אנקעטע: אויב אייער ב"ב וויל מופען, קיין ווי וואלט איר זיך געצויגען??

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אנקעטע: אויב אייער ב"ב וויל מופען, קיין ווי וואלט איר זיך געצויגען??

בלומינגבורג
47
21%
זשערסי סיטי
47
21%
לעיקוואד
52
23%
בארא פארק, מאנסי, קרית יואל והגלילות
72
31%
איך בלייב אין וויליאמסבורג פאר יעדע פרייז
11
5%
 
סך הכול שטימען: 229

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

אנקעטע: אויב אייער ב"ב וויל מופען, קיין ווי וואלט איר זיך געצויגען??

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך יולי 20, 2016 6:39 pm

הקדמה קצרה, אויב זענט איר שוין מיעד פון די אלע יישובים אשכולות, קענט איר שוין מאכן אן עקזיט...

דער אשכול איז געמאכט פאר די אידן וואס זענען דוקא יא אינטרעסירט, און ווילן הערן וואס אנדערע זאגן. די פראגע איז ווי פאלגענד, שטעלט אייך פאר אז איר קומט אהיים היינט ביינאכט און די ב"ב זאגט אז זי האט אפגעמאכט אז מען מוז אוועקמופען פון וויליאמסבורג (די סיבה פארוואס זי האט אזוי מחליט גווען איז גאנץ א קליינע נ"מ), קיין ווי מיינט איר וואלט איר זיך געצויגן.

איר קענט נאר שטימן פאר איין אפציע, ווייל איר קענט דאך נישט וואוינען אויף 2 פלעצער...

דאס שטימן דא האט בכלל נישט קיין שייכות וועלעכע יישוב וועט זיך יא אדער נישט אויסארבעטען, עס האט צוטוען ווי איר וואלט פערזענליך געמופט. סטעטן איילענד האב איך נישט אריינגעלייגט, ווייל עס זעט נישט אויס צו אפעלירן צו "אייוועלט" לייענערס...

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך יולי 20, 2016 6:53 pm

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:(די סיבה פארוואס זי האט אזוי מחליט גווען איז גאנץ א קליינע נ"מ),


ס'איז א גרויסע נפק"מ, ווייל לויט די סיבות פארוואס מ'גייט אוועק פון דא, לויט דעם וועלט מען אויס די נייע פלאץ.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך יולי 20, 2016 10:08 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:(די סיבה פארוואס זי האט אזוי מחליט גווען איז גאנץ א קליינע נ"מ),


ס'איז א גרויסע נפק"מ, ווייל לויט די סיבות פארוואס מ'גייט אוועק פון דא, לויט דעם וועלט מען אויס די נייע פלאץ.

עס איז נישט וואו מ'גייט עכט, עס איז וואו מ'ציעט די מערסטע ווען מ'איז ווען א אייגענע בעה"ב.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך יולי 20, 2016 10:12 pm

אינטערעסאנט אז דער וואס האט געוואויט מיט אלע דריי ניקס אז קיין שטעטל גיט זיך נישט אויסארבעטן, האט דערווייל געוואויט דא נאר מיט איין ניק (דערווייל..)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
ליידיג גייער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » מיטוואך יולי 20, 2016 10:28 pm

פארוואס מאכסטו א טשולענט פון ב.פ., מאנסי. און מאנראו, ס' לא ראי זה כראי זה, נישט נאר וואס ב.פ. קומט נישט מיט מאנרא און מאנסי, נאר מאנרא און מאנסי אליין זענען צוטיילט מיט זייערע אייגנשאפטן, און ווער עס מופט קיין מאנסי וועט געווענליך נישט גיין קיין ק''י וכן להיפוך.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2593
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מיטוואך יולי 20, 2016 10:36 pm

און די גלילות פון ק''י איז זיכער ווערד אן עקסטערע קנעפל, עכ''פ בלומינגראוו
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 932
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מיטוואך יולי 20, 2016 11:10 pm

ליידיג גייער האט געשריבן:פארוואס מאכסטו א טשולענט פון ב.פ., מאנסי. און מאנראו, ס' לא ראי זה כראי זה, נישט נאר וואס ב.פ. קומט נישט מיט מאנרא און מאנסי, נאר מאנרא און מאנסי אליין זענען צוטיילט מיט זייערע אייגנשאפטן, און ווער עס מופט קיין מאנסי וועט געווענליך נישט גיין קיין ק''י וכן להיפוך.


נישט אמת,

איך וואלט געמופט צו סיי וועלכע פון די צוויי,
מאנרא אדער מאנסי

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג יולי 21, 2016 4:17 am

ליידיג גייער האט געשריבן:פארוואס מאכסטו א טשולענט פון ב.פ., מאנסי. און מאנראו, ס' לא ראי זה כראי זה, נישט נאר וואס ב.פ. קומט נישט מיט מאנרא און מאנסי, נאר מאנרא און מאנסי אליין זענען צוטיילט מיט זייערע אייגנשאפטן, און ווער עס מופט קיין מאנסי וועט געווענליך נישט גיין קיין ק''י וכן להיפוך.

ווייל ער פרובירט צו זעהן וויפיל מענטשן זענען פון די ׳טייפ׳ צו אנפאנגען א נייע שטעטל.

מאנסי און מאנרא זענען טאקע אנדערש, אבער ביידע זענען עסטעבלישט.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג יולי 21, 2016 4:17 am

איך וואקל זיך צווישן לעיקוואד און זשערסי סיטי

אוועטאר
ליידיג גייער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2013 4:31 pm

תגובהדורך ליידיג גייער » דאנארשטאג יולי 21, 2016 11:30 am

בן נון האט געשריבן:ווייל ער פרובירט צו זעהן וויפיל מענטשן זענען פון די ׳טייפ׳ צו אנפאנגען א נייע שטעטל.

מאנסי און מאנרא זענען טאקע אנדערש, אבער ביידע זענען עסטעבלישט.

גירעכט, איך ישוב זיך צווישן די צוויי, א נייע ווילעך נאך נישט, אבער ווי קומט ב.פ. אריין? יענס אידאך בכלל נישט קיין סעלושען (הגם כ'וואלט אהין געגאנגען)

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דאנארשטאג יולי 21, 2016 2:28 pm

געוואט לעקוואד, דאך וואלט מיר געשמעקט מער אפשאנס
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

מחנך
שר מאה
תגובות: 161
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » דאנארשטאג יולי 21, 2016 3:54 pm

איך וואלט געבליבן אין בארא פארק, אבער פארוואס איז נישט דא א אפשען סטעטן איילענד??

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג יולי 21, 2016 5:44 pm

אויב מופ איך קיין אמעריקא אידאס קיין ב"פ, אפילו ס'איז וואס ס'איז מיט דעם אלעם דארט האבעך מיין משפחה משא"כ אין נייע שטעט וואס כ'האב נישט קיין משפחה.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג יולי 21, 2016 6:15 pm

איך וויל שטימען אויף קרית יואל, נישט מאנסי און נישט בארא פארק, כאב נישט ווי צו שטימען, סארי

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג יולי 21, 2016 6:19 pm

טריסקער האט געשריבן:אויב מופ איך קיין אמעריקא אידאס קיין ב"פ, אפילו ס'איז וואס ס'איז מיט דעם אלעם דארט האבעך מיין משפחה משא"כ אין נייע שטעט וואס כ'האב נישט קיין משפחה.

אז דו קענסט וואוינען אין איזראעיל ווייט פון די משפטחה זעה איך נישט פארוואס דו זאלסט נישט קענען וואוינען א האלבע שטונדע אוועק.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דאנארשטאג יולי 21, 2016 6:20 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:אויב מופ איך קיין אמעריקא אידאס קיין ב"פ, אפילו ס'איז וואס ס'איז מיט דעם אלעם דארט האבעך מיין משפחה משא"כ אין נייע שטעט וואס כ'האב נישט קיין משפחה.

אז דו קענסט וואוינען אין איזראעיל ווייט פון די משפטחה זעה איך נישט פארוואס דו זאלסט נישט קענען וואוינען א האלבע שטונדע אוועק.

דא האב איך מיין ב"ב משפחה.

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג יולי 21, 2016 6:28 pm

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איך וויל שטימען אויף קרית יואל, נישט מאנסי און נישט בארא פארק, כאב נישט ווי צו שטימען, סארי

האסט טאקע נישט פארשטאנען?

אויב דו ווילסט ק"י, דאן שטום אויף די אפציע ׳בארא פארק, מאנסי, קריאת יואל׳.

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3159
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דאנארשטאג יולי 21, 2016 6:58 pm

בן נון האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:איך וויל שטימען אויף קרית יואל, נישט מאנסי און נישט בארא פארק, כאב נישט ווי צו שטימען, סארי

האסט טאקע נישט פארשטאנען?

אויב דו ווילסט ק"י, דאן שטום אויף די אפציע ׳בארא פארק, מאנסי, קריאת יואל׳.

איך וויל נישט מזאל מיינען אז איך וויל מופן אויף מאנסי, שטייסט? כעמעך נישט לאזן פון ענק :evil:

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג יולי 21, 2016 8:15 pm

מחנך האט געשריבן:איך וואלט געבליבן אין בארא פארק, אבער פארוואס איז נישט דא א אפשען סטעטן איילענד??


דער ציל איז צו זען ווער עס האט מער, סטעטן גייט סיי ווי פארלירען צוליב די קליינע צאל ב"פ ליינער אויף אייוועלט ווי געזען אין אנדערע אשכולות.

(מיין ערשטע אפציע וואלט אויך געווען סטעטן ווען כ'וואוין ווען אין ב"פ און כ'פארמאג ס'געלט צו קויפן א הויז פאר א האלבן מיליאן).
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג יולי 21, 2016 9:26 pm

איך בין זייער איבערראשט צו זעהן אז רובא דרובא פונעם עולם (69%) בעפארצוגט נייע ישובים און בלויז 27% וויל עקזיסטירנדע ישובים, 'אויב' רעפלעקטירט די אנקעטע דעם דעת הציבור איז דאס א רעוואלוציע אינעם געדאנקענגאנג פונעם עולם (ביז היינט האבן אוועקגעמופט פון די סיטי עטליכע הונדערט משפחות א יאר און 'יעדער' איז געגאנגען צו איינע פון די עקזיסטירנדע ישובים), לויט דעם קענען מיר ערווארטן אן עקספלאזיע פון מאסן מופערס צו נייע געגענטער.
לעצט פאראכטן דורך אברך אום דאנארשטאג יולי 21, 2016 9:58 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יולי 21, 2016 10:00 pm

איך בין נאכנישט 100% אז דאס רעפלעקטירט אפילו די ציבור וואוטערס.

אפילו מ'האט געפרעגט "אויף למעשה" קען נאך אלטס זיין א מענטש זאל אנהייבן טראכטן אנדערש ווען ס'קומט למעשה
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » דאנארשטאג יולי 21, 2016 10:09 pm

אברך האט געשריבן:איך בין זייער איבערראשט צו זעהן אז רובא דרובא פונעם עולם (69%) בעפארצוגט נייע ישובים און בלויז 27% וויל עקזיסטירנדע ישובים, 'אויב' רעפלעקטירט די אנקעטע דעם דעת הציבור איז דאס א רעוואלוציע אינעם געדאנקענגאנג פונעם עולם (ביז היינט האבן אוועקגעמופט פון די סיטי עטליכע הונדערט משפחות א יאר און 'יעדער' איז געגאנגען צו איינע פון די עקזיסטירנדע ישובים), לויט דעם קענען מיר ערווארטן אן עקספלאזיע פון מאסן מופערס צו נייע געגענטער.

איר האט מסתמא פארזעהן אז די גאנצע אנקעטע איז נאר אויב דיין ווייב וואלט מסכים געוועהן אבער ווילאנג די ווייבער זענען נישט מסכים איז אפילו לשיטתך קען מען נישט ערווארטען א גרויסע טויש.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג יולי 21, 2016 10:30 pm

מלה בסלע ודי לחכימא האט געשריבן:
אברך האט געשריבן:איך בין זייער איבערראשט צו זעהן אז רובא דרובא פונעם עולם (69%) בעפארצוגט נייע ישובים און בלויז 27% וויל עקזיסטירנדע ישובים, 'אויב' רעפלעקטירט די אנקעטע דעם דעת הציבור איז דאס א רעוואלוציע אינעם געדאנקענגאנג פונעם עולם (ביז היינט האבן אוועקגעמופט פון די סיטי עטליכע הונדערט משפחות א יאר און 'יעדער' איז געגאנגען צו איינע פון די עקזיסטירנדע ישובים), לויט דעם קענען מיר ערווארטן אן עקספלאזיע פון מאסן מופערס צו נייע געגענטער.

איר האט מסתמא פארזעהן אז די גאנצע אנקעטע איז נאר אויב דיין ווייב וואלט מסכים געוועהן אבער ווילאנג די ווייבער זענען נישט מסכים איז אפילו לשיטתך קען מען נישט ערווארטען א גרויסע טויש.


בסדר, לאמיר רעדן פון די 200 משפחות א יאר וואס די בני בית איז יא מסכים און מופן טאקע, ביז היינט איז יעדער געגאנגען צו מאנסי/ק''י, א יאר צוריק אויב האסטו גערעדט פון מופן צו א נייע געגנט האט מען געלאכט פון דיר, און דא זעה איך אז 69% פונעם ציבור ( אריינגערעכנט די 200 מופערס) "אויב מופט ער" גייען זיי צו א נייע געגנט.

אין אנדערע ווערטער פאר די מצב אין די סיטי ביזטו גערעכט אז "ס'מוז" נישט זיין אז מער ווייבער גייען מסכים זיין אבער פאר די מצב אין די נייע שטעטלעך איז דאס גוטע נייעס.

קלאר מאכן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 25, 2010 10:54 pm

סטעטן איילענד

תגובהדורך קלאר מאכן » דאנארשטאג יולי 21, 2016 10:48 pm

אפי' עס שטייט נישט ביי די שטום ערטער די אפשיען
בין כ'בין מודיע אז אויב איך טראכט גיי איך גיין סטעטן איילענד
[כ'בין א וויליאמסבורגער איינוואוינער דערווייל]

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 599
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג יולי 21, 2016 10:52 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איך בין נאכנישט 100% אז דאס רעפלעקטירט אפילו די ציבור וואוטערס.

אפילו מ'האט געפרעגט "אויף למעשה" קען נאך אלטס זיין א מענטש זאל אנהייבן טראכטן אנדערש ווען ס'קומט למעשה


ביזט גערעכט אז ס'דא א גרויסע מארדשין אוו ערראר ביי א אנקעטע וואס איז אויף א ווייטע מציאות, אבער:

1) אפילו אויב 50% האלטן זיך צו וואס זיי שרייבן דא איז דאס אויך זייער אסאך.

2) וויזוי טראכסטו וואלט דער עולם געשטימט 2 יאר צוריק ? איך גלייב אז גאר א קליינע % וואלט געוועלט פאר קליינע ישובים, און דאס איז א אויגן עפענער אז מיר זענען געגאנגען א ווייטן וועג אין די לעצטע יאר.


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט