די שטאט קרית יואל יצ"ו, חוץ דעם וואס זי איז דער אפיציעלער, גאנץ-יאריגער היים צו טויזענטער סאטמארער משפחות, איז אויך דער זומער היים צו הונדערטער אידן וואס געפונען זיך אין די ימי הקיץ אין באנגעלא קאלאניס אין גלילות פון ק"י, וגלילות גלילותיה.
ביי פולע חסידי סאטמאר, וואס געדענקען נאך ווען רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיך געפונען אין קרית יואל בערוב ימיו, ברענגען די קאנטריס ארויס נאסטאלאגישע געפילן. קרית יואל איז נאך דאן געווען א קליין שטעטל און זי האט נישט געהאט די מעגליכקייטן צו אקאמעדירן דעם גרויסן ציבור וואס זענען געקומען צופארן אויף שבתים וימים טובים. א גרויסע חלק פונעם עולם געסט זענען דאן איינגעשטאנען אין די ארומיגע קאנטריס און אריינשפאצירט קיין ק"י צו די תפילות.
* אחדות (מלפנים תורה טאון) געפונט זיך אויף סקאנעמאנק ראוד אין היילענד מילס/וואודבערי, גלייך נעבן סערפי ראוד, א גאס וואס איז היינט באוואוינט מיט אידן. אחדות איז באזעצט רובו ככולו מיט חסידי סאטמאר פון ברוקלין. (אויב איך געדענק גוט האט הרבנית חי' ע"ה בת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר ז"ל בעל ברך משה זיך אויפגעהאלטן דארט א שטיק צייט.)
מיט בערך פופצן יאר צוריק האבן די תושבי השכונה אויפגעבויעט א הערליכע גרויסע בית המדרש, מיט א היימיש געמאכטע ארון קודש און בימה א כלילת יופי; ווי אויך א מקוה (נתנדב ע"י ר' אברהם יודא ב"ר ישראל ג"ב פון ק"י). ביז דאן פלעגן זיך די קאנטרי איינוואוינער באניצן שב"ק מיט די מקוה פון הרה"ח ר' אלימלך שווארץ שליט"א וואס וואוינט נישט ווייט.
אחדות פארמאגט א גרויסע באטעמטע געהייצטע סווימינג פול. איי, עס דערמאנט זיך די גוטע צייטן ווען מ'פלעגט זיך ארויסכאפן פון ישיבה אין די נאכמיטאג שעות און גיין כאפן א שווים, על אפם וחמתם פון די מנהלים און די אחדות תושבים, וועם ס'האט גאנץ קנאפע געשמעקט אז די בחורים ריקן זיך אן דארט...
* פיין גראוו: אויך אויף סקאנעמאנק ראוד, א פאר טריט נענטער צו ק"י. דער מקום איז היבש נאכגעלאזט, און ווערט ע"פ רוב פארדינגען פאר ישיבות אין די זומער חדשים. אין די פריערדיגע יארן פלעגן דארט איינשטיין כמה רבנים ואדמורים.
* האלידעי היל: א קלענערע קאלאני אויף פירסט עוועניו, א שפאן אוועק פון פיין גראוו.
* בלובערי פארק: א קעגן איבער פיין גראוו. היינט איז עס גענצליך נאכגעלאזט און חרוב ביזן גרינד.
* פאראדייס און קאראמעל פארק זיצן איין אקעגן דעם צווייטן אויף סעווען ספרינגס ראוד ביי בעיקערטאון ראוד אין וואודבערי. דער פלאץ איז א קאלירפולע געמישעכטס פון חרדישע אידן פון פארשידענע קרייזן.
פאראדייס האט א גרויסער חדר און דעי קעמפ פאר אינגלעך און מיידלעך. פולע פון די זומער איינוואוינער אין די געגענט שיקן אהין זייערע קינדער.
* לענדס וויאו האט באלאנגט פאר רוסישע חברה. לעצטנס איז די קאנטרי אפגעקויפט געווארן דורך א היימישע איד וואס פארדינגט די באנגעלאויס פאר חסידישע אינגעלייט. דער פלאץ איז א פאר טריט אוועק פון די קאנטרי האלאוי דעוועלאפמענט, א געגנט וואס ווערט איצט מער און מער באוואוינט מיט אידן.
* סאני קרעפט: א קאלאני אויף בעיקערטאון ראוד. די פלאץ איז שוין פארשפארט פאר פולע יארן.
* קוועיקער היל: א קאלאני אין טאון אוו מאנרא נישט ווייט פון שאפ רייט. די תושבים זענען מער-ווייניגער פונעם ישיבה'שן חדר. העסקן ר' לוי אפעל נ"י ביים יערליכן שבת אפיעל פאר די חברה הצלה דק"י וועט אלץ אנפאנגען זיין דרשה מיט א שיינעם פלפול..
אויב איינער האט מער היסטארישע אינפארמאציע אדער בילדער איבער די קאנטריס אין די קרית יואל אומגעגנט, אדרבה זייט מהנה דעם עולם.
