קאנטריס אין די קרית יואל אומגעגנט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

קאנטריס אין די קרית יואל אומגעגנט

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אוגוסט 30, 2016 9:23 pm

די שטאט קרית יואל יצ"ו, חוץ דעם וואס זי איז דער אפיציעלער, גאנץ-יאריגער היים צו טויזענטער סאטמארער משפחות, איז אויך דער זומער היים צו הונדערטער אידן וואס געפונען זיך אין די ימי הקיץ אין באנגעלא קאלאניס אין גלילות פון ק"י, וגלילות גלילותיה.

ביי פולע חסידי סאטמאר, וואס געדענקען נאך ווען רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט זיך געפונען אין קרית יואל בערוב ימיו, ברענגען די קאנטריס ארויס נאסטאלאגישע געפילן. קרית יואל איז נאך דאן געווען א קליין שטעטל און זי האט נישט געהאט די מעגליכקייטן צו אקאמעדירן דעם גרויסן ציבור וואס זענען געקומען צופארן אויף שבתים וימים טובים. א גרויסע חלק פונעם עולם געסט זענען דאן איינגעשטאנען אין די ארומיגע קאנטריס און אריינשפאצירט קיין ק"י צו די תפילות.

* אחדות (מלפנים תורה טאון) געפונט זיך אויף סקאנעמאנק ראוד אין היילענד מילס/וואודבערי, גלייך נעבן סערפי ראוד, א גאס וואס איז היינט באוואוינט מיט אידן. אחדות איז באזעצט רובו ככולו מיט חסידי סאטמאר פון ברוקלין. (אויב איך געדענק גוט האט הרבנית חי' ע"ה בת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר ז"ל בעל ברך משה זיך אויפגעהאלטן דארט א שטיק צייט.)

מיט בערך פופצן יאר צוריק האבן די תושבי השכונה אויפגעבויעט א הערליכע גרויסע בית המדרש, מיט א היימיש געמאכטע ארון קודש און בימה א כלילת יופי; ווי אויך א מקוה (נתנדב ע"י ר' אברהם יודא ב"ר ישראל ג"ב פון ק"י). ביז דאן פלעגן זיך די קאנטרי איינוואוינער באניצן שב"ק מיט די מקוה פון הרה"ח ר' אלימלך שווארץ שליט"א וואס וואוינט נישט ווייט.

אחדות פארמאגט א גרויסע באטעמטע געהייצטע סווימינג פול. איי, עס דערמאנט ‏זיך די גוטע צייטן ווען מ'פלעגט זיך ארויסכאפן פון ישיבה אין די נאכמיטאג שעות און גיין כאפן א שווים, על אפם וחמתם פון די מנהלים און די אחדות תושבים, וועם ס'האט גאנץ קנאפע געשמעקט אז די בחורים ריקן זיך אן דארט...
 
* פיין גראוו: אויך אויף סקאנעמאנק ראוד, א פאר טריט נענטער צו ק"י. דער מקום איז היבש נאכגעלאזט, און ווערט ע"פ רוב פארדינגען פאר ישיבות אין די זומער חדשים. אין די פריערדיגע יארן פלעגן דארט איינשטיין כמה רבנים ואדמורים.

* האלידעי היל: א קלענערע קאלאני אויף פירסט עוועניו, א שפאן אוועק פון פיין גראוו.

* בלובערי פארק: א קעגן איבער פיין גראוו. היינט איז עס גענצליך נאכגעלאזט און חרוב ביזן גרינד.

* פאראדייס און קאראמעל פארק זיצן איין אקעגן דעם צווייטן אויף סעווען ספרינגס ראוד ביי בעיקערטאון ראוד אין וואודבערי. דער פלאץ איז א קאלירפולע געמישעכטס פון חרדישע אידן פון פארשידענע קרייזן.

פאראדייס האט א גרויסער חדר און דעי קעמפ פאר אינגלעך און מיידלעך. פולע פון די זומער איינוואוינער אין די געגענט שיקן‏ אהין זייערע קינדער.

* לענדס וויאו האט באלאנגט פאר רוסישע חברה. לעצטנס איז די קאנטרי אפגעקויפט געווארן דורך א היימישע איד וואס פארדינגט די באנגעלאויס פאר חסידישע אינגעלייט. דער פלאץ איז א פאר טריט אוועק פון די קאנטרי האלאוי‏ דעוועלאפמענט, א געגנט וואס ווערט איצט מער און מער באוואוינט מיט אידן.

* סאני קרעפט: א קאלאני אויף בעיקערטאון ראוד. די פלאץ איז שוין פארשפארט פאר פולע יארן. 

* קוועיקער היל: א קאלאני אין טאון אוו מאנרא נישט ווייט פון שאפ רייט. די תושבים זענען מער-ווייניגער פונעם ישיבה'שן חדר. העסקן ר' לוי אפעל נ"י ביים יערליכן שבת אפיעל פאר די חברה הצלה דק"י וועט אלץ אנפאנגען זיין דרשה מיט א שיינעם פלפול.‎.

אויב איינער האט מער היסטארישע אינפארמאציע אדער בילדער איבער די קאנטריס אין די קרית יואל אומגעגנט, אדרבה זייט מהנה דעם עולם.
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

אוועטאר
געב_מיר_כח
שר חמש מאות
תגובות: 799
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 07, 2015 10:11 pm

תגובהדורך געב_מיר_כח » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:42 pm

גוגל מעפס
מונאוויטש האט געשריבן:* אחדות (מלפנים תורה טאון) געפונט זיך אויף סקאנעמאנק ראוד אין היילענד מילס/וואודבערי, גלייך נעבן סערפי ראוד, א גאס וואס איז היינט באוואוינט מיט אידן. אחדות איז באזעצט רובו ככולו מיט חסידי סאטמאר פון ברוקלין. (אויב איך געדענק גוט האט הרבנית חי' ע"ה בת כ"ק אדמו"ר מסאטמאר ז"ל בעל ברך משה זיך אויפגעהאלטן דארט א שטיק צייט.)

https://www.google.com/maps/place/Achdu ... -74.158086

מונאוויטש האט געשריבן:* פיין גראוו: אויך אויף סקאנעמאנק ראוד, א פאר טריט נענטער צו ק"י. דער מקום איז היבש נאכגעלאזט, און ווערט ע"פ רוב פארדינגען פאר ישיבות אין די זומער חדשים. אין די פריערדיגע יארן פלעגן דארט איינשטיין כמה רבנים ואדמורים.

https://www.google.com/maps/place/Pine+ ... 74.1615404

מונאוויטש האט געשריבן:* האלידעי היל: א קלענערע קאלאני אויף פירסט עוועניו, א שפאן אוועק פון פיין גראוו.

https://www.google.com/maps/place/26+1s ... 74.1643952

מונאוויטש האט געשריבן:* פאראדייס און קאראמעל פארק זיצן איין אקעגן דעם צווייטן אויף סעווען ספרינגס ראוד ביי בעיקערטאון ראוד אין וואודבערי. דער פלאץ איז א קאלירפולע געמישעכטס פון חרדישע אידן פון פארשידענע קרייזן.

פאראדייס האט א גרויסער חדר און דעי קעמפ פאר אינגלעך און מיידלעך. פולע פון די זומער איינוואוינער אין די געגענט שיקן‏ אהין זייערע קינדער.

https://www.google.com/maps/place/44+Se ... -74.148614

מונאוויטש האט געשריבן:* לענדס וויאו האט באלאנגט פאר רוסישע חברה. לעצטנס איז די קאנטרי אפגעקויפט געווארן דורך א היימישע איד וואס פארדינגט די באנגעלאויס פאר חסידישע אינגעלייט. דער פלאץ איז א פאר טריט אוועק פון די קאנטרי האלאוי‏ דעוועלאפמענט, א געגנט וואס ווערט איצט מער און מער באוואוינט מיט אידן.

https://www.google.com/maps/place/Colon ... 74.1486316

מונאוויטש האט געשריבן:* קוועיקער היל: א קאלאני אין טאון אוו מאנרא נישט ווייט פון שאפ רייט. די תושבים זענען מער-ווייניגער פונעם ישיבה'שן חדר. העסקן ר' לוי אפעל נ"י ביים יערליכן שבת אפיעל פאר די חברה הצלה דק"י וועט אלץ אנפאנגען זיין דרשה מיט א שיינעם פלפול.‎.

https://www.google.com/maps/place/159+Q ... 74.2189074
רבש"ע גיב מיר אביסעלע כח (קרעדיט דודי קאליש)

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 12:44 pm

שיינער אנאליז ר' מונאוויטש,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24333
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוגוסט 31, 2016 1:29 pm

געב_מיר_כח האט געשריבן:גוגל מעפס


מונאוויטש האט געשריבן:* פאראדייס און קאראמעל פארק זיצן איין אקעגן דעם צווייטן אויף סעווען ספרינגס ראוד ביי בעיקערטאון ראוד אין וואודבערי. דער פלאץ איז א קאלירפולע געמישעכטס פון חרדישע אידן פון פארשידענע קרייזן.

פאראדייס האט א גרויסער חדר און דעי קעמפ פאר אינגלעך און מיידלעך. פולע פון די זומער איינוואוינער אין די געגענט שיקן‏ אהין זייערע קינדער.

https://www.google.com/maps/place/44+Se ... -74.148614



לויט די מאפע זעהט דאס אויס נישט אזוי ווייט פון די בלובערי ראוד געגנט, קען מען די קאנטרי'ס טוישן צו גאנציעריגע הייזער?

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג אוגוסט 21, 2017 6:03 pm

געפונען אין מיינע ארכיוון א בילד פונעם גרויסן, הערליכן ביהמ"ד אין אחדות קאנטרי.

Achdus 1.jpg
Achdus 1.jpg (246.08 KiB) געזעהן 1086 מאל

Achdus 2.jpg
Achdus 2.jpg (211.69 KiB) געזעהן 1086 מאל
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2028
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך אוגוסט 23, 2017 10:21 pm

ערגעץ דארט דארף זיין אן אלטע באנגעלוי קאלאני וואס האט געהערט פאר די צענזאר משפחה [ארגיניעל בעלזא חסידים], היינט צוטאגס מיין איך אז א ישיבה ניצט עס.

מונאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 701
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 9:56 am

איר מיינט אודאי דאס.

מונאוויטש האט געשריבן:* פיין גראוו: אויך אויף סקאנעמאנק ראוד, א פאר טריט נענטער צו ק"י. דער מקום איז היבש נאכגעלאזט, און ווערט ע"פ רוב פארדינגען פאר ישיבות אין די זומער חדשים. אין די פריערדיגע יארן פלעגן דארט איינשטיין כמה רבנים ואדמורים.
"איך האב געהאט א חלום אז איך בין וואַך, איך דערוועק זיך און איך זעה אז איך שלאָף." — מפי השמיעה

מפתח צו מיינע אשכולות.

shalsheles
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » דאנארשטאג אוגוסט 24, 2017 11:32 am

ר׳ פישל שעכטער אין זיין תשעה באב דרשה (ליגט אויף Torahanytime) דערציילט אז ווען ער איז געווען א אינגל זענען זיי געקומען צו א קאנטרי אין מאנרא געגענט (געווען נאך פאר סאטמאר איז דארט געווען).
עס איז שרעקעדיג וויאזוי ער לייגט אראפ ווי עס איז געקומען א באנדע שקצים אויף א פלעטבעד טראק און אויפגעשפילט א נאצי ראללי און וואס דאס האט געמיינט פאר זיין מאמע א מלחמה איבערלעבער.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט