דירות קריזיס אין קרית יואל

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יענקעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 332
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

תגובהדורך יענקעלע » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:29 am

פנקס?

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:35 am

ווי פונקטליך איז יעצט דא דירות צו קויפן ? , שכינות ויואל משה וועט אויפהערן פארקויפן טאמער עס גייט דורך גיין לאמיר זאגן ,דאן ווי פונקטליך גייט די תקנות חל זיין?

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:38 am

יענקעלע האט געשריבן:פנקס?

פנקס איז צו איידל

ועשיתם לו כאשר זמם
ווען איינער איז זומם צו צאפן אידיש בלוט אהן רחמנות
קומט אים הארבער ווי פנקס.

שטראמער
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 21, 2015 4:27 pm

תגובהדורך שטראמער » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:36 pm

הגאון האט געשריבן:נאכן קאנפירמען פון גאר קראנטע מקורות די אפדעיט'ס איבער די תקנות קען מען מעלדן די פרייליכע נייעס!
אז יא! די תקנות איז אי"ה א פאקט און וועט ארויסקומען אין די גאר נאנטע טעג!!!

בקיצור נמרץ;
נאך וואס די חברי הבי"ד האבן באקומען די קלאר אינפאמארציע וויפיל פון די תושבים האבן געשטימט אויף יא און וויפיל אויף ניין, און וויפיל תושבים עס זענען בכלל דא,
האבן די חברי הבי"ד אפגעשריבן א 'פסק דין' וואס איז אינטערגעשריבן געווארן דורכן בי"ד.
אויך האבן שוין אינטערגעשריבן א קול קורא די אלע אפיציעלע גרויסע דיינים פון אלע דריי קהילות פון שטאט.
אזוי אויך זענען שוין דא נאך עטליכע בריוון פון רבנים ודיינים פון שטאט,
וואס מען ווארט יעצט איז, אז די חברי הבי"ד ציילן אליין נאכאמאל איבער די שטומען,
אזוי אויך וויל מען האבן ווי מער אינטערשריפטן פון ווי מער דיינים פונעם שטאט.

ווען מען פרעגט צו דאס וועט העלפן אדער נישט, און וואס זענען די פלענער אויף ווייטער,
איז דער ענטפער זייער פשוט:
מיר זענען אידישע קינדער, און מיר זענען ח"ו נישט חושד קיינעם מיטן עובר זיין אויף א קלארע פסק דין פון א בית דין בישראל,
ובפרט ווען די רעדע איז ווען אלע דיינים און קהילות האבן זיך פאראייניגט מיט איין פסק,
מען רעדט דאך נישט דא פון קיין בעלי עבירה... די אלע בילדערס זענען דאך אויסגערופענע ערליכע מענטשן בעלי צדקה און שטיצן תורה, איז נישט קיין שום ספק אז זיי וועלן זיך צושטעלן צו א פסק דין.

וויאזוי האט איינע פון די חשובע רבנים גע'ענטפער'ט פאר איינע פון די בילדערס וואס האבן פרובירט זיך טענה'ן אז די אינגעלייט (דיינים) פארשטייען נישט צו קיין ביזנעס און וויאזוי קען מען זיך פארלאזן אויף זיי מיט אזעלכע האקעלע זאכן?
האט ער גע'ענטפער'ט איך פארשטיי נישט, ווען די האסט א סכסוך מיט איינעם אפי' ווען עס האנדעלט זיך מיט עטליכע מיליאן דולאר, צו וועמען ווענדסטו זיך? צו די אינגעלייט ווי די רופסט זיי!!! אויב אזוי פארוואס איז די פסק אנדערש?


ונזכה ונחיה ונראה.......... (פון גאר קראנטע מקורות)

רבינו
אנשי שלומינו
תגובות: 1
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 09, 2017 5:09 pm

תגובהדורך רבינו » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 12:47 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:ווי פונקטליך איז יעצט דא דירות צו קויפן ? , שכינות ויואל משה וועט אויפהערן פארקויפן טאמער עס גייט דורך גיין לאמיר זאגן ,דאן ווי פונקטליך גייט די תקנות חל זיין?


געטראכט די זעלבע. און נאך א קשיא וואס טוט זיך אויב ער גייט ארויף צו 150 טויזענט א דאון פעימענט איז נאך אלס אינטערסאנט תקנות?

לא לנו
שר חמש מאות
תגובות: 735
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 1:35 pm

גראדע ווייס איך פון איינעם פון די גרעסטע עסקנים פאר די תקנות, וואס פליפט דירות אינגרויסן. אזוי וועט ער קענען אנהייבן די פליפעראציע פון די מער קלענערע ציפערן, און לייזן גרעסערע פראצענטן.

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

תגובהדורך עמקות שלמה » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:12 pm

סעטינגס האט געשריבן:
קיסריה האט געשריבן:שמעתי ממקור מוסמך אז הגאון דומ"ץ קרית יואל שליט"א האט אונטערגעשריבן די תקנות.

מ'האפט אז אלע דעוועלאופער און אלע בילדער וועלן אויספאלגן די תקנות כפי רצון רוב התושבים.

לענ''ד, אויב דער דיין וועם די רבי ז''ל האט אליין געשטעלט אלס דומ''ץ דמתא, האט עס אינטערגעשריבן איז עס לכאורה פיינעל


ווי געהערט שבת האבן שוין טאקע רוב פון די אנדערע דיינים אויך אונטערגעשריבן, די וואך קאנצעטרירט מען זיך צו האבן בעקאפ פון כאטש דריי בענק אז סוועט נישט הייסן ביי זיי א ריסטריקטעט מארקעט און וועט נישט שאטן פאר מארטגעדזשעס, (וויבאלד 100% פונעם ציבור פארוועם מוויל די תקנות קויפן נישט פאר קעש) און ווי נאר בענק וועלן עס בעז"ה באשטעטיגן וועט מען ארויסקומען פאבליק אין א מזל'דיגע שעה.
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

אוועטאר
סארקאזי
שר חמש מאות
תגובות: 500
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 4:29 pm

קיווע הערש מיט יענקי סופר גייען אראפלאזען די פרייז צו 200 א סקווער'ל, אדער נאר די קליינע וואס ווילען פארדינען א גראשען?
מאמר החכם,,,, איר מוזט נישט ארויסהאבען א נושא, כדי זיך צו קענען טענען דערוועגען, וכן נוהגין,,,

Don't worry
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 6:29 pm

תגובהדורך Don't worry » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 5:02 pm

קיינער וועט נישט פארקויפן א דירה ביליגער פון די ריכטיגער פרייז. אז די תקנות וועלן נישט לאזן פארקויפן פאר די ריכטיגע פרייז, וועט מען עס האלטן. און אנדערע ווערטער, קיינער וועט נישט קענען קויפן א דירה און די געגענט. די עשירים וועלן האלטן די דירות פאר זייערע קינדער און די המון עם וועט מיזן שיקן די קינדער וואוינען ווייט.

עס איז נישט קיין נייע זאך. אלעמאל ווען מעמאכט א פראגראם צו העלפן דעם ארימאן טוט עס נאר בעקפייערן און שאטן פארן ארימאן און העלפט פארן עושר. איי פארוואס דאן טוט מען דאס? ווייל די פאלאטישן וויל זיך אויפטוען אז ער העלפט דעם ארימאן. אבער באמת ווייסט ער אז ער טוט דאס פארקערטע. אדער ווערט עס געשטיפט דורך ספעשל אינטערעסטס וואס לייגען תמימותדיגע עסקנים אלטץ פראנט מען.

פאר א בעסערע הסבר קליק די לינק

http://thelastembassy.blogspot.com/2011 ... ecial.html

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 5:07 pm

א ארימאן קויפט נישט קיין דירה די תקנות איז פאר די עוורידז'ש יונגערמאן זאל קענען זיך קויפן א דירה אן מען זאל רייטן אויף אים

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 5:27 pm

Don't worry האט געשריבן:קיינער וועט נישט פארקויפן א דירה ביליגער פון די ריכטיגער פרייז. אז די תקנות וועלן נישט לאזן פארקויפן פאר די ריכטיגע פרייז, וועט מען עס האלטן. און אנדערע ווערטער, קיינער וועט נישט קענען קויפן א דירה און די געגענט. די עשירים וועלן האלטן די דירות פאר זייערע קינדער און די המון עם וועט מיזן שיקן די קינדער וואוינען ווייט.

עס איז נישט קיין נייע זאך. אלעמאל ווען מעמאכט א פראגראם צו העלפן דעם ארימאן טוט עס נאר בעקפייערן און שאטן פארן ארימאן און העלפט פארן עושר. איי פארוואס דאן טוט מען דאס? ווייל די פאלאטישן וויל זיך אויפטוען אז ער העלפט דעם ארימאן. אבער באמת ווייסט ער אז ער טוט דאס פארקערטע. אדער ווערט עס געשטיפט דורך ספעשל אינטערעסטס וואס לייגען תמימותדיגע עסקנים אלטץ פראנט מען.


די אלע ארומגע גענטער פון קרית יואל וואס וואקסט מיום ליום וועט שווערליך קענען הייבן די פרייז פון פארקויפן הייזקעלעך ווען אין קרית יואל איז די פרייז נידריג

די גויאישע שכנים זיכן צו פטור ווערן פון זייערע דירות זיי גייען עס געבן פאר וויפיל די פרייז וועט זיין.

Don't worry
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 07, 2014 6:29 pm

תגובהדורך Don't worry » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 5:34 pm

די פרייז גייט נישט זיין נידריג ווייל עס וועט נישט זיין בכלל קיין דירות אין די געגענט. קיינער וועט דאך נישט פארקויפן.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 6:02 pm

Don't worry האט געשריבן:די פרייז גייט נישט זיין נידריג ווייל עס וועט נישט זיין בכלל קיין דירות אין די געגענט.
קיינער וועט דאך נישט פארקויפן.

קוקט אויס ווי ביסט זייער באזארגט אז די תקנות זאלן אריין אין קראפט, האסט פשוט מורא אז קיינער וועט נישט האבן וואס צו קויפן.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » זונטאג סעפטעמבער 10, 2017 6:11 pm

געהערט אז די לאט פון לעפקאוויטש האלט שוין ביי א נישטיגע 12M און דאס איז נאך פאר די תקנות זענען אינדרויסן...
די מציאות איז אז כדי צו זיין נארמאל אגאנץ יאר מוז מען איינס צוויי מאל א יאר זיך אויפרייסן... (קרעדיט: שאץ מאץ - לאמטערנע)

איך האף
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:27 pm

????

תגובהדורך איך האף » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 10:57 am

עס איז מיר גאר מאדנע דאס וואס don't worry שרייבט אז פאר 200 א sf וועט קיינער נישט פארקויפן
ווייל ביז פאר אפאר יאר ציריק (ביפאר די פליפערס עפאכע) איז געגאנגען מאסן דירות פאר אפילו ביליגער פון 200

נאר וואס דען
קודם זאגט מען עס וועט קיינמאל נישט זיין תקנות
אין דערנאך וועט עס נאר ערגער מאכן
אין ווער ווייסט וואס נאך אלטס עס וועט בייפאלן

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 11:01 am

אינטערעסאנט ארום קרית יואל גייט אלע דירות פאר היפש ביסל אינטער 200 פער פיס אריינגערעכנט הערלעכע פראכטפולע הייזער

רויט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 28, 2016 11:28 am

גייט למעשה זיין תקנות? וויאזוי גייען די תקנות אריינגיין אין קראפט?

תגובהדורך רויט » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 3:32 pm

יעדער פרעגט די קשיא, אזש סאיז דא וועלכע פרעגן עס שוין מיט א יואש געפיהל...

למעשה האט מען שוין צוזאמגענומען אינטערשריפטען פון רוב רובם תושבי העיר, די רבנים ודיינים שליט"א האבן שוין אויך אונטערגעשריבן עס זאל באקומען אן הלכה'דיגע תוקף. אצינד ברויך עס נאר ווערן אויסגעפיהרט. וויאזוי גייט עס ווערן אויסגעפיהרט? גייט טאקע זיין תקנות אויף דירות פרייזען אין קרית יואל (און וועט אויך זיין די וועגווייזער פאר אנדערע געגענטער)?

ביסטו שוין אמאל געקומען צו עושר נאך געלט? וואס האט ער דיר גענטפערט? איך האב נישט.... איי ס'איז א מילתא דגלויי אז ער האט יא, זיין גאנצע לעבנס שטייגער א שטיק פזרנות, נאר ער וויל נישט! פינטל. קוקט אויס אז זיי שעמען זיך נישט צו זאגן קיין ליגענט ווען עס קומט צו זייער טאש. (אדם ניכר בכיסו...).

לענינינו, די דעוועלאפערס (טייל פון זיי האבן שוין אפגעקויפט זייערע פראפערטי'ס אונטער די "תקנות שוואונג" ווען זיי זענען געווען 90% זיכער אז עס וועט מוזן גיין פאר 200 א ס"פ. ואכמ"ל) זאגן אז זיי גייען נישט מאכן קיין געלט אויב זיי גייען עס פארקויפן פאר 200 א ס"פ. טייערע אידן איר דארפט נישט שוינען די עשירים ווייל עס איז ליגנט! זיי וויינען צו אייך מתוך שקר! שוינט אייך אליין אינאיינעם מיט אייערע קינדער און אייניקלעך!

די דעוועלאפרס ווילן זיך נאכנישט צושטעלן צו די תקנות, ווייל זיי זעהן דער עולם קויפט פאר טייערער, נו מה יעשה הבן שלא יחטא? זיי זעהן נישט אז דער עולם זאל עס מיינען סיריעס... זיי קענען יעצט קומען מיט אלע תירוצים, אונז וועל מיר נישט מאכן קיין געלט...
די באנק וועט נישט וועלן ארויסגעבן מארגטעשדזשעס....
וכו' איך געדענק נישט אלעס,.

אינטערשטע שורה: אויב ווילט איר תקנות זעצט אייך נישט אראפ מיט א דעוועלאפער פאר ער גאראנטירט אייך 200 א ספ.

אז עס וועט נישט זיין קיין קונים פאר אזא טייערע פרייז, דאן וועט עס פאלן, אזויווי עס געשהט מיט יעדן פראדוקט.

-------------------------------------
די פרייז פאר א לאט פער ס"פ וואס מ'קען אויפבויען אויף דעם לאט איז 50 דאללער דאס מיינט אויב קען מען בויען 10,000 ס"פ דאן איז די פרייז פאר די לאט 500,000.

די פרייז אויפצובויען א דירה - אלעס אינקלאדיט (אייגענע עקספירענס ביי א פרייוואטע שיינע הויז- ריטעל פרייז) איז עוורידזש 107.00 פער ס"פ.

יעצט לאמיר מאכן די טאטעל: 200 מייניס 107, מייניס 50 = 43.00 פער סקווער פיס מאכט דער דעוועלאפער פראפיט!
איך וויל נישט דא אריינגין אין יעדן'ס אינקאם און עקספענסעס, אבער אויב וויינען זיי אז זיי מאכן נישט קיין געלט מוז איך דאס אויפווייזעהן.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 3:47 pm

רויט האט געשריבן:-------------------------------------
די פרייז פאר א לאט פער ס"פ וואס מ'קען אויפבויען אויף דעם לאט איז 50 דאללער דאס מיינט אויב קען מען בויען 10,000 ס"פ דאן איז די פרייז פאר די לאט 500,000.

די פרייז אויפצובויען א דירה - אלעס אינקלאדיט (אייגענע עקספירענס ביי א פרייוואטע שיינע הויז- ריטעל פרייז) איז עוורידזש 107.00 פער ס"פ.

יעצט לאמיר מאכן די טאטעל: 200 מייניס 107, מייניס 50 = 43.00 פער סקווער פיס מאכט דער דעוועלאפער פראפיט!
איך וויל נישט דא אריינגין אין יעדן'ס אינקאם און עקספענסעס, אבער אויב וויינען זיי אז זיי מאכן נישט קיין געלט מוז איך דאס אויפווייזעהן.

קומט אויס אז אויב א בויער בויעט לכל הפחות 40 טויזנט ס"פ אויף אמאל, מאכט ער קרוב צו א מעלאנע מיט דריי פערטל, איך מיין דאס איז גאנץ שיין פארדינט פאר א יאר און א האלב.
40,000X43 = 1.720,000
א "ווילן" וואס בלייבט ביי "ווילן" איז נישט גענוג א שטארקער "ווילן"!!!

אוועטאר
שמואל בארג
שר חמש מאות
תגובות: 803
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 5:56 pm

נישט פארגעסן צו נעמען אין באטראכט די קאנסטראקשאן לאונס.

(פארשטייט זיך אויב ביז דארט זענט איר קלאר וויפיל אלעס קאסט...).

מושך חסד
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 07, 2016 11:06 am

תגובהדורך מושך חסד » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 8:40 pm

בקיצור זאגט ער אז די תקנות זענען שוין אין קראפט, נאר ס'ליגט אויף יעדן יחיד עס אליינס צו אינפארסירן דורך נישט קויפן פאר מער?

אוועטאר
נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 3:56 pm

מפי שמועה גייט די תקנות נאר אפעקטירן די בילדער, און נישט קיין פריוואטע יחידים, אויך נאר די נייע צוגעקומענע שטחים, און נישט קיין דעוועלאפמענטס אויף עקזיסטירנדע הייזער, .

ווי אויך איז די קול קורא פון די דיינים א חיזוק בריעוו, נישט אזוי שארף.

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:07 pm

נו שוין האט געשריבן:מפי שמועה גייט די תקנות נאר אפעקטירן די בילדער, און נישט קיין פריוואטע יחידים, אויך נאר די נייע צוגעקומענע שטחים, און נישט קיין דעוועלאפמענטס אויף עקזיסטירנדע הייזער, .

ווי אויך איז די קול קורא פון די דיינים א חיזוק בריעוו, נישט אזוי שארף.

איך ווייס נישט פון ווי דו נעמסט עס, אבער אויב עס איז אמת ליגט דערין א הסבר, ווייל פארוואס זאל א מענטש אראפווארפן זיין הויז אויף גארפילד אויב קען ער נישט מאכן דערויף קיין סאך געלט, און ווער ס'וויל צאלן ווייל ער וויל דוקא יא וואוינען אויף גארפילד, פארוואס זאל ער נישט האבן די ברירה צו צאלן פאר איינעם און באקומען וואס ער דארף.
לעומת זה די נייע שטחים זענען סוף כל סוף געקומען פון וואלד ארויס, קיינער האט גארנישט געדארפט אויפגעבן דערויף איז מער שייך צו שטעלן א פרייז.
און איך טו ווידער שטעלן מיין קליינע מיינונג (וואס כ'האב פרובירט מיט אלע כוחות מסביר צו זיין במשך דעם פארגאנגענעם יאר אין מערערע אשכולות) אז תקנות וואס אינטערווינירט אין א פרייע מארקעט, איז די ערגסטע מעדיצין וואס קען נאר זיין, נאר ס'איז אמאל דא אזא שווערע מחלה אז די מעדיצין איז א הכרח, און דאס דארף אנטשידן ווערן בכובד ראש דורך רבנים און דורך מומחים
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:08 pm

Capture.JPG
Capture.JPG (44.74 KiB) געזעהן 677 מאל
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דברים אלו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:42 pm

א חיזוק בריוו איז א חוזק געמאכט פון רוב תושבים פון קר"י נישט אויף דעם ווארט מען שוין נישט איבער א יאר

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2025
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך סעפטעמבער 13, 2017 4:47 pm

דאס ווארטן צווינגט איינעם צו שרייבן דאס וואס ער האלט נישט דערביי? אויב א דיין שפירט אז ער קען צווינגען איינעם עפעס צו טון, קען ער עס טון ברגע וואס ער האט געענדיגט מברר זיין די הלכה, און אויב פילט ער אז נישט, קען ער עס נישט טון אפילו דו ווארטסט דערויף זיבעציג יאר, איך פיל דיין ביטערניש, איך בין אויך פארביטערט אז מען האלט אויף א מצב אז א גרויסער חלק ציבור פילט אז נאר דורך תקנות וועט זיין א ישועה, אבער דאס צווינגט נישט קיינעם צו טוישן א מיינונג נישט מיט הלכה און נישט מיט א פראקטישע מיינונג.
אז מ'לעבט דערלעבט מען


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט