שמואל בארג האט געשריבן:מאתים האט געשריבן:אויף דעם סייט פלען זעט מען קלאר די חשבון פון גאנצע "פינעף", יא 5 שטאק , מאכטס די חשבון עס קומט אויס 10 בילדינגס, יעדע בילדינג 6 אפטיילונגען, חוץ די אויבערשטע צוויי וואס האט 7, יעדע אפטיילונג 5 שטאק ס"ה 315 יניוט'ס 48 גרעסערע אפ ענד דאונס און די רעשט 5 און 4 רומיגע,
דאס איז אבער נישט די איצטיגע פלאן.
די יעצטיגע דעוועלאופערס ווילן מאכן 3 שטאקיגע בנינים, און די גאס זאל נישט זיין קיין דעד-ענד, פלאס א ראוד פון אויבן וואס גייט זיך קאנעקטן צו לעמבערג פון איין זייט, און צו פארעסט פון די אנדערע זייט, הערט זיך שוין נישט אזוי שרעקעדיג?
מיר גלייכן אויך נישט דעוועלאפמענטס, וואס עביוזן די עם הנבחר וואס האלט זיך נישט ביים באטייליגן ביי פאבליק הירינגס (וואס קומען נישט פאר...) און שטערן א איד, אבער דא איז קענטיג א שטיקל אומפארגינערשאפט אין די וואס פארפירן אנטקעגן די פלענער, וואס זענען אסאך בעסער ווי סיי וואספארא אנדערע שכינה וואס איז אין פלאן צו ווערן געבויעט אין שטאט די קומענדיגע פאר יאר.
וואס ? א וועג צו לעמבערג אויבן ? זיי האבן אפגעקויפט הערבסט לאט אויכעט ??
א וועג צו פארעסט וואו ? דורך פריינד'ס פראפערטי ? אפשר דורך די לעיק ?
אפשר זאגסטו וויאזוי מ'קען בויען דא אויף 5 עיקער, 300+ דירות נאר מיט 3 שטאק?
אדרבה קום אריין קלארער.