וואס האלט צירוק מענטשן צו מופן?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס ציפט די מערסטע?

פארן קומען
28
8%
זיין חלק משפחה
34
10%
זיין ביי שמחות ראיג
16
5%
שאפינג באקוועמע גראסערי
22
6%
באליבטע רב דיין
13
4%
סתם געוואוינהייט
35
10%
ספק וויפיל גייט זיין בילס
9
3%
טויש סדר היום
16
5%
פילן נעבעכדיג
17
5%
קביעות עתים סדר
6
2%
ספיקות עתיד
24
7%
טיען גיטע שדוכים
12
3%
שוין באקוועם אין שול היכל
18
5%
טרדות צייט מופן
11
3%
טויש פאר די קונדער
20
6%
קהילה רוחניות
14
4%
סביבה חבירים
26
7%
באזארגט אנציפילן די טאג
6
2%
טוישן דאקטוירים
13
4%
שכן יענקל'ס שמייכל
12
3%
 
סך הכל שטימען: 352

אוועטאר
היץ-קאפ
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 10:56 am

וואס האלט צירוק מענטשן צו מופן?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היץ-קאפ »

עס גייט מיר שוין אביסל פון די נאז די בארעפלייס פליען ארום יא נישט מופן, איר זיצט יעצט און אפיס אויף א דרייעדיג בענקל קייט פאטעטע טשיפס שש.. גענישט קיין ריר, פיין איר האט שיינע דירה אין הארץ פון. . . מאנסי נע גראדע אסטראליע שוין צופיל גערעדט, אלעס גייט גיט לאז מיר נאר טראכטען אביסל וואס וואלט אייך געשטערט צו מופן שא שא . . נע האב נישט מורה מ'גייט ח''ו נישט מאפן איך וויל נאר זאלסט דיך אביסל אריין לייגן אין די שיך גרונם די שכן וואס נעבעך. . . נישט רעדן לשון הרע. איך מיין ביי נא ווייסט איר שוין וואס איך מיין יא? עס איז נישט דא קיין קריזיס אלעס פיין וואס שטערט א מענטש צו מופן נישט פינקט דיר די מענטשהייט?

אינפארמעשן: ביטע נישט זיין ביזי ב''ב וויל יא נישט, זיי נישט ברויגז זי איז נאר א שפיגל

דיסקליימער: דעס האט נישט קיין שום סטאטיסטק ווערד עס איז נאר געמאכט פאר די מענטשן וואס ניצן עס
ווער ס'קען נישט פארנעמען קיין היץ זאל ארויס פון קאך
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

ווען מען רעדט פון מופן אין א נייע שטעטל זענען די סיבות אנדערש ווי ווען מען מופט צו א באזעצענע פלאץ.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
אוועטאר
היץ-קאפ
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היץ-קאפ »

זאל כאטש יענקל וויסן וואס ער מאכט מיטן שמייכל, ערענסט גערעדט יענקל די מופסט ארוס אבער שוין. . .
ווער ס'קען נישט פארנעמען קיין היץ זאל ארויס פון קאך
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

איך וואלט געוואוט פאר אלע, ווארום די שווערעקייט פון מופון איז טאקע די ציזאמענשטעל פון די אלע אויבן דערמאנטע זאכן
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

די עיקר סיבות האסטו פארגעסן

טרעפן א נייע דזאב
מוסדות פאר די קינדער
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

די ערשטע שווערע זאך פון מופן איז.
א באקאנטע פראבלעם. ווייל אויב מען וויל מופן דארף מען "טוהן" עפעס אנדערש פון די געוואוינהייט. און קיינער האלט נישט ביים טוהן.
מען לעבט א באקוועמע לעבן, און מען האלט נישט ביים אריינלייגן די פינגער אין קאלט וואסער פאר די אייגענע הצלחה! ווייל ????????!!!!!!!!!
א מענטש גייט נישט טוהן א זאך וואס איז אנדערש פון די רוטין, אפי' עס קען זיין אז דארט איז זיין הצלחה, ווייל עס גרענעצט זיך מיט "טוהן".
יעדער האט מורא פון א דורכפאל, און דאס מאכט אז מען זאל וועלן זיין א שיינער איד וואס "טוהט גארנישט", ער קען נאר זאגן דא "דארף מען" טוהן אזוי, און דארט "דארף מען" טוהן אזי.
אזוי קען א מענטש דורכגיין זיין גאנצע לעבן, און ער האט נאך "גארנישט" געטוהן אנדערש פון סיסטעם.
א מענט וואס האט נאכנישט געהאט קיין דורכפאל איז עס "נאר" ווייל ער האט נאך גארנישט געטוהן
ווייל איינער וואס "טוהט" האט דארכפעלער, און די דורכפעלער זענען אים א "חיזוק" אויף ווייטער.
מען קען נישט מצליח זיין אויב מען האלט נישט ביים "טוהן" צו דער זאך, יא! מאפן איז א שווערע זאך אבער מען קען מצליח זיין אין "אלע" הינזיכטן, און נאך בעסער ווי בעפאר.

ס'איז נאר א פתח, ס'איז נאך דא אסאך צו שרייבן, אבער נישט יעדער וועט אפי' וועלן פארשטיין.ווייל אויב וועט ער פארשטיין וועט ער מוזן טרעפן א נייע תירוץ, און דאס האלט ער אויך נישט ביים "טוהן".

פון אייגענע ערפארונג.
אסאך הצלחה פאר די וואס ווילן מופן, ס'איז שווער אבער גוט!
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מיין ענטפער איז, טאקע דאס וואס דו זאגסט אז נישט.

די בני בית.

ווען איך האב געמאכט אן אנקעטע דא צו אויב די ב"ב וויל מופען קיין ווי וואלסטו געמופט האבן נאר 6%.... געזאגט אז זיי וואלטן געבליבן אין וויליאמסבורג. פינטעל

סא די פראגע איז פ"וו וויל נישט די ב"ב מופען...כ'מיין די שטערקסטע סיבה איז די מאמעס פארטוך און די געשוויסטער. די בעסטע ראיה האסטו אז טאמער די מאמע האט מחמת איזה סיבה געמופט צו א נייע יישוב, איז פאר די טעכטער מוראדיג לייכט צו מופען. ופשוט
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

איין אפשען פעלט....
'דער לענדלארד ווארפט נאך נישט ארויס....'
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

באקומען אין אישי
---
אנטשאלדיג, אבער אויף וואס בויעט איר דאס, נאר אויף די אנקעטע?
מען דארף אויסשפרייטן די צימישעניש ווי א קלייד, ביזט גרייט?
אפשר איז די אמת אז נאר 1% איז בכלל גרייט צו בלייבן?

שכח אניווע, איר ברענגט לכאורה ארויס די מיינאנג פון נאך מענטשן, און אייער שיך.
הצלחה
---
וזו תשובתי
בכלל נישט געבויעט אויף די אנקעטע, עס האט נאר געפראווד מיין מיינונג. לדעתי זענען 75% פון אלע אנדערע תירוצים נאר לכסות די עכטע סיבה
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

היימישער, אגרי, ופשוט הוא.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

גראדע איז 'לך לך מארצך' אפילו פאר אברהם אבינו געווען א נסיון, כאטשע דער רבוש"ע בכבודו ובעצמו האט עם ציגעזאגט די בעסטע זאכן...
וואס איז געווען די נסיון??
אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2015 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאקטען »

יהיה כן האט געשריבן:גראדע איז 'לך לך מארצך' אפילו פאר אברהם אבינו געווען א נסיון, כאטשע דער רבוש"ע בכבודו ובעצמו האט עם ציגעזאגט די בעסטע זאכן...
וואס איז געווען די נסיון??


ווי איז א פארגלייך לך לך צו אונז?

עס איז לכוארה זייער שווער, וואס איז דא געווען אזא גרויסע נסיון, אברהם אבינו איז דאך שוין איינמאל געווען אן דע גאוי ער איז ארויס פון עיר כשדים, ווי מען זאגט די סעקענד טיים ארוינד איז שוין אסאך גרינגער?

איז אזוי אין עיר כשדים איז אברהם אויסגעשטאנען רדיפות פון נמרוד, מען האט אים ארייגעווארפן אין קאלך אויוון, בקיצור ער האט נישט געלעבט א חיים טובים, וואס האט אברהם געטוהן ער האט געפאקט פעק און זיך געגאנגן, קיינער האט אים נישט געדארפט זאגן גיי,
אז מען איז באקאקט הייבט מען זיך אויף און מ'גייט.

אבער ווען עס קומט צו חרן, דארט האט ער זיך באקוועם געמאכט, ער איז געזעצן מיט רואיגקייט, יעצט קומט די באשעפער זאגן לך לך מארצך אט דאס איז שוין א גרויסע נסוין.

יעצט אונז מיט די פארקוועשטע קליינע דירות דארף מען אליין פארשטיין אז עס צייט צו גיין
איך בין גרייט צו פארן פון מאנסי קיין ברוקלין, ווען אין די וועטער אשכול וועט געמאלדן ווערן אז מען קען...
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

אקוראט אזוי @פאקטן.

צו בארשט דארף מען נישט קיין ציין. און אז טאמער צאלט מען 3000 דאלאר רענט קען מען נישט דא בלייבן האט דער כעלעמער ראש הקהל אויך געקענט פארשטיין.
אוועטאר
גיכער
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 13, 2012 11:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גיכער »

@לדעתי
גאר פיין געזאגט!!
אוועטאר
היץ-קאפ
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היץ-קאפ »

גיכער האט געשריבן:@לדעתי
גאר פיין געזאגט!!


באמת איז די אשכול געבויט פאר איינעם אין מאנסי וואס דארף/וויל/גייט מופן צו טאהש, ח''ו קיינער זאל זיך נישט דערוואגן הזהר והשמר צו לעזן די קריזיס, איינער פריוואט הערט זיך אינטער שוין איך וועל מוחל זיין, ווייל סתם אזוי ווען ס'קומט צו מופן ווערן די מוסעלס טייט מען קען פיזיש זיך נישט רירן, איז כדאי פאר א וואך צייט צו קוקן די שוועריקייטן אין פנים, אזוי למשל ווען מען טרינקט די קאווע ציפרי און באנאכט נאך מעריב, מען קען ממש פילן די אויליגע טעם פון די טשיפס וכו', אויכט ווער ס'האט נישט קיין ניק קען אראפשרייב זיין אויסוואל אויף א צעטעל, עס האלפט די זעלבע
שיעור פארגעסן שכח פאר אלע קאמעטס, עס מאכט די אשכול זאל זיין פאר די אויגן
ווער ס'קען נישט פארנעמען קיין היץ זאל ארויס פון קאך
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8706
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

לדעתי האט געשריבן:די ערשטע שווערע זאך פון מופן איז.
א באקאנטע פראבלעם. ווייל אויב מען וויל מופן דארף מען "טוהן" עפעס אנדערש פון די געוואוינהייט. און קיינער האלט נישט ביים טוהן.
מען לעבט א באקוועמע לעבן, און מען האלט נישט ביים אריינלייגן די פינגער אין קאלט וואסער פאר די אייגענע הצלחה! ווייל ????????!!!!!!!!!
א מענטש גייט נישט טוהן א זאך וואס איז אנדערש פון די רוטין, אפי' עס קען זיין אז דארט איז זיין הצלחה, ווייל עס גרענעצט זיך מיט "טוהן".
יעדער האט מורא פון א דורכפאל, און דאס מאכט אז מען זאל וועלן זיין א שיינער איד וואס "טוהט גארנישט", ער קען נאר זאגן דא "דארף מען" טוהן אזוי, און דארט "דארף מען" טוהן אזי.
אזוי קען א מענטש דורכגיין זיין גאנצע לעבן, און ער האט נאך "גארנישט" געטוהן אנדערש פון סיסטעם.
א מענט וואס האט נאכנישט געהאט קיין דורכפאל איז עס "נאר" ווייל ער האט נאך גארנישט געטוהן
ווייל איינער וואס "טוהט" האט דארכפעלער, און די דורכפעלער זענען אים א "חיזוק" אויף ווייטער.
מען קען נישט מצליח זיין אויב מען האלט נישט ביים "טוהן" צו דער זאך, יא! מאפן איז א שווערע זאך אבער מען קען מצליח זיין אין "אלע" הינזיכטן, און נאך בעסער ווי בעפאר.

ס'איז נאר א פתח, ס'איז נאך דא אסאך צו שרייבן, אבער נישט יעדער וועט אפי' וועלן פארשטיין.ווייל אויב וועט ער פארשטיין וועט ער מוזן טרעפן א נייע תירוץ, און דאס האלט ער אויך נישט ביים "טוהן".

פון אייגענע ערפארונג.
אסאך הצלחה פאר די וואס ווילן מופן, ס'איז שווער אבער גוט!

פונקט געהערט לעצטענס פון ר' בערל טויבער דערציילן, זיין זיידע איז ארויפגעקומען נאך די קריג מיט א שטוב מיט קינדער קיין א"י, מ'האט צוטיילט דעם עולם אין פארווארפענע דערפער, זיי זענען אנגעקומען ביינאכט אין א קליין דערפל אין א"י, צופרי איז זיין זיידע געגאנגען דאווענען, אהיימקומענדיג רופט ער זיך אן, אונז קען מיר דא נישט וואוינען, זעט אויס ער האט געזען וואסערע עולם ס'וואוינט דארט וואס איז נישט געווען לרוחו, און נאך יענעם טאג האט ער זיך אויפגעהויבן און געפארן קיין ירושלים מיט 4 אדער 5 קינדער, נישט וויסנדיג אפילו וואו ער גייט נעכטיגן יענע נאכט, קודם נישט דא! למעשה האט ער געטראפן עפעס א האלבע חורבה ביז ער האט זיך צוביסלעך איינגעגלידערט.
און ר' בערל פירט אויס, ווען מיין זיידע טוט נישט דעמאלטס צו די זאך, אין בעסטן פאל וואלט איך היינט געווען א בעל תשובה פון אמנון יצחק...
ס'איז געווען אסאך ערליכע אידן וואס מ'האט געשיקט אין די דערפער יענע יארן, און יעדער האט געקרעכצט, ס'איז נישט נארמאל, אין אזעלכע פלעצער שיקט מען אונז? וואו גייט מען מחנך זיין קינדער, די וואס זענען געבליבן ביים קרעכצן איז נעבעך גארנישט געבליבן פון זיי, און ווער ס'האט געהאט די קוראזש אן אפפוצן פון דארט האט זוכה געווען אויפצושטעלן א ערליך דור

ולענינינו, תן לחכם ויחכם עוד
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

זייער א שיינע מעשה.

איך זיך נישט צו אוועקנעמען די וויכטיגקייט פון אוועקמופן, אבער דו האסט אויסגעמישט רוחניות און גשמיות.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.
נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2779
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נודה לך »

וואס איז געשען מיטן פותח האשכול?????
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

פראבלעימען וואס מאכט זיך ביי נייע געגענטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

ווי באקאנט פלעגט אלץ די הייליגע גאון און צדיק מ'סאטמאר זצוק"ל זאגן אויף די סעזאן פון פארן אין קאנטרי: "מען פארט אוועק פינעם שטאט אבער נישט פינעם באשעפער"

צווישן פילע וואס זיכן די היינטיגע ניי אויפגעכאפטע ישובים זענען אויך פאראן אזעלכע וואס דוכט זיך זיי אז אין קאנטרי קען מען טאקע נישט אוועקפארן פינעם באשעפער, אבער אין די נייע ישובים ווי מען פארט לחלוטין אוועק פינעם שטאט קען מען יא נאכלאזן אסאך גדרים,
ס'א וויכטיגע אויפגאבע אויף עלטערן צו האלטן א אויג אין די געגנטער ווי די קינדער גייען צו זיי גייען טאקע אין א ערליך ארט, אדער גייט מען זיך באזעצן אין א קלאב געגנט.



פארוואס שרייב איך דאס?
ווייל דעם יו"ט האב'ך געפינען עטליכע וואס מיט 2 יאר צוריק האבן זיי בעסער אויסגעזען, וואוינענדיג אין נייע ישובים האט זיך זיי פאר'דמיונט אז מען קען איבערלאזן אלטע גדרים.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9171
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

לאז שוין אפ די עלטערן. זיי האבן נישט קיין שום חיוב מער ווי עניבאדי וואס האט אן השפעה אויף א צווייטן, און האט א חיוב משום ערבות.
און לעניננו, גענוג און נאך יונגעלייט וועלכע וואינען אין ב"פ, וומ"ס, מאנסי, ק"י גליטשן אויך.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

גווענדליך און אזאלכע פעלער, איז די מעשה פארקערט, ווייל ער וויל טון וואס סשמעקט אים מופט ער אוועק, און נישט וועגן ער האט אוועקגעמופט הייבט ער אן גיין אראפ,
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

אחת ואחת האט געשריבן:
נישט וועגן ער האט אוועקגעמופט הייבט ער אן גיין אראפ,

קען זיין איך האב מיטגעהאלטן יוצאים מן הכלל
ביי זיי איז יא געווען זיי האבן פשוט געזיכט א ביליג הייזקע און דערנאך איז געקומען א שטארקע ירידה פין די ארום.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

עט טהיס פוינט קענען די עלטערן גארנישט טון
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7038
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

הענדימען האט געשריבן:עט טהיס פוינט קענען די עלטערן גארנישט טון

זיי קענען יא!!! שטיין פון די זייט און צוקוקן און וויינען...
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

צו געזונט האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:עט טהיס פוינט קענען די עלטערן גארנישט טון

זיי קענען יא!!! שטיין פון די זייט און צוקוקן און וויינען...

כאמעך באצויגן צו דעם
רצון טוב האט געשריבן:ס'א וויכטיגע אויפגאבע אויף עלטערן צו האלטן א אויג אין די געגנטער ווי די קינדער גייען צו זיי גייען טאקע אין א ערליך ארט, אדער גייט מען זיך באזעצן אין א קלאב געגנט
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”