דעת הקהל #2 - וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטען?

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וועלעכע פון די נייע שטעטלעך גייט זיך אויסארבעטען?

לעיקוואד
25
14%
בלומינגבורג
50
27%
זשערסי סיטי
37
20%
סטעטן איילענד
5
3%
אלע פיר
64
35%
קיין איינס נישט
4
2%
 
סך הכל שטימען: 185

בר דעת
שר האלף
תגובות: 1430
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 25, 2011 1:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר דעת »

געשטימט פאר אלע פיר. פאר מער זעהט דא

viewtopic.php?f=98&t=28886
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מיט 132 שטימן איז צייט צו מאכן א שטיקל אנאליז.

דער קלארער געווינער איז בלומינגבורג מיט 24% שטימן אנטקעגן 20% פאר ז.ס. און 14% פאר לעיקוואד. דאס איז ספעציעל שטארק קאנסידערינג אז ביי די ערשטע אנקעטע איז בלומינגבורג גווען אויפן דריטן ארט ביי 14%. דאס צייגט אויך אז איינמאל דער עולם זעט "פאקטן" באקומט מען א סך מער א פאזיטיווע בליק אויף די גאנצע זאך. א זאך פון וואס די אנדערע יישובים וועלן אויך עווענטועל הנאה האבן ווען זיי וועלן האבן פאקטן.

נאך א געווינער איז, די יישובים בכלליות. 98% פונעם עולם האלט אז לכה"פ איינע פון די נייע יישובים גייט ווערן א שטאט פון 200 מענטשען ביז עטליכע יאר, דאס וועט זיין א היסטארישע דורכבראך. א זאך וואס יהדות החרדות אין אמעריקא האט נאך נישט בייגעוואוינט פאר 40 יאר.

פון 200 מענטשען ביז 2000 מענטשען איז בכלל נישט אזוי ווייט.

יראו עינינו וישמח לבינו ותגל נפשינו. אין ירושלים עיר הקדש בקרוב.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

די אלע וואס האבען געוועלט "קיין איינס נישט" ווי האלטען זיי גייט די עולם וואוינען אין אפאר יאר ארום?
אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6858
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגערעכנט »

משנה מקום האט געשריבן:די אלע וואס האבען געוועלט "קיין איינס נישט" ווי האלטען זיי גייט די עולם וואוינען אין אפאר יאר ארום?

לויטן חשבון איז דא אין וויליאמסבורג בערך 2000 כיתה א׳ קינדער אויב בין איך נישט גערעכט זאגטס מיר, דאס מיינט אז אין 13 יאר פון היינט גייט זיין בערך 2000 חתונות א יאר אין וויליאמסבורג אליין...!!!!!
ווי גייט מען זיי לייגן... עס איז נישט פארהאן די ענפער.. סאו איך פארשטיי נישט די וואס האבן אזוי געוואוט.

איך האלט אז צווישן ווילי, בי פי, קעי דזשעי, און מאנסי, קען מען ניצן אפילו 10 שטעטלעך....
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

משנה מקום האט געשריבן:די אלע וואס האבען געוועלט "קיין איינס נישט" ווי האלטען זיי גייט די עולם וואוינען אין אפאר יאר ארום?

מוטשע דיך נישט אויף די 2%. איך מיין אז טאמער מען וועט מאכן א פאול צו יעצט איז טאג אדער נאכט, וועט אויך זיין 1-2 % וואס וועלן זאגן נאכט.

טו בי פעיר מסתמא זענען זיי אויך מודה אז עפעס וועט זיך אויסארבעטען, זיי זעען נאר נישט קיין איין פון די יישובים זאל האבן 200 מענטשען אין 3 יאר. זיי האלטן עס,וועט נעמן לענגער. Ok, איך הער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויסגערעכנט האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:די אלע וואס האבען געוועלט "קיין איינס נישט" ווי האלטען זיי גייט די עולם וואוינען אין אפאר יאר ארום?

לויטן חשבון איז דא אין וויליאמסבורג בערך 2000 כיתה א׳ קינדער אויב בין איך נישט גערעכט זאגטס מיר, דאס מיינט אז אין 13 יאר פון היינט גייט זיין בערך 2000 חתונות א יאר אין וויליאמסבורג אליין...!!!!!
ווי גייט מען זיי לייגן... עס איז נישט פארהאן די ענפער.. סאו איך פארשטיי נישט די וואס האבן אזוי געוואוט.

איך האלט אז צווישן ווילי, בי פי, קעי דזשעי, און מאנסי, קען מען ניצן אפילו 10 שטעטלעך....

לול פאר "וואו גייט מען זיי לייגן" דערמאנט מיך פונעם ברוך דיין אמת אשכול
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובה דורך וויי-פיי »

אויסגערעכנט האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:

אין 13 יאר פון היינט גייט זיין בערך 2000 חתונות א יאר אין וויליאמסבורג אליין...!!!!!
איך האלט אז צווישן ווילי, בי פי, קעי דזשעי, און מאנסי, קען מען ניצן אפילו 10 שטעטלעך....

איך ווייס 13 יאר, מיין שאלה איז אויף 3 יאר אדער אפילו איין חודש איין משפחה וואס האט נישט ווי צו וואוינען
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3084
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

ווארשיינליך וועלן אלע שטעטלעך זיך אויס ארבעטן צום גוטן, פארט וועט זיך דער וויליאמסבורגער אינגערמאן געפונען דאס בעסטע אין זשערסי סיטי.

בלומינגבורג וועט בעז"ה זיין אן אפסטעיט דערפל, סטריקלי נאר סאטמאר, מיט א געוויסע טיפ מענטשן און א טייט הנהגה, קיין ערזאץ פאר די וויליאמסבורגער שטאטישע גערודער און ברייטקייט.

אין לעקוואוד וועלן וואוינען עטליכע הונדערט סאטמארער אידן ווי אין אן אינזל צווישן טויזנטער ליטווישע בני תורה, ערליכע אידן מיט גאר אן אנדערע קולטור. א שטייגער ווי א ציבור חסידי חב"ד זאל זיך באזעצן אין א קרית יואלע דעוועלאפמענט מיט אן אייגענע שול און מוסדות. עס וועט זיך פאדערן אסאך שטארקייט צו ערציען די קינדער זאלן טאקע האבן די זעלבע השגות ווי די וויליאמסבורגער קינדער, סוכ"ס רעדט זיך עס נישט פון מאדערנע אידן, מען רעדט פון עכט אפגעהיטענע בני תורה וואס זענען אין פיל הינזיכטן הפלא ופלא, אבער פארט אזוי אנדערש לגבי צניעות, חוקות הגוי וכדו'.

זשערסי סיטי וועט זיין דער אלטערנאטיוו פארן טיפיקל וויליאמסבורגער אינגערמאן וואס גלייכט סיטי לייף מיט א היימישן טעיסט. די שטאטישע אטמאספערע אן קיין בעלעבאטים אבער פארט א וויליאמסבורגער ערליכער ציבור. עס וועט בעז"ה אין נאו טיים זיין עטליכע בתי מדרשים און מוסדות התורה, א מיני וויליאמסבורג.

והנלע"ד כתבתי.
משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 367
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משמש »

להודיע האט געשריבן:ווארשיינליך וועלן אלע שטעטלעך זיך אויס ארבעטן צום גוטן, פארט וועט זיך דער וויליאמסבורגער אינגערמאן געפונען דאס בעסטע אין זשערסי סיטי.

שפתיים ישק. גוט אראפגעלייגט אלע אפציעס מיט א ניכטערע וויזיע.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!
יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאלע »

להודיע האט געשריבן:ווארשיינליך וועלן אלע שטעטלעך זיך אויס ארבעטן צום גוטן, פארט וועט זיך דער וויליאמסבורגער אינגערמאן געפונען דאס בעסטע אין זשערסי סיטי.

בלומינגבורג וועט בעז"ה זיין אן אפסטעיט דערפל, סטריקלי נאר סאטמאר, מיט א געוויסע טיפ מענטשן און א טייט הנהגה, קיין ערזאץ פאר די וויליאמסבורגער שטאטישע גערודער און ברייטקייט.

אין לעקוואוד וועלן וואוינען עטליכע הונדערט סאטמארער אידן ווי אין אן אינזל צווישן טויזנטער ליטווישע בני תורה, ערליכע אידן מיט גאר אן אנדערע קולטור. א שטייגער ווי א ציבור חסידי חב"ד זאל זיך באזעצן אין א קרית יואלע דעוועלאפמענט מיט אן אייגענע שול און מוסדות. עס וועט זיך פאדערן אסאך שטארקייט צו ערציען די קינדער זאלן טאקע האבן די זעלבע השגות ווי די וויליאמסבורגער קינדער, סוכ"ס רעדט זיך עס נישט פון מאדערנע אידן, מען רעדט פון עכט אפגעהיטענע בני תורה וואס זענען אין פיל הינזיכטן הפלא ופלא, אבער פארט אזוי אנדערש לגבי צניעות, חוקות הגוי וכדו'.

זשערסי סיטי וועט זיין דער אלטערנאטיוו פארן טיפיקל וויליאמסבורגער אינגערמאן וואס גלייכט סיטי לייף מיט א היימישן טעיסט. די שטאטישע אטמאספערע אן קיין בעלעבאטים אבער פארט א וויליאמסבורגער ערליכער ציבור. עס וועט בעז"ה אין נאו טיים זיין עטליכע בתי מדרשים און מוסדות התורה, א מיני וויליאמסבורג.

והנלע"ד כתבתי.

זייער, זייער שטארק !! אמן כן יהי רצון עד שישקיף וירא ה' ממרום בענינו ובלחצינו.......
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

להודיע איר האט עס גענאגלט
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מיללער האט געשריבן:
אויסגערעכנט האט געשריבן:
משנה מקום האט געשריבן:די אלע וואס האבען געוועלט "קיין איינס נישט" ווי האלטען זיי גייט די עולם וואוינען אין אפאר יאר ארום?

לויטן חשבון איז דא אין וויליאמסבורג בערך 2000 כיתה א׳ קינדער אויב בין איך נישט גערעכט זאגטס מיר, דאס מיינט אז אין 13 יאר פון היינט גייט זיין בערך 2000 חתונות א יאר אין וויליאמסבורג אליין...!!!!!
ווי גייט מען זיי לייגן... עס איז נישט פארהאן די ענפער.. סאו איך פארשטיי נישט די וואס האבן אזוי געוואוט.

איך האלט אז צווישן ווילי, בי פי, קעי דזשעי, און מאנסי, קען מען ניצן אפילו 10 שטעטלעך....

לול פאר "וואו גייט מען זיי לייגן" דערמאנט מיך פונעם ברוך דיין אמת אשכול

נישט קיין שלעכטער צושטעל...ווייל איינער "לייגט" אריין זיין קינד אין א דירה אין וויליאמסבורג פאר $2500 (!), האט ער אים באגראבען....
....
....
לעבעדיגערהייט.
אוועטאר
הערליך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערליך »

לעיקוואד וועט אי״ה פארמאגן א שטארקע סאטמערע באזע פיל מער ווי בארא פארק אדער מאנסי, כן נראה לעניית דעתי
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

@להודיע,

שטים איין מיט אלעס וואס איר זאגט.

איין נקודה, דאס וואס איר זאגט לגבי לעיקוואד אז עס גייט זיין א אונזעל פון עטליכע הונדערט סאטמערע אידן צווישן ליטווישע בני תורה, איז נישט ריכטיג עכ"פ נישט אינגאנצען.

1) בעלזא, קלויזענבורג, וויזניץ וכולי, האבן אלע שטעטלעך אין לעיקוואד.
2) אז עס גייט זיין עטליכע הונדערט סאטמערע אידן איז א פראגע פון צייט ביז ווען עס וועט זיין טויזענט אידן.

וואס יא? סאטמאר וועט נישט זיין די דאמינערענדע מאכט אין די שטאט אזוי ווי אין וויליאמסבורג. איך בין נישט דוקא איבערצייגט אז עס איז אזוי געפערליך. עיין "די מציאות" בארא פארק, לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפען, וויען, בני ברק ווי חשובע סאטמערע אינגעלייט האבן חשובע קינדער און האבן זיך נישט דוקא צו שעמן מיט די פירות וואס וויליאמסבורג גיט ארויס.

כש"כ דא ווען עס קומט א גאנצע גרופע פון וויליאמסבורג
וואס,מופען בענעזאם, און וואוינען צוזאמען.

איך מיין אז עס איז אביסל א צמצום פון וויליאמסבורגע מענטשען וואס מיינען אז מען קען נאר אויפציען קינדער נוסח וויליאמסבורג.

איך אגרי אבער אזעס איז א טשעינזש... און אז א אינגערמאן וועט זיך פילן די מערסטע באקוועם אין ז.ס.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הערליך האט געשריבן:לעיקוואד וועט אי״ה פארמאגן א שטארקע סאטמערע באזע פיל מער ווי בארא פארק אדער מאנסי, כן נראה לעניית דעתי

באזירט אויף?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35424
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:בארא פארק, לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפען, וויען, בני ברק ווי חשובע סאטמערע אינגעלייט האבן חשובע קינדער און האבן זיך נישט דוקא צו שעמן מיט די פירות וואס וויליאמסבורג גיט ארויס.

וואלט איר ווען געקאנט די אלע אויסגערעכנטע געגנטער וואלט איר מן הסתמא געצויגן אן אנדערע מסקנא.

אלענפאלס ס'איז נישט שייך צו פארגלייכן מדינה ומדינה ועיר ועיר, פארהאן ווי א קליין ערליך קרעמל איז משפיע אויף די ארומיגע סביבה אבער ס'פארהאן פארקערט אויך.

---

-נ"ב: מאנסי האאט איר בכונה ארויסגעלאזט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לעיקוואוד החסידי = די נייע בארא פארק
זשערזי סיטי = די נייע וויליאמסבורג
בלומינגבורג = די נייע מאנסי
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

farshlufen האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:בארא פארק, לאנדאן, מאנטשעסטער, אנטווערפען, וויען, בני ברק ווי חשובע סאטמערע אינגעלייט האבן חשובע קינדער און האבן זיך נישט דוקא צו שעמן מיט די פירות וואס וויליאמסבורג גיט ארויס.

וואלט איר ווען געקאנט די אלע אויסגערעכנטע געגנטער וואלט איר מן הסתמא געצויגן אן אנדערע מסקנא

איך קען אינגעלייט וואס זענען אויפגעוואקסען אין די אלע געגענטער, און איך זע נישט זיי זאלן זיך האבן גארנישט צו שעמען פון די וואס זענען אויפגעוואקסען אין וויליאמסבורג. פארשטייטזעך די וואס קומען פון גוטע שטובער.

מאנסי? איך מיין סאטמאר איז די צווייט גרעסטע קהלה אין מאנסי. איך האב פראבירט אנכאפען שטעט ווי סאטמאר איז גאר א קליינע פאקטאר. אפשר וואלט איך געדארפט ארויסנעמען לאנדאן טאקע.

באט יו אר געטינג מיי פוינט.
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מיללער האט געשריבן:לעיקוואוד החסידי = די נייע בארא פארק
זשערזי סיטי = די נייע וויליאמסבורג
בלומינגבורג = די נייע מאנסי

בלומינגבורג=מאנסי...? נאו וועי, אפשר מאנרא.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

להודיע, גוט געשאצט.

מיללער, קורץ און שארף, אבער לגבי בלומינגבורג קוקט מיר אויס ענדערש אביסל ווי די נייע קרית יואל.

היימישער האקט די זעלבע
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

פראגע, ווען אייער אשת חיל פארלאנגט צו מופען אוועק פון וויליאמסבורג (הוי, הלואי...) צו וועלעכע יישוב וואלט איר געגאנגען??? זאל מען מאכן אזא אנקעטע, די אויסגאנג קען זיין זייער אנדערש ווי די יעצטיגע.

למשל איך האב געשטימט פאר אלע פיר, אבער אז מיין ב"ב וויל ווען מופען (וואס?) וואלט זשערסי סיטי דעפינעטלי גווען מיין טשויס...
אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 966
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויי-פיי »

מיללער האט געשריבן:לעיקוואוד החסידי = די נייע בארא פארק
זשערזי סיטי = די נייע וויליאמסבורג
בלומינגבורג = די נייע מאנסי

גוט געזאגט נאר ווא דען מען דארף פארשטיין עס וועט מער נישט זיין קיין וויליאנסבורג סענטער יארן ארום ודו''ק
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מה פתאום??? האט געשריבן:
מיללער, קורץ און שארף, אבער לגבי בלומינגבורג קוקט מיר אויס ענדערש אביסל ווי די נייע קרית יואל.

היימישער האקט די זעלבע

קען זיין, אבער די ברייטע וויזיע פון מר. לאם איז נישט די 396 יוניטס וואס וועט אפשר טאקע זיין א נייע/קליינע קרית יואל, אבער עס קען זיך גאנץ שנעל פארמירן אנדערע גענגטן אין מאמעקעיטינג ובלומינגבורג המורחבת וואס וועט מאכן די אריגינעלע 396 יוניטס ווי שיכון וויזניץ אין מאנסי.

כנלפע"ד
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

מיללער האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:
מיללער, קורץ און שארף, אבער לגבי בלומינגבורג קוקט מיר אויס ענדערש אביסל ווי די נייע קרית יואל.

היימישער האקט די זעלבע

קען זיין, אבער די ברייטע וויזיע פון מר. לאם איז נישט די 396 יוניטס וואס וועט אפשר טאקע זיין א נייע/קליינע קרית יואל, אבער עס קען זיך גאנץ שנעל פארמירן אנדערע גענגטן אין מאמעקעיטינג ובלומינגבורג המורחבת וואס וועט מאכן די אריגינעלע 396 יוניטס ווי שיכון וויזניץ אין מאנסי.

כנלפע"ד

סאטמאר איז נישט וויזניץ...'

און איך זע נישט פארוואס אן אנדערע חסידות זאל גיין אויף בלומינגבורג אנשטאט לעיקוואד.
אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1283
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אט אזוי »

בלומינגבורג איז שוין יעצט כהיום די דאס מערסטע ענליך צו קרית יואל
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”