויסן אז עס רעדט זיך פון די געגנט און די ספעלינג פון די גאסן איז אויך גרינג.
שכוח מיללער פארן ברענגען די נייעס.
אויב מ'פרעגט מיר וואלט איך געראטן אזוי.
1. מ'זאל בויען מער שטאקן מיט אן עלעוועיטאר, און ווייניגער בנינים ס'זאל זיין מער פלאץ צווישן איין בנין אינעם צווייטן.
אזוי קענסטו האבן די זעלבע סאך דירות און ס'איז באקוועמער סיי אויפן גאס און סיי אנצוקומען אויף די העכערע שטאקן.
2. מ'זאל געבן נומבערס פאר די גאסן, און מ'זאל עס אויסשטעלן אין בלאקס.

אמור מעט, קוק ווייניגער אויף וואס ער זאגט,
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
ועשה הרבה, און קוק מער וואס ער טוהט.
לא עלינו ווי מען איז אנגעקומען.
אונזערע קינדער און אייניקלעך וועלן נאך דארפן אסאך באצאלן פאר דעם געלונגענעם מכר, ארויסגעשלעפט פון אידישע קינדער ניינציג מיליאן דאלער
מזמור לאסף

Disclosure: My references to Bitcoin exclusively mean Bitcoin, not other cryptos. It implies owning and holding Bitcoin in a physical hardware wallet, not on exchanges
-
- שר האלף
- תגובות: 1068
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
שטראמער האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס מדרייט דא איבער וועגן די לופט . מקען מיינען אז ממש אזוי ווי די בילד גייט עס אויסקוקען
ממש צוגעטראפן מיין מחשבה, כאלו אין די געציילטע שעה'ן זייטן גמר המקח, האט מען שוין געהאט די צייט צו אויספלאנירן פונקטליך ווי אזוי און וויפיל דירות צומאכן, און כאלו דער שטח איז אזוי פיר קאנטיג ווי אויפן בילד.
מיינט איר אז די קויפער האבן שוין קלארע באשלוסן פונקטליך איבער די גאסן אין וועגן? אפשר מיינט איר אז זיי האבן שוין אויך בלו-פרינטס פון די הייזער אינעווייניג?
בקיצור, רבותי! האלט אייך רוהיג, ווייל עס איז מעגליך אז איר וועט געוואויר ווערן אז עס וועט זיין נאך מער ענג ווי אויפן בילד, אדער אפשר פארקערט, אז מען וועט יא צושפרייטן מער.
אם לא עכשיו אימתי
-
- שר האלף
- תגובות: 1068
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm
געראטעוועט האט געשריבן:סעטינגס האט געשריבן:די דעקל פין די בלאט היינט מיט די גיטע נייעס
פרישע עפאכע אין הרחבת גבולי הקדושה: "שכונת ויואל משה"!
טראצדעם וואס די 'תקנות בני העיר' - אין וואס די חשוב'ע רבני ביד"ץ עירנו קרית יואל זענען לעצטנס עוסק בפקודת מרן רבינו שליט"א - איז נאכנישט אריין אין קראפט, און טראצדעם וואס דער יעצטיגער מקח האט אריינגעצויגן אין גאר אסטראנאמישע סכומים, האבן די חשוב'ע בוי-דעוועלאפער באשלאסן מרצונם הטוב זיך צו רעכענען מיט'ן ציבור און ערמעגליכן צו קענען קויפן דירות פאר פארהאלטנמעסיגע פרייזן וואס מ'קען זיך ערלויבן, מיט'ן פלאן צו האלטן די ערשטע עטליכע הונדערט דירות ביי אונטער 200 דאלאר א סקווער-פיס, אראפצוברענגען דערמיט די יעצטיגע הימל-שרייענדע פרייזן אויף וויפיל ס'איז מעגליך, כדי צו פאגרינגערן פאר'ן ציבור צו קענען צוקומען צו א רחבות'דיגע דירה אין דער שטאט.
דער פרעכטיגער דעוועלאפמענט "שכונת ויואל משה" בנשיאות כ"ק מרן רבינו שליט"א, וועט בעז"ה אויך אהערשטעלן אויפ'ן פלאץ אלע אנדערע געברויכן בגשמיות וברוחניות וואס ס'פארלאנגט זיך פאר'ן ציבור, ווצב"ש: בתי מדרשים, מקוואות וכל המסתעף, לשביעות רצון אנ"ש החוסים תחת דגל קהלתינו הק'.
אט דער פאקט אליינס רופט ארויס א פריידיגער געפיל צווישן פילצאליגע משפחות מאנ"ש תושבי עיר וויליאמסבורג, פון וואו עס זעהט זיך אן אין די לעצטערע תקופה דער שטארקער שוואונג און פלייץ פון משפחות וועלכע מאכן דעם שכל'דיגן באשלוס צו טון וואס איז ריכטיג און באקומען אצינד א פרישע שטופ דערצו זיך ארויסצוציען קיין קרית יואל נעמענדיג אין באטראכט די זעלטענע מעלות פון אונזער הייליגער שטאט קרית יואל ובפרט מיט'ן אהערשטעלן דעם דעוועלאפמענט – אריינגערעכנט: רחבות'דיגע דירות פאר צוגענגליכע פרייזן; אלע צרכי ציבור אויפ'ן פלאץ; מוסדותינו הקדושים אויפ'ן העכסטן ניווא; פולקאם-אויסגעשטאטער שטאט מיט אלע געברויכן און סערוויסעס.
זעה איך גוט אז מען רעדט נאר פון די ערשטע עטליכע הונדערט דירות, וואס מיינט אז מען גייט נישט אויף איינמאל בויען 2000 אדער 1600 דירות, און אויך אז די שפעטערע דירות וועלן שוין האבן אנדערע פרייזן?
דאס אז די ערשטע דירות וועלן קאסטן ביליגער, איז נאטורליך, וויבאלד עס איז א נייע געגנט, עס וועט נאך נישט האבן קיין געהעריגע שוהלן, מקוואות, גראסערי, וכו', אזוי ווי די ערשטע עצי תמרים דירות, ברך משה דירות
אם לא עכשיו אימתי
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3540
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm
- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3628
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: מאלי הויז ארעסט
איבערקוקענדיג דעם אשכול האב איך מיך דערמאנט א מסקנא וואס איך האב שוין לאנג געמאכט, אז אזויווי עס איז פארהאן שנאת עם הארץ לתלמוד חכם, איז אויך פארהאן א שנאה פון מענטשן וואס זענען נישט אזוי מצליח צו מענטשן וואס טוען צו די זאך. די סארט מענטשן וועלן נישט דולדן צו הערן אז איינער האט געקויפט א הויז בכלל, "הא... ער איז מיר געווארן אן עושר...". ביי זיי איז אפגעמאכט אז א יעדע איש מוצלח אשר חננו ה' געלט, חכמה, עסקנות וכו' איז אויטאמטיש אן אויסנוצער און אביוזער, מיט גאנצעטע חשבונות.
ווען דער אמת איז? אז מענטשהייט איז בכלל נישט איינגעטיילט צווישן אנשים מוצלחים (בבני חיי אדער מזוני) און אינם מוצלחים. אויב עפעס צווישן קלוגע מענטשן וואס וויסן וויאזוי צו ענדזשויען לייף און דורכברעכן שטרויכלונגען, און מענטשן וואס זענען זענען נישט אזוי קלוג - אדער נוצן נישט זייער חכמה ווי עס דארף זיין, און זייער נעגאטיוויטעט אין מח שטערט זיי אנצוגיין אין לעבן.
יא, עס זענען דא מוצלחים וואס זענען אביוזער'ס, די זעלבע, ממש די זעלבע!, ווי עס זענען דא אינם מוצלחים אביוזער'ס.
יא, עס זענען דא מוצלחים גוטהארציגע און קלוגע און פאזיטיווע מענטשן, די זעלבע, ממש די זעלבע!, ווי עס זענען דא אינם מוצלחים גוטהארציגע און קלוגע און פאזיטיווע מענטשן. (ווען דער אמת וויסן מיר אלע אז דא הייסט א באמת א מוצלח! - איזהו עשיר? השמח בחלקו, א פאזיטיווע מענטש איז א מוצלח נאו מעטטער וואט!)
איך קען נישט פערזענליך די אינוועסטירער דא, און נישט די קאנטרעקטער, אבער זייט איך געדענק מיך איז נאכנישט ארויסגעלייגט געווארן אזא פאזיטיווע פלאן אין די פעלד פון האוזינג פאר חסידישע אידן בארצות הברית! איך וויל נישט אוועקמאכן קיין אנדערע פראיעקטן בעבר ובעתיד, אבער עס איז לא יאומן כי יסופר פון וואס מען רעדט דא. עס איז גענוג אנצואווייזן אויף די צוויי בתי מדרשים וואס גייען דארט פיגורירן. דא בויעט זיך א פרישע קרית יואל אין קרית יואל! עס איז היסטאריש במלוא מובן המילה.
געוואלד! עס גייט קאסטן געלט צו קויפן א הויז!!! ער וויל דא רייך ווערן.... אה... מאכט נישט קיין סענס... אקעי: וויפיל עיקער איז עס? 70? אקעי: געוואלד! ער דארף ווען בויען נאר 70 הייזער, און יעדע הויז זאל באקומען אן עיקער!! א דורכפאל פון א פראיעקט! פארוואס דארפן מיינע חברים וואס איך האב געלערנט אין ישיבה באקומען די געלעגנהייט צו קויפן א הויז ווען איך גיי בלייבן דער דורכפאל? דער פראיעקט איז א דורכפאל! מיינסט ער מיינט עס לשם שמים? דער מענטש גייט ארויסגיין מיט א ביליאן דאלער פון דא, אויף וועמענס חשבון?
יא, מען דארף מתפלל זיין צו השי"ת אז די אינוועסטירער און קאנטראקטער זאלן ווייטער נוצן זייער קריעטיוויטעט און קלוגשאפט לכל אורך הדרך און טון אלעס אזוי ריכטיג ווי זיי האבן אנגעהויבן מיט'ן רעכטן פוס, צושטעלן די בעסטע קוואליטעט, צופרידנשטעלן יעדעם. אבער דערווייל רעדט מען דאך דא פון א דורכברוך שאין כדוגמתו! (איך קלער באמת איבער מיינע אפציע'ס צו איך זאל מיך איינשרייבן דארט!)
ביטע נישט נעמען פערסאנאל, אבער וועקטס ענק אויף! איך ווייס אז עטץ ווילטס הערן נאכאמאל און נאכאמאל וויינען אויף די מצב הדירות און "ווילן" אז עס זאל עפעס אונטערקומען. אל תפנו אל האובות ואל הידעונים, קערטס ענק נישט צו די "וועלער'ס" די וואס ווילן כסדר טון, ואל הידעונים און צו די ווייסער'ס וואס ווייסן אלעס. דא טוט מען ענדליך למעשה!
שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!

איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
- אי-רעלעווענט
- שר חמש מאות
- תגובות: 555
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
- לאקאציע: אין בונקער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 363
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 16, 2013 8:28 am
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
שטארק נישט גערעכט @גרויזאמער.
כו"ע מודי אז עס איז א היסטארישע פאסירונג, דער מוכר גייט מאכן גרויס געלט, דער אינוועסטאר גייט מאכן גרויס געלט, פילע היימישע קאנטראקטער גייען מאכן שיין געלט, די קונים גייען קריגן דירות פאר נארמאלע פרייזן, למעשה וואס האבן מיר מיט די גאנצע זאך? גארנישט, משטייט אין די זייט און מהאלט זיך אביסל אינטער מיט ווערטעלאך, שוין, איך מוז פארגינען פאר יעדן, און די פאר ווערטעלאך פארגינט מען מיר נישט...

מיין עצה פאר נעמען פון די גאסן, מזאל עס געבן נעמען פון די וומסב"ג גאסן, ראדני, לי, ראטלידזש, בעדפארד (500 בעדפארד איז רעזעווירט...).
די נעמען זענען ברענד נעימס, איר קענט זיך פארשטעלן, קויפן א דירה אויף פעען סטריט פאר 400K? עס וועט גראד ווערן די עליטע סעקשאן, איין שול אויף ראדני, איין שול אויף הופער, איך מיין אז עס א וואזשנע געדאנק.
(עס וועט אויך אביסל אראפברענגען די וומסב"ג וועליו, ווען א פרוי וועט זאגן אז זי וואוינט אויף בעדפארד קארנער ראסס, וועט מען איר גראד פרעגן צו אין וומסב"ג אדער אין קר"י, גלייב מיר סוועט איר געבן א ציפ, צאלט דארט מיליאנען פאר רענט, און דא איז מען איר חושד אז זי וואוינט אין די יאנטשי קר"י.. סא סקען העלפן פאר מענטשן צו מופן...)

מיללער האט געשריבן:גרויזאמער
The voice of reason!
זייער קלאר ארויסגעברענגט, פון וועלכע זייט מ'קוקט עס אן איז עס פאזיטיווע נייעס אדורך-נ-דורך, אין א צייט ווען דירות איז א יקר המציאות און דא רעדט מען קרוב צו צוויי טויזנט! דירות מיט אלע צוגעהערן אין גאר א קורצע צייט.
קענ'ט אגרי מאר
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
צווייפעל האט געשריבן:מיין עצה פאר נעמען פון די גאסן, מזאל עס געבן נעמען פון די וומסב"ג גאסן, ראדני, לי, ראטלידזש, בעדפארד (500 בעדפארד איז רעזעווירט...).