שכונה חדשה ויואל משה - קרית יואל יצ"ו

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

שכונה חדשה ויואל משה - קרית יואל יצ"ו

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:07 pm

אין די מינוטן האט כ"ק אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א ומרא דאתרא קדישא דעיר קרית יואל, ניו יארק, געמאלדן ביים צענטראלע יארצייט סעודה ביודה"ל קדישא פון רביה"ק מסאטמאר זצ"ל, די פרייליכע בשורה איבער די פלענער צו אנטוויקלען א ריזיגע שטח בתוככי גבולות העיר קרית יואל, אלס א נייע שכונה מיט קרוב צו צוויי טויזנט דירות פאר היימישע אידן תלמידי וחסידי סאטמאר די בכל אתר ואתר, די געגענט וועט עפ"י עצת קדשו טראגן דעם נאמען פונעם מייסד הקריה ובעל ההילולא "שכונת ויואל משה".

ווי עס איז שוין היינט ברייט באקאנט הערשט אין די חסידישע גאס א שטארקע דירות קריזיס אין אלע באוואונטע געגנטן, א קריזיס וואס האט שוין געפירט צו אסטראנאמישע דירות פרייזן און פרעצעדענטלאזע אומשטענדן אונטער וועלכע היימישע אידן וואונען אין גרעיטער ניו יורק.

די שטאט קרית יואל איז מיום הווסדה בשנת תשל"ד געווען א ווענדפונקט פאר סאטמארער משפחות פון אומעטום וועלכע האבן געזוכט צוגענגליכע דירות מיט הרחבת הדעת, אבער מיט די נאטורליכע וואוקס פון די אריבער פערציג יאר פון איר עקזיסטענץ, אינאיינעם מיט די אלגעמיינע דירות קריזיס איבעראל האט עס געפירט אז אויך קרית יואל איז געווארן קליין, און דער פלייץ פון דירות האט זיך פארלאנגזאמט און כמעט גענצליך אפגעשטעלט פירנדיג צו א יקרות השער וואס קיינער וואלט נישט געגלייבט מיט בלויז צעהן יאר צוריק.

די פראבלעם אין קרית יואל באשטייט בעיקר פון דעם וואס אלע ליידיגע שטחים ארום קרית יואל זענען לעת עתה נישט אין די גבולי הקדושה פונעם ווילעדזש נאר געפונען זיך אונטער די יוריסדיקציע פון די דרויסנדיגע טאונס און ווילעדזשעס, וועלכע זענען נישט גרייט צו לאזן אנטוויקלען די שטחים לויט די היימישע געברויכן פון מערערע גרעסערע דירות געבויעט מיט סיידוואלקס, בתי מדרשות, מקוואות און אנדערע רוחניות'דיגע און גשמיות'דיגע צוגעהערן. אין די יעצטיגע צייט איז פארהאן אן אנגייענדע אנעקסעישאן פראצעדור מרחיב צו זיין די גבולי הקדושה, אבער ליידער ווערט עס דערווייל אפגעהאלטן אין די געריכטן דורך די קעמפערישע שכנים וועלכע קוקן אויף חסידישע אידן מיט א שלעכט אויג ואכמ"ל.

איין איינציגע מאנומענטאלע שטח איז נאך יא פארבליבן אין די גרעניצן פון קרית יואל, דאס איז דער שטח וואס איז היינט באקאנט מיט איר צויבער-נאמען "בויער'ס לאט". דער שטח אנטהאלט איבער זיבעציג אקער לאנד און געפונט זיך ביים עק פון די שטאט, ביים ווינקל פון בעיקרטאון ראוד און קאונטי רוט 105, עס ציעט זיך פון אקעגן איבער די פאליציי סטאנציע אויף נינינזשער ראוד, ביז אקעגן איבער די גרויסע קאמיוטער פארק-נ-רייד שטח נעבן די ביזנעס צענטער, און אריין כמעט ביז צו די בני יואל קהלה שטחים אויף רוט 105.

דער שטח האט ביז היינט כ"ו אב תשע"ו יודה"ל פונעם הייליגען מייסד העיר זי"ע באלאנגט פאר הרבני הנגיד ר' גבריאל בויער הי"ו פון מאונט קיסקא, ער האט די שטח באקומען פון די אריגינעלע הנהלת קרית יואל/ועד הקריה באקאנט אלס מאונפילד האומס אונטער די פירערשאפט פון הרה"ח ר' משה פר"מ (מאנרא) הי"ו, אלס אפצאל פאר א ריזיגע הלוואה וואס ר' גבריאל האט געבארגט ביים אפקויפן די שטאט קרית יואל בחיי מרן ז"ל.

ר' גבריאל האט דורכאויס די אלע יארן נישט געהאט קיין פלאן צו אנטוויקלען דעם באדן, ובפרט ווען ביז פאר עטליכע יאר צוריק האט נישט אויסגעזען אז עס זאל אפי' זיין א געברויך פאר דעם שטח, אבער די לעצטע יארן מיטן מאנגל אין קראפט האבן שמועות פורחות באויר אנגעהויבן צו צירקולירן אז מערערע שפעקולאנטן פרובירן צו לייגן א האנט אויף דעם גיגאנטישען שטח, זעענדיג דערין א גאלדענע געלעגנהייט.

היינט כ"ו אב איז ווי דערמאנט אריינגעקומען די בשורה טובה, אז עס איז ענדגילטיג געלונגען פאר הרבני הנגיד רודצו"ח ר' עקיבא הערש קליין הי"ו פון קרית יואל, צו שרייבן קאנטראקט מיט ר' גבריאל און אנהייבן פלענער צו אנטוויקלען דעם ריזן באדן אלס די נייע "שכונת ויואל משה ד'קרית יואל" מיט קרוב צו צוויי טויזנט דירות און אלע צוגעהערן וואס אזא מאכטפולע שכונה פארלאנגט.

אין א באזונדערע נאטיץ ווערט געמאלדן אז דער נייער בעה"ב ר' עקיבא הערש הי"ו האט זיך פארפליכטעט פאר'ן סאטמארער רבי'ן שליט"א דער מרא דאתרא, אז די דירות וועלן ווערן פארקויפט פאר די פרייזן וואס דער בית דין צדק ארבייט די טעג אויס אלס קביעת שער הדירות, וואס דאס באדייט אויטאמאטיש אז אויב קומען צו צוויי טויזנט דירות פאר אונטער צוויי הונדערט דאלאר פער סק. פיס, וועט דאס מחייב זיין אלע אנדערע מוכרים זיך צו האלטן צו די תקנות וקבעית השער כפי אשר יושת בקרוב.

יום בשורה הוא, די נייעס האט געברענגט א פלייץ פון האפענונג און פרייד פאר חסידישע אידן בכלל וחסידי סאטמאר בפרט און איז באלד געווארן דאס געשפרעך פון די נאכט איבעראל.

מער דעטאלן איבער די גענויע פלענער און טיימליין וועט נאכפאלגן ווי נאר זיי וועלן פארעפנטליכט ווערן.

כי עתה הרחיב ה' לנו ופרינו בארץ

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:17 pm

ובלשון הזה אמרו לו: "עקיבא נחמתנו"! "עקיבא, נחמתנו"!

יישר כח פאר די פריידיגע בשורה!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:20 pm

וואוו. דאס איז אויסטערליש גוטע נייעס, חסדי ה׳.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:22 pm

ער האט צוגעלייגט אז מען גייט דאס אויפבויען שנעל, אין א קורצע זמן

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:23 pm

שכח מיללער

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:26 pm

דעיס צוזאמען מיט די תקנות איז א זיכערע סוקסעס בע'ה

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:29 pm

אט אזוי האט געשריבן:שכח מיללער
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
לעמעלע
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:32 pm

ב"ה פאר די גוטע נייעס.
קען איינער צוברענגען א מאפע וואס ווייסט פינקטליך ווי און ווי גרויס די שטח איז?
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

דער פאני מענטש
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:40 pm

לעמעלע האט געשריבן:ב"ה פאר די גוטע נייעס.
קען איינער צוברענגען א מאפע וואס ווייסט פינקטליך ווי און ווי גרויס די שטח איז?


קוק דא

https://www.google.com/maps/@41.3330005 ... .08z?hl=en
עס איז דא שיטות אז והיית משוגע איז א מצוה

אוועטאר
לעמעלע
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2011 3:22 pm

תגובהדורך לעמעלע » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:44 pm

דער פאני מענטש האט געשריבן:
לעמעלע האט געשריבן:ב"ה פאר די גוטע נייעס.
קען איינער צוברענגען א מאפע וואס ווייסט פינקטליך ווי און ווי גרויס די שטח איז?


קוק דא

https://www.google.com/maps/@41.3330005 ... .08z?hl=en



די שטח איז ריזיג, ביז ווי האט עקיבא הערש אפגעקויפט?
לעצט פאראכטן דורך לעמעלע אום דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:52 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אויבנאויף בין איך טאקע נישט קיין גבר אלים, אבער ווער עס הייבט זיך מיט מיר אן ד' וה' ישלם

מטעמים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4074
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:49 pm

הודו לשם, דאס איז גאר גוטע נייעס.
נעמט נישט אזוי ערענסט די גאנצע שרייבעריי דא ביטע...

קרעדיט: נודה לך

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5003
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 11:59 pm

אט אזוי האט געשריבן:דעיס צוזאמען מיט די תקנות איז א זיכערע סוקסעס בע'ה

אבער נאר צוזאמען מיט די תקנות. ודו"ק.

יעצט וועט די תקנות נישט זיין צו ארטיפישעלי אראפברענגען די מארקעט, נאר פארקערט, אז מען זאל נישט ארטעפישעלי אינפלעיטאן די מארקעט.

דאס איז אויך א שטארקע אפפרעג פון די וואס האבן געטענהט אז מיט די תקנות וועט נישט זיין קיין פרישע דעוועלאפמענטס.

#גאר פאזיטיוו.

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:08 am

quickstream1.jpg
לעצט פאראכטן דורך פ' לך לך אום מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:24 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 858
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:11 am

פון בעיקערטאון צו רעכטס די גאנצע רױטע

boars lot.PNG
אז יענער קען קענסטו אויך

מאיר מייער
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2016 3:27 pm

תגובהדורך מאיר מייער » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:18 am

ווייסט איינער ווי מקען געבן א דיפאזיט, (פאר די תקנות גייען אראפ פין טיש)

דער פאני מענטש
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:21 am

פרוביר אויך האט געשריבן:פון בעיקערטאון צו רעכטס די גאנצע רױטע

boars lot.PNG


ממש נעבן בני יואל?
עס איז דא שיטות אז והיית משוגע איז א מצוה

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:23 am

פרוביר אויך האט געשריבן:
אט אזוי האט געשריבן:שכח מיללער

דער פאני מענטש
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:39 am

מאיר מייער האט געשריבן:ווייסט איינער ווי מקען געבן א דיפאזיט, (פאר די תקנות גייען אראפ פין טיש)


א דיפאזיט פאר וועם?
עס איז דא שיטות אז והיית משוגע איז א מצוה

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2897
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:40 am

געוואלדיגע פאזעטיווע נייעס ב״ה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 8:57 am

כפי ששמעתי מכבר, א חוץ דעם שטיק קרקע וואס ער האט באקומען בימים ההם - אנשטאט א באצאלונג פונעם חוב - ביים רבי'ן ז"ל אין שטוב, האט ער אויך אריינגעכאפט א זאק מיט ברכות אויף אלע אידן געוואונטשן מפי רבינו זצ"ל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:02 am

ווי שמעל ווערט געשאצט צו קענען האבן בנינים בתפארתו?
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:32 am

וויפל סקווער פיס בערך גייען זיין די דירות?

איז דא א טאוטעל וויפל סקווער פיס מ'קען דארט בויען?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4454
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:35 am

איך גלייב נישט אז עס איז שוין דא בלוי פרינטס, אז דו פרעגסט וויפיל סקווע פיס עס גייען זיין די דירות,
סאדאם בן באראק חוסעין

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 18112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:44 am

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך גלייב נישט אז עס איז שוין דא בלוי פרינטס, אז דו פרעגסט וויפיל סקווע פיס עס גייען זיין די דירות,

סאדאם, ס'איז א נארמאלע זאך ביי אזעלכע גרויסע דיעלס צו האבן פלענער נאך איידער מען נעמט ארויס א טאלער פון טאש.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3008
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 9:52 am

איך וויל איין זאך קלאר מאכן אז די גאנצע לאט איז נאך נישט געקלאוזט נאר אין קאנטראקט
סא מען דארף נאך מתפלל זיין אז עס זאל זיך ענדיגן די דיעל!
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט