קלאר מאכן האט געשריבן:אפי' עס שטייט נישט ביי די שטום ערטער די אפשיען בין כ'בין מודיע אז אויב איך טראכט גיי איך גיין סטעטן איילענד [כ'בין א וויליאמסבורגער איינוואוינער דערווייל]
איך האב געשטימט דשערזי סיטי אבער ווען עס וואלט געווען א אפציע פון סטעטן איילענד קלער איך אז איך וואלט אויך געשטימט דערויף.
1) ווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט איז דער מערסט פאזיטיווע פאקט אז דער עולם איז אפען פאר די נייע יישובים דריי מאל אזוי סך ווי אלע אלטע יישובים צוזאמען.
דאס איז א שטוינענדע דורכבראך. און איינמאל מען האט דאס דורכגעבראכן זענען די מגעליכקייטן ענדלעס. אין די האלבע שעה-שעה ארום די שטאט איז דא אן א שיעור פלעצער ווי מען קען מאכן שטעט און שטעטלעך אין איינאמאל דער עולם איז ארויסגעקראכן פונעם צמצום אז מען מוז וואוינען דוקא אין וו"ב אדער אין קרית יואל איז אין סוף לדבר.
דער אמת זעט מען עס שוין אויך אין מאנרא און מאנסי ווי דער עולם קריכט ארויס פון די ד אמות צו געגענטער ווי מען האט קיינמאל נישט געחלומט. 2) אלע דריי יישובים האבן א געזונטע אינטערעסע ביים עולם. בלומינגבורג און ז.ס. כמעט אייניג, און לעיקוואד איז הינטערשטעליג. אבער עס איז קלאר אז איינמאל מען גייט וואוינען דארט גייט די אינטערעסע אין לעיקוואד אויך ארויפגיין.
אווי אנדערע האבן שוין ארויסגעברענגט איז די אנקעטע נישט סייענטיפיש (הגם 79 פון 14000 איז גאנץ א שיינע סעמפעל). אבער אפילו עס איז נאר 40% אקוראט איז עס אויך געוואלדיגע פראגרעס.
בלומינגבורג איז יעצט אסאך אין די נייעס, ווייל דער עולם געפונט זיך אין די קעסטקיל בערג און מען פארט עס אסאך אדורך. מענטשן פאלן אריין און איבערצייגן זיך ווי שיין דער עולם לעבט דארט ב"ה. עס איז א בחינה פון "יעצט איז די אושפיזא פון בלומינגבורג". מעגליך אז דאס ביישטייערט צו זייער העכערונג אין די אנקעטע.
לכאורה האט געשריבן:בלומינגבורג איז יעצט אסאך אין די נייעס, ווייל דער עולם געפונט זיך אין די קעסטקיל בערג און מען פארט עס אסאך אדורך. מענטשן פאלן אריין און איבערצייגן זיך ווי שיין דער עולם לעבט דארט ב"ה. עס איז א בחינה פון "יעצט איז די אושפיזא פון בלומינגבורג". מעגליך אז דאס ביישטייערט צו זייער העכערונג אין די אנקעטע.
איך האלט אז אין 9 חדשים וועט מען קענען האבן אסך מער אן אקוראטע בילד.

אין 9 חדשים ארום וועט שוין דער מוסד זיין בעז"ה פעסט געבויעט און לעיקוואד וועט האלטן אינמיטען סטראגלען לכאורה וועט דעמאלטס זיכער נישט זיין קיין באווייז צו בלומינגבורג ווערסעס לעיקוואד.

אין 9 חדשים (אדער 10-11 חדשים..) הייסט עס אז עס גייען שוין וואוינען מענטשען אין לעיקוואד, אין ז.ס. הייסט עס אז עס וועלן וואוינען שוין 30-40 מענטשען סא וועגן דעם זאג איך אז דעמאלס וועט מען שוין קענען האבן אסך מער אן אקוראטע בילד.
גיט א קוק מיט 109 שטימען האט יעדע פון די דריי נייע שטעטלעך מער שטימען ווי ב.פ., מאנסי, מאנרא והגלילות צוזאמען
זאגט וואס איר ווילט, אונז לעב מיר איבער א דראמאטיש שטיקל היסטאריע אין דעם נושא פון דירות ביים יהדות החרדית אין אמעריקא.
איך וואלט געגאנגען אן רעקארד אז אין א צען יאר וועלן די פארשידענארטיגע נייע יישובים האבן אזויפיל ווי 10,000 איינוואינער. זאל משיח אודאי פריער קומען און אונז וועמיר איבערלאזן וויליאמסבורג מיט די נייע יישובים בענעזאם, און מוועמיר וואוינען סמוך ונראה למקום השראת שכינתו
איך וועל אייך זאגן וואס איך האלט טאמער די עולם נעמט זיך פעסט רירען, דעמאלט וועל איך מופן צו בלומענבערג ווייל פאקטיש וועט דארט זיין אלעס וואס א יוד דארף
אז נישט וועל איך גיין ענדערש צו ז. ס. ווייל אזוי וועל איך מיך קענען ארייכאפן אין שטאט
יעצט מיט לעיקוואד וואלט איך געזאגט, ווענט ציך אינעם ציבור ווער ס'מופט
און ס'איז פרי צו וויסן. . . בין איך זייער פארלוירן! איך ווייס נישט די עתיד. . . סא בלייב איך אין שטאט, ביז סוועט זיך אויסקלארן
א שאד צו טענהן וועלעכע איז בעסער, הגם @גיכער ברענגט ארויס א וואליד פוינט פאר די וואס קוקען טיעפער.
יעצט וואלט איך געזאגט אז אלע דריי יישובים שטייען מער ווייניגער אייניג מיט די אינטערעסע פונעם ציבור יעדע איינס מיט זיינע מעלות און חסרונות. אווי געזאגט אין א 9 חדשים בערך וועט די זאך זיך היבש קריסטאלעזירן, און הגם איך האלט אז אלע דריי וועלען גאר שטארק מצליח זיין, וועט אבער איין יישוב ארויסקומען אלס דער לכתחלה'דיגער טשויס ווי די ווינט גייט בלאזן. וועלעכע גייט עס זיין, דאס וועט מען מוזן ווארטען...
יאצמעך האט געשריבן:חזרה: אין בלומינגבורג וואוינען שוין א שיינע ציבור אידן וואס האבן נישט דעם אכטער, איך גלייב אז מער פון ''פערציג היימישע אינגעלייט''
גלייבן זאלסטו אין אייבערשטען די פאקט איז אז אין בלומינגבורג זענען רוב נישט געגאנגען אין אנהויב על מנת להשתקע שם, צי וועגן דער אכטער צי וועגן זיי האבן נישט געהאט ווי צי וואוינען וכדו׳ משא״כ לעיקוואד, ממילא שפיר איך אז לעיקוואד האט א שטערקערע באזע דאס איז מיין פרעזענליכע מיינונג