קאנטריס אין די קרית יואל אומגעגנט
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- געב_מיר_כח
- שר האלף
- תגובות: 1054
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 07, 2015 10:11 pm
גוגל מעפס
https://www.google.com/maps/place/Achdu ... -74.158086
https://www.google.com/maps/place/Pine+ ... 74.1615404
https://www.google.com/maps/place/26+1s ... 74.1643952
https://www.google.com/maps/place/44+Se ... -74.148614
https://www.google.com/maps/place/Colon ... 74.1486316
https://www.google.com/maps/place/159+Q ... 74.2189074
מונאוויטש האט געשריבן:* אחדות (מלפנים תורה טאון) געפונט זיך אויף סקאנעמאנק ראוד אין היילענד מילס/וואודבערי, גלייך נעבן סערפי ראוד, א גאס וואס איז היינט באוואוינט מיט אידן. אחדות איז באזעצט רובו ככולו מיט חסידי סאטמאר פון ברוקלין. (אויב איך געדענק גוט האט הרבנית חי' ע"ה בת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר ז"ל בעל ברך משה זיך אויפגעהאלטן דארט א שטיק צייט.)
https://www.google.com/maps/place/Achdu ... -74.158086
מונאוויטש האט געשריבן:* פיין גראוו: אויך אויף סקאנעמאנק ראוד, א פאר טריט נענטער צו ק"י. דער מקום איז היבש נאכגעלאזט, און ווערט ע"פ רוב פארדינגען פאר ישיבות אין די זומער חדשים. אין די פריערדיגע יארן פלעגן דארט איינשטיין כמה רבנים ואדמורים.
https://www.google.com/maps/place/Pine+ ... 74.1615404
מונאוויטש האט געשריבן:* האלידעי היל: א קלענערע קאלאני אויף פירסט עוועניו, א שפאן אוועק פון פיין גראוו.
https://www.google.com/maps/place/26+1s ... 74.1643952
מונאוויטש האט געשריבן:* פאראדייס און קאראמעל פארק זיצן איין אקעגן דעם צווייטן אויף סעווען ספרינגס ראוד ביי בעיקערטאון ראוד אין וואודבערי. דער פלאץ איז א קאלירפולע געמישעכטס פון חרדישע אידן פון פארשידענע קרייזן.
פאראדייס האט א גרויסער חדר און דעי קעמפ פאר אינגלעך און מיידלעך. פולע פון די זומער איינוואוינער אין די געגענט שיקן אהין זייערע קינדער.
https://www.google.com/maps/place/44+Se ... -74.148614
מונאוויטש האט געשריבן:* לענדס וויאו האט באלאנגט פאר רוסישע חברה. לעצטנס איז די קאנטרי אפגעקויפט געווארן דורך א היימישע איד וואס פארדינגט די באנגעלאויס פאר חסידישע אינגעלייט. דער פלאץ איז א פאר טריט אוועק פון די קאנטרי האלאוי דעוועלאפמענט, א געגנט וואס ווערט איצט מער און מער באוואוינט מיט אידן.
https://www.google.com/maps/place/Colon ... 74.1486316
מונאוויטש האט געשריבן:* קוועיקער היל: א קאלאני אין טאון אוו מאנרא נישט ווייט פון שאפ רייט. די תושבים זענען מער-ווייניגער פונעם ישיבה'שן חדר. העסקן ר' לוי אפעל נ"י ביים יערליכן שבת אפיעל פאר די חברה הצלה דק"י וועט אלץ אנפאנגען זיין דרשה מיט א שיינעם פלפול..
https://www.google.com/maps/place/159+Q ... 74.2189074
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2831
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm
געב_מיר_כח האט געשריבן:גוגל מעפסמונאוויטש האט געשריבן:* פאראדייס און קאראמעל פארק זיצן איין אקעגן דעם צווייטן אויף סעווען ספרינגס ראוד ביי בעיקערטאון ראוד אין וואודבערי. דער פלאץ איז א קאלירפולע געמישעכטס פון חרדישע אידן פון פארשידענע קרייזן.
פאראדייס האט א גרויסער חדר און דעי קעמפ פאר אינגלעך און מיידלעך. פולע פון די זומער איינוואוינער אין די געגענט שיקן אהין זייערע קינדער.
https://www.google.com/maps/place/44+Se ... -74.148614
לויט די מאפע זעהט דאס אויס נישט אזוי ווייט פון די בלובערי ראוד געגנט, קען מען די קאנטרי'ס טוישן צו גאנציעריגע הייזער?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1501
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm
ר׳ פישל שעכטער אין זיין תשעה באב דרשה (ליגט אויף Torahanytime) דערציילט אז ווען ער איז געווען א אינגל זענען זיי געקומען צו א קאנטרי אין מאנרא געגענט (געווען נאך פאר סאטמאר איז דארט געווען).
עס איז שרעקעדיג וויאזוי ער לייגט אראפ ווי עס איז געקומען א באנדע שקצים אויף א פלעטבעד טראק און אויפגעשפילט א נאצי ראללי און וואס דאס האט געמיינט פאר זיין מאמע א מלחמה איבערלעבער.
עס איז שרעקעדיג וויאזוי ער לייגט אראפ ווי עס איז געקומען א באנדע שקצים אויף א פלעטבעד טראק און אויפגעשפילט א נאצי ראללי און וואס דאס האט געמיינט פאר זיין מאמע א מלחמה איבערלעבער.